עולם האמת האט געשריבן:די אוקריינע זאלאטע פראנט צופאלט
אסאך אוקריינע פאזיציעס ווערן איבערגעלאזט
די רוסן זענען ערווארטעט איבערצונעמען די געגנט גאר בקרוב
די שאלה וויפיל אוקריינער וועלן בלייבן פארכאפט
דאס איז א געפערליכע חורבן פאר ליסיטשאנסק וואס האט זיך געגרייט אויף די אפענסיווע פון די סעווערדאנעסק זייט וואס איז רעלאטיוולי גרינגער צו דיפענדן צוליב די טייך העכערע גראוינדס וכו'
יעצט זענען די רוסן הארט אינטער ליסיטשאנסק די אנדערע זייט טייך
די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט היבש ביסל אקטיוויטעטן ביי די פראנט
קוקנדיג אביסל פאראויס
די רוסן גייען גאנץ בקרוב קאנטראלירן אלעס ביז די פורפל ליניע - גאנץ מזרח דאנבאס
די שלאכטן וועלן זיך אריבערציען קיין סלאוויאנסק קראמאטורסק און באקמוט - צו מערב דאנבאס
קענען די אוקריינער אנהאלטן א אפענע רעלאטיוו באשיצטע סופליי/עוואקואציע ליניע קיין ליסיטשאנסק?
וועלן די אוקריינער לאזן זייערע טרופן אין ליסיטשאנסק ווערן ארומגערינגלט און זיך שלאגן ביזן אויסלויפן פון וואפן אזויווי אין מאריאפל?
ווי טויטליך וועט זיין די אוקריינע ריקצוג?
וויפיל פארכאפטע אוקריינער?
די קומענדיגע טעג וועלן זיך זאכן אויסקלארן