אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:06 am

בנוגע די 'אונז ווס' זיי' שמועס: איך האב א ברודער אין א''י. חוץ דעם וואס יעדער איד איז מיין ברודער ווייל מיר זענען קינדער פון איין טאטע, האב איך דארט א ברודער פון איין מאמע אויך.

און יא, מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.
ווען סטיטשינער ווערט סופּער, וויאזוי רופט מען אים אין ענגליש? ס'האט אן עמטליכע ווארט:superstition...

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:12 am

עכט היימיש האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:
זעמל רינדערצווייג האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:שכוח מנהלים פארן פארמעקן דער אשכול.

א איד וואס איז אויסגעבויעט מיט זיין שיטה, ער קען ויאל משה, ער קען דעם רבינ'ס הייליגע תורות, און ווייסט און ער פארשטייט דעם ויואל משה אמת ותורתו אמת, ער דארף נישט קיין באזינדערע אשכולות, ער קען ליינען נייעס, און נישט ווערן נתפעל, ער קען ליינען נייעס ווי עס שטייט נישט נעבן יעדע באריכט אז די ציונים זענען שולדיג, און וויסן זייער גוט די מציאות.

ווער עס ווערט צומישט און פארלוירן, און מוז שרייען פוי פוי יעדע מינוט, זאל בעסער זיך מאכן א חשבון הנפש צי ער האט ארויס דער עצם קליפת רעיון הציוני, און צי ער קען בכלל די שיטה הקדושה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וכל קדושיו עמו נבג"מ.

;l;p-
זאגסטיך אזוי גוט!

נישט ריכטיג,
ווען עס זאל זיין טריקענע נייעס וואלט נישט אויסגעפעלט צו עפענען א באזונדערע אשכול, אבער איך קען דיר ווייזן 10 משלים פון די לעצטע פאר שעה ווי יעדע נייעס פון א באמבעדירונג דורך די ציונים ווערט געמאלדן מיט עקסטאז, אויסגעמישט מיט רצונות אז זיי זאלן וואס מער באמבעדירן, וואס איז פשט דערפון? טריקענע נייעס אדער נישט? די תירוץ איז אז דער וואס איז געכאפט אין ציונות איז נישט מעגליך צו שרייבן נאטראל,
און צוליב דעם איז די איינציגסטע עצה א באזונדערע אשכול ווי מען שטיצט נישט קיין פעולות פון די ציונים,
ע"פ תורה טארן זיי נישט האבן קיין מדינה און טארן ניטש טון קיין שום פעולות,

לאמיר דיר פרעגן עפעס, ווען דער קהילה וואס איז אקעגן דיין קהילה, גיבט ארויס א בראשור מיט זייערע דערגרייכונגען, זיי שרייבן דארט מיט עקסטאז איבער זייערע הצלחות, די בנינים וואס זיי בויען, די רבבות וואס שטייען אויף זייערע פארענטשעס, ווען דו ליינסט עס ווערסטו נתפעל? זייערע הצלחות ברענגט דיר צו התפעלות, אדער פונקט פארקערט? זייערע הצלחות מאכט דיר נענטער צו זיי?

אויב דער תירוץ איז ניין, דאן לאמיר דיר זאגן, אייינער וואס האט ריכטיג פיינט די ציונים, און ער האט זיי נאך אזוי פיינט ווי דער קעגנערישע קהילה (איך שרייב עס נאר צו מאכן מיין פוינט) דער קען ליינען זייערע נייעס, אפילו מיט פראפגאנדע, און ער ווערט נישט איבערגענומען, ער ווערט נישט נתפעל.

איינער וואס יא, אזש, ער מוז עפענען א אנדערע אשכול, דער זאל גיין בודק זיין צי ער האט ריכטיג פיינט די ציונים מיט דער ריכטיגע שנאה וואס מען דארף האבן צו משנאי השם, אדער ער איז בלויז א "סאטמארער" ממילא מוז ער זיי פיינט האבן, אבער אזוי ווי ער קען נעבעך נישט די יסודות פון די הייליגע שיטה, ווערט ער צומישט יעדע מאל וואס ער זעט ציוניסטישע פראפאגאנדע.

כ'ווייס נישט פונקטליך וואס ס'שטייט אין דעם אשכול. אבער דיין עצם נקודה מיין איך איז נישט ריכטיג.

מ'זעט אין די תורה כסדר דאס, אז מ'טאר זיך נישט דרייען מיט מענטשן און הערן זאכן וואס זענען קעגן די תורה. אנגעפאנגען פון אל תפנו אל האלילים, אויסראטן ז' עממין, אימשיך אבתרייהו, וכו' וכו'. ליינען עפעס וואס איז קעגן די תורה איז משפיע אויפן מענטש. ס'געט א קליינע ריק זיין געדאנקען גאנג. ס'ווערט א משהו קעלטער. ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן 'אני אקרא ולא אטה'.

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re:

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:38 am

קו הישר האט געשריבן:אן אשכול וואס די פילסט אז עס איז נישט לפי רוח התורה הקדושה אדער שטימט נישט מיט דיין השקפה. טרעיט מען נישט אריין!
...
זיי מוחה פון דרויסן און טרעיט נישט אריין דארט.
און שוין!

כ'האב קבלה פון ר' חיים איידלמאן - אן חשובן איד פונעם פריעדיגן דור, די אפטייטש פון א ריכטיגע קנאי.
א איד וואס שטייט אויף צופרי, נעמט א תהילמעל אין דער האנט און וויינט זיך אויס צום באשעפער, "רבונו של עולם שיק מיר צו א איד וואס זינדיגט אז איך זאל קענען מוחה זיין." דאס מיינט א ריכטיגע קנאי. :grin:
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

סמעטענע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re:

תגובהדורך סמעטענע » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:01 am

סטיטשינער האט געשריבן:מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער
און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.

ווען די רוס איז מחליט איז ער בארעכטיגט

ווען דער אפיקורוס טוט עס איז יעדע טריט נגד התורה און יעדער בנין וואס ער מאכט פלאך מאכט נאר ערגער פאר כלל ישראל
די אפיקורסים האבן אונז נאך גארנישט גוטס געטון.

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך נפשי חמדה » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:31 am

ווי האט נאר הרה"ק מסאטמאר געזאגט: איר פארמאגט צלמים אין קאפ!
ארבייט מאכט פריי! דאס האט היטלער ימ"ש געזאגט..

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:44 am

Wow, שוין לאנג נישט געהאט דא 5 אומגעליינטע בלעטער פון איין טאג..


קו הישר האט געשריבן:אן אשכול וואס די פילסט אז עס איז נישט לפי רוח התורה הקדושה אדער שטימט נישט מיט דיין השקפה. טרעיט מען נישט אריין!
שוין באלד צוויי יאר וואס איך האב נישט אריין געטרויטן אין די נשתכחה אשכול. שוין א שיין שטיקל צייט וואס מיין עד בלאקער עלימינירט אשכולים וואס די נאמען ענהאלט די ווארט קליפס'.
זיי מוחה פון דרויסן און טרעיט נישט אריין דארט.
און שוין!

דעיס איטאקע די סיבה פארוואס אונז טרעט מיר נישט אריין אין קיין שום אר"י אשכול.

(יעצט ביי די פרישע סעריע התגרות..האבעך אביסל געקוקט דעם אשכול, אבער שנעל דיסיידעט עס צו לאזן פייפן אזוי ווי אלע אנדערע איזריעלי אשכולות)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
אדם א מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך אדם א מענטש » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:49 am

ווען מען זאגט דעת בעה''ב היפך דעת תורה מיינט עס נישט אז די בעה''ב האט נישט קיין דעת, פארקערט! ער איז זייער קלוג, און ער האט שיינע סברות, און האט אסאך דעת, אבער ס'איז פארקערט ווי די דעת תורה.

מיין תגובה באציט זיך אויף די אלע לעצטיגע תגובות אין דעם אשכול וואס מיין דעת האלט אנדערשט.
(ס'איז נישט אינטערסאנט ''וואס'' איך האלט)
ביי
oahmentchאצלgmail.com

נאך איינער
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:08 am

קו הישר האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:נישט דורכגעליינט אלע ויכוחים אהין און צוריק, מיר קומט קלאר אויס אז די נייעס ווערט דא עפ"י רוב געדעקט ווי "אינז" קעגן זיי, און דאס איז א פראבלעם. אויב ווילט עטס וויסן וויאזוי מ'באריכט די סארט נייעס פארעווע, נעמט א לעקציע ביי זלמן ווידער.




דער האט עס גענאגלט. זלמן ווידער איז זייער א גוטער משל וויאזוי צו באריכטן די נייעס אן קיין עמאשענס.

ב"ה אז ס'קוקט אויס די אחראים האבן אנגעהויבן מער פאקוסירן דערויף.

זאלסט מיר זייער מוחל זיין. זיצט א איד אין וויליאמסבורג וואס גיבט טאקע א קרעכטץ אויף די צרות פון די פליענדיגע ראקעטן אבער דערנאך פאקט ער זיך אריין אין זיין באקוועמער געלעגער און האט א רואיגער נאכט שלאף, איז נישט קיין קונץ צו רעפארטן נייעס אום פארטייאיש.
דערקעגן איז דא פולע אידן דא אויף אייוועלט וואס זייער לעבן איז אין א סכנה כפשוטו וכמשמעו. זיי לויפן אין בונקער אריין ווייל מען וויל זיי הרג'ענען. זיי ציטערן יעדער מינוט וואס גייט די נעקסטע מינוט ברענגען. ווען זיי הערן אז זייערע רודפים זענען דערמארדעט זאלן זיי זיך נישט פרייען? גייסטו יעצט אריין גיין בדקה שבדקה ווי סאך זיי מעגען יא אדער נישט אויסדריקן זייער פרייד ווייל אפשר וועט איין ....... ניק קענען בדוחק גדול אפטייטשן אז ער איז אויף די מדינה'ס זייט? אתמה.
פרייץ א חלה. לאמיר טאנצן די טעראריסטן פיגור'ן איינס ביי צוויי.
( בעט מען איצט אז ..... ....... זאל ביטע בעטן די באשעפער אז ער זאל שיקן אנדערע שליחים צו הרג'ענען אונזערע רודפים. ווייל לויט ווי עס שיינט פארשטייט ער בעסער. ח"ו.)

----
גערן מעקן די תגובה. ער נעמט מיר שוין אביסל ארויס פון די כלים.

אין אפשר טאקע פארדעם זאל מען זיי נישט לאזן באריכטן קיין נייעס, זינט די תקנות פארלאנגען א נייעס פין א"י מיז באריכטעט ווערן נייטראל אין טאר נישט האבן קיין שמעק פין צויניזם, אין די ניקם קענען עס באמת נישט טאן,

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re:

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:12 am

סטיטשינער האט געשריבן:בנוגע די 'אונז ווס' זיי' שמועס: איך האב א ברודער אין א''י. חוץ דעם וואס יעדער איד איז מיין ברודער ווייל מיר זענען קינדער פון איין טאטע, האב איך דארט א ברודער פון איין מאמע אויך.

און יא, מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.


לויט סאטמאר רב אין די נשא תורה זענען אזעלכע ווערטער זייער קרוב צו שטארקע הרהורי מינות. סארי.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:16 am

סמעטענע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער
און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.

ווען די רוס איז מחליט איז ער בארעכטיגט

ווען דער אפיקורוס טוט עס איז יעדע טריט נגד התורה און יעדער בנין וואס ער מאכט פלאך מאכט נאר ערגער פאר כלל ישראל
די אפיקורסים האבן אונז נאך גארנישט גוטס געטון.

איר טענהט אז איך דארף אנקומען צו אזא מדריגה אין אמונה אז איך דארף האלטן אז מיט יעדער באמבע מאכט די צה''ל ערגער. מן הסתם זענט איר גערעכט.

אבער דעס נעמט נאכאלץ נישט אוועק פונעם פאקט אז מיט יעדע באמבע שפיר איך למעשה א דערלייכטערונג פאר מיינע ברודער דארט. עס האט נישט מיט ציונות גארנישט.
ווען סטיטשינער ווערט סופּער, וויאזוי רופט מען אים אין ענגליש? ס'האט אן עמטליכע ווארט:superstition...

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 16323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:19 am

להודיע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בנוגע די 'אונז ווס' זיי' שמועס: איך האב א ברודער אין א''י. חוץ דעם וואס יעדער איד איז מיין ברודער ווייל מיר זענען קינדער פון איין טאטע, האב איך דארט א ברודער פון איין מאמע אויך.

און יא, מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.


לויט סאטמאר רב אין די נשא תורה זענען אזעלכע ווערטער זייער קרוב צו שטארקע הרהורי מינות. סארי.

נאכאמאל, עס קען ליידער זיין. אבער דעס מאכט נאך אלץ נישט אז מיין 'אונז' זאל מיינען אז איך בין איינס מיטן ציוני, פונקט ווי ווען עס איז די רוס מיינט עס נישט אז איך בין איינס מיטן רוס. איך בין 'אונז' מיט מיינע ברודער, און פערצופאל איז עס די ציוני אויפן זעלבע זייט.
ווען סטיטשינער ווערט סופּער, וויאזוי רופט מען אים אין ענגליש? ס'האט אן עמטליכע ווארט:superstition...

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך Rak Tov » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:20 am

סטיטשינער האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער
און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.

ווען די רוס איז מחליט איז ער בארעכטיגט

ווען דער אפיקורוס טוט עס איז יעדע טריט נגד התורה און יעדער בנין וואס ער מאכט פלאך מאכט נאר ערגער פאר כלל ישראל
די אפיקורסים האבן אונז נאך גארנישט גוטס געטון.

איר טענהט אז איך דארף אנקומען צו אזא מדריגה אין אמונה אז איך דארף האלטן אז מיט יעדער באמבע מאכט די צה''ל ערגער. מן הסתם זענט איר גערעכט.

אבער דעס נעמט נאכאלץ נישט אוועק פונעם פאקט אז מיט יעדע באמבע שפיר איך למעשה א דערלייכטערונג פאר מיינע ברודער דארט. עס האט נישט מיט ציונות גארנישט.

ס"ה וואס איך זעה די סאטמאר געשטימטע ניקס פארלאנגען די לעצטע פאר בלעטער איז צו צוריק עפענען די תורהדיגע בליק אשכול אין נייעס פארום

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:23 am

זייער א ארימע סך הכל! :grin:
די פאר ניקים פארלאנגען פיל פיל פיל מער פון דעם. סיי פונעם ציבור און סיי פון די מנהלים.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: כולל
פארבינד זיך:

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך Rak Tov » דאנארשטאג מאי 13, 2021 2:33 am

קו הישר האט געשריבן:זייער א ארימע סך הכל! :grin:
די פאר ניקים פארלאנגען פיל פיל פיל מער פון דעם. סיי פונעם ציבור און סיי פון די מנהלים.

איך רעד וואס איז שייך צו נאכגעבן

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re:

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג מאי 13, 2021 3:29 am

סתם אויפצולעבען די מצב אביסל אין דער אשכול, וואס איז היפש אנגעצויגען געווארען מיט די סאמאטוכע איבער טאמער סיז כפירה צו הנאה האבען ווען די מדינה הארגעט אראבישע רוצחים (האף איך נאר אז די קנאישע ניק'ס דאהי זענען טאקע מקפיד נישט צו טרינקען וויין פון א באטעל וואס א נישט סאטמערער האט געעפענט אד"ג, אויסער טאמער מען וועט מוזען זאגען אז אויך זיי ווייסען אז סיז נאר דא דרייצן אני מאמין'ס, און ווי אויך ווייסען זיי אז אויך די נישט סאטמערע גלייבען אז זאת התורה לא תהא מוחלפת, נאר זיי האלטען אז זייערע שיטות זענען אויסגעהאלטען ע"פ התורה, און אלע לשונות פון כפירה אא"וו זענען בדרך גוזמא בעלמא, כדרכו פון געוויסע גדו"י זיך אויסצודריקען שארפער ווי מען האלט באמת, ווי מען זעהט שוין אין די גמרא דער מושג פון "גוזמא קתני" און "דיברה תורה בלשון הבאי") אא"וו, ברענג איך אראפ א אלטע שמועס פון דא, ווען @לכאורה'ס מנהל'שאפט איז נאך געווען א סוד פאר פיל, אויב נישט רוב, ניק'ס (ווי אויך איז אינטרעסאנט צו זעהן די צוויי בלעטער פאר דעם), ווי אויך וויל איך טאקע פרעגען די מנהלים פארוואס מען פירט נישט איין אז יעדער ניק וואס האט שוין נישט אריינגעטראטען אין אייוועלט פאר, לאמיר זאגען, 5 יאר [און האט אויך נישט א באדייטענדער צאל תגובות], זאל דער ניק נאמען ווערען פארמעקט (און זיינע ווייניג תגובות וואס ער האט יא געשריבען זאלען אויפקומען אונטער זיין נאמען פארשווארצט, און טאמער איז עס טעקניקלי נישט מעגליך, קען מען צולייגען א @ צום פארשווארצטן ניק נאמען), אזוי אז די עולם זאל זיך נישט דארפען ברעכען קאפ צו שטארק אויפצוקומען מיט נעמען.
לכאורה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳זענען דא הונדערטער ניקס וואס ליינען דא יעדן טאג אבער שרייבן גארנישט.

מ'קען זעהן אויף יעדע ניק ווען ער האט לעצט אריינגעסיינט, צל עובר האט א נקודה, אז אויב איינער האט זיך שוין נישט באוויזן דאס פרצוף א צען יאר, קען מען ווארשיינליך פריי מאכן זיין ניק נאמען.

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נו, געב עס איבער פאר די בא-ערד-דע

לכאורה האט געשריבן:מיר שרייבן דאך אין דעם אשכול וואס ווערט ווארשיינליך דאס מערסטע באוואכט... זיי האבן שוין געזען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 13, 2021 9:23 am

כ'האב הנאה אז דער עולם גיבט זיך דא אביסל אויס, גייטס אן מיט ברודערליכע אפעטיט.

נאר דארט וואו מ'קוקט פאר בלויז נייעס, לאזט די נייעס רינען באקוועם.

ויה"ר אז איר זאלט אונז בלויז גוטע נייעס מודיע זיין שטענדיג.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: Re:

תגובהדורך האמת הצפון » דאנארשטאג מאי 13, 2021 10:54 am

להודיע האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:בנוגע די 'אונז ווס' זיי' שמועס: איך האב א ברודער אין א''י. חוץ דעם וואס יעדער איד איז מיין ברודער ווייל מיר זענען קינדער פון איין טאטע, האב איך דארט א ברודער פון איין מאמע אויך.

און יא, מיט יעדער בנין וואס ווערט פלאך, יעדער קאמאנדיר וואס ווערט עלימינירט, און יעדער וואפן זאפאס וואס ווערט פארניכטערט, ווערן זיינע טשאנסן העכער ארויס צו קומען פון די מלחמה מיט אלע אברים. עס איז טאקע א שאד אז עס מוז געשעהן דורך די ציונים, און הלאוואי וואלטן די טעראריסטן עס אויפגעגעבן פריי וויליג. אבער אדערווייל, וואס אין די יעצטיגע הסתר פנים ליידער איז דעס די איינציגסטע וועג, איז עס בעיני יא אונז ווס' זיי.

פונקט ווי ווען די רוס איז מחליט זיך אנצונעמען פאר אונזער ברודער און מלחמה האלטן מיט די אראבער וואלט עס אויך געווען א אונז ווס זיי.


לויט סאטמאר רב אין די נשא תורה זענען אזעלכע ווערטער זייער קרוב צו שטארקע הרהורי מינות. סארי.

און אויסער דעם איז דאס סתם שקר, נקמה ברענגט נקמה, יעדער חדר אינגל קען פארשטיין אז די רייצערייען ברענגט זייערער שיסן ראקעטן ווייטער,
נאר וואס דען מיט א גויאישע קאפ, קען מען זאגן אז טאמער דא איז דא נאר 5 טויטע און דארט 60 האט די זייט געווינען,
אבער ע"פ תורה האבן זיי נישט קיין רעכט גארנישט צוטון,
איין אידיש נפש איז א עולם מלא,
און יעדע ריר זייערער איז נגד התורה, זיי טארן נישט פלאך מאכן בנינים בכלל, ווי קען מען זיך מיטפרייען מיט דעם?
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך האמת הצפון » דאנארשטאג מאי 13, 2021 10:59 am

איך זעה פון אלע וויכיחים אז ווייטער איז די נקודה פארפארן,
די נקודה איז נישט אויב סאטמאר איז יא אדער נישט גערעכט, דאס קען מען רעדן א אנדערע מאל,
די נקודה איז אז לפי שיטתם איז פיל דא זייער אומאויסגעהאלטענע תגובות און צוליב דעם בעהט מען א פשוטע זאך לאזט עפענען א באזונדערע אשכול!
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 13, 2021 11:26 am

גיי מיר באשרייבן מיאנמאר.

היינט אינדערפרי האט די מיליטער אין מיאנמאר ארעסטירט הונדעטער פראטעסטירער און בארעגנט מיט הייסע קוילן טויזענטער אנדערע


איינער זעהט דא א רמז כל דהוא אפילו אז די מיליטער רעגירט דארט לעגיטים?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג מאי 13, 2021 11:29 am

farshlufen האט געשריבן:גיי מיר באשרייבן מיאנמאר.

היינט אינדערפרי האט די מיליטער אין מיאנמאר ארעסטירט הונדעטער פראטעסטירער און בארעגנט מיט הייסע קוילן טויזענטער אנדערע


איינער זעהט דא א רמז כל דהוא אפילו אז די מיליטער רעגירט דארט לעגיטים?

מיט געוואוסע גלעזער יא, ביז ווי לאנג משרייבט נישט ליידער וכו'

אוועטאר
בבקשה
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג מאי 13, 2021 11:32 am

מים חיים האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גיי מיר באשרייבן מיאנמאר.

היינט אינדערפרי האט די מיליטער אין מיאנמאר ארעסטירט הונדעטער פראטעסטירער און בארעגנט מיט הייסע קוילן טויזענטער אנדערע


איינער זעהט דא א רמז כל דהוא אפילו אז די מיליטער רעגירט דארט לעגיטים?

מיט געוואוסע גלעזער יא, ביז ווי לאנג משרייבט נישט ליידער וכו'


אלזא איז צייט איהר זאלט אויסטוהן די גלעזער. דא שטייט נישט גארנישט פרא אדער אנטי. שרייבן ליידער איז גענומען א צד.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג מאי 13, 2021 12:55 pm

שוין לאנג נישט אזוי גוט פארשטאנען דעם משל פון די 'נשא תורה': זיבורא ועקרבא.

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך האמת הצפון » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:20 pm

צה"ל גע'פיצא'ט נאך א הויז פון א הויכראנגיקע חמאס מיטגליד.
וואס מיינט געפיצאט וואס מיינט געמצהט? ווער עס וויל נישט מודה וועט ממילא נישט מודה אבער די אלע שיינע אויסדריקן זאגט עפעס,
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:23 pm

אה, אט אט האט איר געפונען דעם טוטער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

תגובהדורך קו הישר » דאנארשטאג מאי 13, 2021 1:24 pm

האמת הצפון האט געשריבן:צה"ל גע'פיצא'ט נאך א הויז פון א הויכראנגיקע חמאס מיטגליד.
וואס מיינט געפיצאט וואס מיינט געמצהט? ווער עס וויל נישט מודה וועט ממילא נישט מודה אבער די אלע שיינע אויסדריקן זאגט עפעס,

מצה איז בלויז מעהל מיט וואסער דאס מיינט אז עס איז פשוט פלאך געווארן און עס איז ארויס געקומען א שטאַרקן שטויב פון די מעהל.
פיצאט, דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש. דאס האט שוין טשיז. דאס אינוואלווד שוין רויטע בלוט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 5 געסט