הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש זצ"ל - ומלחמתו

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:41 pm

איך ווייס נישט פון וועלכע קונטרס פונקטליך מען רעדט דא,
אבער איך האב מיטגעהאלטן עטליכע קונטרסים זיינע פארן ארויסגעבן וואו מ'האט עס אפגעשריבן פון זיינע דרשות, און ער איז עס איבער געגאנגען און מגיה געווען עטליכע מאל, און דערנאך האט ער עס אליין פארשפרייט, דאס מיינט אז אפי' ער האט עס נישט געשריבן האט ער אבער געגעבן די פולע הסכמה אויף אלעס וואס דארט שטייט.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:43 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:האבעך מיך פארשאפט זיין קונטרס'ל
עפעס געפעלט מיך נישט דערוועגען. איינער ווייסט צי ער האט געשריבען די גאנצע זאך אדער ידי זרים שלטו בה?

געשריבן דורך דער וואס געט ארויס די קונטרסים פון ר' אביגדער מיללער זי''ע
ודוק.

כ׳ווייס נישט ווער דאס איז, אבער אויב איינער קענעם ביטע איבערגעבען אין מיין נאמען אז לדעתי איז בעסער אז מ׳פארשפרייט עס נישט

וואס שטייט דארט אין די קונטרס?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:47 pm

ס׳איז דא דארט איטליכע זאכען וואס געפעלען מיר נישט אין איך וועל שרייבען בקוצר אמרים ווייל יאך וויל נישט די אנגעקלערטע זאלן זיך אנרוקען אין אנשפארן די לעצטע אשכול איבער האי צדיק זצוק״ל
יאך האב געקריגען פון א עסקן א זעקעל מיט איטליכע קונטרסימלעך, איינע פון זיי איז מיך שטארק נישט געפאלען, ער הייבט אן אריינגיין אין אלטע פאליטיק פון קרית יואל וד״ל האבעך עס באלד פארמאכט.
די צווייטע קונטרס האבעך געטראפען דארט א משונה׳דיג לשון, בערך אז הלוואי ווען אלע אידען וואס האבען א סמארטפאון מיט א פילטער וואלטען אראפגענומען די פילטער, כדי מ׳זאל זעהן אז זיי זענען שקצים.
יאך גלייב נישט אז אותו צדיק האט געזאגט אזוינע זאכען, מיר האבען געהערט איטליכע דרשות פון עם אין ער האט דאס נישט געזאגט (אנדערע ראדיקאלע סטעיטמענטס יא אבער נישט דאס)
אויב האט ער עס יא געזאגט אז נישט כדאי צו פארשפרייטען.
והנעלענ״ד כתבתי

אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:53 pm

פאריגע וואך האט מען דא פארשפארט א אשכול פון ר' שאול יצחק זצ"ל, איך וויל בעטן דער עולם זאל זיך האלטן אין די ראמען מ'זאל ח"ו נישט פארשפארן דעם אשכול אויכעט

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:56 pm

א גוט מארגן הרב גולם. גוד מארנינג אמעריקע.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:57 pm

פעטער יעקל האט געשריבן:פאריגע וואך האט מען דא פארשפארט א אשכול פון ר' שאול יצחק זצ"ל, איך וויל בעטן דער עולם זאל זיך האלטן אין די ראמען מ'זאל ח"ו נישט פארשפארן דעם אשכול אויכעט

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:50 pm


איז דא בילדער פון די עצרת הספד אין וויליאמסבורג?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:54 pm

סמוז זיין בילדער ווייל סאיז געווען א פאטאגראפער

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:45 pm

IMG_9892[1].jpg
IMG_9892[1].jpg (125.99 KiB) געזעהן 2058 מאל
IMG_0030[1].jpg
IMG_0030[1].jpg (145.17 KiB) געזעהן 2058 מאל
IMG_0033[1].jpg
IMG_0033[1].jpg (99.89 KiB) געזעהן 2058 מאל

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:46 pm

IMG_9992[1].jpg
IMG_9992[1].jpg (154.7 KiB) געזעהן 2055 מאל

מחשב
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:58 pm

unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (204.3 KiB) געזעהן 2028 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (149.94 KiB) געזעהן 2028 מאל
הוי מחשב...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 12:03 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:ס׳איז דא דארט איטליכע זאכען וואס געפעלען מיר נישט אין איך וועל שרייבען בקוצר אמרים ווייל יאך וויל נישט די אנגעקלערטע זאלן זיך אנרוקען אין אנשפארן די לעצטע אשכול איבער האי צדיק זצוק״ל
יאך האב געקריגען פון א עסקן א זעקעל מיט איטליכע קונטרסימלעך, איינע פון זיי איז מיך שטארק נישט געפאלען, ער הייבט אן אריינגיין אין אלטע פאליטיק פון קרית יואל וד״ל האבעך עס באלד פארמאכט.
די צווייטע קונטרס האבעך געטראפען דארט א משונה׳דיג לשון, בערך אז הלוואי ווען אלע אידען וואס האבען א סמארטפאון מיט א פילטער וואלטען אראפגענומען די פילטער, כדי מ׳זאל זעהן אז זיי זענען שקצים.
יאך גלייב נישט אז אותו צדיק האט געזאגט אזוינע זאכען, מיר האבען געהערט איטליכע דרשות פון עם אין ער האט דאס נישט געזאגט (אנדערע ראדיקאלע סטעיטמענטס יא אבער נישט דאס)
אויב האט ער עס יא געזאגט אז נישט כדאי צו פארשפרייטען.
והנעלענ״ד כתבתי


יא געהערט מפה קדשו של אותו צדיק וקדוש.

און אויך איז געווען די זעלבע נקודה די וואך אין די גליון וואס קומט ארויס לעילוי נשמתו הטהורה והקדושה פון די הייליגע גרויסע צדיק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מארגרעיטן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2018 9:00 pm

תגובהדורך מארגרעיטן » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:42 pm

ווייסט איינער ווער עס אראנזשירט די עצרת התעורורת און מאנסי קומענדיגן וואך?

מארגרעיטן
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2018 9:00 pm

תגובהדורך מארגרעיטן » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:21 pm

?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:03 pm

.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 3:53 pm

בס"ד.

איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן דעס.

ר' שאול יצחק זצ"ל האט געזעהן די שווארצסטע נעגעטיווסטע זייט פון די סמארטפאון. זעהט אויס אז ער האט געהאט א מאנגל אין סערעטאנען. און ער האט זיך נישט געוואלט בארואיגן בשום אופן. איז טאקע די מצב געווען אזוי ערנסט ווי ער האט דאס געזעהן? ער האט געקוקט דעם אמת אין פנים אריין, און נישט געוואלט גארנישט, נאר דאס אפשטעלן. און בעיקר ער האט געהאלטן אז פילטערס גייען דאס נישט אפשטעלן. און ער האט דאס געוואלט אפשטעלן. איך וויל ערקלערן, וואס איך מיין יעצט, פארוואס ער איז געווען אזוי קעגן דעם סמארטפאון אפילו מיט א פילטער.

קודם, וועם גייט זיך קומען קרעדיט? מיין ענטפער איז, דייקא דער וואס האט יא א סמארטפאון און ער נעמט עס נישט ארויס ברבים ווען מ'זעהט, אים גייט זיך קומען די מערסטע קרעדיט. ס'קען זיין אז ס'וועט קומען א צייט, ווען מ'וועט צוריקקוקען און אפאטעמען, און באגרייפן די חורבן וואס ס'וואלט געקענט ארויסקומען פון סמארטפאונס, און ווער גייט דארפן באקומען קרעדיט? די וואס זענען געשטאנען ביים פראנט! זיי גייט זיך קומען קרעדיט.

לאמיר פארשטיין, דער ערליכער יוד וואס זיצט און לערנט און דארף אפילו נישט א סמארטפאון, ווייל זיין גאנצע חיות שעפט ער סייווי פון די תורה הקדושה, ער שלאגט זיך מיט עפעס? אים איז עפעס שווער? ווער שלאגט זיך דאס מערסטע? ווער? לאמיר טראכטן... דער וואס האט עס, און נוצט עס, און האט עס ליב! לאמיר פארשטיין: אויב א יונגערמאן וואס האט זיך מסדר געווען מיט זיין לעבן, געטראפן אין די תורה זיינע שעשועים, און ער האט זיך א כשר'ער פאון, וואס ער נעמט ארויס פון זיין בוזעם מיט אן איידלקייט, נאך סך מער קומט זיך שעצונג און אפרישיעשן פאר דעם וואס האט יא א סמארטפאון, אבער ער נעמט עס נישט ארויס ברבים. אים איז עס סך שווערער. אדער ער געט עס בכלל אויף. לפום צערא אגרא.

ווען ס'וועט קומען א צייט, און מ'וועט אויפבויען א מארמארענעם מאנומענט און גאלד-אריינקריצן די נעמען וואס האבן געפייט פאר אונזערע קינדער, וועמענס נאמען וועט מען דארפן איינקריצן די העכסטע? טאקע דעם וועם ס'איז געווען די שווערסטע. טאקע דער וואס האט גע'פגר'ט דערפאר און האט עס געהאט, אבער דאך זיך געבראכן. דעם יונגערמאן און בחור וועם קיינער קוקט נישט אן, נאר אויב ער האט א סמארטפאון וואלסטו געהאט די וועלט'ס טענות אויף אים פארוואס ער נעמט עס ארויס ווען דיין יונגעל זעהט. טאקע זיין נאמען גייסטו מוזן אויפקריצן די העכסטע!!! דער גייט דיך ראטעווען דיינע דורות!!!

איך וויל זאגן אז ראבינאוויטש ז"ל האט געהאלטן אז אין די יסוד, אין די פארשטאנד פון די נייע דור וואס וואקסט אויף, האט זיך געטוישט - צוליב די ערשיינונג פונעם סמארטפאון פאר זייערע אויגן - א יסודות'דיגער שראפל, איך וויל זאגן אז ער האט געהאלטן אז די וואס וואקסן יעצט אויף האבן בכלל נישט דעם פשוט'ן פארשטאנד וואס דו ערליכער יוד מיט'ן געפילטערטן סמארטפאון האט. ער האט געזעהן אז בחורים האלטן אז מ'מעג יא קוקן אלעס!!! ער האט פארשטאנען אז דו קענסט האקן, שרייען, פארפירן, וויינען, ברעטשענען, קלאפן אין טיש, ארויסגעבן גליונות, האלטן דרשות, מאכן ראליס, סטראשענען מיט שרעקעדיגע גמרות, ער האט געזעהן אז אין זייער מענט"ל מאד"ל, אין די יודישקייט מאלעקיול צאמשטעל, די אופן וויאזוי זיי נעמען אן די וועלט, איז אינגאנצן אנדערש וויאזוי דו מיט דיין תמימות מיינסט.

איך רעד נישט צו ער איז געווען גערעכט צו נישט. איך וויל זאגן אז ער איז נישט געווען א מענטש וואס שרייט סתם ווי א שיכור אנגעטרינקען פון וויין אן קיין בליק. אפילו ער האט געשריגן, האט ער אבער געשריגן ווייל ער האט עפעס געזעהן. און דאס האט אים געמאכט שרייען. מיך איז אינטערעסאנט צו פארשטיין דעם בליק. איך רעד נישט פון אננעמען דעם בליק, אבער עס פארשטיין. איך האלט אז ער האט גערעדט און גערעדט און גערעדט, אבער איך וואונדער מיך צו מ'האט געכאפט זיין פארשטאנד וואס ער האט געזעהן.

איך האלט אז צווישן אים, און די פארשטאנד פון די מענטשן איז געווען א מרחק.

ער האט געהאלטן אז אויב די נייע דור וואס וואקסט אויף מיט די סמארטפאונס האבן מער נישט דעם צוריקהאלט פון זעהן סיי וואס, דער צוריקהאלט וואס מיר האבן כאילו בטבע, האט ער פארשטאנען אז ס'איז אויס וועלט. ער האט אין זיי נישט געזעהן קיין שום סטאפ ברעיק. לאמיר זיך פארשטעלן, ער האט געקוקט אויף זיי, און געזעהן אז ס'גייט זיי גארנישט אן. אזוי איז ער געווען איבערצייגט. ער האט פארשטאנען, אז די וואס האבן א סמארטפאון מיט א פילטער זיי כאפן נישט! זיי כאפן נישט דאס וואס ער כאפט יא!!!

ער האט געהאלטן, אז מיט דעם וואס א קינד זעהט א סמארטפאון, מיט דעם רייסט זיך ביי אים אויס דעם נאטורליכן צוריקהאלט. ס'רייסט עס אויס פון זיינע דשינס. ס'ארבעט אזוי ווי א וואקסין. ס'מעקט קאמפליטעלי אויס פון זייער סיסטעם די מין די ען עי פון צוריקהאלט. און ס'וואקסט א מענטל מאדל וואס האט נישט קיין שום צוריקהאלט. אפילו אויב מ'גייט רעדן וועגן אז מ'טאר נישט קוקן, גייט עס גארנישט אויפטון, און אפילו אויב מ'גייט לייגן פילטערס גייט עס אויך געשעהן.

איי וויאזוי קען דעס זיין? און איך מיין אז דאס איז וואס מיר האבן פארשטאנען אנדערש. וויאזוי קען זיין אז מ'רעדט קעגן ראיות אסורות וכו', און מ'רעדט פון פילטערס, וויאזוי קען זיין אז ס'בויט נישט אויף די נאטורליכער יודישער מח וואס מיר פארמאגן? וויאזוי קען זיין אז מיט דעם אלעם ווערט נאך אלץ אויסגעמעקט פון זייער סיסטעם, פון די ניי געבוירענע, דעס נאטורליכער צוריקהאלט? ער האט געהאלטן אז זיי קומען נישט צו צו די ריכטיגע מסקנא. דו ערליכער טאטע, דו מיינסט אז טאמער דו נעמסט א האמער און דו קלאפסט עס אויפן נאגל, דארף דער נאגל זיך אריינזעצן אינעם קלאץ. אבער דא ארבעט עס נישט! דיין פיזיקס וואס דו האסט אין דיין קאפ, אז אויב מ'גייט טון דעס און דעס, גייט עס מאכן צום קינד דעס און דעס, דא ארבעט עס נישט. אויב ער זעהט ביי דיר א סמארטפאון גייט נישט דעס געשעהן.

ער האט געזעהן די וועלט פון א אנדערע פרעספעקטיוו, און נישט ווייל ער איז געווען אויסן צו פארקויפן פרומקייט. נאר ווייל ער האט עס אנדערש ארויסגעהאט. אזוי וויל איך יעצט זאגן. צו מ'קען אים אנקוקן ווי א פיזיקער וואס האט פארשטאנען אנדערש ווי אנדערע פיזיקער. ער האט פארשטאנען די פיזיקס, אנדערש ווי אנדערע פיזיקער. ער האט פארשטאנען אז דו מיינסט אז טאמער דו גייסט רעדן פון ראיות אסורות און פון פילטערס גייט עס העלפן, ער האט פארשטאנען אז ס'גייט גארנישט העלפן. און דאס איז א זאך וואס איז פארקערט ווי אונזער איינס פלאס איינס טראגט צו צוויי.

ביי אונז איז מען צוגעוואוינט, אז אויב מ'רעדט דרשות פון ראיות אסורות, ארבעט עס, יא? ער האט אבער געהאלטן אז דא ביים סמארטפאון איז מען זיך טועה. פונקט אזוי ווי דער פיזיקער וואס זעהט אן אנדערע תוצאה. מיר האבן פארשטאנען אז אויב מ'לייגט פילטערס גייט עס ארבעטן אויפצובויען ביי די נייע דור, און בעיקר ביי די נייע דור. אז ס'גייט ארבעטן צו בויען די נאטורליכער צוריקהאלטן פון דברים שאינם ראויים, וואס מיר האבן אין אונזער בלוט. אבער ער האט פארשטאנען אנדערש. ער האט געזעהן אנדערש. און זייער מעגליך אז ער האט גוט געזעהן. קבל את האמת ממי שאמרו.

יא! ס'דא אמאל ווען אינגאנצן איין מענטש זעהט טיפער ווי אלע אנדערע מענטשן פון א געוויסע דור. ס'טוט נישט אפווענדן אונזערע פעהיגקייטן. קבל את האמת ממי שאמרו. זייער מעגליך אז מ'וועט זיך נאך אמאל איבערצייגן אין זיין גערעכטיגקייט. וויפיל פיליזאפן זענען געווען וואס זענען אויפגעקומען אנדערע טעאריעס ווי עס איז געווען אנגענומען ביי יעדעם אין זייער דור, און אפילו יעדער האט דעמאלטס בשעתם געצויגן מיט די פלייצע, היינט איז דאס אבער די אנגענומענע גאנג. קבל את האמת ממי שאמרו. ס'שטייט נישט אבל לא מראבינאוויטש.

וואס איז אבער טאקע פשט? פארוואס טאקע האט ער געהאלטן אז א סמארטפאון אפילו מיט א פילטער האט אזא געוואלדיגער כח אין זיך, אויף אזוי ווייט, צו טוישן די פארמולע וויאזוי מיר האבן אלעמאל פארשטאנען וויאזוי חינוך ארבעט. ער האט געהאלטן אז ס'איז צוליב די געוואלדיגע געשמאק וואס דער סמארטפאון האט ביי די וואס האבן השפעה אויף די ניי געבוירענע. איך וויל אים אראפמאלן פאר יעצט ווי א פארשטייער מער ווי א פרומער וואס האט געהאלטן דרשות מיט צוגעמאכטע אויגן. אמת ער איז חוץ מזה געווען א וואוילער יוד. אבער לגבי דעם, ער האט געזעהן אין דעם געשמאק וואס די טאטע האט צום סמארטפאון, האט ער געזעהן א כח צו באווייזן אויסצומעקן די נאטורליכער צוריקהאלטן פון דברים שאינם ראויים, אפילו ווען ס'האט א פילטער. דאס איז וואס ער האט געזעהן.

ער האט פארשטאנען אז די פרי וואס וואקסט יעצט אויף, דאס קינד, בחור'ל, וואס זעהט דעם אויסטערלישן געשמאק וואס מ'האט דערצו, דאס איז וואס מעקט עס אויס. ער האט פארשטאנען, אז די פסיכאלאגיע פון א מח ארבעט, אז טאמער מ'זעהט ווי די טאטע האט א געשמאק, איז זיך דאס מתגבר אז די פראגרעם פון ראיות אסורות אז מ'טאר נישט, אז ס'זאל זיך נישט אויפבויען. און מ'קען עס פארשטיין. ס'איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין. אבער ער האט עס געזעהן גאר שארף. ער האט געזעהן אין דעם געשמאק וואס מ'האט אינעם סמארטפאון, האט ער געזעהן די אטאם באמבע וואס פארניכטעט עס.

נישט אלעס וואס ער האט גערעדט האט זיך געצויגן אויף דעם.

איך בין נישט דא אז מ'זאל אננעמען זיין בליק. איך בין אויסדרוקליך נאר דא צו ערקלערן וואס איך פארשטיי יעצט זיין בליק אויף די זאך. זייער מעגליך אז ווען אלגעמיינע סייענטיסטן זאלן זיך אוועקזעצן, און שטודירן קינדער וואס הערן דרשות פון ראיות אסורות, און זעען פילטערס, זייער מעגליך, אז זיי וואלטן אויך צוגעקומען צו דעם החלטה. און זיי וואלטן דעם אויפטרעף אריינגעשריבן אז "פאקטיש ווערט למעשה יא אויסגעמעקט פון זייער סיסטעם דאס ענין פון זיך צוריקהאלטן". און זיי וואלטן צוגעלייגט אז "דאס איז ווארשיינליך צוליב דעם געשמאק וואס די טאטע אדער מאמע ווייזט בהכרח ארויס דערצו". נאכאמאל דאס איז נישט פרומקייט, דאס איז פיזיקס.

מ'דארף טון אזוי, אויף אלגעמיינע קינדער, אז די טאטע אדער מאמע זאל ארויסנעמען דעם סמארטפון מיט א פילטער, און אין די זעלבע צייט האלטן דרשות וועגן ראיות אסורות, און זיך איבערצייגן די תוצאות. ער האט שוין געזעהן די תוצאות. דאס איז וואס איך האב אנגעהויבן מיין טעגיווע דא. ער האט שוין געזעהן די תוצאות און ער האט דאס געזעהן זייער שארף, זייער נעגעטיוו. און אפשר איז דאס טאקע אזוי. נאכאמאל, אויב איז אמת, אז ס'נעמט ארויס דעם נוקליעס פון די סיסטעם פון די ניי געבוירענע, אויב אזוי איז דען דאס נישט קיין חורבן? און נאכאמאל ער האט ווארשיינליך געהאט א מאנגל אין סערעטאונען.

די סיבה פארוואס ס'איז שווער צו הערן וואס ער זאגט האט צו טון מיט די פסיכאלאגיע פון בכלל וויאזוי א מענטש געט א מיינונג אויף א מצב. נעם אוועק די סמארטפון, און יעדער וועט האבן מער פאטענציאל צו פארשטיין דאס וואס ער האט פארשטאנען. דערפאר זאג איך, אז דער וואס האט יא א סמארטפאון און ער נעמט עס נישט ארויס ברבים, אים קומט זיך קרעדיט.

כדאי ארויסצוברענגן ווי ווייט געשמאק א קינד זעהט אז מ'האט צום סמארטפאון, האט ער עס ארויסגעברענגט מיט די משל אז דער אייבערשטער האט געבעטן א יונגערמאן "זיי מיר מקריב צוויי קינדער פאר אן עולה"... יא, דער עולם האט פיינט געהאט דעם משל צום טויט. אבער ער האט געוואלט ממחיש זיין די דעגרי פון געשמאק וואס דאס קינד זעהט אויף דער וואס האט די סמארטפאון.

זיין גאנצע מלחמה האט זיך נישט אנגעהויבן וועגן די ערוואקסענע דור. ער האט געוואוסט אז מיט די ערוואקסענע, די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן מיט א סמארטפון, זיי האבן יא דעם צוריקהאלט. זיי זאלן יא לייגן פילטערס. און זיי זאלן זיך אפהיטן, ער איז נישט געווען באזארגט וועגן אונז. נאר ווייל ער האט געהאלטן אז פאר'ן נייעם דור וואס וואקסט אויף מיט'ן סמארטפון גייט קיין פילטער נישט העלפן. דאס איז וואס ער האט געהאלטן. אזוי וויל איך זאגן. ער האט געהאלטן אז אונזער וועג פון חינוך וואס האט געארבעט פאר אונז גייט נישט ארבעטן פאר זיי. פיזיקס נישט פרומקייט.

נישט צוליב אונז איז ער ארומגעגאנגען האקן אין קאפ. נישט אז ס'גייט קומען א מלחמה אויף אונז. מיר קענען לייגן פילטערס. מיר קענען יא, פיין. און מיר קענען טאקע. ער האט געשריגן וועגן די "תש"ד מלחמה וואס קומט אויפן נייעם דור" ח"ו. דאס אלעס.

דאס איז ער געשטאנען און מסביר געווען. דו יונגערמאן, דו פארשטייסט דיך לויט דיין חינוך, לויט דיין קאפ. אז דיין קדושה און דיין טהרה גייסטו קענען איבערגעבן, אבער דו ביסט מיט קיין סמארטפאון נישט אויפגעוואקסן, דערפאר ביסטו אזוי מחונך געווארן, און דערפאר העלפט דיר א פילטער, אבער די יונגע, פאר זיי ארבעט נישט די וועג. זיי זענען א אנדערע 'דרכו' ווי דו. אויב גייען זיי זעהן א סמארטפאון גייט גארנישט העלפן. אזוי מיין איך האט ער פארשטאנען.

און דערפאר איז אונז אזוי שווער צו אקצעפטירן זיינע ווערטער. ווייל מיר זעען נישט וואס ער האט געזעהן. וויאזוי זאלן מיר דאס זעהן? וויאזוי? וויאזוי זאלן מיר פארשטיין אז אויב מ'וואקסט אויף מיט א סמארטפאון רייסט זיך אויס די גאנצע צוריקהאלט פון ראיות אסורות? וויאזוי זאלן מיר דאס באגרייפן? מיר זענען דאך מיט קיין סמארטפאונס נישט אויפגעוואקסן. מיר זענען צוגעוואוינט אז אויב מ'האלט דרשות, און אויב מ'האקט אין טיש, העלפט עס!!! דאס איז אונזער פיזיקס. וואס עפעס זאל א סמארטפון מיט א פילטער טון אזא גרויסע חורבן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:53 pm

זייער פיין 'נשמה', אבער וואס מיינט סעראטאנען?
הוי מחשב...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:49 pm

נשמה
געוואלדיגע טיפזיניגע נקודות!
יאך גלייך זייער אייערע אייגענארטיגער בליק אויף ריאליטי. שרייבט נאך

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 30, 2018 9:50 pm

מחשב האט געשריבן:זייער פיין 'נשמה', אבער וואס מיינט סעראטאנען?

Seratonin איז א קעמיקעל וואס בארואיגט די מענטש

יונה
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:50 pm

מאדנע ווי איר פרובירט אריינצולערנן פשטים כאילו מ'רעדט דא פון א ראשון וואס שרייבט קורץ און מ'דארף פארטייטשן... דער איד האט זייער קלאר געזאגט וואס ער האלט אסאך דא האבן עס געהערט פון אים זעלבסט. זיין מערכה איז נישט געווען בלויז אויף דעס אדער אויף יענץ, עס איז געווען קעגן אינטערנעט אוו טעקסט מעסעטשס בכל אופן שהוא אפי' מיט די בעסטע פילטער!
דאס אז איר שרייבט אויפן אינטערנעט מיינט נישט אז הרב ראבינאוויטש ע''ה האט נישט דאס געמיינט, סה''כ פירט איר זיך דלא כראבינאוויטש..

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:59 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:נשמה
געוואלדיגע טיפזיניגע נקודות!
יאך גלייך זייער אייערע אייגענארטיגער בליק אויף ריאליטי. שרייבט נאך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

לאקשן קוגל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

תגובהדורך לאקשן קוגל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 7:33 am

ווי קען מען באקימען די וועכענטליכע גיליון?

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:06 am

יונה האט געשריבן:מאדנע ווי איר פרובירט אריינצולערנן פשטים כאילו מ'רעדט דא פון א ראשון וואס שרייבט קורץ און מ'דארף פארטייטשן...

ער וויל ארויסברענגען א פאוינט און ער האט עס זייער שיין ארויס געברענגט
גדאדע לערנט אריין אז ראבינאוויטש האט אזוי געהאלטן... סאו וואט

יונה
שר האלף
תגובות: 1812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 9:17 am

פראצעדור האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:מאדנע ווי איר פרובירט אריינצולערנן פשטים כאילו מ'רעדט דא פון א ראשון וואס שרייבט קורץ און מ'דארף פארטייטשן...

ער וויל ארויסברענגען א פאוינט און ער האט עס זייער שיין ארויס געברענגט
גדאדע לערנט אריין אז ראבינאוויטש האט אזוי געהאלטן... סאו וואט

דאס זאג איך טאקע, גוטע געדאנקען זענען גוט אבער לאזט דעם אידן געמאכט. ווארן עס איז מאָדנע און זאגאר אן עוולה אריינצולערנן שיינע פוינטס אין איינעמס ווערטער, ווען אלע ווייסן אז יענער האט קלאר נישט אזוי געהאלטן.
עס דערמאנט פון א געוויסע דרשן וואָס האט נאגעזאגט (גרייזיג) א שטיקל דברי יואל און פארטייטשט אין רבי'נס ווערטער זאכן וואס יעדע חדר אינגל ווייסט וויזוי די זאך איז געגאנגן בנפשו פון רבי'ן. ודי בזה למבין.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 9:37 am

יונה האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:מאדנע ווי איר פרובירט אריינצולערנן פשטים כאילו מ'רעדט דא פון א ראשון וואס שרייבט קורץ און מ'דארף פארטייטשן...

ער וויל ארויסברענגען א פאוינט און ער האט עס זייער שיין ארויס געברענגט
גדאדע לערנט אריין אז ראבינאוויטש האט אזוי געהאלטן... סאו וואט

דאס זאג איך טאקע, גוטע געדאנקען זענען גוט אבער לאזט דעם אידן געמאכט. ווארן עס איז מאָדנע און זאגאר אן עוולה אריינצולערנן שיינע פוינטס אין איינעמס ווערטער, ווען אלע ווייסן אז יענער האט קלאר נישט אזוי געהאלטן.
עס דערמאנט פון א געוויסע דרשן וואָס האט נאגעזאגט (גרייזיג) א שטיקל דברי יואל און פארטייטשט אין רבי'נס ווערטער זאכן וואס יעדע חדר אינגל ווייסט וויזוי די זאך איז געגאנגן בנפשו פון רבי'ן. ודי בזה למבין.

כ'מיין אז דיין משל איז נישט אינגאנצן דומה לנמשל

קענסט אביסל קלארער מסביר זיין?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט