וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

אחראי: אחראי

וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

עס דארף א גרויסע תיקון
52
32%
עס מעג זיין אביסל מער יידישלעך - געשריבן אויף מאמע לשון
35
22%
א פראבלעם? כ'זע נישט קיין שום פראבלעם. דאס איז אמעריקע.
14
9%
מ'דארף נישט זוכן קיין קריטיק איבעראל אבער די מצב איז נאכאלץ טעון תיקון גדול
34
21%
עס גייט מיך נישט אן.
26
16%
 
סך הכול שטימען: 161

אחשוורוש דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: איזהו חכם המכיר את מקומו...

וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » זונטאג אוקטובער 17, 2021 5:53 pm

לאור די לאנגע וויכוחים אין די "גליון אידישקייט אשכול"
ביטע קומט אריין קלארער ווי קלאר.
נפתלי בענעט איז נישט מיין רה"מ. [באמערקונג: אויך נישט ביבי]

אהרן ריכטער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:38 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך אהרן ריכטער » זונטאג אוקטובער 17, 2021 9:07 pm

נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן

יצחק אייזיק
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך יצחק אייזיק » זונטאג אוקטובער 17, 2021 9:14 pm

אהרן ריכטער האט געשריבן:נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן
כָּל הַשֹּׁמֵעַ יִצְחַק לִי

אוועטאר
מקווה איד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג אוקטובער 17, 2021 9:20 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אהרן ריכטער האט געשריבן:נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן
יישר כח רעים פאר מיין אוועטאר

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך נו שוין » זונטאג אוקטובער 17, 2021 11:22 pm

יו גייט עס מיר נישט אן (עפעס א נאמבער אינעם עניגראם?)
#בשיטה נישט

אוועטאר
דעת בעל הבית
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך דעת בעל הבית » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 7:58 pm

מ’קען ארויס ברענגן טאלאנטן מיט א אידישע חן
ס’פעלט נישט אויס די גאנצע גוי’שקייט וואס ליגט טיף טיף אבער באקוועם אין יעדע עד
א פרייליכן חנוכה!

אוועטאר
ויתן לך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 8:00 pm

אויף ארויסברענגען טאלאנט, איז דא גאר א געלונגענע זאך עס הייסט 'מתמידי טאלאנט'.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
נשמת השכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך נשמת השכל » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 8:38 pm

געוועלט די ערשטע און די לעצטע.
איך פיהר נישט קיין טיש פארן "עולם", איך פיהר טיש פארן "אדון עולם"! [הרה"ק מסקולען ז"ל]

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
שלמה מולכו
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: צפת עיה״ק

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך שלמה מולכו » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 10:11 pm

נשמת השכל האט געשריבן:געוועלט די ערשטע און די לעצטע.

שטארק!

דיינע תגובות ברויך מען לערנען בעיון.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2959575

מיט משפחה עסט מען חרוסת…

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 12:13 am

געוועלט די צווייטע

זילבערווערק
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך זילבערווערק » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 3:50 am

לעניות דעתי איז 80 פראצענט פון די מארקעטינג בלאף.
די מערסטע ארבעטן זיי אויף זייערע אייגענע קליענטן, דערנאך פרוביר זיי צו ברענגען קליענטן פארן קליענט...

אוועטאר
ממוצע
שר האלפיים
תגובות: 2246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 10:17 am

געוועלט די צווייטע, אבער נישט ווייל איך 'האלט' אזוי.. נאר ווייל דאס האב איך געשפירט בשעת'ן שטימען. איך האב דאס נישט גרינטליך אדורכגעטראכט.

@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

לקדש שם שמים
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 12, 2021 12:46 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך לקדש שם שמים » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 12:35 pm

ממוצע האט געשריבן:געוועלט די צווייטע, אבער נישט ווייל איך 'האלט' אזוי.. נאר ווייל דאס האב איך געשפירט בשעת'ן שטימען. איך האב דאס נישט גרינטליך אדורכגעטראכט.

@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

סיז נישט נשמת אידישקייט פראבלעם סיז די מארקעטערס

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך קעדילעק » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 1:01 pm

אמת אז א טייל פון וואס ווערט געברענגט אין די גליון איז אנגעשטעפעט און ארויסגענומען פון פראפארציע, אבער די פראבלעם פון פארגרעבטע מגושם'דיגע מארקעטינג איז אביסל צו שטארק איינגעריסן, דארף אן ערנסטן תיקון..

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך Borrower » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 1:07 pm

אהרן ריכטער האט געשריבן:נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן

אט אזוי - מיינוס מאנכע (מיט געוואלדיגע טאלאנטן) וואס מאכן ליצי ליצנות פין יודישקייט

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך יצחק טובי' » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 1:14 pm

אהרן ריכטער האט געשריבן:נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אהרן ריכטער האט געשריבן:נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן

מקווה איד האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
אהרן ריכטער האט געשריבן:נישטא מיין אפציע
- גאר קריעטיוו, נאך א וועג ב"ה פאר אידישע קינדער ארויסצוברענגן די טאלאנטן

קריעיטיוויטי איז דאך נישט די מדובר דא, ער רעדט דאך פון די אידישקייט שטאנפונקט, מוזן דען די עדס זיין מיט א אמעריקאנע ספייס כדי מ'זאל קענען ארויסברענגען מאקסימום קריעיטיוויטי?!

אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך יצחק טובי' » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 1:14 pm

געשטימט די צווייטע.

אוועטאר
נשמת השכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 7:00 pm

ממוצע האט געשריבן:@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

ווען איך זאג אז עס גייט מיר נישט אן איז עס מער אזא סארט יאוש'דיגער 'עס גייט מיר נישט אן'. עס איז אזא סארט אויסדריק פון עמיצן וואס עקספעקט און ערווארט שוין נישט קיין גרויסע זאכן.

עס באדערט מיר אסאך זאכן, אבער פון די אנדערע זייט גייט עס מיר שוין אויך נישט אן. 'גייט'ס - טוט'ס וואס איר ווילט'.
לעצט פאראכטן דורך נשמת השכל אום דינסטאג אוקטובער 19, 2021 8:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך פיהר נישט קיין טיש פארן "עולם", איך פיהר טיש פארן "אדון עולם"! [הרה"ק מסקולען ז"ל]

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
א נייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך א נייניקל » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 7:11 pm

ס'זייער שוואך די היינטיגע עדווערטייזמענטס. איך בין נישט 70 און אפי' נישט40 אבער זייער אסאך עדווערטייזמענטס ציפן אביסל. אזוי שוואך זעמיר היינט, אז די פרעס/קליידונג/תשמישי קדושה זענען אזוי פארגרעבט??
און אויב יא, וואס גייט זיין 2 יאר ארום?
ס'זייער ווייטאגליך
זוכט איר א שיינע געדאנק אויף די פרשה?
קליקטדא

לאזט מיר וויסן וויאזוי סאיז געווען

אוועטאר
ממוצע
שר האלפיים
תגובות: 2246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך ממוצע » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 8:43 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

ווען איך זאג אז עס גייט מיר נישט אן איז עס מער אזא סארט יאוש'דיגער 'עס גייט מיר נישט אן'. עס אזא סארט אויסדריק פון עמיצן וואס עקספעקט און ערווארט שוין נישט קיין גרויסע זאכן.

עס באדערט מיר אסאך זאכן, אבער פון די אנדערע זייט גייט עס מיר שוין אויך נישט אן. 'גייט'ס - טוט'ס וואס איר ווילט'.

הער איך...

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 9:42 pm

ממוצע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

ווען איך זאג אז עס גייט מיר נישט אן איז עס מער אזא סארט יאוש'דיגער 'עס גייט מיר נישט אן'. עס אזא סארט אויסדריק פון עמיצן וואס עקספעקט און ערווארט שוין נישט קיין גרויסע זאכן.

עס באדערט מיר אסאך זאכן, אבער פון די אנדערע זייט גייט עס מיר שוין אויך נישט אן. 'גייט'ס - טוט'ס וואס איר ווילט'.

הער איך...

איך הער אז נשמת זאגט אז ס'נאר דא א געוויסע מאס ווי סאך ער קען דערהייבן. און ער קען נישט אויף זיך אליין נעמען די לאסט פון אלע פראבלעמען אינעם אידישן וועלט, דעריבער מוז מען זיך צומאל קלויבן.

איך פארשטיי איהם.

אוועטאר
נשמת השכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 9:44 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

ווען איך זאג אז עס גייט מיר נישט אן איז עס מער אזא סארט יאוש'דיגער 'עס גייט מיר נישט אן'. עס אזא סארט אויסדריק פון עמיצן וואס עקספעקט און ערווארט שוין נישט קיין גרויסע זאכן.

עס באדערט מיר אסאך זאכן, אבער פון די אנדערע זייט גייט עס מיר שוין אויך נישט אן. 'גייט'ס - טוט'ס וואס איר ווילט'.

הער איך...

איך הער אז נשמת זאגט אז ס'נאר דא א געוויסע מאס ווי סאך ער קען דערהייבן. און ער קען נישט אויף זיך אליין נעמען די לאסט פון אלע פראבלעמען אינעם אידישן וועלט, דעריבער מוז מען זיך צומאל קלויבן.

איך פארשטיי איהם.

איר פארשטייט מיר נישט.
איך פיהר נישט קיין טיש פארן "עולם", איך פיהר טיש פארן "אדון עולם"! [הרה"ק מסקולען ז"ל]

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 9:52 pm

היכי תמצא האט געשריבן:געוועלט די צווייטע

איך מיין אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען מ'האט געטוישט צו ענגליש. צוביסלעך האט מען אנגעהויבן באמערקן ווען ליינען אידישע ליין-מאטריאל אז מ'האט אריין מיט א ענגלישע בלעטל. וואס שטייט דארט? א רעקלאמע! פארוואס דארף די רעקלאמע זיין אויף ענגליש ווען די רעשט פונעם חיבור איז אידיש? "וואס פארשטיי איך צו רעקלאמעס.. גיי ווייס.."

און אזוי האט זיך עס פארמערט און פארמערט ביז א דריטל פון דעם חיבור איז אין ענגליש (רעקלאמעס) בשעת די רעשט איז אידיש (חומר). מאדנע, ריכטיג? אבער שוין.. נו אז קיינער באמערקט די אינטערעסאנטע היפוך וואס טוט זיך דא, דאן וועט קיינער באמערקן אז די רעקלאמעס ווערן געטוישט צו א מער 'מאדערנע' סטיל, ריכטיג? און פון דארט איז די באן געפארן.

אז מ'הייבט אן פארלאנגן רעקלאמעס נאר אין אידיש, א נישט לאזט מען עס נישט אריין אינעם חיבור, וועט מען זעהן א שטארקע טויש..

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 9:54 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:@נשמת, איך פארשטיי נישט פונקטליך, מ'קען זיך דען וועהלן וועלכע אידישקייט פראבלעמען ס'גייט אן און וועלכע נישט?

ווען איך זאג אז עס גייט מיר נישט אן איז עס מער אזא סארט יאוש'דיגער 'עס גייט מיר נישט אן'. עס אזא סארט אויסדריק פון עמיצן וואס עקספעקט און ערווארט שוין נישט קיין גרויסע זאכן.

עס באדערט מיר אסאך זאכן, אבער פון די אנדערע זייט גייט עס מיר שוין אויך נישט אן. 'גייט'ס - טוט'ס וואס איר ווילט'.

הער איך...

איך הער אז נשמת זאגט אז ס'נאר דא א געוויסע מאס ווי סאך ער קען דערהייבן. און ער קען נישט אויף זיך אליין נעמען די לאסט פון אלע פראבלעמען אינעם אידישן וועלט, דעריבער מוז מען זיך צומאל קלויבן.

איך פארשטיי איהם.

איר פארשטייט מיר נישט.

אופס, אנטשולדיגט. נישט געמיינט אריינצולייגן ווערטער אין דיין מויל. זיי מיר מוחל. כ'האב געמיינט אז איך האב יא פארשטאנען.

יא יא, אז מ'מיינט נארט מען זיך..

נאכטלאמפ
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 23, 2020 8:33 pm

Re: וואס האלט איר בנוגע די היימישע מארקעטינג תשפ"ב

תגובהדורך נאכטלאמפ » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 10:35 pm

איך פערזענליך האלט אז מען דארף בלויז פרובירן צו טוישן וויאזוי ער ברענגט עס אריבער.
מען קען נישט סתם באשליסן, און בויען אויף דעם גלתג על גג.


צוריק צו “אנקעטעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: tesla און 4 געסט