הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:18 am

לדעתי, לדעתי. די בראוקער פי איז א עולה בתוך עולה. קודם דארף עס די לענדלארד באצאלן ווי אין די גאנצע וועלט אין אפילו ביי אפיסעסאיז אזוי דא אין ברוקלין.

אבער מער ווי דעם איז א הימל געשריי ווען וויבאלד די מארקעט איז אזוי טייט וועט א רענטל בראוקער נישט זיין ביזי מיט א דירה מער ווי איין טאג, ער אדווערטייזט עס צופרי אין דבר יום אדער גוט מארגן וכדו' און נאכמיטאג ווען די רופסט איהם איז עס שוין פארדינגען. איך האב דאס צענדליגע מאל מיטגעהאלטן. און פאר די פאטענשל קונה אדער אפילו פאר דער אמתער טענענט גיבט ער נישט קיין ניקל סערוויס, פארוואס אין דער וועלט קומט איהם עטליכע טויזנט דאלער?! עס איז גניבה במלואו, עס מאכט נישט קיין טראפ סענס, פונקט ווי די שליסל געלט אמאליגע צייטן.

בברכת יה"ר שיעקר גניבה זה מגבלנו

א בארויבטער..

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:18 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:נישט ריכטיג, אויב דער טענענט צאלט ווייל ער האט נישט קיין ברירה איז אין אידיש אפגעטייטש לסטים מזיון בא.

גייט מען אריין אין א נייע סוגיא...

האנט סעניטייזערס האבן געקאסט אנהייבן קאראנא 20 דאלער. אסאך אידן האבן געמאכט גרויסע געלטער ווייל מ'האט נישט געהאט קיין ברירה... דירות איז נישט קיין חסד, ס'איז ביזנעס. ס'איז דא א מארקעט און ס'איז דא פרייזן.

עניוועי, דער אשכול פארפארט...
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

גלות איד
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:19 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:די בראקער'ס זענען דער וואס זענען שילדיג אין די דירות פרייזן

וכן להיפוך.

רוב לענדלארדס וואס האבן דירות, זוכן צו בעטן די מאקסימום און מיט א שמוץ אריבער. ער ווייסט ער גייט זיצן מיט דעם טעטענט פאר יארן, און ער איז גרייט צו לאזן זיין דירה ליידיג פאר 2 חדשים אבער צום סוף באקומען מער חודש'לעך.

זייער א נארישע שריט מצד דעם ל"ל. ער זיצט 2-3 חדשים ליידיג און פארלירט 5-6 אלפים, אלץ מיט דעם חשבון אז ער קלערט ער וועט קענען רעכענן 100 אדער 200 דאללער מער, הערשט אין פיהר יאר ארום וועט ער אויסגלייכן דאס וואס ער האט פארלוירן אין די 2-3 חדשים וואס ער איז געשטאנען ליידיג.

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:21 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:נישט ריכטיג, אויב דער טענענט צאלט ווייל ער האט נישט קיין ברירה איז אין אידיש אפגעטייטש לסטים מזיון בא.

גייט מען אריין אין א נייע סוגיא...

האנט סעניטייזערס האבן געקאסט אנהייבן קאראנא 20 דאלער. אסאך אידן האבן געמאכט גרויסע געלטער ווייל מ'האט נישט געהאט קיין ברירה... דירות איז נישט קיין חסד, ס'איז ביזנעס. ס'איז דא א מארקעט און ס'איז דא פרייזן.

עניוועי, דער אשכול פארפארט...

נישט ריכטיג, ווען די סופליי איז קליין און די פארלאנג גרויס קאסט עס מער. מיינט נאכנישט אז מען קען צולייגן שליסל געלט ווייל די מארקעט איז טייט. ודוק

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:22 am

גלות איד האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:די בראקער'ס זענען דער וואס זענען שילדיג אין די דירות פרייזן

וכן להיפוך.

רוב לענדלארדס וואס האבן דירות, זוכן צו בעטן די מאקסימום און מיט א שמוץ אריבער. ער ווייסט ער גייט זיצן מיט דעם טעטענט פאר יארן, און ער איז גרייט צו לאזן זיין דירה ליידיג פאר 2 חדשים אבער צום סוף באקומען מער חודש'לעך.

זייער א נארישע שריט מצד דעם ל"ל. ער זיצט 2-3 חדשים ליידיג און פארלירט 5-6 אלפים, אלץ מיט דעם חשבון אז ער קלערט ער וועט קענען רעכענן 100 אדער 200 דאללער מער, הערשט אין פיהר יאר ארום וועט ער אויסגלייכן דאס וואס ער האט פארלוירן אין די 2-3 חדשים וואס ער איז געשטאנען ליידיג.

אמת!!! אבער פרעג דיך נאך, אזוי ארבעט עס...

ער האט א בודזשעט פון זיין מארטגעדזש אדער אינקאם וואס ער וויל מאכן חודש'ליך. זיין חשבון איז יעצט האב איך געלט אין אקאונט, וועל איך ווארטן. אבי צו מאכן 3500 יעדן חודש.
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

גלות איד
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:23 am

לגופו של דבר איז ממש א פלא. אז בראוקערס באקומען אזא 2-3 אלפים פאר א דירה, בו בעת וואס פאר שדכנות -וואס איז אסאך מער ארבייט און אסאך א חשובערע לעבענס באשלוס- צאלט מען אין אלגעמיין ווייניגער פון דעם.

פוילער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך פוילער » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:23 am

איך האב נישט קיין פראבלעם אז א בראוקער זאל מאכן געלט, מיין פראבלעם איז נאר פון וועם ער נעמט די געלט.
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:26 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:נישט ריכטיג, אויב דער טענענט צאלט ווייל ער האט נישט קיין ברירה איז אין אידיש אפגעטייטש לסטים מזיון בא.

גייט מען אריין אין א נייע סוגיא...

האנט סעניטייזערס האבן געקאסט אנהייבן קאראנא 20 דאלער. אסאך אידן האבן געמאכט גרויסע געלטער ווייל מ'האט נישט געהאט קיין ברירה... דירות איז נישט קיין חסד, ס'איז ביזנעס. ס'איז דא א מארקעט און ס'איז דא פרייזן.

עניוועי, דער אשכול פארפארט...

נישט ריכטיג, ווען די סופליי איז קליין און די פארלאנג גרויס קאסט עס מער. מיינט נאכנישט אז מען קען צולייגן שליסל געלט ווייל די מארקעט איז טייט. ודוק

יעדער האט די ברירה אויסצוקרויזן די בראוקער! לייג אריין אן עד אין דבר יום פאר 25 א טאג אז דו זוכסט א דירה, אדער זוך ארום עדס פאר דירות וואס מענטשן לייגן אליין ארויס.

עס איז דעם טענענטס' באשלוס צו גיין מיט א בראוקער. ס'איז דא גענוג דירות אן בראוקערס, מ'דארף נאר אביסל מער זוכן. אויב איז מען פויל צו זוכן אליין איז קיינער נישט שולדיג.

נאכמער, אויב וועלן אסאך אנהייבן זוכן דירות דווקא אן בראוקערס וועלן די לענדלארדס אויפהערן נוצן בראוקערס אדער זיי צאלן. אבער אויב קיינער זוכט נישט וועט זיך גארנישט טוישן.
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:32 am

איך האב לאנג געזיכט, קיינמאל נישט געטראפן די לענדלארד אליין אדווערטייזן, פארוואס זאל ער נישט נעמען א בראוקער ווען עס קאסט איהם נישט קיין גרייצער און ער שפארט קאפ ווייטאג?

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:34 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך האב לאנג געזיכט, קיינמאל נישט געטראפן די לענדלארד אליין אדווערטייזן, פארוואס זאל ער נישט נעמען א קראוקער ווען עס קאסט איהם נישט קיין גרייצער און ער שפארט קאפ ווייטאג?

דאן נוץ די נעקסטע אפציע, הייב דו אן אדווערטייזן אז דו זוכסט א דירה! נישט בייגעפאלן?
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:36 am

גלות איד האט געשריבן:לגופו של דבר איז ממש א פלא. אז בראוקערס באקומען אזא 2-3 אלפים פאר א דירה, בו בעת וואס פאר שדכנות -וואס איז אסאך מער ארבייט און אסאך א חשובערע לעבענס באשלוס- צאלט מען אין אלגעמיין ווייניגער פון דעם.

שטארקע נקודה למחשבה!!!
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:37 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך האב לאנג געזיכט, קיינמאל נישט געטראפן די לענדלארד אליין אדווערטייזן, פארוואס זאל ער נישט נעמען א קראוקער ווען עס קאסט איהם נישט קיין גרייצער און ער שפארט קאפ ווייטאג?

דאן נוץ די נעקסטע אפציע, הייב דו אן אדווערטייזן אז דו זוכסט א דירה! נישט בייגעפאלן?

פארוואס זאל א לענדלארד אנרופן איינער וואסזוכטא דירה ווען ער קען רופן א בראוקער וואס וועט איהם זיכער טרעפן א טענענט?

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:39 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:איך האב לאנג געזיכט, קיינמאל נישט געטראפן די לענדלארד אליין אדווערטייזן, פארוואס זאל ער נישט נעמען א קראוקער ווען עס קאסט איהם נישט קיין גרייצער און ער שפארט קאפ ווייטאג?

דאן נוץ די נעקסטע אפציע, הייב דו אן אדווערטייזן אז דו זוכסט א דירה! נישט בייגעפאלן?

פארוואס זאל א לענדלארד אנרופן איינער וואסזוכטא דירה ווען ער קען רופן א בראוקער וואס וועט איהם זיכער טרעפן א טענענט?

ס'איז דא גענוג דירות וואס שטייען ליידיג עטליכע טעג, אפי' מיט בראוקערס, און ווען דער בעה"ב זעט דעם עד און ער האלט אז זיין דירה איז פאסיג וועט ער געבן א קלונג.
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

פוילער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך פוילער » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:42 am

די האסט זייער גוטע עצה׳ס, אבער דער סיסטעם בלייבט נאכאלץ פארפוילט.
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך ווערעצקי » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:47 am

די וויכוח רוקט זיך אריבער איבער די פרייז פון די בראוקערס, צו זיי מעגן בעטן אזויפיהל צו נישט.

אבער די אמת'ע עולה, וואס איז שוין געווארן פריער ערווענט אביסל, איז דאס הייסן דעם שוכר, באצאלן א בראוקער, וועם דער משכיר האט געדינגען, פאר זיין אייגענע באנוץ, ער ארבעט פאר דעם משכיר, איבערהויפט נישט פאר דעם שוכר, און דער שוכר דארף עס גאר באצאלן. וואס האב איך - שוכר - מיט דעם בראוקער? איך האב אים באשטעלט? איך דארף איך דא האבן? ער איז א געדינגענער ארבעטער פון דעם בעה"ב! פארוואס זאל איך עס דארפן באצאלן??? איז שוין געהערט געווארן אזאנס??????

די תירוץ איז: עבדים היינו....

אויב דערעוילעם געדענקט, איז געווען א תקופה ביים פארקויפן דירות, וואס דער מוכר האט אריינגעשאצט אינעם נדן, עטליכע אלפים פונעם קונה'ס קעשענע, צו באצאלן די הוצאות פון זיין לאיער. יא! אזוי ווי איר הערט! (כ'מיין: ליינט!). דער מוכר האט א לאיער וואס פארטרעט אים ביי די מכירה, דער קונה ברענגט זיך א באזונדערע לאיער וואס פארטרעט אים, אבער דער קונה דארף באצאלן דעם מוכר'ס קאסטן.

פארוואס? ווייל אזוי וויל איך. און ווילאנג דער מוכר איז געווען ידו על העליונה, ס'געווען מער קונים ווי מוכרים, איז עס אזוי געגאנגען.

לגופו של דבר, זענען פארגעקומען נאך פילע הויט-שינדעריי אויף די חשבון פון די קונים, ביים פארקויפן דירות. אבער איך ברענג דאס אויבערשטע, אלס א דירעקטע איבערשפיל ביים פארלאנגען דער שוכר זאל באצאלן דעם בראוקער, וועלכער איז געדינגן דורך דעם משכיר, און ארבעט פאר דעם משכיר.

געדענקט איר די פשט פונעם בעלזער רב זי"ע, אויף די דריי לשונות פון "פדות", איבער דריי סארטן גלות, איינס דערפון איז "גלות ביי אנדערע אידן", פון דעם רעדט מען.
א'מונה ב'טחון ג'עדולד (שמחת החיים - ר' שלום יוסף פריינד)

פוילער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך פוילער » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:53 am

ווערעצקי האט געשריבן:די וויכוח רוקט זיך אריבער איבער די פרייז פון די בראוקערס, צו זיי מעגן בעטן אזויפיהל צו נישט.

אבער די אמת'ע עולה, וואס איז שוין געווארן פריער ערווענט אביסל, איז דאס הייסן דעם שוכר, באצאלן א בראוקער, וועם דער משכיר האט געדינגען, פאר זיין אייגענע באנוץ, ער ארבעט פאר דעם משכיר, איבערהויפט נישט פאר דעם שוכר, און דער שוכר דארף עס גאר באצאלן. וואס האב איך - שוכר - מיט דעם בראוקער? איך האב אים באשטעלט? איך דארף איך דא האבן? ער איז א געדינגענער ארבעטער פון דעם בעה"ב! פארוואס זאל איך עס דארפן באצאלן??? איז שוין געהערט געווארן אזאנס??????

די תירוץ איז: עבדים היינו....

אויב דערעוילעם געדענקט, איז געווען א תקופה ביים פארקויפן דירות, וואס דער מוכר האט אריינגעשאצט אינעם נדן, עטליכע אלפים פונעם קונה'ס קעשענע, צו באצאלן די הוצאות פון זיין לאיער. יא! אזוי ווי איר הערט! (כ'מיין: ליינט!). דער מוכר האט א לאיער וואס פארטרעט אים ביי די מכירה, דער קונה ברענגט זיך א באזונדערע לאיער וואס פארטרעט אים, אבער דער קונה דארף באצאלן דעם מוכר'ס קאסטן.

פארוואס? ווייל אזוי וויל איך. און ווילאנג דער מוכר איז געווען ידו על העליונה, ס'געווען מער קונים ווי מוכרים, איז עס אזוי געגאנגען.

לגופו של דבר, זענען פארגעקומען נאך פילע הויט-שינדעריי אויף די חשבון פון די קונים, ביים פארקויפן דירות. אבער איך ברענג דאס אויבערשטע, אלס א דירעקטע איבערשפיל ביים פארלאנגען דער שוכר זאל באצאלן דעם בראוקער, וועלכער איז געדינגן דורך דעם משכיר, און ארבעט פאר דעם משכיר.

געדענקט איר די פשט פונעם בעלזער רב זי"ע, אויף די דריי לשונות פון "פדות", איבער דריי סארטן גלות, איינס דערפון איז "גלות ביי אנדערע אידן", פון דעם רעדט מען.

זייער קלאר ארוסגעברענגט!
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך ווערעצקי » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:56 am

איבער די ויכוח וועגן די פרייז, קען מען זיך מתוכח זיין צו ס'איז ריזענעבאל צו נישט.

אבער ווי פריער געשריבן, דער לענדלארד איז דער וואס נעמט דעם בראוקער, און לפי השכל והיושר, דארף ער אים באצאלן. איז עס זיין החלטה צו ער וויל עס אליינס טוהן, אדער ער וויל א בראוקער זאל אים פארגרינגערן די ארבעט.

אויב קומט עס צו א מצב אז מ'קען נישט פארדינגען א דירה, נאר דורך א בראוקער, דעמאלטס הייבט זיך אן א ויכוח וועגן "מייקרי השער", אבער ווילאנג עס איז עפעס א באקוועמליכקייט, וועלכער דער לענדלארד דארף נישט אויסקלויבן, און ווען ער קלויבט עס אויס, צאלט ער עס אליינס ווייל אזוי איז אים באקוועמער, איז אביסל שווער צו באשולדיגן דעם בראוקער אלס פארברעכער.

נאר וואס דען? כפי השמועה - פון לענדלארדס - זענען פארהאן בראוקערס (אפשר נישט אלע, אבער עס זענען פארהאן), וועלכע קומען צום לענדלארד מיט א פערטיגע הצעה, געב מיר איבער די דירה, איך וועל דיר ברענגן די מאקסימום רענט, און עס וועט דיר גארנישט קאסטן, ווייל מ'וועט הייסן די טענענט באצאלן די "בראוקעריזש". פאר אזא הצעה, מוז מען זיין גאנץ א גרויסער ירא שמים עס אפצוזאגן, און אזוי ווערט דער טענענט בא'עולה'ט דאפעלט. איינס, אז די פרייזן פון דירות ווערן ארויפגעשרויפט, דורך די פיפיגע בראוקערס וועלכע ווילן ווייזן פאר די לענדלארדס אז נאר ער קענען ברענגן דאס מערסטע, והשנית, אז דער טענענט דארף נאך דערצו צאלן פארן בראוקער.

מה דינו של הבראוקער הזה? איך ווייס נישט! איך בין נישט אין הימל, און ניטאמאל קיין מורה הוראה, אבער איך מיט מיין פשוט'ע שכל איז ער עפעס וואס איז פונקט דאס פארקערטע פון א "ערליכע איד".
א'מונה ב'טחון ג'עדולד (שמחת החיים - ר' שלום יוסף פריינד)

געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך ינואר 19, 2022 12:59 am

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קאנסאלטענט האט געשריבן:די חודש רענט וואס די בראוקער באקומט גייט אראפ פונעם לענדלארד. נישט אזוי?
(אזוי איז עס ווען מען הנדלט מיט גוישע אפארטמענטס)

ניין ביי אונז גייט עס פונעם טענענט, ס'האט זיך לכאו' אנגעהויבן צוליב דעם שטארקן דימענד און קליינעם סופליי, אזוי אז דער לענדלארד איז ידו על העליונה.

א געגנט וואס איז דא א שטארקע דימענט צאלט אויך ביים גוי די טענענט די בראקער פי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך ינואר 19, 2022 1:17 am

ווערעצקי האט געשריבן:אויב דערעוילעם געדענקט, איז געווען א תקופה ביים פארקויפן דירות, וואס דער מוכר האט אריינגעשאצט אינעם נדן, עטליכע אלפים פונעם קונה'ס קעשענע, צו באצאלן די הוצאות פון זיין לאיער. יא! אזוי ווי איר הערט! (כ'מיין: ליינט!). דער מוכר האט א לאיער וואס פארטרעט אים ביי די מכירה, דער קונה ברענגט זיך א באזונדערע לאיער וואס פארטרעט אים, אבער דער קונה דארף באצאלן דעם מוכר'ס קאסטן.

און פארוואס האט דער קונה נישט אראפגעשטעלט א פיס, איך וויל דאס נישט צאלן?? ווייל מארגן וואלט ער געטראפן א צווייטן וואס איז יא גרייט צו צאלן. דאס מיינט אז דאס איז די פרייז. וואוינען אין ברוקלין קאסט זייער טייער.

ווערעצקי האט געשריבן:געדענקט איר די פשט פונעם בעלזער רב זי"ע, אויף די דריי לשונות פון "פדות", איבער דריי סארטן גלות, איינס דערפון איז "גלות ביי אנדערע אידן", פון דעם רעדט מען.

זייער א שיין ווארט. נאך א סארט גלות איז צו זיין אין גלות ביי זיך אליין. די אידן וואס וואוינען אין ברוקלין כאטש די הימל שרייענדע פרייזן זענען אויך אין דעם גלות...
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך קאנטרי מאוד » מיטוואך ינואר 19, 2022 1:42 am

ווערעצקי האט געשריבן:איבער די ויכוח וועגן די פרייז, קען מען זיך מתוכח זיין צו ס'איז ריזענעבאל צו נישט.

אבער ווי פריער געשריבן, דער לענדלארד איז דער וואס נעמט דעם בראוקער, און לפי השכל והיושר, דארף ער אים באצאלן. איז עס זיין החלטה צו ער וויל עס אליינס טוהן, אדער ער וויל א בראוקער זאל אים פארגרינגערן די ארבעט.

אויב קומט עס צו א מצב אז מ'קען נישט פארדינגען א דירה, נאר דורך א בראוקער, דעמאלטס הייבט זיך אן א ויכוח וועגן "מייקרי השער", אבער ווילאנג עס איז עפעס א באקוועמליכקייט, וועלכער דער לענדלארד דארף נישט אויסקלויבן, און ווען ער קלויבט עס אויס, צאלט ער עס אליינס ווייל אזוי איז אים באקוועמער, איז אביסל שווער צו באשולדיגן דעם בראוקער אלס פארברעכער.

נאר וואס דען? כפי השמועה - פון לענדלארדס - זענען פארהאן בראוקערס (אפשר נישט אלע, אבער עס זענען פארהאן), וועלכע קומען צום לענדלארד מיט א פערטיגע הצעה, געב מיר איבער די דירה, איך וועל דיר ברענגן די מאקסימום רענט, און עס וועט דיר גארנישט קאסטן, ווייל מ'וועט הייסן די טענענט באצאלן די "בראוקעריזש". פאר אזא הצעה, מוז מען זיין גאנץ א גרויסער ירא שמים עס אפצוזאגן, און אזוי ווערט דער טענענט בא'עולה'ט דאפעלט. איינס, אז די פרייזן פון דירות ווערן ארויפגעשרויפט, דורך די פיפיגע בראוקערס וועלכע ווילן ווייזן פאר די לענדלארדס אז נאר ער קענען ברענגן דאס מערסטע, והשנית, אז דער טענענט דארף נאך דערצו צאלן פארן בראוקער.

מה דינו של הבראוקער הזה? איך ווייס נישט! איך בין נישט אין הימל, און ניטאמאל קיין מורה הוראה, אבער איך מיט מיין פשוט'ע שכל איז ער עפעס וואס איז פונקט דאס פארקערטע פון א "ערליכע איד".

קלאר און שטארק געזאגט

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך להודות » מיטוואך ינואר 19, 2022 2:09 am

מ'בעט די בראוקערס זיך נישט אריינמישן דא אינעם שמועס ווייל זיי פארשטייען נישט וואס מ'רעדט כמ"ש כי השוחר יעור.

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך rutledge » מיטוואך ינואר 19, 2022 3:39 am

מאדנע…
דעי הויעכע פרייזן פארשטייט דער עולם אבער ווען מגיבט עס א נאמען בראקערס פי איז עס רשעות…
אין גויאישע געגנטער צאלט אויך דער טענענט די פי אויב סאיז קופצי עליה זביני די סיבה פארוואס רוב אפארטמענטס ביי גוים איז נא פי
איז צוליב וואס דער בראקער זאגט דעם אוהנער אז סלוינט זיך צי שרייבן ״נא פי״ כדי צי אטרעקטן מער פאטענציאלע רענטערס און אזוי בעטן נאך העכערע רענט
אבער ביי אונז אין ווילי איז רענט נאך נישט גענוג הויעך והא ראי׳ אז דער עולם צאהלט פאר אפלייענסעס, בראקערס פי, און אפי פאר פעינטען (אלע דריי איז אינקלודעט ווען א גוי רענט)

בניהו
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך בניהו » מיטוואך ינואר 19, 2022 8:07 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשרייען… עס איז א עוולה נוראה!!

אין די גוישע מארקעט צאלט אלץ די לענדלארד פלאס היינט צוטאגס, צוליב די איבערפלוס פון רענטעלס באקומען די טענענטס ריזיגע קאנסעשאנס.

אונז היימישע, פרייען זיך ווי זכר בונדלעך ווען מ׳טרעפט שוין פיינעלי עפעס א דירה און די לענדלארדס נעמען עדווענטידזש פון די מאנגל.

לעניות דעתי זענען די בראוקערס נישט אזוי שולדיג. שולדיג זענען לענדלארדס.

ביסט זייער קלאר מסביר די סיבה. אין א פלאץ וואו ס'איז דא מער דירות ליידיג דארף דער לענדלארד צאלן, אויב ס'איז פארקערט צאלט דער טענענט. דער וואס טרעפט די מציאה דער צאלט.

אויב זאל זיין א מאנגל אין מילך, גייט דער קונה צאלן מער פאר מילך, אויב איז דא אן איבערפלוס פון קאמפעניס וועלן די קאמפעניס צאלן מער פאר מארקעטינג אז מ'זאל קויפן זייער פראדוקט.

דאס איז דער דרך העולם. די עוולה איז אז ס'איז דא א דירות קריזיס און דער עולם בלייבט זיצן וואו מ'איז ווייל ס'איז ב"ה דא וועמען צו בלעימען.

פארוואס עפעס? ס׳איז פארשטענדליך (אויך מיר פארשטענדליך…) אז דאס אז ס׳איז א מציאה מאכט עס די פרייז ארויף גיין אזוי הויעך, אבער צוליב די טענענט באצאלן פארן בראוקער? פארוואס עפעס? די לענלדארד האט אים גע ייערך, ער מאכט די ריווח, זאל ער באצאלן! דאס איז א שרעקליכע אומ-יושר. ס׳איז אזוי ווי די מילך קאמפעני זאל צולייגן א פרייז צו יעדע באטל מילך פאר ״מארקעטינג און סעילס״

פישל דער פישער
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך פישל דער פישער » מיטוואך ינואר 19, 2022 8:14 am

ווערעצקי האט געשריבן:איבער די ויכוח וועגן די פרייז, קען מען זיך מתוכח זיין צו ס'איז ריזענעבאל צו נישט.

אבער ווי פריער געשריבן, דער לענדלארד איז דער וואס נעמט דעם בראוקער, און לפי השכל והיושר, דארף ער אים באצאלן. איז עס זיין החלטה צו ער וויל עס אליינס טוהן, אדער ער וויל א בראוקער זאל אים פארגרינגערן די ארבעט.

אויב קומט עס צו א מצב אז מ'קען נישט פארדינגען א דירה, נאר דורך א בראוקער, דעמאלטס הייבט זיך אן א ויכוח וועגן "מייקרי השער", אבער ווילאנג עס איז עפעס א באקוועמליכקייט, וועלכער דער לענדלארד דארף נישט אויסקלויבן, און ווען ער קלויבט עס אויס, צאלט ער עס אליינס ווייל אזוי איז אים באקוועמער, איז אביסל שווער צו באשולדיגן דעם בראוקער אלס פארברעכער.

נאר וואס דען? כפי השמועה - פון לענדלארדס - זענען פארהאן בראוקערס (אפשר נישט אלע, אבער עס זענען פארהאן), וועלכע קומען צום לענדלארד מיט א פערטיגע הצעה, געב מיר איבער די דירה, איך וועל דיר ברענגן די מאקסימום רענט, און עס וועט דיר גארנישט קאסטן, ווייל מ'וועט הייסן די טענענט באצאלן די "בראוקעריזש". פאר אזא הצעה, מוז מען זיין גאנץ א גרויסער ירא שמים עס אפצוזאגן, און אזוי ווערט דער טענענט בא'עולה'ט דאפעלט. איינס, אז די פרייזן פון דירות ווערן ארויפגעשרויפט, דורך די פיפיגע בראוקערס וועלכע ווילן ווייזן פאר די לענדלארדס אז נאר ער קענען ברענגן דאס מערסטע, והשנית, אז דער טענענט דארף נאך דערצו צאלן פארן בראוקער.

מה דינו של הבראוקער הזה? איך ווייס נישט! איך בין נישט אין הימל, און ניטאמאל קיין מורה הוראה, אבער איך מיט מיין פשוט'ע שכל איז ער עפעס וואס איז פונקט דאס פארקערטע פון א "ערליכע איד".

דאס איז די מצב כהיום יום, כמעט קיין איין לענדלארד גייט נישט אליין צום בראקער אז ער זאל אים זיכן א טענענט, די בראקערס לויפן ארום שמעקן ווי ס'ווערט ליידיג א דירה און זיי אפערן פארן לענדלארד די אויבן-דערמאנטע הצעה.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: הזאת יושר?! (רענטל בראוקערעדזש פרייזן)

תגובהדורך משהלע » מיטוואך ינואר 19, 2022 8:21 am

יצחק אייזיק האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:איך קען נישט מער ווי מיטשרייען… עס איז א עוולה נוראה!!

אין די גוישע מארקעט צאלט אלץ די לענדלארד פלאס היינט צוטאגס, צוליב די איבערפלוס פון רענטעלס באקומען די טענענטס ריזיגע קאנסעשאנס.

אונז היימישע, פרייען זיך ווי זכר בונדלעך ווען מ׳טרעפט שוין פיינעלי עפעס א דירה און די לענדלארדס נעמען עדווענטידזש פון די מאנגל.

לעניות דעתי זענען די בראוקערס נישט אזוי שולדיג. שולדיג זענען לענדלארדס.

ביסט זייער קלאר מסביר די סיבה. אין א פלאץ וואו ס'איז דא מער דירות ליידיג דארף דער לענדלארד צאלן, אויב ס'איז פארקערט צאלט דער טענענט. דער וואס טרעפט די מציאה דער צאלט.

אויב זאל זיין א מאנגל אין מילך, גייט דער קונה צאלן מער פאר מילך, אויב איז דא אן איבערפלוס פון קאמפעניס וועלן די קאמפעניס צאלן מער פאר מארקעטינג אז מ'זאל קויפן זייער פראדוקט.

דאס איז דער דרך העולם. די עוולה איז אז ס'איז דא א דירות קריזיס און דער עולם בלייבט זיצן וואו מ'איז ווייל ס'איז ב"ה דא וועמען צו בלעימען.

Exactly

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט