שנת השמיטה תשפ"ב

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 11, 2021 1:48 pm

מ'שטייט גאר נאנט צו די שנת השמיטה און שוין איז דא נייעס איבער די גרויסקייט פון היטן שמיטה
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 11, 2021 1:49 pm

א נס האט פאסירט אין די גרינהויז פון א פארמער וועלכע האט זיך אונטערגענומען צו היטן-שמיטה, ווען א ראקעט האט געלאנדעט אבער נישט אויפגעריסן. דער פארמער שפירט אז די מצוה פון "וצויתי את ברכתי" האט געראטעוועט זיין פארמעגן און פארמיטן שווערע שאדנס.

photo_2021-05-11_10-08-46 (2).jpg
photo_2021-05-11_10-08-46 (2).jpg (266.46 KiB) געזעהן 1368 מאל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
צהלתו בפניו
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:02 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך צהלתו בפניו » דינסטאג מאי 11, 2021 1:53 pm

וואו זענען די אלע שמיטה ארגאניזאציעס פון 7 יאר צוריק?
פארקויפן שטיקער לאנד, מאכן מעמדים, ריזיגע געלטאקציעס וכו'?
און אפשר קענען שוין די מארגנים פון די חול המועד פראגראמען שוין צוגרייטן אינהאלטסרייכע שיעורים און פרעזענטאציעס אין די נושא פאר חוה"מ סוכות הבעל"ט

אוועטאר
צהלתו בפניו
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:02 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך צהלתו בפניו » דינסטאג מאי 11, 2021 1:54 pm

זאל ער זאפארט פארנייען די לאך און מאכן בדיקת תולעים כ"ז מען קען נאך ראטעווען...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4130
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג מאי 11, 2021 2:07 pm

צהלתו בפניו האט געשריבן:וואו זענען די אלע שמיטה ארגאניזאציעס פון 7 יאר צוריק?
פארקויפן שטיקער לאנד, מאכן מעמדים, ריזיגע געלטאקציעס וכו'?
און אפשר קענען שוין די מארגנים פון די חול המועד פראגראמען שוין צוגרייטן אינהאלטסרייכע שיעורים און פרעזענטאציעס אין די נושא פאר חוה"מ סוכות הבעל"ט

כ'האב שוין געזעהן בראשורן אין די בתי מדרשים אין די לעצטע וואכן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 11, 2021 5:21 pm

ס'איז דאך א קלארער פסוק, "וציויתי את ברכתי לכם בשנה הששית."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מאי 11, 2021 5:28 pm

נישט געוויסט ס'זאנען דא אזעלעכע ערליכע פארמערס ארבעטן אויפן פעלד מיטן רעקל..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 11, 2021 5:56 pm

eller האט געשריבן:א נס האט פאסירט אין די גרינהויז פון א פארמער וועלכע האט זיך אונטערגענומען צו היטן-שמיטה, ווען א ראקעט האט געלאנדעט אבער נישט אויפגעריסן. דער פארמער שפירט אז די מצוה פון "וצויתי את ברכתי" האט געראטעוועט זיין פארמעגן און פארמיטן שווערע שאדנס.

photo_2021-05-11_10-08-46 (2).jpg

אין וועלכע שטאט איז די פארם?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אוראייניקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8656
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג מאי 11, 2021 6:45 pm

באקסער בוים האט געשריבן:נישט געוויסט ס'זאנען דא אזעלעכע ערליכע פארמערס ארבעטן אויפן פעלד מיטן רעקל..

דאכט זיך מיר דער איז א משגיח.
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

אוועטאר
תלישא קטנה
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך תלישא קטנה » דינסטאג מאי 11, 2021 7:28 pm

איך בין מוראדיג ממליץ פארן ציבור !!! איהר האט א האלבע שעה \ שעה אין טאג ? קענט איהר נאך איינער ? זעצט אייך לערנען משניות שביעית !!! נישט אויבערעפלעכליך ... אביסל מעהר גרינדליכער ... אזוי וואו א גמרא ... מיט ראשונים וכו'
ס'איז טעם גן עדן !!!
א גאר גישמאקע מסכתא מיט פיהל אינטרעסאנטע סוגיות ... און נאכדצו נישט אזוי באקאנט און גלערנט אין די ישיבות און כוללים וכו' (לעצטע 10 יאהר האבן זיך צוביסלעך אויפגעמאכט כוללים אין אר"י ...)

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג מאי 14, 2021 12:29 pm

קרישקעלע: איך האב נישט געזען קיינמאל אין די אלע פלעצער וואס מען באמבאדירט אין א"י יעצט, אז עפעס זאל געשען אין קוממיות.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 07, 2021 4:55 pm

בני ברק - א התרגשות'דיגער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביי א מעמד לטובת קרן השביעית בראשות גדולי ישראל, ווען די אנוועזנדע שותפים און נדבנים האבן זיך אונטערגענומען גרויסע געלטער צו אויסהאלטן די פאמיליעס פון די מסירות נפש'דיגע פארמער וועלכע נעמען אויף זיך צו האלטן שמיטה גענצליך אויסגעהאלטן בכל פרטיה ודקדוקיה און זיך נישט פארלאזן אויפו אלגעמיינעם היתר מכירה. מען האט אונטערגעשריבן שטרי שותפות מיט די פארמער און דער ראש ישיבה הגאון רבי בערל פאווארסקי שליט"א איז אינמיטן אזוי נתרגש געווארן פון די געוואלדיגע הקרבה און מסירת נפש פון די פארמער אז ער האט פשוט זיי צוקושט די האנט.

whatsapp-image-2021-06-04-at-144532 (1).jpeg
whatsapp-image-2021-06-04-at-144532 (1).jpeg (62.77 KiB) געזעהן 569 מאל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג יוני 07, 2021 4:58 pm

eller האט געשריבן:בני ברק - א התרגשות'דיגער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביי א מעמד לטובת קרן השביעית בראשות גדולי ישראל, ווען די אנוועזנדע שותפים און נדבנים האבן זיך אונטערגענומען גרויסע געלטער צו אויסהאלטן די פאמיליעס פון די מסירות נפש'דיגע פארמער וועלכע נעמען אויף זיך צו האלטן שמיטה גענצליך אויסגעהאלטן בכל פרטיה ודקדוקיה און זיך נישט פארלאזן אויפו אלגעמיינעם היתר מכירה. מען האט אונטערגעשריבן שטרי שותפות מיט די פארמער און דער ראש ישיבה הגאון רבי בערל פאווארסקי שליט"א איז אינמיטן אזוי נתרגש געווארן פון די געוואלדיגע הקרבה און מסירת נפש פון די פארמער אז ער האט פשוט זיי צוקושט די האנט.

whatsapp-image-2021-06-04-at-144532 (1).jpeg

דער שרייבער זאל מיר מוחל זיין, אבער דאס איז איינע פון די תרי"ג מצוות פון די תורה, און מסירות נפש קומט נישט אריין דא.
ולעצם הענין, אויב די תורה הקדושה זאגט צי "וצויתי את ברכתי", איז א אונטערנעמונג פון גרויסע געלטער אויסצוהאלטן די משפחות גענצליך איבריג... די תורה הקדושה האט זיי שוין פארזארגט מיט ברייט פרנסה, און די תורה איז א נצחיות ס'גייט אן אפילו אינעם היינטיגן הסתר פנים'דיגן דור.

לפי עניות דעתי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך לפי עניות דעתי » מאנטאג יוני 07, 2021 5:04 pm

איש חמודות האט געשריבן:

ווען מיינע זיידעס אין אמעריקע האבען געהיטען שבת האבען זיי געהאט מסירות נפש.
ער האט פארלוירען דעם דשאב מיט שמחה פארן אייבערשטן, ער האט באמת געגלייבט אז פון א מצוה דערלייגט מען נישט, אבער ווען סאיז דא היתרים (נישט קיין חילוק צו סאיז אויסגעהאלטן צו נישט) אין אן ערליכער יוד פארלאזט זיך נישט דערויף, איז דאס א נגרויסע מסירת נפש
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק

אוועטאר
sheetrock
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך sheetrock » מאנטאג יוני 07, 2021 5:27 pm

איש חמודות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:בני ברק - א התרגשות'דיגער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביי א מעמד לטובת קרן השביעית בראשות גדולי ישראל, ווען די אנוועזנדע שותפים און נדבנים האבן זיך אונטערגענומען גרויסע געלטער צו אויסהאלטן די פאמיליעס פון די מסירות נפש'דיגע פארמער וועלכע נעמען אויף זיך צו האלטן שמיטה גענצליך אויסגעהאלטן בכל פרטיה ודקדוקיה און זיך נישט פארלאזן אויפו אלגעמיינעם היתר מכירה. מען האט אונטערגעשריבן שטרי שותפות מיט די פארמער און דער ראש ישיבה הגאון רבי בערל פאווארסקי שליט"א איז אינמיטן אזוי נתרגש געווארן פון די געוואלדיגע הקרבה און מסירת נפש פון די פארמער אז ער האט פשוט זיי צוקושט די האנט.

whatsapp-image-2021-06-04-at-144532 (1).jpeg

דער שרייבער זאל מיר מוחל זיין, אבער דאס איז איינע פון די תרי"ג מצוות פון די תורה, און מסירות נפש קומט נישט אריין דא.
ולעצם הענין, אויב די תורה הקדושה זאגט צי "וצויתי את ברכתי", איז א אונטערנעמונג פון גרויסע געלטער אויסצוהאלטן די משפחות גענצליך איבריג... די תורה הקדושה האט זיי שוין פארזארגט מיט ברייט פרנסה, און די תורה איז א נצחיות ס'גייט אן אפילו אינעם היינטיגן הסתר פנים'דיגן דור.

דו תורה הקדושה זאגט צו כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך, אפשר כאפסטו א שטייטע שפאציר אויפן ברייט פונעם בי קיו אי?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 07, 2021 6:09 pm

וצויתי את ברכתי איז א זאך ווא סמ'דארף גלייבן אז דער אויבערשטער גייט שיקן די בכרות אפילו מ'זעהט עס נישט אויפן פלאץ, א בחינה ווי כיבוד אב ואם אז מ'לעבט לאנג....
נאר ביי מעשר שטייט די ברכה פון וחנינה בזה... וואס דאס דארף מען אויך גלייבן אפילו מ'זעהט עס נישט בחוש..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

לפי עניות דעתי
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך לפי עניות דעתי » מאנטאג יוני 07, 2021 7:30 pm

eller האט געשריבן:וצויתי את ברכתי איז א זאך ווא סמ'דארף גלייבן אז דער אויבערשטער גייט שיקן די בכרות אפילו מ'זעהט עס נישט אויפן פלאץ, א בחינה ווי כיבוד אב ואם אז מ'לעבט לאנג....
נאר ביי מעשר שטייט די ברכה פון וחנינה בזה... וואס דאס דארף מען אויך גלייבן אפילו מ'זעהט עס נישט בחוש..

גלייבן דארף מען. איינער וואס גלייבט נישט אין קיין אות אין דו תורה איז אן ....
אונזער עבודה ווען א איד מוטשעט זיך, איז איהם העלפן!
סאיז דא גאר אסאך פארמער וואס מוטשענען זיך, לאמיר זיי העלפן, וואו איידער האבן טענות אויף אידישע הערצער וואס העלפן.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק

אוועטאר
sheetrock
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך sheetrock » מאנטאג יוני 07, 2021 7:32 pm

eller האט געשריבן:וצויתי את ברכתי איז א זאך ווא סמ'דארף גלייבן אז דער אויבערשטער גייט שיקן די בכרות אפילו מ'זעהט עס נישט אויפן פלאץ, א בחינה ווי כיבוד אב ואם אז מ'לעבט לאנג....
נאר ביי מעשר שטייט די ברכה פון וחנינה בזה... וואס דאס דארף מען אויך גלייבן אפילו מ'זעהט עס נישט בחוש..

אויף דעם אלעם איז דא פרדס אין אלע חסידישע ספרים
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 07, 2021 9:26 pm

איש חמודות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:בני ברק - א התרגשות'דיגער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ביי א מעמד לטובת קרן השביעית בראשות גדולי ישראל, ווען די אנוועזנדע שותפים און נדבנים האבן זיך אונטערגענומען גרויסע געלטער צו אויסהאלטן די פאמיליעס פון די מסירות נפש'דיגע פארמער וועלכע נעמען אויף זיך צו האלטן שמיטה גענצליך אויסגעהאלטן בכל פרטיה ודקדוקיה און זיך נישט פארלאזן אויפו אלגעמיינעם היתר מכירה. מען האט אונטערגעשריבן שטרי שותפות מיט די פארמער און דער ראש ישיבה הגאון רבי בערל פאווארסקי שליט"א איז אינמיטן אזוי נתרגש געווארן פון די געוואלדיגע הקרבה און מסירת נפש פון די פארמער אז ער האט פשוט זיי צוקושט די האנט.

whatsapp-image-2021-06-04-at-144532 (1).jpeg

דער שרייבער זאל מיר מוחל זיין, אבער דאס איז איינע פון די תרי"ג מצוות פון די תורה, און מסירות נפש קומט נישט אריין דא.
ולעצם הענין, אויב די תורה הקדושה זאגט צי "וצויתי את ברכתי", איז א אונטערנעמונג פון גרויסע געלטער אויסצוהאלטן די משפחות גענצליך איבריג... די תורה הקדושה האט זיי שוין פארזארגט מיט ברייט פרנסה, און די תורה איז א נצחיות ס'גייט אן אפילו אינעם היינטיגן הסתר פנים'דיגן דור.

מסירת נפש איז נישט ביי די תרי"ג מצוות?

און איך בין נעבעך געווען אומוויסנד מיינענדיג אז מ'דארף האבן מסירת נפש פאר די שלש חמורות.

פונקט ליינענדיג די שורות האב איך געטראכט צו שטעלן א פראגע, וויפיל אייוועלט ליינער שפירן זיי וואלטן גרייט געווען צו טון וואס די מסירת נפש'דיגע פארמערס אין ארץ ישראל טוען. נעמט אין אכט: אויפגעבן דעם מקור הפרנסה פאר א גאנצן יאר. מ'רעדט דא אין גרויסן טייל פון אידן וואס זענען בכלל נישט אזוי נתחנך געווארן. אדרבה, אין זייער סביבה איז דאס אפטמאל גאר אן אראפגעקוקטע, פאנאטיש באטראכטע זאך.

בנוגע דער ברכה פון "וצויתי את ברכתי", קען זיין ביסט גערעכט אדער נישט, ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט. אבער אפילו אויב יא, איז זיכער ריכטיג צו מאכן אזעלכע פאנדס אויב וועט דאס אפילו ברענגען איין איד מער צו היטן שמיטה. איך וואלט זייער פרייליך געווען צו געבן צושטייער פאר די בעלי מסירת נפש. אויב איינער האט א לינק, קען ער ארויפלייגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 21, 2021 7:11 pm

קויפט א בוים אין ארץ ישראל צו מקיים זיין מצות שמיטה. דורכדעם שטיצט איר די גיבורי כח עושי דברו וועלכע זענען מפקיר זייער מקור הפרנסה פאר א יאר צייט נאר וויבאלד דער אויבערשטער האט געהייסן.

https://checkout.square.site/buy/JUFD5O ... 6GWUD3JF33
דורך פינחס גלויבער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יוני 21, 2021 7:29 pm

גרשון האט געשריבן:קויפט א בוים אין ארץ ישראל צו מקיים זיין מצות שמיטה. דורכדעם שטיצט איר די גיבורי כח עושי דברו וועלכע זענען מפקיר זייער מקור הפרנסה פאר א יאר צייט נאר וויבאלד דער אויבערשטער האט געהייסן.

https://checkout.square.site/buy/JUFD5O ... 6GWUD3JF33
דורך פינחס גלויבער.

אפשר קען ר' פינחס דא ארויסלייגן אביסל מער אינפארמאציע איבער דעם, וועלכע געגענט? תחום עולי בבל, אדער נאר תחום עולי מצרים?

קומט עס מיט א שטיקל קרקע, דער עיקר איז נישט מלאכת אילן, נאר שביתה ממלאכת קרקע.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

Haklal
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך Haklal » מאנטאג יוני 21, 2021 7:51 pm

גרשון האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:בני
פונקט ליינענדיג די שורות האב איך געטראכט צו שטעלן א פראגע, וויפיל אייוועלט ליינער שפירן זיי וואלטן גרייט געווען צו טון וואס די מסירת נפש'דיגע פארמערס אין ארץ ישראל טוען. נעמט אין אכט: אויפגעבן דעם מקור הפרנסה פאר א גאנצן יאר. מ'רעדט דא אין גרויסן טייל פון אידן וואס זענען בכלל נישט אזוי נתחנך געווארן. אדרבה, אין זייער סביבה איז דאס אפטמאל גאר אן אראפגעקוקטע, פאנאטיש באטראכטע זאך.

די קענסט נאך אלץ פרעגן די פראגע
זיי האבן אויך היתרים מיט שטרות, וואס איז דאס אנדערש ווי היתר עסקא וואס אסאך פין אונז וואלטן געטוען? נאר ווייל אונז האב מיר נישט זייערע נסיונות?

פארגעס נישט אז דעס איז א יאר צייט אהן טוען גארנישט אין אויסציפירן למעשה פאדערט זיך מסירות נפש אזוי ווי אונזערע עלטערן שבת נישט אריינגיין אין די ארבעט

Haklal
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך Haklal » מאנטאג יוני 21, 2021 7:52 pm

גרשון האט געשריבן:קויפט א בוים אין ארץ ישראל צו מקיים זיין מצות שמיטה. דורכדעם שטיצט איר די גיבורי כח עושי דברו וועלכע זענען מפקיר זייער מקור הפרנסה פאר א יאר צייט נאר וויבאלד דער אויבערשטער האט געהייסן.

https://checkout.square.site/buy/JUFD5O ... 6GWUD3JF33
דורך פינחס גלויבער.

ווען מען קויפט אפּ א בוים קויפט מען די ברכה וואס די תורה הקדושה זאגט צי, מסכים?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 21, 2021 8:04 pm

איך האב געהערט פון עמיצן אז ער זאגט דאס אויף זיין פראגראם אויף קול מבשר. איך האב אים געקאנטאקט דורך אימעיל. אויב איינער ווייסט מער אינפארמאציע, קען ער ארויסלייגן.

אימעיל:
alregelachas@gmail.com
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שנת השמיטה תשפ"ב

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יוני 22, 2021 2:24 pm

נא_שכל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:קויפט א בוים אין ארץ ישראל צו מקיים זיין מצות שמיטה. דורכדעם שטיצט איר די גיבורי כח עושי דברו וועלכע זענען מפקיר זייער מקור הפרנסה פאר א יאר צייט נאר וויבאלד דער אויבערשטער האט געהייסן.

https://checkout.square.site/buy/JUFD5O ... 6GWUD3JF33
דורך פינחס גלויבער.

אפשר קען ר' פינחס דא ארויסלייגן אביסל מער אינפארמאציע איבער דעם, וועלכע געגענט? תחום עולי בבל, אדער נאר תחום עולי מצרים?

קומט עס מיט א שטיקל קרקע, דער עיקר איז נישט מלאכת אילן, נאר שביתה ממלאכת קרקע.

איך האב נעכטן נאכט געהערט פון פינחס גלויבער אויף קול מבשר:

ס'איז א פעלד פון עפלביימער וואס ער האט אפגעקויפט אויפ'ן גאנצן יאר פון א פארמער. פינחס נעמט זיך אונטער צו היטן שמיטה בכל פרטיה, און ער פארקויפט א בוים פאר $175, מיט א כשר'ן שטר, אויסגעארבעט דורך א רב (ער זאגט דעם נאמען, איך געדענק נישט).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באמת ובתמים, שתקן און 22 געסט