כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל - כ"א אב תש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 4:59 pm

איישישאק האט געשריבן:איינגעהאלטענקייט איז נישט נאר פון תנועות. דער סאטמארער רבי זצ"ל פלעגט וויינען און נישט פראבירן זיך צו שטילן. ער פלעגט דרשנן הויך מיט א קול חוצב להבות אש. אזוי איז געווען זיין נאטור\מהלך. דער ליובאוויטשער רבי איז געווען גאר אן איינגעהאלטענע, ביים דאווענען האט ער זיך נישט גערירט, ביים דרשנן פלעגט ער רעדן אין איין ניגון. צומאל האט ער זיך צופלאקערט, און זיך פראבירט צו פארשטילן. ווייל דאס איז געווען זיין נאטור\מהלך.

יעדער האט זיך זיין נאטור\מהלך, עס איז נישט דא קיין קאמפעטישען. זאל יעדער גיין בדרכי אבותיו ורבותיו, און נישט פראבירן צו צווינגן זיינס אויף יענעם.

זכותם יגן על כולנו.


ס'גייט אטאמאטיש רוסיש/איינגעהאלטען ווס. אונגארן/צעלאזט? אדער מ'דארף קוקען דוקא די התנהגות ביים דאווענען??
למשל די פאטשען די הענט ביי די פאברעגענס, אזוי די רעכטע האנט אריין אין די לינקע... דאס איז די איינגעהאלטען פון וואס די רעדסט?

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך דייקן » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:04 pm

ווער ס'קען נישט ליינען איבער אנדערע רביים און מהלכים אין עבודת השם אד"ג זאל ביטע נישט אריינטרעטען אין א אשכול איבער אנדערע רביים און חסידות'ען, און אודאי נישט אנפירקלען זיינע געמויזאכץ.
א דאנק.

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:25 pm

.
צוגעלייגטע
EfkcTvWWoAsUqES.jpeg
EfkcTvWWoAsUqES.jpeg (87.1 KiB) געזעהן 4157 מאל

איישישאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך איישישאק » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:31 pm

קרייסלער האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:איינגעהאלטענקייט איז נישט נאר פון תנועות. דער סאטמארער רבי זצ"ל פלעגט וויינען און נישט פראבירן זיך צו שטילן. ער פלעגט דרשנן הויך מיט א קול חוצב להבות אש. אזוי איז געווען זיין נאטור\מהלך. דער ליובאוויטשער רבי איז געווען גאר אן איינגעהאלטענע, ביים דאווענען האט ער זיך נישט גערירט, ביים דרשנן פלעגט ער רעדן אין איין ניגון. צומאל האט ער זיך צופלאקערט, און זיך פראבירט צו פארשטילן. ווייל דאס איז געווען זיין נאטור\מהלך.

יעדער האט זיך זיין נאטור\מהלך, עס איז נישט דא קיין קאמפעטישען. זאל יעדער גיין בדרכי אבותיו ורבותיו, און נישט פראבירן צו צווינגן זיינס אויף יענעם.

זכותם יגן על כולנו.


אלעס פיין און וואויל אבער קומענדיגע מאל מישט נישט צאם די רביים פון סאטמער און ליבאוויטש
וד״ל

און אנישט? וועל איך כאפן פעטש אויף ביידע באקן? אדער מוזן אויסשרייבן פינף הונדרעט מאל 'איך וועל נאכאמאל נישט דערמאנן צוויי ערליי מענטשן אין איין תגובה'?
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

מחובר לקרקע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 6:34 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך מחובר לקרקע » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:48 pm

הצלה איז אלאמירט געווארן צום רעבין זצ"ל שטוב נאך וואס די רעבעצין תליט"א האט אוועק געחאלישט

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3844
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:55 pm

אין די שמועס פונעם סאדיגורא'ער רבי'ן מיטן יבלחט"א סקווירא'ער רבי שליט"א האט ער געזאגט דאס פאלגענדע:

Capture.JPG
Capture.JPG (44.24 KiB) געזעהן 3953 מאל


איינער ווייסט פון וועלכע קונטרסים ער רעדט?

אישי איז אויך גוט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:01 pm

אפשר שפתי חן?

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:06 pm

אבן יקרה האט געשריבן:אין דער בעלזער הויף איז דא זייער א שיינע הערליכע שמועס פון דער רבי זצ"ל מיט דער בעלזער רבי שליט"א טבת תשע"ח, אין אנהייב שמועס רעד ער הפלא'דיג אויף זיין זוהן דער חתן דעמאלטס ר' יצחק יהושע העשיל שיחי'

די פעייל איז צו גרויס ארויף ברענגן
צוגעלייגטע
דער בעלזער הויף.png
דער בעלזער הויף.png (240.75 KiB) געזעהן 3884 מאל

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך אנא עבדא » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:40 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אין דער בעלזער הויף איז דא זייער א שיינע הערליכע שמועס פון דער רבי זצ"ל מיט דער בעלזער רבי שליט"א טבת תשע"ח, אין אנהייב שמועס רעד ער הפלא'דיג אויף זיין זוהן דער חתן דעמאלטס ר' יצחק יהושע העשיל שיחי'

די פעייל איז צו גרויס ארויף ברענגן

ממש דברי פלא !

בארדיטשוב'ער אייניקל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך בארדיטשוב'ער אייניקל » זונטאג אוגוסט 16, 2020 7:27 pm

חמרא טבא האט געשריבן:הרב אברהם נפתלי איגר מלובלין שליט"א מציריך בן הרה"צ רבי מנחם מענדל איגר מלובלין זצ"ל [אחיו הרב עזריאל מאיר שליט"א חתן האדמו"ר מאלכסנדר ב"פ זצ"ל]

ביי וועם איז ער אן איידעם?

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:04 pm

ליפשיטץ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ליפשיטץ האט געשריבן:קיינער מאכט נישט ח"ו קיין ליצנות, פאקט איז אז די רוסישע אדמו"רים זענען געוועהן איינגעהאלטן, און אונגערישע אדמו"רים האבן יא געוויזן תנועות...
ולכל כלל יש יוצא מן הכלל... מען דארף נישט מער מאריך זיין!

כ'האב נישט געוואוסט אז דער ברך משה איז געווען א רוסישער.

דיר און אלע וואס האבן זיך גענומען שרייען, פאר אייך אלע האב איך געשריבן אז ס'איז דא יוצא מן הכלל. אפשר האבן מיר דאס נישט גענוג ארויס געדריקט קלאר.
ביי די רוסישע און בפרט רוז'ין וואס איז "מלכות", האט מען נישט געזעהן קיין תנועות, אפשר יחידים. משא"כ די הונגערישע איז להיפך. חוץ פון יחידים...


די גאנצע שמועס דא האט נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות.

אמת אז די ריזשינע רבי'ס זענען געווען מער איינגעהאלטן, און אזוי אויך א טייל פון די טשערנאבלע רבי'ס, אבער חוץ זיי איז געווען נאך צענדליגער חצירות און אסאך פון זיי זענען דוקא נישט געווען איינגעהאלטן.

א דוגמא סטרעליסק שטאמט פון קארלין, אן עכט רוסישע חסידות. איינגעהאלטן? (ליידער איז נישט איבערגעליבן, אבער בשורשו איז דאס דען געווען איינגעהאלטן?), קארלין אליין ביז דער ינוקא איז בכלל נישט געווען איינגעהאלטן.

און אזוי קען מען אויסרעכענען נאך און נאך פון פריערדיגע רוסישע צדיקים וואס זענען געווען איין שטיק פייער אויך פונדערויסן.

פון דער אנדערע זייט איז געווען גענוג און נאך גאליציאנע רבי'ס וואס זענען געווען זייער זייער איינגעהאלטן, (בעלזא איז געווען אזא ממוצע פון יא איינגעהאלטן מיט נישט), און אפילו פון כמה צדיקים וואס זענען געווען פייערדיג איז נישט אלעמאל געווען אזוי ביי די קינדער, א שטייגער ווי רבי שלום אליעזר'ל וואס איז געווען זייער זייער איינגעהאלטן. און וואס איז מיט פשעווארסקע רבי, איין שטיק איינגעהאלטנקייט, און אזוי קען מען ברענגען נאך און נאך משלים סיי פון פריערדיגע און סיי פון היינטיגע וואס וועט אויפווייזן אז עס איז בכלל נישט קיין כלל. (חוץ מגזע ריזשין וואס דארט איז דאס א כלל, אבער האט נישט מיט כלליותדיגע מהלך פון אלע רוסישע רביס)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

וועשער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 25, 2020 10:44 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך וועשער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:05 pm

און גראדע, נאר איינער וואס איז קיינמאל נישט געווען א שבת אין סקווער, וועט זאגן אז דער סקווערער רבי איז נישט איינגעהאלטן
ער צייגט ארויס אין געוויסע פעלער 'אפציעל' א קאך, אבער אין אלגעמיין איז ער זייער איינגעהאלטן, גאר שטארק.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:20 pm

לעכטיגער האט געשריבן:אפשר שפתי חן?

דאס איז פון קרית יואל
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מומחה יוחס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:21 pm

וואס מאכט הרבנית מסאדיגורא תליט"א, זי האט עפעס געחלש'ט היינט.. וואס איז געווארן מיט זי?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:31 am

שטאפיק האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן:
שטאפיק האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:די גאנצע ריז'ינע מהלך איז שלטון המוח על הלב.
אויסער נענועים, און נאך עטליכע הויכע מינוטן, האבן די חסידים בכלל נישט געזעהן עפעס א יציאה מן הגדרים.
דער גרויסע נפטר דער לעצטע סא"ג רבי זצ"ל איז אויך געוואקסן אין אזא אמטאספיר, און דאס איז געוועהן די גאנצע הלוך ילך. אסאך יחודים מיט כוונות, אבער גארנישט ארויס פון די כלים. עם כל זאת ער האט זיך יא ארויס געוויזן פארן עולם מערער אין גרעסערע מאורעות, ווייל די וועלט דארף דאס היינט צו האבן.

אוי מיי גודנעס...
כוונות מיט יחידים... פון ווי ווייסט איר דאס, אז סיז דאך הפנים געווען באהאלטן. און אלס א זייטיגע וויסענשאפט, איז דעי כוונות גייען אריבער מדור דור?


אויב דו קענסט נישט סובל זיין חסידים (פון אנדערע רביס) און זייער געדאנקענגאנג אפשר איז דאס נישט דיין פלאץ.

פלעפלערייען ווער דארף סובל זיין?
לאז חסידים מיט רעביס ארויס..

סיז ענדערש דא נישט דאס פלאץ צו גיסן חלומות פון יחידים מיט כוונות. ווילסט דאס, איז דא אסאך גוטע מקומות פארדעם היינט צוטאג.
מקען זיך איינשרייבן אין די סארט כוללים זיי לאזן יעדן אריין.


ס'דא אסאך פלעצער ווי די חסידים קאכען אין די קיגל ביי די טיש און פאליטיק עולה על כולנה. ס'דא גענוג און נאך מענטשען וואס זענען געקומען אין די נושא ווייל זיי האפען אויף א זאפטיגע פאליטיק (האפענטליך וועטמאלעס אדורכגגין בשלום צו זייער אנטוישונג). ס'דא אויכעט מענטשען וואס ווילען שמיעסען אנדערע ענינים ווי כוונות און יחודים וואס אנדערע זאגען (אדער מיינען אדער אפילו חלומ'ן) אז זיי זעען דאס ביי פארשידענע רביס. לאז יעדער טיען זיינס. מעגסט איבערהיפען וואס געפעלט דיר נישט אן צו באליידיגען אנדערע.

;l;p-
זייער קלאר געשריבן הרב שטאפיק.
הרב בן מנחם קענסטיך בארוהיגן אביסל. על הראשונים אנו מצטערים.. ודו"ק.
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: בד"ה - כ"ק אדמו"ר רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ''ל

תגובהדורך יהלום » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:15 am

וואס איז מיטן רעביצען?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15535
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 4:35 am

האדמו"ר מבאיאן שליט"א האט מנחם אבל געווען די קינדער דאנערשטיג נאכט, ער האט גערעדט מיט זיי פריוואט פאר איבער א שעה. דערנאך האט ער זיך אליין פארשפארט אין פריוואטן צימער פון רבין ז"ל פאר 15 מינוט.
אנטשולדיגט, אבער איך וויל בעסער ווארטן אויף מנחה קטנה.

בערל סוני
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: בד"ה - רבי ישראל משה מסאדיגורא זצ"ל - כ"א אב תש"פ

תגובהדורך בערל סוני » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 5:25 am

farshlufen האט געשריבן:
בערל סוני האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ווארקער חסיד האט געשריבן:ומפי הרב ר' ברוך הירש פעדער ז"ל שנכח שם שמעתי כל הנ"ל והוסיף אז ער איז ערשט געגאנגען אין מקוה, דערנאך געשריבן א קוויטל שטייענדיג בדחילו ורחימו.

יישר כח! א דאנק פאר'ן ידיעה נכבדה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט