וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע? קימט אריין שטימען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע?

יא
146
60%
ניין
96
40%
 
סך הכול שטימען: 242

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:42 pm

mosheyahoo האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געווען אמאל דארט אינמיטן די זומער, זיך נישט געהעריג אנגעשמירט, און באקומען א גראבע בליסטער.

quot
די עוורידש וועטער אין ני אין די זימער איז די זעלבע ווי אין פלארידע. סא די זעלבע בליסטער האסטע געקענט באקימען דא אויך אויב ביזטע עקספאסד צי די זין

די דורכשניטליכע וועטער אין די זומער איז א גוטע צען גראד הייסער ווי דא (אויב דו ביזט סטאק אין די סיטי אין יולי און אויגוסט, טראכט וויאזוי דו וואלט אויסגעהאלטן צען גראד הייסער אין דורכשניט) און די דורכשניטליכע יומידיטי אין אויגוסט איז א גוטע 80%, וואס דאס מאכט די 94 פערענהייט אין יולי און אויגוסט ממש אומדערטרעגליך. מיט די חסידישע טראגע איז כמעט אוממעגליך צו לעבן אין אזא קלימאט.

ניו יארק סיטי, מיט אלע אירע פראבלעמען, האט די בעסטע (נידריגסטע) יומידיטי פון סיי וועלכע גרויסע שטאט אין די מזרח העלפט פון די פאראייניגטע שטאטן. וואשינגטאן די. סי. איז נומער צוויי. נאר די טרוקענע שטעט אין טעקסאס און די פאסיפיק ברעג פון קאליפארניע ארויף קיין וואשינגטאן סטעיט (און, פארשטייט זיך, די מדבר ראיאן פון ניו מעקסיקא ביז נעוואדע) האבן די זעלבע אדער בעסערע יומידיטי שטאפלען.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:45 pm

ליבי ובשרי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.



פון מענטשן [וואס רעדן] ווי אייך וויל מען אנטלויפן. דערפאר פארשטייט איר נישט.

מען זיכט נישט נאך א וויליאמסבורג.
און די בליענדע ישובים אין ארה"ק ושאר הקהילות בארה"ב יוכיחו אז אלץ איז אין קאפ.

דו פרואווסט נאר זיין פוינט...

אוודאי האט ער א שטארקע פאוינט אבער לאוו דוקא on the same page.......

כ'האב נישט געזאגט אז דו ביסט אויף איין פעידזש מיט אים, נאר אז דיין תגובה פרואווט זיין פוינט. יעצט איז דער תירוץ ווייל דו ווילסט נישט נאך א וויליאמסבורג, ווען פלארידע וועט טאקע זיין אן אפציע, וועסטו טרעפן א תירוץ אויף דעם אויך..
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------דער דעדליין איז אט אט דא!!

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:51 pm

צולייגער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צולייגער האט עס גענאגלט!

דאס אלעס איז טאקע זייער שיין צולייגט לויט די איינגעסענע געדאנקן גאנג פון די ל"ט יארן, אז ס'דארף זיין צוגעשטעלט, ס'דארף זיין אסאך משפחות, די הנחה אז מיר קענען גארניש אליין. און זיך ווייטער פאטשן די וויליאסבורגער באכעלע.


כ'מוז דיר זאגן אז האסט מיר גורם געווען א שטארקע הנאה. איך האב ערנסט געהאלטן אז כ'בין דורכזיכטיג און יעדער קען מיר און מיינע ארומיגע.

איך פאטש שוין נישט די וויליאמסבורגע בייכעלע אזא צירקע דריי יאר, שוין אנטלאפן פון וומסב"ג ווי נאר כ'בין אויסגעואוקסן מיין חתן כלה דירה, און שוין געוואנדערט מער ווי איין מאל.

יא, כ'בין אויך געווען אינוואלווד אין מערערע עסקנות'ער לטובת ישובים מחוץ לעיר, און נישט ווייל כ'בין אן עסקנ'ישער טיפ - בכלל נישט, נאר פשוט ווייל דער נאטור פון די נייע ישובים איז אז אויב וויל מען עפעס האבן ברויך מען ארבעטן דערפאר, און מבשרי אחזה דאס וואס כ'האב געשריבן.

כ'בין שוין געווען אינוואלווד אין העלפן מענטשן מופן, אין פראבירן צו העלפן שאפן פאנדס און מסדר זיין קהלות און מוסדות, העלפן ארגאניזירן געשעפטן, סערוויסעס און וואס נישט. כ'קען זאגן בפה מלא, נישטא קיין גאנצע איין פראצענט מענטשן אין וויליאמסבורג וועלכע זענען גרייט צו טוהן די מינימום צו אויפשטעלן און סטאביליזירן עני נייע געגנט. כ'מיין אז יעדער וועלכער האט נאר פראבירט צו טוהן דערין וועט מודה זיין. אדרבה, פראוו מי ראונג מיט א קראנטע מקור.

וואס יא, דאס וואס דו באשולדיגסט "מיר" אין טראכטן לויט די ל"ט געדאנקענגאנג, איז געווען הילעריעס. כ'האב שטארק געלאכט... כ'גלויב נישט אז ס'איז דא איינער וועלכער קען מיר און זאגט אז כ'טראכט אזוי. צו כ'האלט אז רובי דרובי מענטשן טראכטן אזוי? הונדערט פראצענט.

די ביזט 90% גערעכט מיט וואס די שרייבסט. אבער איך האלט אז סאיז יא דא גוטע מענטשן וואס זענען גרייט צו שוויטצען פאר אזא זאך. עכ"פ איך בין גרייט. איך בין גרייט צו זיין מנהל, מלמד אדער וואס פארא כלי קודש ספעלט אויס.....

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:10 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
mosheyahoo האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:געווען אמאל דארט אינמיטן די זומער, זיך נישט געהעריג אנגעשמירט, און באקומען א גראבע בליסטער.

quot
די עוורידש וועטער אין ני אין די זימער איז די זעלבע ווי אין פלארידע. סא די זעלבע בליסטער האסטע געקענט באקימען דא אויך אויב ביזטע עקספאסד צי די זין

די דורכשניטליכע וועטער אין די זומער איז א גוטע צען גראד הייסער ווי דא (אויב דו ביזט סטאק אין די סיטי אין יולי און אויגוסט, טראכט וויאזוי דו וואלט אויסגעהאלטן צען גראד הייסער אין דורכשניט) און די דורכשניטליכע יומידיטי אין אויגוסט איז א גוטע 80%, וואס דאס מאכט די 94 פערענהייט אין יולי און אויגוסט ממש אומדערטרעגליך. מיט די חסידישע טראגע איז כמעט אוממעגליך צו לעבן אין אזא קלימאט.

ניו יארק סיטי, מיט אלע אירע פראבלעמען, האט די בעסטע (נידריגסטע) יומידיטי פון סיי וועלכע גרויסע שטאט אין די מזרח העלפט פון די פאראייניגטע שטאטן. וואשינגטאן די. סי. איז נומער צוויי. נאר די טרוקענע שטעט אין טעקסאס און די פאסיפיק ברעג פון קאליפארניע ארויף קיין וואשינגטאן סטעיט (און, פארשטייט זיך, די מדבר ראיאן פון ניו מעקסיקא ביז נעוואדע) האבן די זעלבע אדער בעסערע יומידיטי שטאפלען.

איך האב געשטעקט די וועטער אפאר מאל אינמיטן זימער און מיאמי איז געווען אביסול הייסער ווי נ. י, אפאר מאל די זעלבע און ווען ס'איז געווען זייער הייס דא - אין די ניינציגערס - איז דארט געווען ווייניגער. די עיקר חילוק איז געווען ביינאכט וואס דארט בלייבט עס אין די הויכע זיבעציגער אבער דא אין נ. י. לאזט די היץ געווענטליך נאך.
מ'דארף אבער נעמען אין באטראכט אז דארט וואינט מען נישט ציקוועטשט ווי אין ברוקלין און ס'דא אסאך ביימער און ברייטערע גאסן וואס מאכט עס עטוואס גרינגער.

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

תגובהדורך יונגרייז » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:18 pm

אויב די שאלה וואלט געווען אויף אן אנדערע סטעיט, וואס איז ארום ניו יארק אדער ניו דזשערסי, גלייב איך אז מ'וואלט געקענט עפענען א ישוב, וגם אני בתוכם וואלט ערענסט אריינגעקוקט אין דעם

ובתקוה אז מורינו אליעזר קרויס זאל זיך עפענען די אויגען
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:20 pm

אידיאט האט געשריבן:די ביזט 90% גערעכט מיט וואס די שרייבסט. אבער איך האלט אז סאיז יא דא גוטע מענטשן וואס זענען גרייט צו שוויטצען פאר אזא זאך. עכ"פ איך בין גרייט. איך בין גרייט צו זיין מנהל, מלמד אדער וואס פארא כלי קודש ספעלט אויס.....

1) איך האב געזאגט אז עס איז דא ווייניגער ווי איין פראצענט. נישט אז עס איז בכלל נישט דא.

2) יא יא, איך ווייס אז דו ביסט גרייט. ביסטו אויך גרייט נישט צו קריגן באצאלט פאר 6-12 חדשים ווען דער מוסד גייט אונטערהונקענען, אווי אין יעדע נייע ישוב?

3) לעסט באט נאט ליעסט, ביסטו גרייט צו זיין דער וואס טראגט דעם עול, און הייבט אויף די נערוועזע טעלעפאן רופן פון דעם באנק מענעדזשער 7:30 צופריה, מעלדנדיג אז עס זענען פארהאן 23 טשעקס, אין טאטעל פון 8 טויזנט, זיבן הונדערט, ניין און פופציג דאלער און זעכציג סענט, וועלכע האבן נישט קיין דעקונג?

אדער אפשר ווילסטו נאר זיין דער וועלכער "שוויצט" פאר א וועידזש, און קענען קלעימען וויקטעם שפעטער. אויב יא, האסטו געפראווט מיין פוינט

--

יונגרייז האקט. שכויעח פארן פראווען מיין פוינט טיים ענד עגעין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:42 pm

פלארידע האט אבער א מעלה אז די סטעיט פאנד פרייוואט סקולס אויך
מיט דעם האסטו שוין געסאלווד איינע פון די עיקר טשעלענדזשעס פון נייע ישובים
אז די מוסדות מוטשענען זיך געפערליך אין אנהייב
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:44 pm

אדרבה, קום אריין מיט א פונקטליכע באריכט וויפיל די סטעיט גיבט פאר יעדן קינד, פאר א משפחה פון 6 קינדער וואס פארדינט 75 טויזנט א יאר אויף די ביכער.

אויך בין איך נייגעריג וויפיל עס קאסט צו אפקויפן / דינגען א בנין פאר מוסדות, איינרישן און אויסשטעלן, פעיראל (פארגעס נישט - מען גייט האבן ווייניגער קינדער אנהויב, וואס מיינט אז עס גייט נישט געקאווערט ווערן אינגאנצן), עסן און טראנספארטאציע.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אישון-בת-עין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:45 am

תגובהדורך אישון-בת-עין » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:46 pm

איך הער אלע טענות. ובפרט די טענה אז ווי האט איימיצער וואס האט נאך דערווייל נישט געמופט אריינצורעדן בכלל. די תירוץ איז אבער ווי פאלגענד:

בלומינגבורג, מאנסי, דזשערזי סיטי, קרית יואל איז אלץ די זעלבע ווי וומסב״ג/בארא פארק. די זעלבע לייף סטייל אלץ די מענטשהייט, די זעלבע געזעלשאפטליכע דרוק (ליין באגעבו/שטריימל וכו׳), והעיקר, קאסט אף ליווינג איז אויך מער ווייניגער די זעלבע, און טיילמאל אפילו מער, ווי למשל א משפחה מיט זעקס קינדער וועט צאלן ווייניגסטענס $1700 שכר לימוד אין קרית יואל און אין מאנסי (דאס איז שוין די סאטמערע פרייז אין די צוויי פלעצער) און וועט נישט שפארן קיין $1700 שכר דירה. (און בלומינגבורג און אין דזשערזי סיטי וועט עס יא זיין ביליגער, אבער צוליב אנדערע סיבות איז עס ביי א גרויסע טייל נישט קיין אפציע. און צווישן אונז גערעדט, קענענדיג גוט מוסדות סטרוקטשער/בודזשעט גייט דאס בקרוב דארט זיין די פרייז) און אויב די גאנצע בענעפיט איז האבן די גראז און אביסל א מענטשליכערע דירה לוינט זיך נאך נישט איבערצולאזן משפחה און מופן מיט קינדער און רינדער און א נייע פלאץ, נייע שכינים, נייע מוסדות

פלארידע איז אבער גאר א נייער באגריף, און נאורט מיאמי למשל, אביסל ארויס פון די היימישע געגנט ווי די שחורים וואוינען (נאך עני טיים אזעלעכע וואוילע גוים ווי אין דזשערזי סיטי, און ווי די גוים אין עירמאנט) קען מען קויפן א דירה פאר בערך 175 אלפים, טעקס איז ביליג, ס׳איז א שפאן אוועק פון אן אקטיווער אידישע געגענט, שבת דארט קוקט אויס גענוי ווי אין מאנסי און בארא פארק. ס׳דא דארטן צענדליגער אידישע שולן. חסידישע, ליטווישע, חב״דסקע. ס׳דא דארטן אלע סערוויסעס וואס מיר דארפן, ס׳וואוינען שוין דארט א שיינע פאר היימישע שטריימל אידן, די ליטאים האבן דארט א היימישע לעיקוואד סטיל חדר, ענדליך ווי בית דוד אין מאנסי וואס די היינטיגע סאטמארע מאנסי אידן פלעגט דארט שיקן זייערע קינדער אין די מאנסי בראשית יארן, ס׳איינציגסטע חסרון איז אז די שפראך איז ענגליש.

מ׳ברויך נישט בויען א גראסערי, מ׳ברויך נישט קיין בעקערי, נישט קיין שול, נישט קיין מקוה. אלעס איז שוין דא, די מקוה האט אפילו א טורנסטייל, ס׳עקזיסטירט, קהל חסידים נעמט גערן אן פרישע מעמבערס.

אסאך פון אונזערע רבי׳ס האבן דארט הייזער פאר די וואס ווילן זיך נישט אפנייגן פון זייער חסידות, די וואס ווילן בלייבן אין כולל קענען זיך אויך מסדר זיין אין די לעיקוואדע כולל.

אין קורצן, די חילוק פון אלע אנדערע געגנטער קעגן פלארידע איז כמעט ווי מ׳זאל פארקויפן דירות אין מאנסי אדער אין קרית יואל פאר $200,000

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:58 pm

אישון-בת-עין האט געשריבן:איך הער אלע טענות. ובפרט די טענה אז ווי האט איימיצער וואס האט נאך דערווייל נישט געמופט אריינצורעדן בכלל. די תירוץ איז אבער ווי פאלגענד:

בלומינגבורג, מאנסי, דזשערזי סיטי, קרית יואל איז אלץ די זעלבע ווי וומסב״ג/בארא פארק. די זעלבע לייף סטייל אלץ די מענטשהייט, די זעלבע געזעלשאפטליכע דרוק (ליין באגעבו/שטריימל וכו׳), והעיקר, קאסט אף ליווינג איז אויך מער ווייניגער די זעלבע, און טיילמאל אפילו מער, ווי למשל א משפחה מיט זעקס קינדער וועט צאלן ווייניגסטענס $1700 שכר לימוד אין קרית יואל און אין מאנסי (דאס איז שוין די סאטמערע פרייז אין די צוויי פלעצער) און וועט נישט שפארן קיין $1700 שכר דירה. (און בלומינגבורג און אין דזשערזי סיטי וועט עס יא זיין ביליגער, אבער צוליב אנדערע סיבות איז עס ביי א גרויסע טייל נישט קיין אפציע. און צווישן אונז גערעדט, קענענדיג גוט מוסדות סטרוקטשער/בודזשעט גייט דאס בקרוב דארט זיין די פרייז) און אויב די גאנצע בענעפיט איז האבן די גראז און אביסל א מענטשליכערע דירה לוינט זיך נאך נישט איבערצולאזן משפחה און מופן מיט קינדער און רינדער און א נייע פלאץ, נייע שכינים, נייע מוסדות

פלארידע איז אבער גאר א נייער באגריף, און נאורט מיאמי למשל, אביסל ארויס פון די היימישע געגנט ווי די שחורים וואוינען (נאך עני טיים אזעלעכע וואוילע גוים ווי אין דזשערזי סיטי, און ווי די גוים אין עירמאנט) קען מען קויפן א דירה פאר בערך 175 אלפים, טעקס איז ביליג, ס׳איז א שפאן אוועק פון אן אקטיווער אידישע געגענט, שבת דארט קוקט אויס גענוי ווי אין מאנסי און בארא פארק. ס׳דא דארטן צענדליגער אידישע שולן. חסידישע, ליטווישע, חב״דסקע. ס׳דא דארטן אלע סערוויסעס וואס מיר דארפן, ס׳וואוינען שוין דארט א שיינע פאר היימישע שטריימל אידן, די ליטאים האבן דארט א היימישע לעיקוואד סטיל חדר, ענדליך ווי בית דוד אין מאנסי וואס די היינטיגע סאטמארע מאנסי אידן פלעגט דארט שיקן זייערע קינדער אין די מאנסי בראשית יארן, ס׳איינציגסטע חסרון איז אז די שפראך איז ענגליש.

מ׳ברויך נישט בויען א גראסערי, מ׳ברויך נישט קיין בעקערי, נישט קיין שול, נישט קיין מקוה. אלעס איז שוין דא, די מקוה האט אפילו א טורנסטייל, ס׳עקזיסטירט, קהל חסידים נעמט גערן אן פרישע מעמבערס.

אסאך פון אונזערע רבי׳ס האבן דארט הייזער פאר די וואס ווילן זיך נישט אפנייגן פון זייער חסידות, די וואס ווילן בלייבן אין כולל קענען זיך אויך מסדר זיין אין די לעיקוואדע כולל.

אין קורצן, די חילוק פון אלע אנדערע געגנטער קעגן פלארידע איז כמעט ווי מ׳זאל פארקויפן דירות אין מאנסי אדער אין קרית יואל פאר $200,000

אין פלארידא איז נישטא קיין באזונדערע קאסטן וואס קומען צו?

וויפיל למשל קאסט א טריפ, אפילו נאר איין מאל א יאר, פאר טאטע מאמע און אלע קינדער קיין ניו יארק?

וואס טוט זיך מיט שכר לימוד אין פלארידא? כ'ווייס אז די גאווערמענט גיבט געוויסע פאנדינג, אבער וואס איז די באטטאם ליין וויפיל די סטעיט גיבט פאר יעדן קינד, פאר א משפחה פון 6 קינדער וואס פארדינט 75 טויזנט א יאר אויף די ביכער?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אישון-בת-עין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:45 am

תגובהדורך אישון-בת-עין » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:05 pm

לא קרוב זה אל זה בכלל

מ׳קען האבן טיקעטס נארמעלערהייט קיין פלארידע פאר $75, אויב פלאנט מען פון פריער. אבער וואוינענדיג אין מאנסי און פארן יעדע צוויי וואכן קיין בארא פארק קאסט א מינימום $40 א טריפ, יעצט גיי רעכן וואס איז ביליגער

איך קען נישט גענוי די פראראמען וואס פלארידע געבט פאר מוסדות, אבער אויב געבן זיין $25 פער קינד איז עס שוין מער וויפל מוסדות באקומען אין ניו יארק (חוץ די סיטי ווי ס׳איז דא וואוטשערס)

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:11 pm

אישון-בת-עין האט געשריבן:לא קרוב זה אל זה בכלל

מ׳קען האבן טיקעטס נארמעלערהייט קיין פלארידע פאר $75, אויב פלאנט מען פון פריער. אבער וואוינענדיג אין מאנסי און פארן יעדע צוויי וואכן קיין בארא פארק קאסט א מינימום $40 א טריפ, יעצט גיי רעכן וואס איז ביליגער

רעכן 75$ פער מענטש, נישט פער טריפ...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:11 pm

אישון-בת-עין האט געשריבן:לא קרוב זה אל זה בכלל

מ׳קען האבן טיקעטס נארמעלערהייט קיין פלארידע פאר $75, אויב פלאנט מען פון פריער. אבער וואוינענדיג אין מאנסי און פארן יעדע צוויי וואכן קיין בארא פארק קאסט א מינימום $40 א טריפ, יעצט גיי רעכן וואס איז ביליגער

איך קען נישט גענוי די פראראמען וואס פלארידע געבט פאר מוסדות, אבער אויב געבן זיין $25 פער קינד איז עס שוין מער וויפל מוסדות באקומען אין ניו יארק (חוץ די סיטי ווי ס׳איז דא וואוטשערס)

וויפיל באקומט מען אין וואוטשערס (אין ניו יארק) אויב מען פארדינט 75 אלפים?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:22 pm

אביונה האט געשריבן:
אישון-בת-עין האט געשריבן:לא קרוב זה אל זה בכלל

מ׳קען האבן טיקעטס נארמעלערהייט קיין פלארידע פאר $75, אויב פלאנט מען פון פריער. אבער וואוינענדיג אין מאנסי און פארן יעדע צוויי וואכן קיין בארא פארק קאסט א מינימום $40 א טריפ, יעצט גיי רעכן וואס איז ביליגער

רעכן 75$ פער מענטש, נישט פער טריפ...

נארמאלערהייט. איך היר.

אויב מען וויל פארן אויף שבועות פון פלארידא קיין ניו יארק, יעצט קאסט צו בוקן 182. און ווי אביונה זאגט, פער מענטש...

דאס וואס דו זאגסט וועגן יעדע צוויי וואכן פון מאנסי קיין בארא פארק, פראווסטו ס"ה מיין פוינט... מיין משפחה און קינדער זענען לעצטע מאל געווען אין וומסב"ג (מיינע און מיין ב"ב'ס עלטערן זז"ג וואוינען דארט) איז געווען.... חנוכה ביי די חנוכה פאדי. איינמאל בעפאר איז געווען אלול ווען מיין טאטע האו חתונה געמאכט. יא, שוויגי זז"ג וויל זעהן די אייניקלעך, סאו געסס ווהאט... זי קומט אי"ה אהער אויף די וואך שבת...

די וועלכע מוזן גיין יעדע צוויי וואכן פון מאנסי קיין ב"פ, אויב גייען זיי קיין פלארידא, וועלן זיי מוזן ספענדן טויזנט טאלער א חודש אין עוורידזש פאר טיקעטס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אישון-בת-עין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:45 am

תגובהדורך אישון-בת-עין » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:37 pm

אויב וואוינט מען אין פלארידע פארט מען נישט יעדע צוויי וואכן קיין בארא פארק

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:50 pm

מען דארף אין באטראכט נעמען די אפציע פון פארן מיט א קאר\ווען אנשטאט מיט א פליגער. פאר א משפחה מיט קינדער איז עס לכאורה אסאך ביליגער, טאקע א נערווען שפיל, אבער דאך אן אפציע.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:58 pm

צולייגער האט געשריבן:אדרבה, קום אריין מיט א פונקטליכע באריכט וויפיל די סטעיט גיבט פאר יעדן קינד, פאר א משפחה פון 6 קינדער וואס פארדינט 75 טויזנט א יאר אויף די ביכער.

אויך בין איך נייגעריג וויפיל עס קאסט צו אפקויפן / דינגען א בנין פאר מוסדות, איינרישן און אויסשטעלן, פעיראל (פארגעס נישט - מען גייט האבן ווייניגער קינדער אנהויב, וואס מיינט אז עס גייט נישט געקאווערט ווערן אינגאנצן), עסן און טראנספארטאציע.

האסט פארגעסן איין זאך, אלע עשירים פונעם כדור הארץ בראטען זיך אין פלארידע דריי פערטל ווינטער, סאו די פאנדרעיזינג וועט זיין לייכטער לכאורה.. :?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 9:01 pm

אישון-בת-עין האט געשריבן:אויב וואוינט מען אין פלארידע פארט מען נישט יעדע צוויי וואכן קיין בארא פארק

האסט געליינט וואס כ'האב געשריבן?!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 22, 2020 9:45 pm

איך טראכט אז צולייגער איז פילייכט יא גערעכט, אבער נאכאלץ נאר בלויז לויט אונזער יעצטיגע אנבליק וויאזוי א נייע געגנט דארף אויסזען צו קענען עקזיסטירן.

