@אידישליך: נייעסן און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 1:11 am

57 דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער האבן געשיקט א בריוו צו סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען און צום FBI דירעקטאר קריסטאפער רעי אז זיי זאלן עפענען אן אויספארשונג אין די טויט פון די אל דזשאזירא זשורנאליסט, שירין אבו אקאדי, וועלכע האט געהאט אמעריקאנער בירגערשאפט.

IMG_20220522_011127_135.jpg
IMG_20220522_011127_135.jpg (543.3 KiB) געזעהן 7679 מאל

IMG_20220522_011125_768.jpg
IMG_20220522_011125_768.jpg (1.39 MiB) געזעהן 7679 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 11:40 am

אידישליך האט געשריבן:חבר הכנסת ג'ידא רינאוי-זועבי פון די מרץ פארטיי האט געמאלדן אז זי זאגט זיך אפ פון די רעגירונג, לאזענדיג די קאאליציע מיט א מינאריטעט פון 59 זיצן און די אפאזיציע מיט 61.

די פאליטישע קריזיס אין ארץ ישראל איז דערווייל פאריבער, ווען די חבר הכנסת ג'ידא רינאוי-זועבי האט געמאלדן, נאך פארהאנדלונגען מיט לפיד, אז זי קומט צוריק אריין אין די קאאליציע, צוריקשטעלנדיג די קאאליציע צו 60.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 11:41 am

קורנעל האסאן סאיאד קודיארי, פון די איראנער רעוואלוציאנערישע גארד, איז געשאסן געווארן 5 מאל און אומגעברענגט געווארן זיצענדיג אין א קאר פארענט פון זיין הויז אין טערהאן, דורך 2 מענטשן וועלכע זענען געפארן אויף א מאטארביציקל.

IMG_20220522_114023_164.jpg
IMG_20220522_114023_164.jpg (31.02 KiB) געזעהן 7405 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 12:08 pm

פרעזידענט ביידען ווען ער איז געפרעגט געווארן צום ערשטן מאל איבער די פרישע מאנקיפאקס אויסברוך, זאגט אז ער ווייסט נאכנישט קיין סאך איבער דעם, אבער עס איז א זאך וואס יעדער זאל זיין באזארגט איבער דעם.

“They haven’t told me the level of exposure yet but it is something that everybody should be concerned about...”

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 1:04 pm

סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט די פרישע פראנצויזישע אויסערן מיניסטער, און דיסקוסירט וויאזוי די לענדער קענען שטיצן שוועדן און פינלאנד'ס זיך אנשליסן אין נאטא.

דאס קומט אין די צייט וואס טערקיי שאפט פראבלעמען פאר די 2 זיך צו אנשליסן אין נאטא.

באזונדער האט דער טערקישער פרעזידענט ערדואן נעכטן אפגעהאלטן געשפרעכן מיט די פירער פון די 2 לענדער, און צווישן אנדערע האט ער פארלאנגט אז שוועדן זאל אראפנעמען די וואפן עקספארט עמבארגא וואס זיי האבן ארויפגעשטעלט אויף טערקיי אין 2019.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 1:16 pm

די וואל סטריט זשורנאל באריכטעט אז די פענטאגאן באטראכט די מעגליכקייט פון שיקן אמעריקאנער ספעציעלע קרעפטן קיין קיעוו צו באוואכן די ארטיגע פריש געעפענטע אמעריקאנער אמבאסאדע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 2:30 pm

בעלגיע, וועלכע האט שוין באשטעטיגט 4 פעלער פון די מאנקיפאקס ווירוס, איז די ערשטע לאנד צו איינשטעלן אן 21 טאג'יגע קוואראנטין פאר אנגעשטעקטע מיט די ווירוס.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 3:53 pm

5 זענען אומגעקומען און הונדערטער טויזנטער זענען אן עלעקטריציטעט, נאך שווערע רעגן שטורעמעס וועלכע האבן זיך אראפגעלאזט אין קיובעק און אנטעריא, קאנאדע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 6:18 pm

אין אנדערע בעיבי פארמולע נייעס: 3 מענטשן פון פלארידע זענען פאראורטיילט געווארן צו 18 יאר טורמע, נאך וואס זיי האבן ארויסגעשווינדלט פון אמעריקאנער פירמעס בעיבי פארמולע און נאך רעגולירטע פראדוקטן אין ווערד פון איבער 100 מיליאן דאלער.

אנגעבליך האבן זיי עס געזאלט שיקן און פארקויפן אין אויסלאנד, אבער האבן עס אין פאקט פארקויפט אין אמעריקע, צווישן די יארן 2013 און 2018.

די 3 האבן באשולדיגט די "טראקער טיפשים וועלכע האבן ערוועלט דאנעלד טראמפ" אין דאס וואס מען האט געכאפט זייער שווינדל.

IMG_20220522_181808_063.png
IMG_20220522_181808_063.png (1.23 MiB) געזעהן 6053 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 22, 2022 11:34 pm

אידישליך האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט איינגעשטעלט די 'פארטיידיגונגס פראדוקציע אקט' צו ארויסהעלפן מיט די בעיבי פארמולע מאנגל אין לאנד.

אזוי אויך האט ביידען געמאלדן א פרישע אפעראציע גערופן 'פליי פארמולע', וואס וועט זיין געשטעלט צו פארשנעלערן דאס אימפארטירן פארמולע קיין אמעריקע.

א מיליטערישע פליגער מיט 78,000 פונט בעיבי פארמולע האט היינט געלאנדעט אין אינדיאנאפאליס, די ערשטע אין א רייע וועלכע אימפארטירן פארמולע פון אייראפע, אלס טייל פון פרעזידענט ביידענ'ס אפעראציע 'פליי פארמולע'.

IMG_20220522_233333_077.jpg
IMG_20220522_233333_077.jpg (110.06 KiB) געזעהן 4739 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 8:09 am

אידישליך האט געשריבן:דער ערשטער רוסישער סאלדאט וועלכע איז אנגעקלאגט געווארן אויף קריגס פארברעכן, האט זיך דערקלערט שולדיג אין ערמארדן א ציווילער אומבאוואפענטער 62 יעריגער מאן.

ער קען אויסשטיין לעבנסלענגליכע טורמע.

דער 21 יעריגער רוסישער סאלדאט איז געפונען געווארן שולדיג, און איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

די קרעמלין האט געזאגט אז זיי זענען באזארגט, און זיי קוקן אריין אין אפציעס צו פארטיידיגן דעם סאלדאט.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 8:13 am

דורכאויס א דזשוינט פרעסע קאנפרענס מיט דעם יאפאנעזישער פרעמיער מיניסטער אין טאקיא, האט פרעזידענט ביידען ווען ער איז געפרעגט געווארן דורך א רעפארטער, געזאגט אז אמעריקע איז גרייט צו באשיצן טייוואן מיליטעריש, אויב זאל כינע זיי אינוואדירן.

די ווייסע הויז אין א סטעיטמענט האט קלארגעשטעלט אז די אמעריקאנע אפיציעלע פאזיציע איבער כינע און טייוואן האט זיך נישט געטוישט.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 8:24 am

7 זענען אומגעקומען, און 4 פעלן, נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אויף א פערי שיף מיט איבער 100 פאסאזשירן אין די פיליפינען.

IMG_20220523_082311_431.jpg
IMG_20220523_082311_431.jpg (42.74 KiB) געזעהן 4436 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 9:42 am

געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס זאגט אז ער איז אפן צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2024, זאגענדיג 'מיר וועלן גיין וואו מיר ווערן גערופן'.

דאס קומט אין די צייט וואס מייק פענס וועט היינט ארום גיין קאמפיינען מיט דזשארדזשע גאווערנער ברייען קעמפ, וועם טראמפ פרובירט ארויסצושטויסן.

א טראמפ ווארטזאגער האט געזאגט אז פענס "פרובירט צו נאכלויפן זיין פארלוירענע רעלעוואנס"...

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 10:32 am

א רוסישער דיפלאמאט צו די UN האט רעזיגנירט אין ליכט פון די אינוואזיע אויף אוקריינע, שרייבענדיג אז ער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי פארשעמט מיט זיין לאנד.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 12:15 pm

נאך 15 יאר אפערירן אין רוסלאנד, האט סטארבאקס געמאלדן אז זיי פארלאזן גענצליך רוסלאנד, און וועלן פארמאכן זייערע 130 געשעפטן, צוליב די אינוואזיע אויף אוקריינע. זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן ווייטער באצאלן פאר די ארום 6,000 ארבעטער, פאר די קומענדיגע 6 חדשים.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 12:48 pm

דער הויפט פון די אוקריינישע מיליטערישע שפיאנאזש זאגט אז פוטין האט איבערגעלעבט אן אומגעלונגענע אטענטאט, וועלכע איז אנגעבליך פארגעקומען ארום 2 מאנאטן צוריק אין די קאווקאזן.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 3:05 pm

ווייניגסטנס 7 מענטשן זענען אומגעקומען, און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן ווען א 10 שטאקיגע געביידע, וועלכע האט געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן, אבער די אונטערשטע שטאקן זענען שוין געווען אפן, איז צוזאמעגעפאלן אין אבאדאן, איראן. זוכערייען זעצן פאר נאך איבערלעבער.

IMG_20220523_150520_592.jpg
IMG_20220523_150520_592.jpg (133.12 KiB) געזעהן 3486 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 3:45 pm

באריכטן געבן אן אז די עירפארס קארגא פליגער, וועלכע טראגן האוויצערס און אמוניציע קיין אייראפע, ווערן אנגעפילט מיט בעיבי פארמולע אויף זייער וועג צוריק קיין אמעריקע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 3:59 pm

א זיכערהייט וועכטער איז אומגעקומען אין די קאטאר אמבאסאדע אין פאריז, נאכן ווערן געפאָנטשט דורכאויס א געפעכט מיט איינעם וועלכע איז אריינגעקומען אין די אמבאסאדע.

איינער איז ארעסטירט געווארן אויפן ארט, און פראנצויזישע אויטאריטעטן האבן געעפענט אן אויספארשונג.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 23, 2022 6:05 pm

די ניו יארקע פאליציי האט ארויסגעלייגט א בילד פון דעם פארדעכטיגטן מערדער, וועלכער האט געעפענט פייער נעכטן זונטאג אויף א ניו יארקער סאבוועי Q באן, און דערשאסן צום טויט אן 48 יעריגער מאן וועלכער האט געארבעט אין גאלדמאנ'ס סאקס.

IMG_20220523_180503_901.jpg
IMG_20220523_180503_901.jpg (120.62 KiB) געזעהן 2565 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 24, 2022 1:08 am

די CIA האט געמאלדן אז זיי באעהרן 2 אפיצירן וועלכע זענען אומגעקומען דורכאויס זייער ארבעט, אבער די דעטאלן ארום זייער טויט איז קלאסיפיצירט.

IMG_20220524_010809_362.jpg
IMG_20220524_010809_362.jpg (139.23 KiB) געזעהן 715 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 24, 2022 1:11 am

פענסילוועניע רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט, דעיוו מעקקאָרמיק, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין אן ארטיגע געריכט אפצוהאלטן קאונטיס פון דיסקוואליפיצירן שטים צעטלעך וואס זענען אריינגעשיקט געווארן דורך די פאסט און זענען אנגעקומען אין צייט, אבער פארמאגן נישט קיין האנט געשריבענע דאטום אויפ'ן קאנווערט אינדרויסן ווי די אפיציעלע רעגולאציעס פארלאנגן, אנגעבנדיג אז נאך אלעם פארמאגן אלע קאנווערטן א שטעמפל אז זיי זענען אנגעגעבן געווארן אין צייט, און עס איז נישטא קיין פארדאכטן אויף פעלשונגען.


מעקקאָרמיק'ס אנקלאגע איז באזירט אויף אן אורטייל פון פארגאנגענע וואך דורך די פעדעראלע 3'טע סירקוט אפעלאטן געריכט, וועלכע זאגט אז אזעלכע שטימען מוזן געציילט ווערן, און אויך טענה'ט ער אז אפילו די פענסילוועניע סופרים קאורט וועלכע האט מיט א צייט צוריק געאורטיילט אז שטימען דורך די פאסט איז נישט אויסגעהאלטן לויט די סטעיט'ס קאנסטיטוציע, האט אבער גלייכצייטיג קלארגעשטעלט אז מען קען נישט דיסקוואליפיצירן א שטימע נאר צוליב וואס עס פעלט א האנט געשריבענע דאטום.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 24, 2022 8:53 am

דרום קארעא באריכט אז זיי האבן געדארפט ארויסשיקן קאמפס פליגער צו פארטרייבן 4 רוסישע און 4 כינעזע מיליטערישע פליגער וועלכע זענען אריינגעקומען אין זייער לופט פארטיידיגונגס זאנע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 24, 2022 9:00 am

אטורני דזשענעראל גארלענד האט ארויסגעגעבן פרישע יוסטיץ דעפארטמענט פאליסיס פאר פעדעראלע אגענטן ווען צו נוצן קראפט. צווישן אנדערע הייסט עס פעדעראלע אגענטן זיך צו אריינמישן אויב זיי זעהן לאקאלע אפיצירן באגייען זיך ווילד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: chalat, Google [Bot], Pinchus, בעל דמיון, בעסער פרעג נישט, גאלע, גרויסע רעדנער, דיסענטיס, דריידל, מצה טאש, נישטאמת, עולם האמת, פירותיך מתוקים, פליישיג, שמן זית און 133 געסט