כינוס אדיר "טהרת הקודש" ה' טהרה תשע"ט ארטער-עש סטעידיום

קרייסלער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:11 am

ב״ה מיר האבן זוכה געווען אנטייל צו נעמען אינעם מעמד כבוד שמים צוזאמען מיט טויזענעטער שלומי אמוני ישראל
טראץ די פארנומענע ערב פסח שעות האבן זיך טויזענטער אידן צוזאמגענומען מחזק צו זיין בגוף ובממון די גיבורי החיל
עטליכע קריטיק: סאיז געווען קאלט, די סאונד סיסטעם האט נישט אזוי געטויגט, און די ענדלאזע ריי פון בעלי דרשנים איז א טעות וואס סאיז לעולם חוזר מלערנט זיך נישט אויס
און אין א סטאדיום ווי סאיז דא א שטארקע ווידער קול נעמט נאר בעלי דרשנים מיט קלארע הויכע שטומעס, רוב בעלי דרשנים האט מען נישט געקענט פארשטיין

עניוועי אשרינו מה טוב חלקינו לאמיר האפן אז די מוסדות עטה״ק וועט שעפן חיזוק אנצוגיין ווייטער
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:17 am

געווען א הערליכע כינוס ב"ה
אבער מיט עטליכע פראבלעמען וואס האט צוגעברענגט אז די עולם פון די אויבערשטע שטאקן זענען נישט געזיצן אויף די פלעצער נאר זיך געדרייט אינדרויסן, וואס רוב דערפון איז געווען בחורים/קינדער...
1) גארנישט געהערט
2) נישט געהאט געהעריגע לייוו אויפן סקרין, נאר בילדער
3) געווען קאלט
4) וועגן ערב פסח זענען אסאך אהיים געגאנגען פרי אין נישט מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד
(די וואס האבן געצאלט 360 אין ארויף, האבן על פי רוב געזיצן א גאנצע מעמד. זיי האבן געוואלט אויסניצן זייער זיץ)
אבער זייער אסאך 20 דאלער'דיגע מענטשן זענען געקומען אויף א קליינע צייט צוליב ערב שבת הגדול
5) צוליב זייער הויעך אין ווייט פון די אויבן אן, וואס מען האט גאנישט געקענט זעהן אן א קוקער

מער אפשאצונגען וועט נאכפאלגן אי"ה
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל

שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:39 am

שנלר האט געשריבן:הער איך אז ס'קומט א סורפרייז!
סטעי טונד!

?

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:57 am

קען איינער באשרייבן בקיצור די גאנצע עצרת, ווער זענען געווען די בעלי דרשנים, וועלעכע רבנים/ראשי ישיבות האבן זיך באטייליגט, והאחרון והוא העיקר וויפיל געלט איז אריינגעקומען פאר די מוסדות אין א״י על טהרת הקודש
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » פרייטאג אפריל 12, 2019 2:28 am

ברוך המקדש שמו ברבים

דאס זענען די ווערטער וואס שרייט זיך ארויס שטייענדיגע נאכן מעמד אדיר ונשגב כינוס טהרת הקודש בהשתתפות רבבות אלפי ישראל מחזק צו זיין דעם חינוך הטהור און ארצינו הקדושה מיט גרויס פינאנציעלע שטיצע און אויסשרייען פאר אונזערע ברידער אחים לדעה און ארץ הקודש אז זיי פארמאגן א מעכטיגן ריקן ביין און אמעריקע וואס וועט זיי שטיין צו די האנט און זיכער מאכן אז זיי זאלן האבן א קראנטן פינאנציעלן קיום
עס איז געווען אומגלויבלעך צו זעהן ווי רבבות אלפי ישראל זענען זיך צוזאמגעקימען א פארנימענע דאנערשטאג ערב שבת הגדול מחזק זיין אונזער ברידער די בני תורה און ארץ הקודש

פאלגענד איז דער סדר המעמד אויפן סדר
האף מיר מארגן אראפצוברנגען א טיילווייזע רשימה פון די גדולי הרבנים וואס האבן באשיינט דעם בימת הכבוד אזוי אויך בילדער פונעם מעמד אדיר
הרה"ג חיים אהרן פריעדמאן שליט"א יו"ר

פתיחת המעמד: הרה"ג ר' מנשה מייער שליט"א

דברות קודש: כבוד קדושת פאר הדור והדרו הרה"ק ר' יעקב מאיר שכטר שליט"א

דרשת הרב הגאון ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר הביד"ץ עדה החרדית

דרשת הגאון ר' נפתלי עלזאס שליט"א ר"י דעת אליהו

דרשת הרב הגאון ר' חיים אורי פריינד שליט"א חבר הביד"ץ עדה החרדית

ברכות הקודש: כבוד קדושת שר צבא ה' מלכי צדק מלך שלם גדול הדור הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א

שיר המעלות ממעמעקים: כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א

דרשת הגאון ר' נפתלי עלזאס שליט"א ר"י דעת אליהו

מכתב קודש: מאת כ"ק הרה"ק מפשעווארסק שליט"א

דבר העצרת: הגאון הגדול פאר הדור ר' ישראל יצחק קאלמינאוויטש שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות בני תורה

משאה העצרת: כבוד קדושת אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

דרשת הגאון הגדול ר' צבי פריעדמאן שליט"א ממנהיגי יהדות בני תורה

דרשת הגאון הגדול ג'יין ברוך שמואל דויטש שליט"א ממנהיגי יהדות בני תורה

קבלת עול מלכות: שמים כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א


רבבות אלפי ישראל לקדש שם שמים

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:43 am

איינער מיט גוטע בילדער פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן
ווי מ'קען זעהן דעם גאנצן ציבור

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

תגובהדורך הויעך » פרייטאג אפריל 12, 2019 6:53 am

nmi האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:וואס שאצט דער עולם? וויפיל פראצענט פונעם ציבור דא איז פון חסידישען לאגער, און וויפיל פון די ליטווישע ישיבהשע

איך האב געזעהן נאר חסידישע יודן. אחוץ די געציילטע ליטווישע רבנים מיט זייערע גבאים. איינער האט געזעהן מער?



נישט קיין סאך טאקע אבער געזען היפש אפאר ליטווישע
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אפריל 12, 2019 9:10 am

ב''ה משתתף געווען, הגם סיז נישט די גרינגסטע צייט.

פאר אזא צייט אין יאר איז עס געווען א שטארקע סוקסעס, און ווי אנדערע האבן ערווענט אז עס וואלט געדארפט זיין א בעל דרשן וואס קומט דורך קליפ און קלאר און א סטעדיום, און זאל אנווארעמען דעם עולם צי געבן נאך געלט אויפן פלאץ. אזא סארט ווי הרב שמעון זאב מייזליש וואלט נישט שלעכט געווען. און פאר אלע ראשי ישיבות וואלט מען געדארפט נאר צירפירן די מייק צי זייער פלאץ צי זאגן דברי ברכה 3 מינוט אויפן זייגער. די איינציגסטע וואס איז דורכגעקימן קלאר איז אדמו''ר מהרי'י, וואס האט געמאכט גאר א שטארקע דעליווערי, וואס פון דעם האב איך געזען אז די מייק איז נישט אזוי ווייט געווען די פראבלעם.

געווען היסטאריש ווען מען האט אויסגעריפן אז 6 נדבנים געבן א האלבע מעלאונע, ובתוכם הנגיד ר' מענדל שווימער, און הנגיד ר' בעריש בערגער.

דאס איז איינמאל זיכער אז קהילת מהרי''י בפרט, און נעטראל אידן, און סאטמאר געשטומט בכלל, האט פאר צוויי יאר צירוק געזען שענערע צייטן און בארקלעיס.

ומכאן הקריאה יוצאות צי אלע עסקני כלל ישראל, אז פאר די נעקסטע 5 יאר זאל מען נישט מאכן קיין שום מעמד און א סטעדיום.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

בינגא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:54 pm

תגובהדורך בינגא » פרייטאג אפריל 12, 2019 9:41 am

העיקר שכחנו! ווי האלט די $12,000,000 גאול ? גייט מען עס באווייזן צו מאכן צום באשטימטן דאטום?

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:13 am

הויעך האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:וואס שאצט דער עולם? וויפיל פראצענט פונעם ציבור דא איז פון חסידישען לאגער, און וויפיל פון די ליטווישע ישיבהשע

איך האב געזעהן נאר חסידישע יודן. אחוץ די געציילטע ליטווישע רבנים מיט זייערע גבאים. איינער האט געזעהן מער?



נישט קיין סאך טאקע אבער געזען היפש אפאר ליטווישע

איך האב מתחילה געזאגט אז ס'איז אשאד צו קאמפעינען ביי די ליטווישע זאלן קומען צום כינוס. אפילו מיט די ענגלישע פלאקאטן האט עס נישט גערעדט צו זיי.
איך בין נישט געווען ביים כינוס אבער איך שטעל מיך פאר אז מ'האט מערערע מאל דערמאנט "די רבי ז"ל" און אז ער האט פאראויס געזעהן וואס אנדערע האבן זיך טועה געווען, נהנים משלחן איזבל וכדומה. פאר סאטמערע אידן איז דאס פיין אבער פאר פרעמדע קלעבט עס נישט.
די ליטווישע וואס וואלטן געקומען איז ווייל זיי ווילן גיבן כבוד פאר די גדולים וואס זענען געקומען פון א"י, נישט צו הערן סאטמערע דרשות.

אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:28 am

ער חילוק צווישן בארקלעיס און ארטור עש איז:
בארקלעיס איז געווען פאררופן אלס א מחאה קעגן שלטון הכפירה און "דאס" איז געווען די גאנצע זאך
ארטור עש איז געווען די "תוצאה" פון א קאמפיין, וואס די אקציע האט ב"ה באוויזן אויפצוטרייבן אסטראנאמישע סכומים אין בלויז 5 טעג!
דאס איז קלאר, אז עס אזי געווען מעלפאנשאנס אינעם מייק סיסטעם, וואס האט אוועקגעטריבן א גרויסן עולם פון די גאר אויבערשטע שטאקן וואו מען קען סיי ווי נישט זען, און אויב קען מען נישט הערן פארוואס זאל ער זיצן אין די פארנומענעערבב פסח טעג?
עס איז געווען מערקווירדיג, אז נאך 9 אזייגער, ווען טייל מענטשן פון די אויבערשטע שטאקן האבן פארלאזט דעם זאל, האבן נאך געשטראמט פרישע מאסן מענטשן.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:54 am

דריידל האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:וואס שאצט דער עולם? וויפיל פראצענט פונעם ציבור דא איז פון חסידישען לאגער, און וויפיל פון די ליטווישע ישיבהשע

איך האב געזעהן נאר חסידישע יודן. אחוץ די געציילטע ליטווישע רבנים מיט זייערע גבאים. איינער האט געזעהן מער?



נישט קיין סאך טאקע אבער געזען היפש אפאר ליטווישע

איך האב מתחילה געזאגט אז ס'איז אשאד צו קאמפעינען ביי די ליטווישע זאלן קומען צום כינוס. אפילו מיט די ענגלישע פלאקאטן האט עס נישט גערעדט צו זיי.
איך בין נישט געווען ביים כינוס אבער איך שטעל מיך פאר אז מ'האט מערערע מאל דערמאנט "די רבי ז"ל" און אז ער האט פאראויס געזעהן וואס אנדערע האבן זיך טועה געווען, נהנים משלחן איזבל וכדומה. פאר סאטמערע אידן איז דאס פיין אבער פאר פרעמדע קלעבט עס נישט.
די ליטווישע וואס וואלטן געקומען איז ווייל זיי ווילן גיבן כבוד פאר די גדולים וואס זענען געקומען פון א"י, נישט צו הערן סאטמערע דרשות.

איך געדענק נישט אז מ'זאל עס האבן דערמאנט. וואס יא, די רבי האט אינמיטן געזאגט אז ס'זענען דא וואס ביז יעצט זענען זיי נישט געווען אזעליכע מסירת נפש... עפעס אזא לשון. ס'האט א קיצל געטוען. די רבי האט זיך זייער געוואטשט וויזוי ער האט גערעדט און ס'איז געווען זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט אן קיינעם צו מצער זיין.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:55 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:ער חילוק צווישן בארקלעיס און ארטור עש איז:
בארקלעיס איז געווען פאררופן אלס א מחאה קעגן שלטון הכפירה און "דאס" איז געווען די גאנצע זאךארטור עש איז געווען די "תוצאה" פון א קאמפיין, וואס די אקציע האט ב"ה באוויזן אויפצוטרייבן אסטראנאמישע סכומים אין בלויז 5 טעג!
דאס איז קלאר, אז עס אזי געווען מעלפאנשאנס אינעם מייק סיסטעם, וואס האט אוועקגעטריבן א גרויסן עולם פון די גאר אויבערשטע שטאקן וואו מען קען סיי ווי נישט זען, און אויב קען מען נישט הערן פארוואס זאל ער זיצן אין די פארנומענעערבב פסח טעג?
עס איז געווען מערקווירדיג, אז נאך 9 אזייגער, ווען טייל מענטשן פון די אויבערשטע שטאקן האבן פארלאזט דעם זאל, האבן נאך געשטראמט פרישע מאסן מענטשן.

- בארקליס איז געווען א מחאה קעגן דעם גזירת הגיוס / אין להתייצב.
- די מייק סיסטעם איז געווען אויף איין פלאץ שרעקליך, און אויפן צווייטן פלאץ סופער, גענוי ווי ביי בארקליעס. וואזשע דען, איינער וואס איז אויף א פלאץ ווי ער הערט נישט גוט, סתם אינמיטן יאר, שוין. ערב פסח גייט ער ענדערש אהיים.
- יאפ. פארפאלן, מ׳האט אויפגעטריבן שיינע סכומים
-
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:58 am

מיר האבן זיך ברוך השם משתתף געווען ביי דעם הייליגן מעמד. כאטש עס איז אנגעקומען זייער זייער שווער.
מיר האבן בשעת מעשה מתפלל געווען פאר א חשוב'ן איד וואס נויטיגט זיך אין א גרויסע ישועה ורפואה שלימה.
השי"ת ירחם אז אין זכות פון טויזנטער אידן וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען למען חיזוק כבוד שמו יתברך בעולם, און בזכות גדולי ישראל ומרביצי תורה ויראה וואס האבן גערעדט הייליגע דיבורים פון אמונה און ציפיה לישועה, ובזכות די אלע תפילות והרהורי תשובה, און מען זאל צולייגן צום וואגשאל די שוועריגקייטן וואס ס'איז אנגעקומען, וואס ס'איז זיכער געווען א געוואלדיגער עת רצון, זאלן מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, און דער איד זאל געהאלפן ווערן מיט א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל. אמן.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:59 am

א אינטערעסאנט זאך!
די מעמד האט זיך אנגעפאנגן זייער צייטליך ווי געמאלגן.
ד.מ. אז בעת מענטשן וואס זענען שוין אוועקגעגאנגען צוליב די קעלט אין נישט קענען הערן, בנוסף צו די ערב פסח.
האבן נאך הינדערטער פרישע געשטראמפט צום זאל.
בעיני ראיתי
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:12 pm

ביים כינוס האט מען אנאנסט אז ס'זענען דא 6 יודן וואס גיין מעטשן און געבן יעדער אן האלב מיליאן דאלער צוזאמען 3 גאנצע מעלאנעס אויב וועט מען אנקומען צום ציל פון 12 מיליאן אינקלודעד זייערס, צווי פון זיי זענען הרה''ח ר' מענדל שווימער שליט''א ראה''ק בקרית יואל און הרה''ח ר' בעריש בערגער שליט''א ראה''ק בלאנדאן.

ברוך משה כץ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 12:05 pm

תגובהדורך ברוך משה כץ » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:22 pm


יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

ברוך שומר הבטחתו לישראל

תגובהדורך יענקעל משה » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:23 pm

20190412_122059.png
20190412_122059.png (552.11 KiB) געזעהן 4705 מאל

john
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובהדורך john » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:26 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:ביים כינוס האט מען אנאנסט אז ס'זענען דא 6 יודן וואס גיין מעטשן און געבן יעדער אן האלב מיליאן דאלער צוזאמען 3 גאנצע מעלאנעס אויב וועט מען אנקומען צום ציל פון 12 מיליאן אינקלודעד זייערס, צווי פון זיי זענען הרה''ח ר' מענדל שווימער שליט''א ראה''ק בקרית יואל און הרה''ח ר' בעריש בערגער שליט''א ראה''ק בלאנדאן.

ווער זענען די איבריגע?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:53 pm

זיי האבן נישט געוואלט מ'זאל מפרסם זיין ברבים,
גראדע וויס איך 2 פון זיי

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:55 pm

מיך האט זייער באנימען די ראשי ישיבות וואס זענען געקימען פון א"י זענען עלטערע אידן וואס קימט זיי שווער אן דאס וואקן דאס מיינט א מוראדיגע צסרת נפש אינטער צונעמען אזא זאך ארויס צופארן קיין אמעריקא, נאר מיז זיין אז זיי פילן האמת אז דעיס האבן מוסדות על טהרת הקודש איז אזאך וואס נאר אזוי וועט מען קענען מגדל זיין דורות אידן.

נאך מער זיי זענען בכלל נישט געוואוינט דערצו ביז א יאר צוויי צוריק האבן זיי נישט געהאט א פראבלעם פון געלט פאר זייערע מוסדות זיי האבן זיך געמיזט נעמען אויף דער עלטער און נאך מיט אזא מלחמה פון אלע זייטן סאיז מוראדיג סהאט מיך זייער באנימען.

און נאכדעם הרה"ח ר' יחזקאל פרי"מ לרפו"ש פון ק"י, וואס זיין זיך אנשטרענגן און קימען איז נאך מער פון מסירת נפש, נאר וואס דעם דער איד האט געךעבט און לעבט פי' יעצט מיטן רבי'ן ז"ל האט ער געפילט די אינליכע וויכטיגקייט פון זיין א חלק פון מחזק זיין אידן ווא סבעטן זיך העלפט אונז זיך באפריין פון די כפרים און געט אונז א געלענגענהייט מגדל צו זיין ערליכע דורות, סאיז מיר ממש געקימן טרערן וואן איך האב עם געזען דארט.

--

יא בארקליס סענטער איז געווען געשמאקער און שענער און בעסער מסודר אבער מיר קימען מחזק זיין אידן אויפן פראנט מיז מען גיין אלע וועגן .

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:58 pm

איך האב געהאט אן הרגשה נאכן פארן ארויספארן אז אה''נ מ'האט געקענט צאמשלעפן דעם ציבור ביי בארקלעיס אנצופילען דעם זאל, אבער דא האט מען נישט קיין עכטע אויסזיכט עס צו באווייזן, סיי מצד די זמן אין יאר און סיי ווייל 'קען דיינע נאמבערס', און מ'דארף אויך קענען דערשנאפן דעם דופק,

פאריגעס מאל האט געהייסן אז מ'גייט גיין צוזאמען מיט נאך גרויסע קהילות, און צום סוף איז מען געבליבן אליינס, און ס'איז געווען די ערשטע סטעדיום נאכן כינוס כלל ישראל, וואס יעדער האט פארשטאנען אז אנצופילן א סטעדיום קען מען נישט פון סאטמאר אליין, און צום סוף ווען דער עולם האט געזעהן אז אלע קהילות ציען זיך ארויס, און בנוסף אז ס'געווען אין די תקופה וואס גזירות גיוס איז געווען א שטארקע ברענעדיגע נושא מיט דעות און וויכוחים וויאזוי צוצוגיין דערצו, מיט דעם אלעם צוזאמען האט דער עולם געשפירט א טיעפע דראנג צו מחזק זיין די זאך, און מ'האט צאמגעשלעפט לאמיר זאגן לכה''פ 10 טויזענט אידן און מעקסטענס 16 טויזענט.

יעצט חשובע עסקנים עוסקים בצרכי ציבור באמונה איר האט פארזעהן דעם נקודה, טאמער ס'וואלט געווען דעם ווארימקייט בעפארן כינוס פונקט ווי ביי גיוס וואלסטו אויף נישט געקענט צאמשלעפן אזא עולם ווייל לכו''ע איז נישט צוגעוואקסן פרישע 10 טויזענט מעמבערס אין די קהילה, און א כינוס כללי אין א סטעדיום איז נישט קיין יערליכע זאך, מ'קען עס מאכן איינמאל אין 10 יאר, עכ''ז אפילו לאמיר זאגן א דער עולם איז יא ווארעם מאך עס אין א קלענערע סטעדיום וואלסטו געווען א אויסטערלישע מוצלח, פארוואס פעלט אויס ארויפצודרייען די ערווארטענגען אזוי הויך? קוק אהער כ''א כיסלו שלעפט סאטמאר צאם נישט מער ווי 5000 אידן (אפילו ווייניגער) און ס'הייסט זייער א מוצלח'דיגע מעמד, משא''כ דא איז געווען מער ווי דאפעלט אידן און ס'נישט געווען קיין הצלחה, פארוואס? ווייל מ'האט זיך ארויפגעהויבן אויף צו א הויכע פלאץ
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:00 pm

וואס איז די נאמבער פון משתתפים לויטן סטעדיום?
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

נשמת השכל האט געשריבן:מיר זענען נישט 'פרא טראמפ!' טראמפ איז 'פרא אונז!'

Potus
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:03 pm

אינטערסאנט איז אז ווען מהאט כמעט גענדיגדט גיי איך ארויס זעה איך א פילע קאר אנקומען אין זיי פרעגן מיר ווי מגייט אריין אפילו סהאט געהייסן אז מענדיגט 10:00
אז כקען העלפן פארוואס נישט...

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:08 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב געהאט אן הרגשה נאכן פארן ארויספארן אז אה''נ מ'האט געקענט צאמשלעפן דעם ציבור ביי בארקלעיס אנצופילען דעם זאל, אבער דא האט מען נישט קיין עכטע אויסזיכט עס צו באווייזן, סיי מצד די זמן אין יאר און סיי ווייל 'קען דיינע נאמבערס', און מ'דארף אויך קענען דערשנאפן דעם דופק,

פאריגעס מאל האט געהייסן אז מ'גייט גיין צוזאמען מיט נאך גרויסע קהילות, און צום סוף איז מען געבליבן אליינס, און ס'איז געווען די ערשטע סטעדיום נאכן כינוס כלל ישראל, וואס יעדער האט פארשטאנען אז אנצופילן א סטעדיום קען מען נישט פון סאטמאר אליין, און צום סוף ווען דער עולם האט געזעהן אז אלע קהילות ציען זיך ארויס, און בנוסף אז ס'געווען אין די תקופה וואס גזירות גיוס איז געווען א שטארקע ברענעדיגע נושא מיט דעות און וויכוחים וויאזוי צוצוגיין דערצו, מיט דעם אלעם צוזאמען האט דער עולם געשפירט א טיעפע דראנג צו מחזק זיין די זאך, און מ'האט צאמגעשלעפט לאמיר זאגן לכה''פ 10 טויזענט אידן און מעקסטענס 16 טויזענט.

יעצט חשובע עסקנים עוסקים בצרכי ציבור באמונה איר האט פארזעהן דעם נקודה, טאמער ס'וואלט געווען דעם ווארימקייט בעפארן כינוס פונקט ווי ביי גיוס וואלסטו אויף נישט געקענט צאמשלעפן אזא עולם ווייל לכו''ע איז נישט צוגעוואקסן פרישע 10 טויזענט מעמבערס אין די קהילה, און א כינוס כללי אין א סטעדיום איז נישט קיין יערליכע זאך, מ'קען עס מאכן איינמאל אין 10 יאר, עכ''ז אפילו לאמיר זאגן א דער עולם איז יא ווארעם מאך עס אין א קלענערע סטעדיום וואלסטו געווען א אויסטערלישע מוצלח, פארוואס פעלט אויס ארויפצודרייען די ערווארטענגען אזוי הויך? קוק אהער כ''א כיסלו שלעפט סאטמאר צאם נישט מער ווי 5000 אידן (אפילו ווייניגער) און ס'הייסט זייער א מוצלח'דיגע מעמד, משא''כ דא איז געווען מער ווי דאפעלט אידן און ס'נישט געווען קיין הצלחה, פארוואס? ווייל מ'האט זיך ארויפגעהויבן אויף צו א הויכע פלאץ

ביזט זייער גערעכט אבער לויט ווי אזוי זיי זאגען איז געווען דארט קרוב צו 17 טויזענט אידן נאר די ציבור איז זיך צוגאנגען זייער שנעל נאך פאר מען האט עס בכלל אינגאנצען אנגעפילט


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט