החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:24 pm

איך האב געזוכט בספרי הדקדוק א חילוק צווישן וַיֵלְכו און וַיֵלֵכו, ווי ס'שטייט וישלחו את אחיו וַיֵלֵכו
ביזדערווייל האב איך נישט געטראפן, איינער קען ארויסהעלפען?

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:28 pm

דרךהמלך האט געשריבן:איך האב געזוכט בספרי הדקדוק א חילוק צווישן וַיֵלְכו און וַיֵלֵכו, ווי ס'שטייט וישלחו את אחיו וַיֵלֵכו
ביזדערווייל האב איך נישט געטראפן, איינער קען ארויסהעלפען?

כמדומה אז עס איז נישט קיין חילוק, נאר די ניקוד טוישט זיך ביי אתנתא/סוף פסוק

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:29 pm

דאכט זיך אז מיט א שוא איז צוזאמען מיט נאך א ווארט, וילכו שניהם יחדיו.
מיט א צירי איז סוף פסוק.

---
וואס הייסט "ווער ווייסט"?... #האקט
שמו האט געשריבן: איך מיין אז נאכן ליינען די תגובות דא, קען איך מער ווייניגער אפשאצן יעדער ניק וואס ער איז, צו ער איז אן ערנסטער, און האט ליב דאס ר"ה דאווענען מיט א געשמאק, צו ער ווערט נערווירט, און ער דארף א סליחות מיט קומזיץ, והבן הדבר.

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:33 pm

בפשטות אז וילכו מיט א ציר"י א שטערקערע לשון, ווי למשל אינגאצן אוועקגעגאנען, און שו"א איז א גרינגערע לשון
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:34 pm

די זעלבע חילוק ווי דאס וואס מיר זאגן ביי מעריב:

זה א-לי ענו ואָמרו
אדער זה א-לי ענו ואָמָרו.

ביים סוף פסוק קומט ואָמרו:

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:35 pm

ויתן לך האט געשריבן:בפשטות אז וילכו מיט א ציר"י א שטערקערע לשון, ווי למשל אינגאצן אוועקגעגאנען, און שו"א איז א גרינגערע לשון

אבי גערעדט, דאס וואלט געווען אחילוק פון א לשון קל אדער לשון כבד, וואס דעמאלטס וואלט געווען א דגש אינעם למ"ד, חוץ מזה איז קלאר אז וילכו טרעפט מען נאר ביי אס"ף

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:38 pm

Who knows האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:בפשטות אז וילכו מיט א ציר"י א שטערקערע לשון, ווי למשל אינגאצן אוועקגעגאנען, און שו"א איז א גרינגערע לשון

אבי גערעדט, דאס וואלט געווען אחילוק פון א לשון קל אדער לשון כבד, וואס דעמאלטס וואלט געווען א דגש אינעם למ"ד, חוץ מזה איז קלאר אז וילכו טרעפט מען נאר ביי אס"ף

סאיז נישט אבי גערעדט, די כלל שטייט אין ספרים
אביר דאס ביזסטו גערעכט אז מען טרעפט דאס נאר ביי א סוף פסוק, איז דאס די ריכטיגע ענטפער
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:38 pm

Who knows האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:בפשטות אז וילכו מיט א ציר"י א שטערקערע לשון, ווי למשל אינגאצן אוועקגעגאנען, און שו"א איז א גרינגערע לשון

אבי גערעדט, דאס וואלט געווען אחילוק פון א לשון קל אדער לשון כבד, וואס דעמאלטס וואלט געווען א דגש אינעם למ"ד, חוץ מזה איז קלאר אז וילכו טרעפט מען נאר ביי אס"ף

עס איז אן אנליכע חילוק ווי וְיִתֶּן לְךָ און וְיִתֶּן לָךְ :smile:

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:39 pm

ויתן לך האט געשריבן:סאיז נישט אבי גערעדט, די כלל שטייט אין ספרים

ווי שטייט דאס?

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:45 pm

ויתן לך האט געשריבן:סאיז נישט אבי גערעדט, די כלל שטייט אין ספרים
אביר דאס ביזסטו גערעכט אז מען טרעפט דאס נאר ביי א סוף פסוק, איז דאס די ריכטיגע ענטפער

Screenshot (15).png
Screenshot (15).png (116.75 KiB) געזעהן 503 מאל

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3928
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:51 pm

Who knows האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:סאיז נישט אבי גערעדט, די כלל שטייט אין ספרים

ווי שטייט דאס?

דאס אז ביי א לשון קל ניצט מען ענדערש א שוא, דאס איז א באקאנטע זאך, למשל ביי וישלח אדער וישלח, ונצלתם אדער ונצלתם, ויפתח אדער ויפתח
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:52 pm

יישר כח

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:55 pm

ויתן לך האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:סאיז נישט אבי גערעדט, די כלל שטייט אין ספרים

ווי שטייט דאס?

דאס אז ביי א לשון קל ניצט מען ענדערש א שוא, דאס איז א באקאנטע זאך, למשל ביי וישלח אדער וישלח, ונצלתם אדער ונצלתם, ויפתח אדער ויפתח

ביי די אלע פלעצער האבן די ל/צ/ת א דגש, און אויך די שו"א ווערט געטוישט דייקא פאר א תנועה קטנה כדי די קומענדיגע אות זאל מקבל זיין א דגוש, משא"כ דא האט די ל א תנועה גדולה און די כ האט נישט קיין דגש

(נ.ב. אנטשולדיגט פאר מיין שארפע רעאקציע "אבי גערעדט", ואתכם הסליחה)

אוועטאר
ממוצע
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג יולי 29, 2021 3:58 pm

איך בין ליידער נישט קיין מדקדק. אבער עס הערט זיך אז וילְכו איז ווען עס קומט נאך א סענטענס נאכדעם. זיי זענען געגאנגען... דארט און דארט.

וילֵכו איז די אויספיר פון די מעשה. זיי זענען געגאנגען און שוין. קען זיין טאקע וועגן די אתנחתא.

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 29, 2021 4:18 pm

ממוצע האט געשריבן:איך בין ליידער נישט קיין מדקדק. אבער עס הערט זיך אז וילְכו איז ווען עס קומט נאך א סענטענס נאכדעם. זיי זענען געגאנגען... דארט און דארט.

וילֵכו איז די אויספיר פון די מעשה. זיי זענען געגאנגען און שוין. קען זיין טאקע וועגן די אתנחתא.

ביידע אמת, היינו הך. סוף פסוק מיינט אז דא ענדיגט זיך די מעשה...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג יולי 29, 2021 4:44 pm

Who knows האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:סאיז נישט אבי גערעדט, די כלל שטייט אין ספרים
אביר דאס ביזסטו גערעכט אז מען טרעפט דאס נאר ביי א סוף פסוק, איז דאס די ריכטיגע ענטפער

Screenshot (15).png



גענאלגט!

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג יולי 29, 2021 4:44 pm

וועלכע פראגראם איז דאס ביטע?

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 4:45 pm

קיסריה האט געשריבן:וועלכע פראגראם איז דאס ביטע?

https://www.mgketer.org/search

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג יולי 29, 2021 5:02 pm

ריזיג
שוין לאנג געזוכט אין תהלים דאס ווארט ״כי״ רפה.

דאס האט מיר געצייגט 8 מאל.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך מיגו » דאנארשטאג יולי 29, 2021 10:05 pm

מצלמה האט געשריבן:די זעלבע חילוק ווי דאס וואס מיר זאגן ביי מעריב:

זה א-לי ענו ואָמרו
אדער זה א-לי ענו ואָמָרו.

ביים סוף פסוק קומט ואָמרו:

הממ... איז דא ערגעץ אין פסוק אזא ניקוד ווי ואָמָרו בכלל?

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 10:06 pm

קיסריה האט געשריבן:ריזיג
שוין לאנג געזוכט אין תהלים דאס ווארט ״כי״ רפה.

דאס האט מיר געצייגט 8 מאל.

דא קען מען דאונלאודען א פראגראם פון זיי, מ'דארף נאכפאלגען די אינסטרוקציעס עס זאל ווערן ריכטיג אינסטאלירט, אבער דאס האט גאר גוטע אפציעס ווי למשל זוכן לויט די טעמי המקרא

אוועטאר
Who knows
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך Who knows » דאנארשטאג יולי 29, 2021 10:09 pm

מיגו האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:די זעלבע חילוק ווי דאס וואס מיר זאגן ביי מעריב:

זה א-לי ענו ואָמרו
אדער זה א-לי ענו ואָמָרו.

ביים סוף פסוק קומט ואָמרו:

הממ... איז דא ערגעץ אין פסוק אזא ניקוד ווי ואָמָרו בכלל?

ער טענה'ט אז נישט, איך בין נישט די גרויסע בקי, אבער כמדומה אז ואָמָרו איז א חידוש פון ר' זלמן הענא, און די יעב"ץ איז טאקע שטארק חולק אויף אים אזוי ווי מיט אנדערע זאכן

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך הלבלר בקולמסו » דאנארשטאג יולי 29, 2021 10:09 pm

מצלמה האט געשריבן:די זעלבע חילוק ווי דאס וואס מיר זאגן ביי מעריב:

זה א-לי ענו ואָמרו
אדער זה א-לי ענו ואָמָרו.

ביים סוף פסוק קומט ואָמרו:

עס גייט צוזאמען:
ואמרו ה' ימלוך וגו'
דאגות זענען פאנטאזיעס; עצבות איז אילוזיעס,
שמחה און בטחון, זיי זענען די ווארהייט!

א שפריצקעלע טינט פונעם לבלר'ס פעדער. . . . .

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג יולי 29, 2021 11:02 pm

Who knows האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:די זעלבע חילוק ווי דאס וואס מיר זאגן ביי מעריב:

זה א-לי ענו ואָמרו
אדער זה א-לי ענו ואָמָרו.

ביים סוף פסוק קומט ואָמרו:

הממ... איז דא ערגעץ אין פסוק אזא ניקוד ווי ואָמָרו בכלל?

ער טענה'ט אז נישט, איך בין נישט די גרויסע בקי, אבער כמדומה אז ואָמָרו איז א חידוש פון ר' זלמן הענא, און די יעב"ץ איז טאקע שטארק חולק אויף אים אזוי ווי מיט אנדערע זאכן


וואס איז ואָמָרו אנדערש פון המה כרעו ונפלו. פ׳ קמוצה.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

Re: החילוק בין וַיֵלְכו לוַיֵלֵכו

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג יולי 29, 2021 11:05 pm

פארוואס מאנכע מאל שטייט אחלצך בסגול צ׳
און מאנכע מאל שטייט אחלצך בסגול ל׳, ושבא צ׳


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט