@אידישליך: נייעסן און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 2:11 pm

אידישליך האט געשריבן:א ווייסער איגנטליכער באקליידעט מיט מיליטערישע קליידער האט געעפענט פייער אין א טאפס געשעפט אין באפעלאו ניו יארק, און אומגעברענגט 10 מענטשן און פארוואונדעט נאך 3.

אויטאריטעטן זאגן אז דער 18 יעריגער מערדער וועלכער האט אומגעברענגט 10 מענטשן נעכטן אין באפעלאו, האט פארגאנגענע יאר געסטראשעט דורכצופירן א מאסן שיסעריי אין זיין הויעך שולע, און איז דעמאלסט געשיקט געווארן פאר אן אפשאצונג אויף זיין גייסטישע געזונט צושטאנד.

אויך גיבן אויטאריטעטן אן אז דער שיסער האט שטודירט די ארטיגע מאפע, און געצילט אן ארט מיט א הויכע שווארצע פאפולאציע, און איז שוין אנגעקומען דארט א טאג בעפאר די שיסעריי, עס צו קענען בעסער אויספלאנירן.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 2:51 pm

א טאג נאך זיין באזוך אין קיעוו, האט סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקקאנעל זיך אויסגעדרוקט אין פארטיידיגונג קעגן קריטיק אינערהאלב די פארטיי פארן שטיצן די 40 ביליאן דאלער'דיגע שטיצע פעקל צו אוקריינע, אז "דאס איז נישט קיין פשוט'ע נדבה. עס איז צו פארמיידן דעם גרויזאמער באנדיט פון אנצוהייבן א מארש איינצונעמען אייראפע".

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 3:19 pm

די ווייסע הויז ציעט צוריק פון א פריערדיגע טוויט, נאכן ווערן שטארק אראפגעריסן פארן שרייבן אז בעפאר פרעזידענט ביידען איז אריינגעקומען אין אפיס, איז נישט געווען צו באקומען קיין קאוויד וואקסינען.

פרעזידענט ביידען האט באקומען זיין ערשטע קאוויד וואקסין דאזע אין דעצעמבער 2020, און זיין צווייטע דאזע יאנואר 11.

IMG_20220515_151909_634.jpg
IMG_20220515_151909_634.jpg (84.23 KiB) געזעהן 6318 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 5:26 pm

א מאסן שיסעריי איז פארגעקומען אין א קירכע אין קאליפארניע. פאליציי האט איינעם ארעסטירט, און דעטאלן זענען דערווייל נאכנישט קלאר.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 5:48 pm

אידישליך האט געשריבן:א מאסן שיסעריי איז פארגעקומען אין א קירכע אין קאליפארניע. פאליציי האט איינעם ארעסטירט, און דעטאלן זענען דערווייל נאכנישט קלאר.

ערשטע באריכטן געבן איין טויטע און 4 פארוואונדעטע אין די שיסעריי.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 6:09 pm

אידישליך האט געשריבן:

צפון קארעא, וועלכע איז אין די פערטע טאג פון אן אפיציעלע נאציאנאלע לאקדאון צוליב קאוויד, באריכטעט אז זיי האבן שוין 42 קאוויד טויט פעלער, און 296,180 פארדעכטיגטע קאוויד אנגעשטעקטע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 6:18 pm

דער פענסעלוועניע לוטענעט גאווערנער, דזשאן פעטערמאן, וועלכע לויפט פאר די ארטיגע דעמאקראטישע סענאט זיץ, האט געמאלדן אין א סטעיטמענט אז ער האט געכאפט א סטראוק.

IMG_20220515_181805_614.jpg
IMG_20220515_181805_614.jpg (136.85 KiB) געזעהן 5881 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 6:22 pm

אידישליך האט געשריבן:

א שוידער גייט דורך אלע ביינער ווען מ'זעהט וואס דער קאלטבלוטיגער רוצח, פון די נעכטיגע שיסעריי אין באפעלאו, האט זיך אנגעשריבן קעגן חסידישע אידן אנליין.

דער באשעפער האט געהאלטן זיין רעכטע האנט און דער רוצח האט נישט אויסגעפירט זיינע בייזוויליגע רציחות אויף אחינו בני ישראל.

IMG_20220515_182121_367.jpg
IMG_20220515_182121_367.jpg (201.15 KiB) געזעהן 5858 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 6:29 pm

פרעזידענט ביידען וועט דינסטאג באזוכן באפעלאו, און זיך טרעפן מיט פאמיליע פון געשעדיגטע אין די שיסעריי.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 10:07 pm

דר. פאוטשי אין אן אינטערוויו זאגט אז אויב טראמפ וועט געווינען די פרעזידענטשאפט אין 2024 וועט ער זיך נישט צוריקקערן צו דינען אלס די ווייסע הויז מעדעצינישע אדווייזער.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 10:08 pm

איבער 20 געדינגענע העקערס האבן זיך צוזאמגענומען אין די וואלן הויפטקווארטיר פון בראזיל, צו פרובירן זיך צו אריינצוהעקן אין די לאנד'ס וואלן סיסטעם, אין בעפארגרייטונג צו די ארטיגע פרעזידענטליכע וואלן וואס וועט פארקומען אין אקטאבער.

נאך 3 טעג פרובירן, זענען זיי אלע דורכגעפאלן, און קיינער האט נישט באוויזן צו אויסשפילן דעם וואלן סיסטעם.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 9:40 am

אידישליך האט געשריבן:די פירנדע פארטיי אין שוועדן האט געמאלדן היינט אין א סטעיטמענט אז די פארטיי וועט ארבעטן אז שוועדן זאל זיך אנשליסן אין נאטא.

מארגן וועט מען עס דיסקוסירן אין די ארטיגע פארלאמענט, און דערנאך וועט דער ארטיגער פרעימיער מיניסטער ארויסלייגן א מעלדונג.

פרעימיער מיניסטער פון שוועדן האט פארמאל געמאלדן אז שוועדן וועט אריינגעבן אן אפליקאציע זיך צו אנשליסן אין נאטא.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 10:50 am

מעקדאנעלדס, וועלכע אפערירט 850 געשעפטן מיט 62,000 ארבעטער אין רוסלאנד, זאגט אז זיי ציען זיך פולקאם ארויס פון לאנד און זוכן צו פארקויפן אירע געשעפטן, אין ליכט פון די אינוואזיע אויף אוקריינע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 10:53 am

נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג האט נעכטן נאך אן אינפארמאציע זיצונג אין נאטא געזאגט אז "אוקריינע קען געווינען דעם קריג".

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 12:20 pm

גאזאלין פרייזן אין אייראפע זעצן פאר אראפצוגיין שוין צום צווייטן טאג נאך וואס עס איז ארויסגעקומען אז די פאראיין איז אויפגעקומען מיט אן אפציע, וועלכע זי וועט מעלדן גאר קורצליך, וויאזוי אייראפעאישע ענערגיע פירמעס וועלן קענען באצאלן פאר רוסלאנד אן פארלעצן די סאנקציעס, אבער צו די זעלבע צייט גענוג צופרידנשטעלנד צו רוסלאנד, טעכניש נאכקומענדיג פוטינ'ס פארלאנגען.

לויט בלומבערג וועט די אייראפעאישע פאראיין זאגן פאר קאמפאניס אז זיי זאלן קלאר מאכן אז זיי וועלן נאר צאלן אין יוראס אדער אין דאלארן, און די באנק וועט עס אויפטוישן אויף רובל. אויך וועלן די קאמפאניס האלטן די גאזאלין פרייזן נידעריג אדער גאר זיי שניידן אין פאל רוסלאנד זאל רעאגירן מיט'ן איינצוימען גאז ליפערונגען.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 12:21 pm

אין א 6-3 באשלוס האט די סופרים קאורט געאורטיילט אז א פעדעראלער געזעץ פון 2002 וועלכע באגרעניצט וויפיל קאמפיין געלטער פאליטישע קאנדידאטן מעגן נוצן צו באצאלן וואס זיי האבן אויסגעבארגט פון זייער טאש פאר זייערע פאליטישע קאמפיינס, איז נישט קאנסטיטוציאנאל.

די אורטייל איז א געוואונס פאר סענעטאר טעד קרוז וועלכער האט אנגעגעבן די קלאגע צום געריכט, טענה'ענדיג אז דאס פארלעצט די קאנסטיטוציאנאלע רעכט פרייהייט פון אויסדרוק, ווייל דאס צוימט איין די מעגליכקייט פונעם קאנדידאט צו פארשפרייטן זיינע רייד.

קרוז האט געקלאגט אין געריכט נאך וואס ער האט פארבארגט $260,000 פון זיין אייגענעם טאש פאר זיין 2018 סענאט קאמפיין, און די איצטיגע געזעץ ערלויבט קאנדידאטן צו נעמען צוריקבאצאלט נאר $250,000 פון די קאמפיין קאסע.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 1:36 pm

טערקישער פרעזידענט ערדואן זאגט אז זיי וועלן נישט שטימען אריינצונעמען פינלאנד און שוועדן אין נאטא, און זאגט אז זייערע אויסערן מיניסטארן וועלכע פלאנען צו גיין קיין טערקיי פאר געשפרעכן, האבן נישט וואס צו קומען.

IMG_20220516_133558_318.jpg
IMG_20220516_133558_318.jpg (122.93 KiB) געזעהן 3780 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 3:41 pm

פרעזידענט ביידען האט באשטעטיגט א פלאן צו צוריק שיקן עטליכע הונדערט אמעריקאנע ספעציעלע קרעפטן קיין סאמאליע, צוריקדרייענדיג פון די פריערדיגע אדמיניסטראציע, וועלכע האט ארויסגעצויגן ארום 700 ספעציעלע קרעפטן פון דארט.

אזוי אויך האט דער פרעזידענט געגעבן ערלויבעניש פאר די פענטאגאן צו צילן ארום 12 פירער פון די ארטיגע אל שאבאב טעראר גרופע, וועלכע איז אפיליאירט מיט אל קאידא.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 5:26 pm

די גרעסטע אמעריקאנער פאָרמולע פראדוצירער, אבבאט, האט נארוואס געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט די FDA וואס וועט איר ערלויבן צוריק צו עפענען איר פאבריק אין סטורדזשיס, מישיגען. די פאבריק איז אפגעשפארט געווארן אין פעברואר נאך וואס א צאל קינדער זענען אנגעשטעקט געווארן מיט א געוויסע באקטעריע און אייניגע זענען אומגעקומען. די קאמפאני האט דאן אויך צוריקגערופן מאסן פראדוקטן, און די רעגירונג האט געעפענט אן אויספארשונג איבער געזונטהייט פראבלעמען.

די פירמע האט נישט אנגעגעבן קיינע דעטאלן איבער די אינהאלט פונעם אפמאך, אבער זאגט אז עס וועט נעמען מינימום 8 וואכן פון ווען פראדוקציע גייט אריין אין קראפט ביז די פראדוקטן וועלן אנקומען אין די געשעפטן.

דאס קומט אין די צייט ווען דאס לאנד ווערט געפלאגט פון א מאנגל אין פאָרמולע, אין טייל טאקע צוליב די אפשפארונג פון די פאבריק וועלכע שטעלט צו די גרעסטע טייל פון פאָרמולע וואס ווערט פארטיילט אונטער די פעדעראלע 'וויק פראגראם', און די אדמיניסטראציע האט אריינגעהויבן שווערע קריטיק פארן נישט טוהן מער צו לינדערן די פראבלעם.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 11:26 pm

די עיר פארס מעלדט אז זיי האבן אדורכגעפירט די ערשטע סוקסעספולע טעסט, און ארויסגעשאסן א ARRW הייפערסאניק מיסיל פון א פליענדע B-52 פליגער. די מיסיל האט צום ערשטן מאל געפעסט אלע טעסטס, און איז געפלויגן מיט א שנעלקייט פון מאק 5.

IMG_20220516_232615_582.jpg
IMG_20220516_232615_582.jpg (321.04 KiB) געזעהן 1297 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג מאי 16, 2022 11:40 pm

באריכטן געבן אן אז רוסישע אפערירטע S-300 מיסיל דעפענס סיסטעמען האבן צום ערשטן געשאסן אויף מיליטערישע פליגערס פון מדינת ישראל, וועלכע האבן דורכגעפירט אפעראציעס אין סיריע פארלאפענע פרייטאג.

סירישע קרעפטן שיסן געווענליך אנטי עיר מיסילס אויף די מדינת ישראל פליגער, וואס זיי האבן אין זייער באזיס. דאס מאל איז עס אבער געקומען פון די S-300 סיסטעמען וועלכע ווערן אפערירט בלויז דורך די רוסישע מיליטער, וועלכע געבט אן אז דאס איז די ערשטע מאל וואס די רוסן זעלבסט שיסן אויף די ישראלים זינט אנהייב פון די סירישע קריג.

די מיסילס האבן נישט געשאפן קיין געפאר פאר די מדינת ישראל פליגער, און לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן האבן די פליגערס גרינגערהייט צושמעטערט די S-300 בעטערי.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 17, 2022 9:43 am

א טעראריסט מיט א מעסער איז צוגעלאפן צו מדינת ישראל סאלדאטן ביים אריינגאנג צו שכם, פראבירנדיג זיי צו שטעכן. די סאלדאטן האבן גלייך געעפענט פייער און נוטראליזירט דעם טעראריסט.

די סאלדאטן זענען נישט פארוואונדערט געווארן.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 17, 2022 9:46 am

אידישליך האט געשריבן:

די פארלאמענט פון פינלאנד האט געשטימט 188-8 צו אפיציעל אריינגעבן אן אפליקאציע זיך צו אנשליסן אין נאטא.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 17, 2022 9:49 am

פרעזידענט ביידען וועט דאנערשטאג אויפנעמען אינעם ווייסן הויז דעם פרעמיער מיניסטער פון שוועדן, און דער פרעזידענט פון פינלאנד, און זיי וועלן דיסקוסירן די נאטא אפליקאציעס און אייראפעאישע זיכערהייט.

IMG_20220517_094900_099.jpg
IMG_20220517_094900_099.jpg (87.26 KiB) געזעהן 1010 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג מאי 17, 2022 10:56 am

ניו יארק סיטי האט ארויפגעריקט די קאוויד אלערט שטאפל צו 'הויעך'.

IMG_20220517_105634_709.jpg
IMG_20220517_105634_709.jpg (148.73 KiB) געזעהן 747 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”