אבאמאקעיר: די לעגאלע קאמף!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » דינסטאג יולי 10, 2012 11:37 am

נישט פארהאן קיין 5 פענעס

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג יולי 10, 2012 11:41 am

דא האסטע
צוגעלייגטע
pens1.jpg
pens1.jpg (5.63 KiB) געזעהן 3457 מאל
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 10, 2012 11:43 am

אקעי אקעי כ'פארשטיי שוין אלעס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 10, 2012 6:11 pm

מ'האט דא געשמיסט וועגן "ריקאנסיליעשאן", און אז יעצט אז די מאנדאט איז א טעקס, איז עס גרינגער צו ריפילען.

לאמיר אביסעל ארום שמיסען וואס איז דאס "ריקאנסיליעשאן", און וואס איז עס אנדערשט, און "פארוואס" איז עס אנדערשט.

קודם א מינוט איבערשמוסען די געווענדליכע פרעצעדור פון א געזעץ.

איין אדער עטליכע סענעטארן שלאגען פאר א געזעץ, די געזעץ גייט פאר די קאמיטי וואס געט זיך אפ מיט די סארט געזעצען, פאר א וואוט, די קאמיטי באשטייט פון עטליכע געזעץ געבער, אין דעם "הויז", ווי די געזעץ דארף ווערן אויפגעברענגט, און די קאמטי באשטייט פון עטליכע מעמבער'ס יעדע קאמיטי, אויסגעשטעלט, אז די וואס האבן רוב אין יענעם ספעציפישען הויז, יענעם סעזאן, די האבן אויך א רוב אין די קאמיטי.

איינמאל די געזעץ גייט אדורך די קאמיטי, גייט עס פאר א וואוט פארן "גאנצען הויז", און דא דארף מען אויך האבן רוב, צו באשטעטיגען א געזעץ.

יעצט אז עס איז דורך איין הויז - למשל (דאס וואס מיר רופן) קאנגרעס - גייט עס צום אנדערען הויז - די סענאט -, דארט גייט עס אויך צום קאמיטי, דערנאך צום פילען הויז פאר א וואוט.

אויב עס גייט דורך ביידע הייזער, גיייט עס צום פרעזידענט, און ער קען עס אינטערשרייבן, און מיט דעם ווערט די געזעץ א געזעץ, אדער קען ער עס "וויטאען" - אפשלאגען, נישט אינטערשרייבן - און דאן איז די געזעץ נישט אין קראפט.

דאס איז פשוט, אבער עס איז דא איין קלייניקייט, יעדע געזעץ, פאר עס גייט פאר א וואוט אין איינע פון די הייזער, קומט פאר א דיבאטע, ווי יעדע געזעץ מאן\פרוי, קען זאגן א רעדע, ווי ער\זי איז מסביר פארוואס די געזעץ, וואס מען באהאנדעלט יעצט, זאל יא\נישט באשטעטיגט ווערן.

אין קאנגרעס מאכט מען אפ וויפיל צייט מען גיט אויף א דיבאטע, און איינמאל די דיבאטע איז פערטיג, גייט עס פאר א "אפ אר דאון" וואוט (מען שטימט עס "ארויף" באשטעטיגט, אדער "אראפ" ארויסגעווארפן), משא"כ אין סענאט, מאכט מען א וואוט פאר "קלאזשער" פאר מען וואוט פאר די געזעץ, "קלאזשער", הייסט "פארמאכן", דאס הייסט מען ענדיגט דעבאטירן, איבערען געזעץ.

וואס געשעט אז איינער האט נאך עפעס אין בויך, און ער וויל נאך דארשענען? איז אויב ס'איז דא 60 שטימען, צו "פארמאכן" די דעבאטע, בלייבט יענער מיטן דרשה אין די געדערים, און עס גייט פאר א "אפ אר דאון" וואוט.

אויב איז נישט דא קיין 60 שטימען, קען מען נישט באשטעטיגען קיין "קלאזשער", און די דיבאטע גייט ווייטער אן, און עס קען נישט קומען צו א "אפ אר דאון" וואוט.

דאס הייסט אזוי, באמת איז נישטא אזא זאך, אז א געזעץ מוז האבן מער ווי רוב, צו ווערן באשטעטיגט, אבער כדי מען זאל קענען שטימען און זעהן צו עס איז טאקע דא רוב, מוז מען דאך ענדיגען דעבאטירן, און צו צווינגען א ענדע פון די דעבאטע, דאס הייסט "קלאזשער", אויף דעם דארף מען 60 שטימען.

למעשה, איז פאר די "מינאראטעט" (מענארעטי) אין סענאט נישטא קיין שום וואפן וואס זיי האבן, זיי קענען נישט אפהאלטען עפעס אין קאמיטי, זיי קענען נישט אפהאלטען פון א וואוט אין פילען הויז, סך הכל קענען זיי אפהאלטען פון צו גיין צו א וואוט.

נאך א זאך, פונקט ווי "דיבעט", קען מען אויך צולייגען "אמענדמענטס", דאס הייסט סעיפים, צום געזעץ, און מען קען לייגן סעיפים, אין די וועלט אריין, און אפצושטעלען, דאס צולייגען סעיפים, דארף מען אויך קלאזשער פון 60, אן דעם, קען יעדער פארשלאגען אמענדמענטס, אין די וועלט אריין, נאר אפצוהאלטען, פון א "אפ אר דאון" וואוט.

דאס איז א געהעריגע געזעץ.

אבער עס איז דא אויסנאמען, איין אויסנאם איז "ריקאנסיליעשאן".

בעצם מיינט ריקאנסיליעשאן, א "איבערבעטונג", אז צוויי קריגערישע צדדים מאכן א פשרה.

וואס מיינט ריקאנסיליעשאן ביי אונז?

איז אזוי:

אנהייב יעדעס יאר, זעצט זיך צוזאם די געזעץ געבער, עקסטער אין סענאט, און עקסטער אין די הויז, און מען מאכט א "בודזשעט רעזעלושען", דאס הייסט א בלופרינט, פונעם היי יעריגע בודזשעט.

דארט ווערט אויסגערעכענט וויפיל יעדע חלק פון די אויסגאבן פון די רעגירונג גייט זיין, און עס געט אנווייזונגען, פאר יעדע פון די קאמיטיען, וואס גייען אויסארבייטען, יעדער זיין חלק בודזשעט, פונקטליך וויפיל ער גייט מעגן אויסגעבן, למשל, די "בודזשעט רעזעלושען" וועט באשטעטיגען, אז דאס יאר גייט מען אויסגעבן אויף "טרענספעטעשאן" - הייוועיס, בריקע וכדו', 100 ביליאן דאלער, דאס הייסט, אז ווען עס וועט קומען דערצו, שפעטער אין יאר, ווען מען וועט פראקטיש "שרייבן" דעם בודזשעט, וועט די "קאמיטי אוו טרענספעטעשאן" באקומען 100 ביליאן דאלער, זיך ארום צושפילן (אגב, דא קומט אריין וואס "לאביאיסטען טיען, זיי לייגען דרוק, אויף די קאמיטי מעמבערס, אז זיי זאלן אין די 100 ביליאן דאלער, אריין לייגען זאכן וואס זיי ווילן).

אזוי באקומען אלע קאמיטען, זייערע אינסטראקציעס.

איז אבער דא אמאל ווען מען זיצט און מען מאכט די "בודזשעט רעזעלושען", זעהט מען אז דאס יאר, גייט מען האבן א דעפעציט, און מען צוז ערגעץ שניידען, וואס טוט מען? מער לייגט צו "אינסטראקציעס" אינעם בודזשעט רעזעלושען, וואס זאגט פאר א קאמיטי אדער עטליכע קאמיטען, אז זיי זאלן זעהן אז ווען זיי שטעלען צו זייער פלאן פאר די בודזשעט, זאלן זיי שניידען די "דעפיצעט" מיט כך וכך, זיי קענען ניצען אסאך טולס, פאר דעם, למשל, העכערען טעקס, איבערמאכן, מבטל זיין, אדער באשטימען א נייע געזעץ אא"וו אלס כדי צו קומען צו זייער ציל, פון שפארן די סומע וואס מען האט אפגעשמיסט.

יעצט אז מען קומט צום שטימען אויפן בודזשעט, נעמט מען די פלאן פון די קאמיטען וואס האבן געמאכט די שינוים, צו שפארן געלט, מאן שיקט עס פאר די "בודזשעט קאמיטע", אז זיי זאלן איבערקוקען, צו עס שפארט טאקע, די סומע וואס מען האט אפגעשמוסט, און דאס טוט מען פאר אלע קאמיטען וואס האבן געדארפט מאכן שינוים - אויב עס איז דא עטליכע -, און אז עס שטימט, די קאמיטען האבן טאקע געשטעלט א גוטער פלאן, דאן "שטעלט מען צוזאם די אלע פלענער" אין איין גרויסע פלאן - באמת קען זיין אין דעם סתירות צווישען די עטליכע קאמיטען, און דאן וועט מען געווענדליך שרייבן א "סאבסעטוט אמענדמענט" וואס וועט מאכן א פשרה, צווישען די קאמיטען, אבער באמת קען מען נעמען די עטליכע ביל'ס פון די עטליכע קאמיטען, און עס צוזאמשטעלען אלס איין ביל, און דאס גייט פאר די סענאט פאר א וואוט.

וועגן דעם ווערט עס אנגערופען א "ריקאנסיליעשאן ביל", ווייל עס איז א געזעץ "צוזאמגעשטעלט" פון עטליכע קאמיטען.

דא קומט אריין די גאנצע סוד, און תכלית, פון א "ריקאנסיליעשאן ביל". א "ריקאנסיליעשאן ביל", באקומט נישט קיין אום באגרענעצטע מאס צייט צו דעבאטירן, און צו לייגן אמענדמענטס, נאר סך הכל באקומט עס 20 שעה צו דעבאטירן, און איינמאל די 20 שעה גייט דורך, גייט עס פאר א "אפ אר דאון" וואוט, און מען דארף נישט קיין קלאזשער, עס ווערט אטעמאטיש "פארמאכט", און ווי געשמיסט איז א געזעץ בעצם גענוג א רוב 51 שטימען צו ווערן באשטעטיגט.

די סיבה פאר דעם איז אזוי, וויבאלד שניידען די דעפעציט, איז א זייער וויכטיגער ענין פארן תכלית פונעם לאנד, האט מען געמאכט א אויסנאם, און געמאכט א "גרינגע וועג", ווי אזוי אזא רעדוקציע פון די דעפעציט זאל קענען ווערן דורך געפירט.

דאס איז די אמת'דיגע תכלית פון א "ריקאנסיליעשאן ביל", אבער מיט די צייט האט מען אנגעהויבן ניצן די "ריקאנסיליעשאן ביל" געזעץ פאר פאליטישע ענינים, למשל בבי די העלט קעיר, האט סענאט מעדזשארעטי לידער ריעד, געגעבן פאר עטליכע קאמיטעס, אינסטראקציעס אז זיי זאלן רעדעצירן די דעפעציט מיט א ביליאן דאלאר, וואס איז באמת א ליצנות, נאר ער האט עס געניצט כדי די קאמיטען זאלן קענען מאכן געזעצען, וואס מען וועט קענען שטימען דעראויף אן "קלאזשער", און אין די געזעץ האבן זיי אריינגעלייגט די "גאנצע" העלט קעיר ביל"!!!!! און אזוי האט ער עס געקענט דורך פירן מיט א פשוט'ע רוב פון 51 טשטימען.

די זעלבע "טריק" קענען די ריבפאבליקענס טאן, אויב זיי האבן א רוב אין סענאט, זיי קענען אזוי פסול'ן די גאנצע געזעץ.

אבער פארוואס האט עס צו טאן מיט דעם אז ראבערטס האט געזאגט אז עס איז א טעקס?

איז אזוי:

די געזעץ פון ריקאנסיליעשאן, איז זייער שטרענג, אז מען קען נאר אריינלייגען אין די ריקאנסיליעשאן ביל, אזעלעכע זאכן וואס וועלן אפעקטירן די "דעפעציט", ווי טעקס וכדו', אבער מען קען נישט אריין לייגען זאכן וואסן טוען נישט דירעקט אפעקטירן די דעפעציט, און אז עס וואלט געווען א "פענעלטי" קען מען אזא געזעץ נישט טוישען, מיט א ריקאנסיליעשאן ביל, אבער היינט אז עס איז א טעקס, נא א טעקס, איז דאך איינע פון די זאכן מיט וואס מען קאנטראלירט די בודזשעט, און דאס אפעקטירט דירעקט די דעפעציט, ממילא קען מען דעם מאנדאט, ארויסווארפן מיט ריקאנסיליעשאן.

(עס איז דא נאך עטליכע פרטים, שפעטער אי"ה בל"נ)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דינסטאג יולי 10, 2012 6:17 pm

שכח לכתחלה! מיטן גאנצן אריכות און קלארקייט עס יוזשעל
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 10, 2012 6:32 pm

הערליך! קלאר!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג יולי 10, 2012 7:01 pm

א דאנק אייך לכתחילה ממש א פארגענוגען צו ליינען, ביטע זיי ממשיך ישר כח.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » דינסטאג יולי 10, 2012 8:42 pm

און איך האב געמיינט אז ער האט שוין געענדיגט שרייבן וועגן העלט קעיר. וויפיל נאך איז שייך צו שרייבן? כמיין, די העלט קעיר ביל איז "נאר" באלד 1000 זייטן!...

עניוועי שכוח איז נישט דאס ווארט. קיעפ איט קאמינג!
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יולי 11, 2012 4:02 pm

קאנגרעס האט -ווידעראמאל- געשטימט 244-185 צו ריפיעלן אבאמאקעיר.

אלע רעפובליקאנער און 5 דעמאקראטן האבן געוואויט צו ריפיעלן
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יולי 11, 2012 6:46 pm

ווינקל האט געשריבן:הערליך! קלאר!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 30, 2013 3:39 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוויי טענות האט מען שוין ארויס געשטעלט קעגן די פסק אז די העלטקעיר מאנדאט איז א טעקס.

קודם אז יעדע טעקס וואס ווערט באשטימט אין קאנגרעס דארף דיך אנהייבן אין די הויז (וואס מיר רופן קאנגרעס) און נישט אין די סענאט, און די העלט קעיר געזעץ איז ארגינעל פון די סענאט.

אבער ריעד האט דאס באווארענט, ווייל עפעס א געזעץ האבן די ריפאבליקענס אין די הויז דורך געפיערט אויף העלט קעיר, וואס איז בכלל נישט וואס עס איז עווענטואל געווארן אבאמאקעיר, אבער הנרי ריעד - מורא האבענ'דיג אז די קארט קען זאגן אז עס איז א טעקס - איז ער געגאנגען און גענימען יענעם געזעץ, עס "אויסגעליידיגט", געמאכט וואס מען רופן אין "קאנגרעס דזשארגאן" א "שעל געזעץ", און "אריין געלייגט", די געזעץ וואס איז עווענטואל געווארן דורך געפירט, ממילא איז עס טעכניש א געזעץ וואס האט זיך אנגעהויבן אין קאנגרעס!! די לעגאלע דריידל איז אויסגעהאלטען, אבער עס פארשטערקערט די טענה אז די געזעץ איז דורך געפירט געווארן מיט "דריידליך.
.......

איינער געדענקט נאך דעם אשכול?

עניוועי, די שאלה איז יעצט ארויף געברענגט געווארן אין א געריכט הויז אין וואשינגטאן די. סי. דורך א געוויסע ביזנעס מאן, ער טענה'ט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן, וועט מען זעהן וואס זיי וועלן באשליסן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 9:00 am

לכתחילה, וואס גייט שוין ווייטער פאר? עפעס א נייע באריכט אז די סעקיורעטי פון די סייט טויגט אויף כפרות

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 10:37 am

געלעגער האט געשריבן:לכתחילה, וואס גייט שוין ווייטער פאר? עפעס א נייע באריכט אז די סעקיורעטי פון די סייט טויגט אויף כפרות

וואס גייט דא פאר זע איך גיט מ'רעדט שוין פון כפרות קוים געווען כ"א כסלו... און קוים איז מען ארויס פון מצרים און מהאלט נאך אינמוטן מקבל זיין די תורה און מ'האלט שוין נאכאמאל ביי כפרות וואספארא היי ספיד וועלט לעבן מיר היינט !
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 4:41 pm

געלעגער האט געשריבן:לכתחילה, וואס גייט שוין ווייטער פאר? עפעס א נייע באריכט אז די סעקיורעטי פון די סייט טויגט אויף כפרות

אנדערע אשכול.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 22, 2014 10:21 pm

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 19, 2015 7:33 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מ'האט דא געשמיסט וועגן "ריקאנסיליעשאן", און אז יעצט אז די מאנדאט איז א טעקס, איז עס גרינגער צו ריפילען.

לאמיר אביסעל ארום שמיסען וואס איז דאס "ריקאנסיליעשאן", און וואס איז עס אנדערשט, און "פארוואס" איז עס אנדערשט.

קודם א מינוט איבערשמוסען די געווענדליכע פרעצעדור פון א געזעץ.

איין אדער עטליכע סענעטארן שלאגען פאר א געזעץ, די געזעץ גייט פאר די קאמיטי וואס געט זיך אפ מיט די סארט געזעצען, פאר א וואוט, די קאמיטי באשטייט פון עטליכע געזעץ געבער, אין דעם "הויז", ווי די געזעץ דארף ווערן אויפגעברענגט, און די קאמטי באשטייט פון עטליכע מעמבער'ס יעדע קאמיטי, אויסגעשטעלט, אז די וואס האבן רוב אין יענעם ספעציפישען הויז, יענעם סעזאן, די האבן אויך א רוב אין די קאמיטי.

איינמאל די געזעץ גייט אדורך די קאמיטי, גייט עס פאר א וואוט פארן "גאנצען הויז", און דא דארף מען אויך האבן רוב, צו באשטעטיגען א געזעץ.

יעצט אז עס איז דורך איין הויז - למשל (דאס וואס מיר רופן) קאנגרעס - גייט עס צום אנדערען הויז - די סענאט -, דארט גייט עס אויך צום קאמיטי, דערנאך צום פילען הויז פאר א וואוט.

אויב עס גייט דורך ביידע הייזער, גיייט עס צום פרעזידענט, און ער קען עס אינטערשרייבן, און מיט דעם ווערט די געזעץ א געזעץ, אדער קען ער עס "וויטאען" - אפשלאגען, נישט אינטערשרייבן - און דאן איז די געזעץ נישט אין קראפט.

דאס איז פשוט, אבער עס איז דא איין קלייניקייט, יעדע געזעץ, פאר עס גייט פאר א וואוט אין איינע פון די הייזער, קומט פאר א דיבאטע, ווי יעדע געזעץ מאן\פרוי, קען זאגן א רעדע, ווי ער\זי איז מסביר פארוואס די געזעץ, וואס מען באהאנדעלט יעצט, זאל יא\נישט באשטעטיגט ווערן.

אין קאנגרעס מאכט מען אפ וויפיל צייט מען גיט אויף א דיבאטע, און איינמאל די דיבאטע איז פערטיג, גייט עס פאר א "אפ אר דאון" וואוט (מען שטימט עס "ארויף" באשטעטיגט, אדער "אראפ" ארויסגעווארפן), משא"כ אין סענאט, מאכט מען א וואוט פאר "קלאזשער" פאר מען וואוט פאר די געזעץ, "קלאזשער", הייסט "פארמאכן", דאס הייסט מען ענדיגט דעבאטירן, איבערען געזעץ.

וואס געשעט אז איינער האט נאך עפעס אין בויך, און ער וויל נאך דארשענען? איז אויב ס'איז דא 60 שטימען, צו "פארמאכן" די דעבאטע, בלייבט יענער מיטן דרשה אין די געדערים, און עס גייט פאר א "אפ אר דאון" וואוט.

אויב איז נישט דא קיין 60 שטימען, קען מען נישט באשטעטיגען קיין "קלאזשער", און די דיבאטע גייט ווייטער אן, און עס קען נישט קומען צו א "אפ אר דאון" וואוט.

דאס הייסט אזוי, באמת איז נישטא אזא זאך, אז א געזעץ מוז האבן מער ווי רוב, צו ווערן באשטעטיגט, אבער כדי מען זאל קענען שטימען און זעהן צו עס איז טאקע דא רוב, מוז מען דאך ענדיגען דעבאטירן, און צו צווינגען א ענדע פון די דעבאטע, דאס הייסט "קלאזשער", אויף דעם דארף מען 60 שטימען.

למעשה, איז פאר די "מינאראטעט" (מענארעטי) אין סענאט נישטא קיין שום וואפן וואס זיי האבן, זיי קענען נישט אפהאלטען עפעס אין קאמיטי, זיי קענען נישט אפהאלטען פון א וואוט אין פילען הויז, סך הכל קענען זיי אפהאלטען פון צו גיין צו א וואוט.

נאך א זאך, פונקט ווי "דיבעט", קען מען אויך צולייגען "אמענדמענטס", דאס הייסט סעיפים, צום געזעץ, און מען קען לייגן סעיפים, אין די וועלט אריין, און אפצושטעלען, דאס צולייגען סעיפים, דארף מען אויך קלאזשער פון 60, אן דעם, קען יעדער פארשלאגען אמענדמענטס, אין די וועלט אריין, נאר אפצוהאלטען, פון א "אפ אר דאון" וואוט.

דאס איז א געהעריגע געזעץ.

אבער עס איז דא אויסנאמען, איין אויסנאם איז "ריקאנסיליעשאן".

בעצם מיינט ריקאנסיליעשאן, א "איבערבעטונג", אז צוויי קריגערישע צדדים מאכן א פשרה.

וואס מיינט ריקאנסיליעשאן ביי אונז?

איז אזוי:

אנהייב יעדעס יאר, זעצט זיך צוזאם די געזעץ געבער, עקסטער אין סענאט, און עקסטער אין די הויז, און מען מאכט א "בודזשעט רעזעלושען", דאס הייסט א בלופרינט, פונעם היי יעריגע בודזשעט.

דארט ווערט אויסגערעכענט וויפיל יעדע חלק פון די אויסגאבן פון די רעגירונג גייט זיין, און עס געט אנווייזונגען, פאר יעדע פון די קאמיטיען, וואס גייען אויסארבייטען, יעדער זיין חלק בודזשעט, פונקטליך וויפיל ער גייט מעגן אויסגעבן, למשל, די "בודזשעט רעזעלושען" וועט באשטעטיגען, אז דאס יאר גייט מען אויסגעבן אויף "טרענספעטעשאן" - הייוועיס, בריקע וכדו', 100 ביליאן דאלער, דאס הייסט, אז ווען עס וועט קומען דערצו, שפעטער אין יאר, ווען מען וועט פראקטיש "שרייבן" דעם בודזשעט, וועט די "קאמיטי אוו טרענספעטעשאן" באקומען 100 ביליאן דאלער, זיך ארום צושפילן (אגב, דא קומט אריין וואס "לאביאיסטען טיען, זיי לייגען דרוק, אויף די קאמיטי מעמבערס, אז זיי זאלן אין די 100 ביליאן דאלער, אריין לייגען זאכן וואס זיי ווילן).

אזוי באקומען אלע קאמיטען, זייערע אינסטראקציעס.

איז אבער דא אמאל ווען מען זיצט און מען מאכט די "בודזשעט רעזעלושען", זעהט מען אז דאס יאר, גייט מען האבן א דעפעציט, און מען צוז ערגעץ שניידען, וואס טוט מען? מער לייגט צו "אינסטראקציעס" אינעם בודזשעט רעזעלושען, וואס זאגט פאר א קאמיטי אדער עטליכע קאמיטען, אז זיי זאלן זעהן אז ווען זיי שטעלען צו זייער פלאן פאר די בודזשעט, זאלן זיי שניידען די "דעפיצעט" מיט כך וכך, זיי קענען ניצען אסאך טולס, פאר דעם, למשל, העכערען טעקס, איבערמאכן, מבטל זיין, אדער באשטימען א נייע געזעץ אא"וו אלס כדי צו קומען צו זייער ציל, פון שפארן די סומע וואס מען האט אפגעשמיסט.

יעצט אז מען קומט צום שטימען אויפן בודזשעט, נעמט מען די פלאן פון די קאמיטען וואס האבן געמאכט די שינוים, צו שפארן געלט, מאן שיקט עס פאר די "בודזשעט קאמיטע", אז זיי זאלן איבערקוקען, צו עס שפארט טאקע, די סומע וואס מען האט אפגעשמוסט, און דאס טוט מען פאר אלע קאמיטען וואס האבן געדארפט מאכן שינוים - אויב עס איז דא עטליכע -, און אז עס שטימט, די קאמיטען האבן טאקע געשטעלט א גוטער פלאן, דאן "שטעלט מען צוזאם די אלע פלענער" אין איין גרויסע פלאן - באמת קען זיין אין דעם סתירות צווישען די עטליכע קאמיטען, און דאן וועט מען געווענדליך שרייבן א "סאבסעטוט אמענדמענט" וואס וועט מאכן א פשרה, צווישען די קאמיטען, אבער באמת קען מען נעמען די עטליכע ביל'ס פון די עטליכע קאמיטען, און עס צוזאמשטעלען אלס איין ביל, און דאס גייט פאר די סענאט פאר א וואוט.

וועגן דעם ווערט עס אנגערופען א "ריקאנסיליעשאן ביל", ווייל עס איז א געזעץ "צוזאמגעשטעלט" פון עטליכע קאמיטען.

דא קומט אריין די גאנצע סוד, און תכלית, פון א "ריקאנסיליעשאן ביל". א "ריקאנסיליעשאן ביל", באקומט נישט קיין אום באגרענעצטע מאס צייט צו דעבאטירן, און צו לייגן אמענדמענטס, נאר סך הכל באקומט עס 20 שעה צו דעבאטירן, און איינמאל די 20 שעה גייט דורך, גייט עס פאר א "אפ אר דאון" וואוט, און מען דארף נישט קיין קלאזשער, עס ווערט אטעמאטיש "פארמאכט", און ווי געשמיסט איז א געזעץ בעצם גענוג א רוב 51 שטימען צו ווערן באשטעטיגט.

די סיבה פאר דעם איז אזוי, וויבאלד שניידען די דעפעציט, איז א זייער וויכטיגער ענין פארן תכלית פונעם לאנד, האט מען געמאכט א אויסנאם, און געמאכט א "גרינגע וועג", ווי אזוי אזא רעדוקציע פון די דעפעציט זאל קענען ווערן דורך געפירט.

דאס איז די אמת'דיגע תכלית פון א "ריקאנסיליעשאן ביל", אבער מיט די צייט האט מען אנגעהויבן ניצן די "ריקאנסיליעשאן ביל" געזעץ פאר פאליטישע ענינים, למשל בבי די העלט קעיר, האט סענאט מעדזשארעטי לידער ריעד, געגעבן פאר עטליכע קאמיטעס, אינסטראקציעס אז זיי זאלן רעדעצירן די דעפעציט מיט א ביליאן דאלאר, וואס איז באמת א ליצנות, נאר ער האט עס געניצט כדי די קאמיטען זאלן קענען מאכן געזעצען, וואס מען וועט קענען שטימען דעראויף אן "קלאזשער", און אין די געזעץ האבן זיי אריינגעלייגט די "גאנצע" העלט קעיר ביל"!!!!! און אזוי האט ער עס געקענט דורך פירן מיט א פשוט'ע רוב פון 51 טשטימען.

די זעלבע "טריק" קענען די ריבפאבליקענס טאן, אויב זיי האבן א רוב אין סענאט, זיי קענען אזוי פסול'ן די גאנצע געזעץ.

אבער פארוואס האט עס צו טאן מיט דעם אז ראבערטס האט געזאגט אז עס איז א טעקס?

איז אזוי:

די געזעץ פון ריקאנסיליעשאן, איז זייער שטרענג, אז מען קען נאר אריינלייגען אין די ריקאנסיליעשאן ביל, אזעלעכע זאכן וואס וועלן אפעקטירן די "דעפעציט", ווי טעקס וכדו', אבער מען קען נישט אריין לייגען זאכן וואסן טוען נישט דירעקט אפעקטירן די דעפעציט, און אז עס וואלט געווען א "פענעלטי" קען מען אזא געזעץ נישט טוישען, מיט א ריקאנסיליעשאן ביל, אבער היינט אז עס איז א טעקס, נא א טעקס, איז דאך איינע פון די זאכן מיט וואס מען קאנטראלירט די בודזשעט, און דאס אפעקטירט דירעקט די דעפעציט, ממילא קען מען דעם מאנדאט, ארויסווארפן מיט ריקאנסיליעשאן.

(עס איז דא נאך עטליכע פרטים, שפעטער אי"ה בל"נ)

דא האבעך געשריבן וויאזוי "ריקענסיליעשאן ארבייט" און וויאזוי אבאמא האט אריינגעריקט די געזעץ אויף דעם וועג. כמעט ביים סוף האב איך געשריבן:
די זעלבע "טריק" קענען די ריבפאבליקענס טאן, אויב זיי האבן א רוב אין סענאט, זיי קענען אזוי פסול'ן די גאנצע געזעץ.

און והך קאוווע!! זיי פלאנען עס צו טאן!

באט פארשטייט זיך אז אבאמא וועט אזא בודזשעט נישט אונטערשרייבן, אבער קוקט אויס ווי די ריפאבליקענס ווילן מאכען א "סטעיטמענט" נאכאמאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 20, 2016 5:39 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:צוויי טענות האט מען שוין ארויס געשטעלט קעגן די פסק אז די העלטקעיר מאנדאט איז א טעקס.

קודם אז יעדע טעקס וואס ווערט באשטימט אין קאנגרעס דארף דיך אנהייבן אין די הויז (וואס מיר רופן קאנגרעס) און נישט אין די סענאט, און די העלט קעיר געזעץ איז ארגינעל פון די סענאט.

אבער ריעד האט דאס באווארענט, ווייל עפעס א געזעץ האבן די ריפאבליקענס אין די הויז דורך געפיערט אויף העלט קעיר, וואס איז בכלל נישט וואס עס איז עווענטואל געווארן אבאמאקעיר, אבער הנרי ריעד - מורא האבענ'דיג אז די קארט קען זאגן אז עס איז א טעקס - איז ער געגאנגען און גענימען יענעם געזעץ, עס "אויסגעליידיגט", געמאכט וואס מען רופן אין "קאנגרעס דזשארגאן" א "שעל געזעץ", און "אריין געלייגט", די געזעץ וואס איז עווענטואל געווארן דורך געפירט, ממילא איז עס טעכניש א געזעץ וואס האט זיך אנגעהויבן אין קאנגרעס!! די לעגאלע דריידל איז אויסגעהאלטען, אבער עס פארשטערקערט די טענה אז די געזעץ איז דורך געפירט געווארן מיט "דריידליך.
.......

איינער געדענקט נאך דעם אשכול?

עניוועי, די שאלה איז יעצט ארויף געברענגט געווארן אין א געריכט הויז אין וואשינגטאן די. סי. דורך א געוויסע ביזנעס מאן, ער טענה'ט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן, וועט מען זעהן וואס זיי וועלן באשליסן.

נאך דעם וואס די געריכט האט אפגעווארפן די קלאגע, איז עס געווארן אפעלירט צום סופרים קאורט. אצינד האט די סופרים קאורט זיך אפגעזאגט פון אננעמען די אפיל, און דאס מיינט אז די פסק פון נידריגערן געריכט בלייבט אין קראפט, אז די קלעגער זענען נישט גערעכט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:24 pm

איז נאך דא נאך א וועג עס זאל אנקומען צום סופרים קאורט?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:32 pm

מיט א רעפובליקאנע פרעזידענט...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:33 pm

בן נון האט געשריבן:איז נאך דא נאך א וועג עס זאל אנקומען צום סופרים קאורט?

נישט די גאנצע מיינעך. אבער א טייל פון "רעליגיעזע רעכטן" - אויסגעשמועסט אין א עקסטרע אשכול - איז נאך יא אינמיטן דן זיין. אזוי מיינעך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 12, 2016 4:47 pm

היינט דא פרישע נייעס. לכתחלה אונז ווארט מיר אויף דיר!

ביזדערווייל א C\P
Washington - In a setback to President Barack Obama’s health care law, a federal judge ruled Thursday that the administration is unconstitutionally spending federal money to fund the measure without approval from Congress.

The ruling from U.S. District Judge Rosemary Collyer was a win for House Republicans who brought the politically charged legal challenge in an effort to undermine the law.

If the decision is upheld, it could roil the health care law’s insurance markets, which are still struggling for stability after three years.

Collyer said her ruling would be put on hold while it is appealed.

At issue is the $175 billion the government is paying to reimburse health insurers over a decade to reduce co-payments for lower-income people.

The House argues that Congress never specifically appropriated that money and has denied an administration request for it. It says the administration is spending the money anyway, exceeding its constitutional authority. The administration has said it can spend the money automatically because the law authorizes it.

House Republicans launched the lawsuit in 2014 over Democrats’ objections. The House had already voted dozens of times to repeal all or parts of the law Republicans call “Obamacare,” but those efforts went nowhere as they stalled in the Senate or faced a White House veto.

Instead, the House turned its focus to tying up money spent on the law. Republican House leaders asserted that the Obama administration couldn’t spend money that lawmakers refused to provide.

House Judiciary Committee Chairman Bob Goodlatte, R-Va., called the ruling “an important step toward restoring the separation of powers and stopping President Obama’s power grab.”

“The Constitution is also clear that Congress has the power of the purse. The president cannot spend Americans’ money on his own terms,” Goodlatte said.

The disputed subsidies help lower-earning people afford out-of-pocket costs such as annual insurance deductibles and co-payments when they visit doctors.

These subsidies, called “cost-sharing reductions” are separate from the financial aid provided under the law to help people pay their monthly premiums, which would not be affected. But that doesn’t make the cost-sharing subsidies any less important. Without them, millions of people may not be able to afford to use the health insurance that they have obtained through the law.

Under the law, insurers have to provide cost-sharing assistance to consumers who earn up to two-and-a-half times the federal poverty level, or $60,750 for a family of four.

The government is then required to reimburse insurers for the cost of the subsidies. The administration maintains that the law authorizes the government to provide the money automatically, without going back to Congress for approval each year.

But Collyer rejected that argument, saying appropriating the money is up to lawmakers. “That is Congress’ prerogative,” Collyer wrote. “The court cannot override it by rewriting” the law. Collyer was appointed to the court by President George W. Bush, a Republican.

If Congressional approval for the spending is required, Congress’ GOP majority can just shut it off. And if that happens, the administration says the only option insurers have would be to raise insurance premiums significantly.

However, companies might also decide to bail out of the health law markets altogether. Major insurers already are struggling to make money on the program.

The White House had earlier argued that the House had no legal authority to pursue its lawsuit, but Collyer rejected that argument and allowed it to proceed.

Former House Speaker John Boehner, who authorized the lawsuit, tweeted that the decision “is a victory for the American people, and for House Republicans, who have stood firm for the rule of law.”

The administration is expected to appeal Thursday’s ruling to the U.S. Court of Appeals for the District of Columbia Circuit.

In another case last year, the Supreme Court threw out a challenge to the law’s subsidies for premiums. However, the legal issues in that case were much different.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג מאי 12, 2016 5:25 pm

יעצט, אויב גייט עס צום סופרים קאורט, און עס באקומט א 4/4, בלייבט די יעצטיגע פסק און קראפט.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך פאברואר 21, 2018 8:27 pm

טראנספארט האט געשריבן:איין גוטע נייעס פאר די רעפובליקאנער, וויבאלד עס איז גערולט א טעקס, פעלט זיך מער נישט אויס 61 וואוטס אין די סענאט צו ריפילען אבאמאקעיר, בלויז א סימפל מאיראטעט פון 51.

ד.ה. אז טאמער די רעפובליקאנער געווינען בלויז נאך 3-4 זיצן אין די סענאט (מיט א ראמני פרעזידענטשאפט - פארשטייט זיך) גייען זיי גרינג קענען ריפילען ס'גאנצע העלט קעיר געזעץ.


Huh ?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], police, זזה, עולם האמת, שביל הזהב און 37 געסט