רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמחהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג ינואר 11, 2021 6:27 pm

וויאזוי זענען די קראסנא פריעדס אייניקלעך?

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג ינואר 11, 2021 6:30 pm

שמחהלע האט געשריבן:וויאזוי זענען די קראסנא פריעדס אייניקלעך?

מען ווייסט נישט די פונקטליכע יחוס.

אליעזר לאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג ינואר 11, 2021 10:07 pm

עס איז ארויס געקומען א ספר 'חסיד שבכהונה' אויף משפחת ראטה הכהנים, שטייט דארט אז זיי זענען באח"ב פון דער סמיכת חכמים, איז דאס ריכטיג ?

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג ינואר 12, 2021 10:15 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:עס איז ארויס געקומען א ספר 'חסיד שבכהונה' אויף משפחת ראטה הכהנים, שטייט דארט אז זיי זענען באח"ב פון דער סמיכת חכמים, איז דאס ריכטיג ?

היינטיגע צייטן איז דאס א מילתא דעבידא לגלויי.
אויב ווילן זיי באמת וויסן אויב עס איז ריכטיג, קענען זיי מאכן א דנ"א טעסט.

בעטו ובזמנו
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 11:16 pm

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך בעטו ובזמנו » מיטוואך ינואר 13, 2021 1:23 am

הגאון ר' נפתלי כ''ץ זי''ע בעמח''ס סמיכת חכמים - כ''ד טבת תע''ט

נולד בשנת ת''י [וי''א ת''כ] בלובלין לאביו הג''ר יצחק כ''ץ שהיה דרשן בפראג ואח''כ אב''ד בסטעפין ובסוף דרשן בלובלין, והיה מגזע מהר''ל, הג''ר עקיבא כ''ץ-הנשיא מאובן, הג''ר שלום שכנא מלובלין, הג''ר שלמה ר' לייביש'ס- מהרש''ל השני, הג''ר בנימין אהרן סלניק-משאת בנימין, רבינו דון יצחק אברבנאל, רבינו אלעזר מגרמייזא-הרקח,

בהגיעו לפרקו נשא את מרת אסתר שיינדל בת הג''ר יוסף שמואל שמעלקא ז''ק אב''ד ור''מ ומ''מ הט''ז באוסטראה, שהיה מגזע רבינו אשר-הרא''ש, רבינו אליעזר-הראב''ן, רבינו יהודה החסיד ולמעב''ק, רבינו יצחק-ריב''ם, רבינו יהודה-ריב''ן, רש''י הק' ולמעב''ק, וי''א גם רבינו גרשום מאור הגולה.

בשנת תמ''ט נקרא לפוזנא למלא מקום הג''ר ישעיה הורוויץ בן בנו של השל''ה זי''ע, לפני בואו סבלו בני העיר לא אחת משרפות שכילו בתים שלמים, בהגיעו לדור בעיר קבע מחוץ לקירות ביתו ראש של צבי ובתוכו נתן שמות קודש ומאז לא היו יותר שריפות בעיר.

בשנת תס"ד נערכו פרעות ביהודי פוזנא ואסון נורא פקד את בית רבנו בהלקח מאתו בנו הי"ד.
באותה שנה נתמנה לאב''ד פראנקפורט דמיין שם עסק הרבה בתורת הנסתר ובחכמת הקבלה, והיה שם עד שנת תע''א, כשביום כ''ד טבת יצאה מביתו שריפה גדולה ששרפה חמש מאות בתים, ושמונת אלפים אנשים נשארו בלי קורת גג על ראשם וגם הוא בתוכם, ומצא מחסה בבית נכרי אחד שאח''כ בירכו שלא יחסר לחמו מדור דור, וכן הוה, אך העלילו על רבינו שידו במעל ורצה מושל העיר לתופסו והוכרח לברוח [וי''א שתפסו ושחררו בתנאי שיעזוב את העיר].

משם עבר לפראג לשמש כרב בישיבת הג''ר דוד אופנהיים, שם פגש את נחמיה חיון שר''י שהיה חבירו של משיח השקר שבתי צבי שר''י שהוציא ממנו בערמה הסכמה על ספרו, וכשהבין רבינו מיהו התחנן בפניו שיחזיר לו את הסכמתו, אך ללא הועיל, ומרוב צער חלה רבינו.

מיד לאחר שהבריא בשנת תע''ב [וי''א תע''ג] עבר לברעסלוי והיה לאב''ד הראשון דשם ויחד עם זקננו הג''ר צבי אשכנזי-חכם צבי החרים את נחמיה חיון שר''י.
בערך בשנת תע''ז, שב לפוזנא ורצה לחזור לרבנות העיר אך המושל לא רצה, ושב לברעסלוי.

בשנת תע''ח אחר חג השבועות החליט לעלות לארץ ישראל, שם קבלוהו כ''נשיא ארץ ישראל'' בעיר צפת, ובדרכו עבר בעיר קונסטאנטינופל שם חלה את חליו האחרון והחזיר את נשמתו ליוצרו בשם טוב ביום כ''ד טבת תע''ט ונטמן בביה''ח אורטא-קיילאס/קויאי שהיא כהיום בתוך העיר איסטאנבול.

השאיר אחריו ברכה את ספריו הרבים, ביניהם: סמיכת חכמים, ברכת ה', קדושה וברכה, שער ההכנה, שער נפתלי, בית רחל, משך הזרע, ים כינרת ועוד.

איטשע
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: סמיכת חכמים ??

תגובהדורך איטשע » מיטוואך ינואר 13, 2021 11:23 am

לאנגענאז האט געשריבן:א גיט יאר טייערע מעמבערס.

ווייסט איינער פין א פאמיליע כ"ץ וואס האט געווינט אין קרעטשניף וואס האבען געוויסט ווי אזוי זיי זענען אייניקלעך פין דער בעל סמיכת חכמים?

איז אפשר דא א אנדערע גרופע ווי אייניקלעך רעדען זיך א דארך צי מיטיילען וואס זיי וייסען?


מיין זיידע איז געווען ר׳ קאפל כ״ץ פון קרעטשניף.
מיין פעטער, ועלכע איז גראדע נישט קיין אייניקל זיינע, האט מיר דערציילט אז ער איז געווען אן אייניקל פון סמיכת חכמים

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: סמיכת חכמים ??

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך ינואר 13, 2021 1:04 pm

איטשע האט געשריבן:מיין זיידע איז געווען ר׳ קאפל כ״ץ פון קרעטשניף.
מיין פעטער, ועלכע איז גראדע נישט קיין אייניקל זיינע, האט מיר דערציילט אז ער איז געווען אן אייניקל פון סמיכת חכמים

ר׳ קאפל כ״ץ בן ר'?

איטשע
שר האלפיים
תגובות: 2529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: סמיכת חכמים ??

תגובהדורך איטשע » מיטוואך ינואר 13, 2021 1:13 pm

מים חיים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:מיין זיידע איז געווען ר׳ קאפל כ״ץ פון קרעטשניף.
מיין פעטער, ועלכע איז גראדע נישט קיין אייניקל זיינע, האט מיר דערציילט אז ער איז געווען אן אייניקל פון סמיכת חכמים

ר׳ קאפל כ״ץ בן ר'?

ווען יאך וואלט געאווסט וואלט איך געשריבן.
במקום אחד האב געזעהן אז ער האט געהייסן ר׳ קאפל ראובן. זיין פרוי האט געהייסן דבורה הינדא למשפחת קארקער

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דינסטאג אפריל 13, 2021 6:07 pm

אני אכתוב פה את היחוס של זקיני ר' פנחס סאמאטארער עד להסמיכת חכמים כפי שידוע לי

1) ר' פנחס אריה הכהן (כהנא) ראפאפורט (הארטשטיין) (המכונה ר' פנחס סאמאטארער) - נולד בערך בשנת תק"ס 1800 - הבעל תוקע אצל ה'ישמח משה' באוהעל ומנו"כ צמוד להאוהל שם – נפטר כ' ניסן שנת תר"נ 1890 (שם אמו שרה)

2) בן ר' יעקב הכהן*

3) בן ר' יצחק אייזיק הכהן (כץ) בעל 'ברית כהונת עולם' ו'זכרון כהונה' - נולד תקי"ג 1753 - נפטר ט"ו תשרי תקמ"ח 1787 - אבד"ק קארעץ ור"מ דאוסטראה ואב"ד דקלויז דשם - מגדולי תלמידיו של המגיד ממזריטש (נשא לאשה את טויבא בת צבי הירש מרגליות אב"ד מעזריטש – אחר פטירת בעלה רי"א נשאה את רבי זאב וואלף מזיטאמיר אור המאיר זצ"ל בזיווג שני ונולדה להם כמה בנים)

4) בן ר' יואל אבד"ק אנטאניען (נטבע בעיר סטניסלב יחד עם זוגתו הרבנית)

5) בן ר' יצחק אייזיק אבד"ק אוסטראה – נפטר ו' כסלו תצ"ה 1735 ונקבר באוסטראה

6) בן ר' בצלאל אבד"ק אוסטראה – נפטר בחיי אביו כ"א סיון תע"ז 1717 ונקבר באוסטראה (אשתו מנוחה בת ר' יואל היילפרין נפטרה י"ט שבט תקי"ז)

7) בן ר' נפתלי כהן צדק בעל הסמיכת חכמים - נפטר כ"ד טבת תע"ט 1719



=================
*לא ברור לי אם ר' יעקב הכהן היה באמת בנו של ר' יצחק אייזיק בעל 'ברית כהונת עולם'
(לפי ספר ‏מזכרת לגדולי אוסטרהא היה לר' יצחק אייזיק רק בן אחד "ר' ישראל הכהן אבד"ק לעווי"? ולו היה רק ג' בנות)
לפרטים עיין בהקדמה לספר 'ברית כהונת עולם' ו'זכרון כהונה' ובספר ‏מזכרת לגדולי אוסטרהא
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

לאנגענאז
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 5:59 pm

Re: רבי נפתלי כ"ץ זי"ע בעל סמיכת חכמים

תגובהדורך לאנגענאז » מיטוואך אפריל 28, 2021 7:17 pm

@מים חיים

איר מיינט אפשר דער רב בנימין כ"ץ?
אויב ער? קענט איר ביטע שרייבען ווי אזוי ער איז געוועין א אייניקעל?
א דאנק

צדק תרדוף
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:04 pm

Re:

תגובהדורך צדק תרדוף » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:07 pm

lebediger berel האט געשריבן:
dont care האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:מיינסט ר' בנימין כ''ץ?
ער איז געווען א אייניקל בן אחר בן
ער איז געווען א איידעם אין קרעטשניף אבער געוואוינט אין אויבּער-ווישווה

איז דא אייניקלעך בן אחר בן פון דעם ר' בנימין כ"ץ?

זיין זון פישל האט געהאט 3 זין ר' יוסף און ר' יהושע האבן ליידער נישט קיין קינדער,און ר' רפאל בנימין כ"ץ פון קרית יואל האט א שיינע משפחה דאכציך איין זון

פרעגסט פאר א Y-DNA study?

ר׳ רפאל בנימין ע״ה האט 4 זין אין 6 טעכטער אין קרית יואל

וואס רעדסטו פון קרית יואל, ביינונז איז דא א מלמד ר' פישל ב"ר רפאל בנימין כ"ץ ער דאווענט סאך מאל דא אין בית המדרש
ער וואוינט זיכער אין וויליאמסבורג
נאך א ברודער, ר' הערשל האט ער וואס וואוינט אויך זיכער אין וויליאמסבורג.
כאפסט זיך אריבער קיין קרית יואל קען דאך יעדער ר' חזקאל'ען דער ביים באס סטעשאן האט ער סענדוויטשעס קען זיין סאיז דא נאך געשוויסטער / אודאי', יעצט זיך דערמאנט, זיי זענען דאך אויך באשריבן יעצט אין בלאט, אויך פאלקאוויטש טאטע פון ר' ליפא נ"י פון קרן שמואל ישעי'
ר' רפאל בנימין ע"ה האט אויך געהאט א שוועסטער מרת. פארקאש אשת ר' ליפא ע"ה מלעיקוואד קרית יואל יעצט געווען באשריבן אין בלאט.
איר זון איז דער בארימטער מכניס אורח ומקרב נפשות עסקן בצרכי ציבור ר' פישל - און אויך ידידי ר' וואלף טראנספארטעישאן מענידזשער קרית יואל וויעלעדש
און א שיינע פאר טעכטער און אייניקלעך עטליכע תושבי עירנו בארא פארק, רובם בקרית יואל וויליאמסבורג.
ר' וואלף האט מיר אמאל אלץ בחור פארגעשטעלט פאר זיין פעטער (מיר האט זיין גאנצע געשטעל פארגעקומען ווי א צדיק נסתר, אפשר דעזערווט ער אן אשכול פאר זיך) ר' יושע כ"ץ טאקע נישט געהאט קיין קינדער, און נאך פינף מינוט שמועסן האט ער גערעדט פון די יחוס צום סמיכת חכמים און חכם צבי, ער האט טאקע גערעדט פון א זיידע ר' בנימין וואס א הספד אויף אים איז געדריקט אין קרן לדוד - לויט דעם דא קומט אויס אז זיי זענען אויך אייניקלעך פון מהר"ל ולמעלה בקודש ער האט פון דעם ווארשיינליך נישט געוויסט.


ר' יושע כ"ץ ז"ל
20210428_220613.jpg
20210428_220613.jpg (126.88 KiB) געזעהן 75 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט