ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

ארגאן
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:06 pm

ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך ארגאן » פרייטאג ינואר 29, 2021 8:56 am

עס זענען דא, צווישן די אשכולות, אסאך פראגעס (און ענטפערן) וועגן אידישע ווערטער און זייערע אויסלייגן, זייערע איבערזעצונגן און זייערע באדייטן. איך באזוך אמאל די אשכולות פאר ווערטער וואס זיי קען איך נישט און פרעג איך אמאל וועגן דער שפראך.

ס'דאכט זיך מיר אז מען דארף דאך א היימיש ווערטערבוך, אין וועלכן די ריכטיגע ארויסלייגן, טייטשן און איבערזעצונגען ווערן דערקלערט. בעוונותינו ס'איז נישטא קיין היימיש ווערטערבוך, לויט מיין וויסן.

איך בין נישט קיין שטארקער עקספערט פון אידיש, קען איך נישט אנשרייבן קיין ווערטערבוך—ולכן מאי אעביד? איין פארלייגן וואס איז אבער געקומען אויפן זינען איז אז איך קען מאכן א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל וואס צו דעם מעג מען אנגעבן ווערטער מיט דעפיניציעס. דארטן, וואלט מען געקענט זוכן די אלע ווערטער וואס זענען אנגעגעבן געווארן. דערצו נאך, מען וואלט געקענט דערלאנגן ווערטער וואס מען וויל ווערן דעפינירט. דערמיט, מען קען לומד מכל אדם.

ס'וואלט מיר נישט געווען גרינג צו שאפן אזא וועבזייטל, וואלט איך אנגעהויבן מאכן דאס נאר אויב גענוג מענטשן ווילן דאס. טייערע פריינט, וואס מיינט איר וועגן דעם פראיעקט? וואלט אזא וועבזייטל געהאלפן אייך? וואלט איר אנגעגעבן ווערטער אין וועבזייטל?
פרשנו
רעבתן
שבדבש
נתבער
ונשרף

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך מיט א פרישקייט » פרייטאג ינואר 29, 2021 10:03 am

ארגאן האט געשריבן:ס'דאכט זיך מיר אז מען דארף דאך א היימיש ווערטערבוך, אין וועלכן די ריכטיגע ארויסלייגן, טייטשן און איבערזעצונגען ווערן דערקלערט. בעוונותינו ס'איז נישטא קיין היימיש ווערטערבוך, לויט מיין וויסן.



וואס איז מיט די ביכל פון א. ראטה?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג ינואר 29, 2021 10:26 am

וואלט געווען א מוראדיגע נוצליכע זאך. א. ראטה׳ס ביכל איז גאנץ פיין אבער סנישט קיין ווערטערבוך; סהאט זייער ווייניג ווערטער, און ווי אויך שטייט נישט דער לשון רבים, לשון עבר אד"ג.

וויקשיאנערי וואלט אפשר געווען אן עצה. יעדער קען דארט אליין צולייגן ווערטער. איך האב אויך צוגעלייגט דארט אסאך ווערטער, ספעציעל אזעלכע וואס דער אויסלייג דערפון איז ביי אונז אנגענומען אנדערש ווי אינעם אלגעמיינעם "יידיש". דא קענט איר זען וואס כהאב אלץ דארט צוגעלייגט https://en.wiktionary.org/w/index.php?t ... tributions
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג ינואר 29, 2021 10:45 am

קען גרינגער מאכן פאר די וואס גלייכן אונז נישט

בעל הנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך בעל הנס » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:29 pm

אדרבה, וואלט געווען א שיינע זאך פון וואס פילע אידן וואלטן הנאה געהאט

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:36 pm

בעל הנס האט געשריבן:אדרבה, וואלט געווען א שיינע זאך פון וואס פילע אידן וואלטן הנאה געהאט
שויתי ה' לנגדי תמיד

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך קענטאקי » פרייטאג ינואר 29, 2021 12:45 pm

אויף דערווייל איז פארהאן א וועבזייטל מיט'ן נאמען אייוועלט וואו מען קען אנפרעגן סיי וואס, און אונזער לעבעדיגער דיקשאנערי ר' גרשון ענטפערט אלעס מיט א קלארקייט.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך הגות תבונות » דינסטאג פאברואר 16, 2021 3:24 pm

וואלט זייער א ניצליכע זאך געווען.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר חמשת אלפים
תגובות: 5082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 16, 2021 4:50 pm

גא"מ - עלה והצלח!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

יקום פורקן
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:32 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך יקום פורקן » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:14 pm

יא, מיר קוקן ארויס אויף אזא זאך, יישר כחכם.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג אפריל 13, 2021 7:00 pm

גא"מ און איך גלייב אז נאך זייער אסאך אידן וואלטן הנאה געהאט.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

היכי תמצא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג יוני 01, 2021 6:43 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:קען גרינגער מאכן פאר די וואס גלייכן אונז נישט

טאקע דארף מען נישט שרייבן קיין סאך ענגליש. די ענגלישע ווערטער וואס מ'שרייבט קען זיין צווישן אידישע ווערטער. דער וואס רעדט נישט קיין אידיש וועט דאס נישט פארשטיין. נאך א זאך, אז א גוי וויל זיך אויסלערנען רעדן אידיש איז איין זאך, לייענען אידיש איז שוין דאפלט שווער ווייל ער דארף זיך אויסלערנען די אלף בית.

אגב, די עפפ Duolingo וואו מ'קען זיך אויסלערנען שפאניש, אראביש, רוסיש, וכו' האבן צוגעלייגט אידיש. זיי לערנען אויס די אלף בית אין די גאנצע מעשה. נאך א משוגעת, די אידישע שפראך ווערט עקסאטיק.

אוועטאר
קו הישר
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך קו הישר » דינסטאג יוני 01, 2021 6:45 pm

צק
זיכער יא. וועט זיין גאר א גרויסע אויפטוה פאר אונז פשוטי המון עם.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

היכי תמצא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג יוני 01, 2021 6:50 pm

אויך מיין איך אז א thesaurus (איך ווייס נישט וואו אזוי מ'זאגט דאס אויף אידיש) וואלט געווען מער נוצבאר. א סאך מאל האט מען א ווארט אבער מ'געדענקט א ס'איז דא א בעסערע ווארט מיט וואס זיך אויסצודרוקן אבער מ'קען זיך בשום אופן דערמאנען דאס ווארט. א thesaurus וועט דעמאלטס זייער צינוץ קומען

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יוני 14, 2021 2:28 pm

היכי תמצא האט געשריבן:אויך מיין איך אז א thesaurus (איך ווייס נישט וואו אזוי מ'זאגט דאס אויף אידיש) וואלט געווען מער נוצבאר. א סאך מאל האט מען א ווארט אבער מ'געדענקט א ס'איז דא א בעסערע ווארט מיט וואס זיך אויסצודרוקן אבער מ'קען זיך בשום אופן דערמאנען דאס ווארט. א thesaurus וועט דעמאלטס זייער צינוץ קומען


י

היכי תמצא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג יוני 14, 2021 2:52 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:אויך מיין איך אז א thesaurus (איך ווייס נישט וואו אזוי מ'זאגט דאס אויף אידיש) וואלט געווען מער נוצבאר. א סאך מאל האט מען א ווארט אבער מ'געדענקט א ס'איז דא א בעסערע ווארט מיט וואס זיך אויסצודרוקן אבער מ'קען זיך בשום אופן דערמאנען דאס ווארט. א thesaurus וועט דעמאלטס זייער צינוץ קומען


י

וואס האט איר מיט דעם געמיינט?

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג יוני 14, 2021 3:31 pm

היכי תמצא האט געשריבן:אויך מיין איך אז א thesaurus (איך ווייס נישט וואו אזוי מ'זאגט דאס אויף אידיש) וואלט געווען מער נוצבאר. א סאך מאל האט מען א ווארט אבער מ'געדענקט א ס'איז דא א בעסערע ווארט מיט וואס זיך אויסצודרוקן אבער מ'קען זיך בשום אופן דערמאנען דאס ווארט. א thesaurus וועט דעמאלטס זייער צינוץ קומען

א. ראטה ארבעט אויף אזא פראגראם
ווען מען דריקט קאנטראל+Q וועט ארויפקומען ענדליכע ווערטער צו די ווארט וואס מען טייפט
(איך האף אז איך בין נישט קיין הולך רכיל מגלה סוד)

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג יוני 14, 2021 3:36 pm

דא האט איר א ליסט פון אלע ווערטער (בלויז אידישע אותיות) וואס איז דא אפאר מאל אויף אייוועלט
סאיז באזירט אויף 1 מיליאן תגובות (אן ציטורונגען)
אויסגעשטעלט לויט ווי אפט סאיז באנוצט
מיט א נומבער וויפיל מאל סאיז דא, אין די מיליאן תגובות

word-frequency-counter 1m yiddish only gt 5.txt
(253.31 KiB) דאונלאודעד 41 מאל


מקען עס נוצן פאר א יסוד צו מאכן א ווערטערבוך

איך האב עס ארויפגעלייגט אין אן אנדערע אשכול וועל איך עס דא אויך לייגן

היכי תמצא
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך היכי תמצא » מאנטאג יוני 14, 2021 5:03 pm

מים חיים האט געשריבן:דא האט איר א ליסט פון אלע ווערטער (בלויז אידישע אותיות) וואס איז דא אפאר מאל אויף אייוועלט
סאיז באזירט אויף 1 מיליאן תגובות (אן ציטורונגען)
אויסגעשטעלט לויט ווי אפט סאיז באנוצט
מיט א נומבער וויפיל מאל סאיז דא, אין די מיליאן תגובות

word-frequency-counter 1m yiddish only gt 5.txt


מקען עס נוצן פאר א יסוד צו מאכן א ווערטערבוך

איך האב עס ארויפגעלייגט אין אן אנדערע אשכול וועל איך עס דא אויך לייגן

א גרויסן ש'כח פאר'ן מאכן אזא ליסטע. ס'קען צונוץ קומען

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

Re: ווילט א היימיש ווערטערבוך וועבזייטל?

תגובהדורך שמחת עולם » מאנטאג יוני 14, 2021 6:01 pm

מים חיים האט געשריבן:דא האט איר א ליסט פון אלע ווערטער (בלויז אידישע אותיות) וואס איז דא אפאר מאל אויף אייוועלט
סאיז באזירט אויף 1 מיליאן תגובות (אן ציטורונגען)
אויסגעשטעלט לויט ווי אפט סאיז באנוצט
מיט א נומבער וויפיל מאל סאיז דא, אין די מיליאן תגובות

word-frequency-counter 1m yiddish only gt 5.txt


מקען עס נוצן פאר א יסוד צו מאכן א ווערטערבוך

איך האב עס ארויפגעלייגט אין אן אנדערע אשכול וועל איך עס דא אויך לייגן


געפעלט מיר זייער די ליסטע, עס זאגט אסאך און מען קען דאס לאנגע שעות אנאליזירען, ס'האט אין זיך א אוצר פון אינפארמאציע - באמת א גרויסן יישר כח!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט