דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אפריל 30, 2021 11:42 am

רבותי, ריעל עסטעיט דא אין סטעטן איילענד איז באומינג!
זייט פסח איז שוין דא צוואנציג נייע קאנטרעקטס אויף הייזער פון משפחות פון בארא פארק אין וויליאמסבורג.
די סיבות זענען פשוט
א. די לאקעל ריעל עסטעיט מארקעט איז הייס אין גאנץ נוא יארק אינקלודינג ברוקלין.
ב. די טרענספארטעישן ביל אין אלבעני האט געגעבן די זאך א גרויסער push. עס וועט איינשפארען דעם עולם מיליאנען.
ג. פרייזן זענען סטאביל. נישט צו הויעך.
ד. מארטגעדש רעיטס זענען משגע low.
ה. לעיקוואוד דעוועלאפמענטס איז שוין נישט מער אזוי עטרעקטיוו פארן בעלעבאטישן חסידשן עולם.
ו. לינדען. דער פאקט אז לינדען איז גאר הייס פאר אינגע פארפעלקער העלפט צו אז סטעטן איילענד זאל ממשיך זיין איר נאטורליכן וואקס. אבער לינדען קען כידוע נישט אקאמאדירן די פול דימענד, ממילא וועלן מער אינגעלייט מוזן געבן א second look אויף סטעטן איילענד.
ז. סטעטן איילענד האט זיך קונה שם געווען אלץ רוהיגער געמיטליכער מקום נאהנט צו ברוקלין וכו׳. נאך פינעף יאהר איז זי שוין נישט מער א סברא נאר א פיזישער ריעליעטי.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג אפריל 30, 2021 4:21 pm

איז סטעטן איילענד געמאכט פאר א געווענליכער וויליאמסבורגער יונגערמאן, אדער נישט?
כ'מיין נישט צו פרעגן וויאזוי מ'פסקנ'ט אין שו"ע, איך מיין צו פרעגן ווי פאלגענד, יעדער ווייסט און פארשטייט אז א וומ"ס יונגערמאן איז ע"פ רוב אן אנדערע מענטאליטעט ווי א ב"פ יונגערמאן, דאס זעלבע בנוגע מאנסי, מאנרא וכו' וכו', אבער דא איז בעיקר נוגע פאר די שטאטישע אייוואוינער. ס'נישט קיין נפק"מ צו ס'איז א מעלה אדער א חסרון, אבער יעדע שטאט האט זיך זיינע אייגנשאפטן, ממילא ווען איינער וויל מופן, זוכט ער א ישוב וואס ער זאל זיך דארט פילן באקוועם, מיט די איינוואוינער שכנים וכדו'. א וומ"ס יונגערמאן וועט זיך ע"פ רוב נישט שפירן אזוי באקוועם אין ב"פ, והוא הדין להיפוך.
אלזא נפשי בשאלתי, לויט ווי ס'קוקט אויס זענען רוב איינוואוינער פון סטעטן איילענד געקומען פון ב"פ, הייסט דאס אז ס'איז בפשטות נישט קיין אויסוואל פאר א וומ"ס משפחה, אדער אפשר האב איך א טעות, און ס'יא דא גענוג פון וומ"ס?
אסדר: ווילאנג ביידן איז פרעזידענט וועט זיין וואס צו שרייבן, און ווילאנג ער טיילט סטימיולעס און אנעמפלוימענט וועל איך האבן צייט...

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מוצ"ש מאי 01, 2021 11:35 pm

יעדער טרעפט זיך דאס פלאץ דא. סאיז ממש שוה לכל נפש. ביהמ״ד ערבי נחל בנשיאות הרב מילר חתן קארלסבורגער רב זצ״ל איז דאס מערסטע וויליאמסבורג סטייל. בארא פארק סטייל שולען זענען מקילניץ, גראססוואדיין און קאפיטשניץ. אויסער דעם זענען פארהאן חסידישע קרייז שולען, צום ביישפיל צווי שטיבלעך חסידי גור, חסידי סקווירא, חסידי וויזניץ אלע אדמורים צוזאמען, און בעלזא. מפי השמועה, סאטמער מהר״א קלערט אויך צו עפענען א שול בקרוב.

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך יש דברים בגו » פרייטאג מאי 07, 2021 6:13 pm

געהערט אז סקווירא קהילה האט זיך שוין ארייגעצויגן אין זייער נייעם ביהמ"ד וואס לויט ווי מ'הערט איז עס ממש א כלילת יופי
איינער מיט מער פרטים אדיר בילדער?

בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך בועז » מאנטאג יוני 21, 2021 2:51 am

יש דברים בגו האט געשריבן:געהערט אז סקווירא קהילה האט זיך שוין ארייגעצויגן אין זייער נייעם ביהמ"ד וואס לויט ווי מ'הערט איז עס ממש א כלילת יופי
איינער מיט מער פרטים אדיר בילדער?



א סקווירא ביהמ"ד מיינט לכאורה א מקוה אויך, קען דען זיין א סקווירא שטיבל אנע מקוה ?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט