ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6472
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 19, 2021 10:34 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:פון דא"ד

דער געוועזענער דעמאקראטישער פּרעידענט קאנדידאט ענדרו יענג האט עמטליך אנגעפאנגען צו קאמפּיינען פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי דורך זיין אלטן צוזאג צו געבן פאר יעדן ניו יארקער א ”בעיסיק אינקאם“ פון 1,000$ א מאנאט. ”איך זע א קריזיס (אין ניו יארק) און כ‘גלויב אז איך קען העלפן“.


איינער ווייסט פון ווי ער גייט נעמען די $1000 יעדע חודש ?????
די סיטי באד זיך שוין עניוועי אין חובות.. און די סיטי קען דאך נישט פרינטן געלט.....


ער גייט העכערן טעקסעס. ממילא פון די $1,000 וועסטו באקומען נאר $500...

מיינסט צןזאן אז כ'וועל פארלירן נאר $500 די איבריגע לאסט גייט די טויזענט דאלער באצאלן הא ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג ינואר 19, 2021 10:53 am

וואס מיינט געבן $1000 חודש׳ליך פאר יעדער אדאלט אין ניו יארק סיטי? עס וואוינען אין די סיטי אביסל מער פון 8 מיליאן מענטשען, בערך 20% פון די 8 מיליאן זענען קינדער, בלייבט איבער בערך 6.5 ביליאן אדאלטס (80% פון 8 מיליאן), לאמיר רעכענען בלויז 6 מיליאן מענטשען, ד.מ. אז $1000 חודש׳ליך קאסט בערך $6 ביליאן דאללער, יעדער איינציגע חודש, דאס קומט אויס צו זיין בערך $72 ביליאן יערליך (12 מאל 6).

די 2021 בודזשעט איז געווען $92 ביליאן דאללער. דאס מיינט אז מען וועט כמעט דאפלען די בודזשעט.

בכלל וואס איז די שכל אז מייק בלומבערג זאל באקומען די זעלבע $1000 חודש׳ליך ווי א משפחה מיט 12 קינדער וואס די טאטע מאכט א מלמדים געהאלט?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג ינואר 19, 2021 10:56 am

בבקשה האט געשריבן:וואס מיינט געבן $1000 חודש׳ליך פאר יעדער אדאלט אין ניו יארק סיטי? עס וואוינען אין די סיטי אביסל מער פון 8 מיליאן מענטשען, בערך 20% פון די 8 מיליאן זענען קינדער, בלייבט איבער בערך 6.5 ביליאן אדאלטס (80% פון 8 מיליאן), לאמיר רעכענען בלויז 6 מיליאן מענטשען, ד.מ. אז $1000 חודש׳ליך קאסט בערך $6 ביליאן דאללער, יעדער איינציגע חודש, דאס קומט אויס צו זיין בערך $72 ביליאן יערליך (12 מאל 6).

די 2021 בודזשעט איז געווען $92 ביליאן דאללער. דאס מיינט אז מען וועט כמעט דאפלען די בודזשעט.

בכלל וואס איז די שכל אז מייק בלומבערג זאל באקומען די זעלבע $1000 חודש׳ליך ווי א משפחה מיט 12 קינדער וואס די טאטע מאכט א מלמדים געהאלט?

אך דו פארשטייסט נישט! ווייל ראבאטס גייען דרייווען טראקס אין יאר 2563....
:lol:
איך האב נארוואס געכאפט "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך והיתם נקיים » דינסטאג ינואר 19, 2021 11:21 am

ער גייט לשיטת די וואס טענה'ען אז אויב מענטשן פארלירן בענעפיטן ווען זיי פארדינען מער לוינט זיי נישט צו פארדינען מער און אז דאס פארשטייטערט עקאנאמישע וואוקס.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג ינואר 19, 2021 11:30 am

וועלעכע חלק פרובירסטו צו פארענטפערען? פארוואס בלומבערג באקומעט $1000 חודשליך? אדער וויאזוי די סיטי גייט מיטאמאל דאפלען זייער בודזשעט?

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך והיתם נקיים » דינסטאג ינואר 19, 2021 11:52 am

פארוואס בלומבערג באקומעט $1000 חודשליך. אנטשולדיקט פאר'ן נישט קוואוטען.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג ינואר 19, 2021 11:56 am

פארדעם קען מען מאכן א פעיז אוט, ביי לאמיר זאגן 6 מאל פאווערטי, וואס קיין שום אנדערע פראגרעם פעיזעד נישט אויס דארט, אבער מיין עיקר נקודה איז געווען אז ער געבט גארנישט פאר קינדער.

נ.ב. די עולם טענה׳ט אז מען זאל נישט ציטריטען אויב מען באציעט זיך צום לעצטען תגובה. מילא האב איך נישט קיין טענות אויף׳ן נישט ציטריטען.

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:01 pm

איך מיין די טויזענט א חודש איז נאר פאר לאו אינקאם, אויך דאכט זיך מיר אז עפעס האט ער גערעט אז מען גייט דארפן אויף געבען א חלק פאוד סטעמפס צו זיין בארעכטיגט, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט אבער אזוי ליגט מיר און קאפ.
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:11 pm

והיתם נקיים האט געשריבן:ער גייט לשיטת די וואס טענה'ען אז אויב מענטשן פארלירן בענעפיטן ווען זיי פארדינען מער לוינט זיי נישט צו פארדינען מער און אז דאס פארשטייטערט עקאנאמישע וואוקס.

איך פארשטיי אז פרובירסט דא צו זאגן אז ער גייט כלומרש'ט מיט די רעפובליקאנער שיטה בנוגע סאציאלע פראגראמען. אבער ניין, קיינער גייט נישט אזוי מיט'ן קאפ אין וואנט אריין. מען מעג האבן שכל און מאכן עפעס א ברעקעט.

צווייטנס, זיין שיטה עכט איז אז ארטעפישעל אינטעלידזשענס גייט איבערנעמען דאס לעבן און זאגאר די עקאנאמיע. מענטשן גייען פארלירן דזשאבס און ביזנעסער גייען אינטערגיין. ממילא וויל ער פריווענטן אן עקאנאמישער קאטאסטראפע, דורך געבן פאר יעדן א בעיסיק אינקאם.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:11 pm

זיסע פיש האט געשריבן:איך מיין די טויזענט א חודש איז נאר פאר לאו אינקאם, אויך דאכט זיך מיר אז עפעס האט ער גערעט אז מען גייט דארפן אויף געבען א חלק פאוד סטעמפס צו זיין בארעכטיגט, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט אבער אזוי ליגט מיר און קאפ.

ניין ער וויל עס געבן פאר יעדן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:19 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
צווייטנס, זיין שיטה עכט איז אז ארטעפישעל אינטעלידזשענס גייט איבערנעמען דאס לעבן און זאגאר די עקאנאמיע. מענטשן גייען פארלירן דזשאבס און ביזנעסער גייען אינטערגיין. ממילא וויל ער פריווענטן אן עקאנאמישער קאטאסטראפע, דורך געבן פאר יעדן א בעיסיק אינקאם.


דאס פארענטפערט נישט עכט פארוואס מען זאל ״שוין יעצט״ געבן $1000 חודש׳ליך. דיו לצרה בשעתו.

עס פארענטפערט אויך נישט פארוואס מען זאל געבן פאר רייכע געלט, עכ״פ די בעה״ב פון די ראבאט פעקטערי גייט זיין אן עושר אדיר, פארוואס זאל ער באקומען געלט פון די שטאט? איי יעדער איינער אנדערש איז אן ארימאן? זאל יעדער איינער חוץ ער באקומען געלט, ושלום על ישראל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:22 pm

ער האלט אז עס האט זיך שוין אנגעהויבן. באמת איז נישט דא קיין דאטום ווען עס הויבט זיך אן, עס געשעט צעביסלעך.

וועסטו וועלן פרעגן, אויב אזוי אז עס געשעט צעביסלעך, איז דאך אפגעפרעגט זיין גאנצע טעאריע. נו וואס זאלעכדער טון?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:24 pm

בבקשה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
צווייטנס, זיין שיטה עכט איז אז ארטעפישעל אינטעלידזשענס גייט איבערנעמען דאס לעבן און זאגאר די עקאנאמיע. מענטשן גייען פארלירן דזשאבס און ביזנעסער גייען אינטערגיין. ממילא וויל ער פריווענטן אן עקאנאמישער קאטאסטראפע, דורך געבן פאר יעדן א בעיסיק אינקאם.


דאס פארענטפערט נישט עכט פארוואס מען זאל ״שוין יעצט״ געבן $1000 חודש׳ליך. דיו לצרה בשעתו.

עס פארענטפערט אויך נישט פארוואס מען זאל געבן פאר רייכע געלט, עכ״פ די בעה״ב פון די ראבאט פעקטערי גייט זיין אן עושר אדיר, פארוואס זאל ער באקומען געלט פון די שטאט? איי יעדער איינער אנדערש איז אן ארימאן? זאל יעדער איינער חוץ ער באקומען געלט, ושלום על ישראל.

זייער א סאך רייכע זענען לאו דוקא בעה"ב אויף ראבאט פירמעס, פיל פון זיי זענען דוקא בעה"ב אויף פירמעס וואס וועלן אינטערגיין דורך אויטאמאציע.

אבער איך האלט ווי דו, ווי געשריבן, שכל זאגט אז מען דארף האבן א ברעקעט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6472
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:26 pm

עפעס האט ער נעכטן גערעדט צו BP24
ווייסט איינער מער דערוועגן ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:28 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער א סאך רייכע זענען לאו דוקא בעה"ב אויף ראבאט פירמעס, פיל פון זיי זענען דוקא בעה"ב אויף פירמעס וואס וועלן אינטערגיין דורך אויטאמאציע.

אבער איך האלט ווי דו, ווי געשריבן, שכל זאגט אז מען דארף האבן א ברעקעט.


איך רעד דאך אין א וועלט וואס די ראבאטס נעמען איבער, וועלען נאך די בעלי בתים פון ראבאט פעקטעריס בלייבן עשירים, אפשר וועלען אלע אנדערע עשירים פארוואנדעלט ווערען צו ארימעלייט, אבער די ראבאט חברה וועלען זיכער בלייבן רייך.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6472
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:32 pm

ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס
ב' בא פ״א
אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:34 pm

בבקשה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:זייער א סאך רייכע זענען לאו דוקא בעה"ב אויף ראבאט פירמעס, פיל פון זיי זענען דוקא בעה"ב אויף פירמעס וואס וועלן אינטערגיין דורך אויטאמאציע.

אבער איך האלט ווי דו, ווי געשריבן, שכל זאגט אז מען דארף האבן א ברעקעט.


איך רעד דאך אין א וועלט וואס די ראבאטס נעמען איבער, וועלען נאך די בעלי בתים פון ראבאט פעקטעריס בלייבן עשירים, אפשר וועלען אלע אנדערע עשירים פארוואנדעלט ווערען צו ארימעלייט, אבער די ראבאט חברה וועלען זיכער בלייבן רייך.

אויב איז ער טאקע אזוי 'לשם שמימ'דיג', גלויב איך אז ווען 'יענע וועלט' וועט שוין זיין עסטאבלישד וועט ער אוועקנעמען דעם אינקאם... די גאנצע זאך איז דאך נאר צו האבן א גלעזל ברוינפן אויפ'ן וועג צום קרעטשמע.

בעצם האט ער נאך הסברים פארוואס ער האלט אז עס איז א גוטע זאך אפילו יעצט, ער האלט אז ווען מענטשן פארדינען א בעיסיק אינקאם, זענען זיי מער רואיג און קענען זיך מער צוזאמנעמען צו זוכן און טרעפן א געהעריגער דזשאב. און בכלל האלט ער אז אזא זאך איז ממש א מעדזשיק פאר אלע פראבלעמען פון סוסייעד, דראגס, משוגע ווערן, ועוד ועוד..
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:34 pm

eller האט געשריבן:ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט יענג שלאגט פאר צו רעכענען פראפערטי שטייער פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס
ב' בא פ״א
אלץ ביישפיל האט ער אנגעוויזן אויף אן אפארטמענט בילדינג פון קאלאמביע אוניווערסיטעט וועלכע צאלט נישט קיין שטייער, זאגענדיג, אז עס האט נישט קיין שום זין אז אזא געביידע זאל נישט אריין צאלן אין די קאסטן וואס די סיטי געט אויס פאר פייערלעשער, פאליציי אא"וו.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32683

איינער האט אויבן געשריבן אז ער רעדט נישט פון רעליגיעזע אינסטיטוציעס נאר פון פריוואטע. איז דאס אמת?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:41 pm

NEW YORK: NEW: Andrew Yang tells BP24 that he wasn't referring to religious institutions for his tax hike scheme, just private universities that don't pay property taxes.
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:44 pm

וואס זענען געווען זיינע אריגינעלע ווערטער?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:45 pm

ווייס איך נישט, אבער עס איז קלאר אז דער זיכט אינזער שטימען.
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בבקשה » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:49 pm

און ער האט אונז אויך נישט געמיינט ווען ער האט גערעדט פון ברית מילה.

ווי נאך גייט ער אונז נישט מיינען?

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:54 pm

עס קיקט אויס אז ער איז זייער אימבאקנט מיט אינזער געברויכן, און יעדעס מאל וואס ער פארעד זיך קימט עם איינער אויף קלערן און ער לויפט שנעל צריק ציען.
וידגו לרב בקרב הארץ.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:54 pm

בבקשה האט געשריבן:און ער האט אונז אויך נישט געמיינט ווען ער האט גערעדט פון ברית מילה.

ווי נאך גייט ער אונז נישט מיינען?

:lol:
היי, איי עם 'בעסער אזוי' היר אין די טשעטשועישן רום, ווי וואנע וועלקאם אואער וויוערס פראם יונייטעד סטעיטס ענד אראונד די ווארלד

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 19, 2021 12:57 pm

זיסע פיש האט געשריבן:עס קיקט אויס אז ער איז זייער אימבאקנט מיט אינזער געברויכן, און יעדעס מאל וואס ער פארעד זיך קימט עם איינער אויף קלערן און ער לויפט שנעל צריק ציען.

אויב איז ער אומבאקאנט און ער זוכט אונזער שטימען. זאל ער זיך שנעל גיין באקאנט מאכן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”