די סוקסעס ראטע פון די ביז יעצטיגע נייע ישובים ווערט געמאסטן געווארן לויט וויאזוי 'ס'ארבעט זיך אויס'. און דא שטעקט טאקע די פראבלעם. ווייל אז א ישוב זאל זיך אויסארבעטן ביז צו א שטאפל וואס אונזער סאסייעטי באטראכט פאר א געהעריגע עטאבלירטע געגנט, דארף מען אריינלייגן גאר אסאך געלט, און זיך אסאך מאטערן בדמים תרתי משמע. דעריבער איז מיין פלאן, אז מיר זאלן טוישן ביי אונז אליינס די בליק וואס עס הייסט א סוקסעספולע געגנט. און אפשר גענצליך מבטל זיין דער באגריף אז א געגנט זאל זיין סוקסעספול!

נישט אז איך האב א פערטיגע פלאן, אדער אז איך קען גענוי אנצייגן פרטים. אבער מען דארף זיך אליינס פרעגן: ווער זאגט אז א געגנט מוז האבן גענוי 396 משפחות אפצוצייכענען סוקסעס?.. ביי וועלכע קהילה זיצונג איז דאס געווארן פראטאקאלירט? ווער זאגט אז א קהילה פון 70-80 משפחות קען נישט לעבן רואיג און צופרידן? ווער זאגט אז 70 אינגע משפחות מוזן גלייך האבן א פראכטפולע שול, בניני המוסדות, און דאן פייערן די סוקסעס אין בילדער, אלעס מיטן ציהל צו אינוועסטירן אין די מארקעטינג צו אימפרעסן גמליאל אז נאך משפחות זאלן זיך וועלן אהינציען? אוודאי איז עס א שיינע זאך בדאיכא, אבער ווען דער עולם איז מיטל קלאס אינגעלייט, קען מען זיך באגנוגן מיט ווייניגער. די אלע סערוויסעס ברחניות ובגשמיות וואס מיר האבן יעצט, איז אויסגעשטעלט און סיסטעמאזירט פאר טויזנטער משפחות. אז אונז זאל מיר קאפירן די אלע געשעפטן און קהיל'ישע פונקציעס און אלעס אלעס מאכן פאר 70 משפחות, וועט די געגנט גיין באנקראט אין 15 מינוט.

לדוגמא: א גראסערי פאר 70 משפחות טאר עקאנאמיש נישט האבן מער ווי א צענטל פראדוקטן פון א געווענליכע גראסערי, און דארף נישט זיין אפן מער ווי 4 שעה א טאג. עס קען אפילו זיין א שמש שטיבל אין ביהמ"ד. אדער... עס דארף בכלל נישט זיין קיין גראסערי! צוויי מאל א וואך קומט א באצאלטע ריפרידזשידער טראק פון ניו יארק מיט אלע ארדערס! (איך רעד פון דעלעוועיר) און דאס איבריגע איז דא אין וואלמארט.

אקעי, ס'אלעס דמיונות. איך טראכט הויעך. אבער יו געט די פוינט. אז דו וואוינסט אין א קאמיוניטי פון 70 משפחות, דארפסטו אנערקענען אז דו באקומסט קיינמאל נישט די סערוויסעס פון 10,000 משפחות. אדער אפילו נאענט צו דעם. צו ס'איז גרינג? ניין. אבער יעדע זאך האט אירע מעלות און חסרונות. און איינמאל עס ווערט אדורכגעבראכן וועט עס זיין די נארמע. עס וועט זיין א סיסטעם זיך צו ספראווען מיט שוועריקייטן. א אידישע נייע-געגנט געזעץ בוך מיט א מהלך וויאזוי צו אדאפטירן סוקסעספול נייע געגנטער. יעדער גייט מוזן נעמען א חלק אין עסקנות. דאס גייט זיין א חלק פון די טעראפי צו אויסוואקסן מאמע-פארטוך. אבער עס גייט קיינמאל נישט זיין קיין געפילטע פיש און קוגל צו קויפן צענע ביינאכט, און אויך נישט א מנין מעריב עלעווע.

איך קוק גלייכצייטיג אויף די ברעסלאווער ישוב, איך בין נייגעריג וויפיל עס קאסט דארט אלע ציבור'שע הצטרכות.

אסאך זאכן זענען ביי אונז שוין געווארן דורכגעבראכן. איך דערמאן זיך, אמאל מיט 10 יאר צוריק ווען איינער האט געזוכט א הויז ארויסצוגיין וואוינען אין די גלילות פון קרית יואל, איז די ערשטע פראגע נאטורליך געווען "ווי נאענט איז עס צום שטעטל?" (נאך פריער פלעגט מען אין קרית יואל זעלבסט פרעגן "ווי נאענט איז עס צום ביהמ"ד?"...) איינער האט דאן געחלומ'ט אז היינט וועלן אסאך פון די 'נאענטע' הייזער ארום קר"י בלייבן אויסגעשפילט?.. ווייל טראץ וואס ס'איז נאענט געאראפיש צו קענען צושפאצירן שטייט עס איין הויז אליין אין א מדבר.. און בעיקר די געגנטער מער ארויפציר בליען הערליך. היינט הערט מען כמעט נישט עמיצער זאל קוקן אויף נאענטקייט, עכ"פ נישט אלס א פריימערי אישו.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך ינואר 22, 2020 9:54 pm

מקץ האט געשריבן:צולייגער וואס שטערסטו דעם עולם'ס חלומות ? גזל שינה איז עפעס א קלייניגקייט. לאז זיי אביסל דמיון'ען, בפרט אז דאס גאנצע עפערט וואס מדארף טון איז דרוקן יא אויף א אשכול אין אייוועלט, וואס קען זיין בעסער.

:lol:
שויתי ה' לנגדי תמיד

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6552
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:27 pm

איך האב געוואוט פאר יא אן קיין שום פלאן, זשאסט ביקאוז!!! איך בין קאלט און איך דארף א ברענעדיגע זיהן. טוה מיך עפעס.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:41 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך טראכט אז צולייגער איז פילייכט יא גערעכט, אבער נאכאלץ נאר בלויז לויט אונזער יעצטיגע אנבליק וויאזוי א נייע געגנט דארף אויסזען צו קענען עקזיסטירן.

די סוקסעס ראטע פון די ביז יעצטיגע נייע ישובים ווערט געמאסטן געווארן לויט וויאזוי 'ס'ארבעט זיך אויס'. און דא שטעקט טאקע די פראבלעם. ווייל אז א ישוב זאל זיך אויסארבעטן ביז צו א שטאפל וואס אונזער סאסייעטי באטראכט פאר א געהעריגע עטאבלירטע געגנט, דארף מען אריינלייגן גאר אסאך געלט, און זיך אסאך מאטערן בדמים תרתי משמע. דעריבער איז מיין פלאן, אז מיר זאלן טוישן ביי אונז אליינס די בליק וואס עס הייסט א סוקסעספולע געגנט. און אפשר גענצליך מבטל זיין דער באגריף אז א געגנט זאל זיין סוקסעספול!

נישט אז איך האב א פערטיגע פלאן, אדער אז איך קען גענוי אנצייגן פרטים. אבער מען דארף זיך אליינס פרעגן: ווער זאגט אז א געגנט מוז האבן גענוי 396 משפחות אפצוצייכענען סוקסעס?.. ביי וועלכע קהילה זיצונג איז דאס געווארן פראטאקאלירט? ווער זאגט אז א קהילה פון 70-80 משפחות קען נישט לעבן רואיג און צופרידן? ווער זאגט אז 70 אינגע משפחות מוזן גלייך האבן א פראכטפולע שול, בניני המוסדות, און דאן פייערן די סוקסעס אין בילדער, אלעס מיטן ציהל צו אינוועסטירן אין די מארקעטינג צו אימפרעסן גמליאל אז נאך משפחות זאלן זיך וועלן אהינציען? אוודאי איז עס א שיינע זאך בדאיכא, אבער ווען דער עולם איז מיטל קלאס אינגעלייט, קען מען זיך באגנוגן מיט ווייניגער. די אלע סערוויסעס ברחניות ובגשמיות וואס מיר האבן יעצט, איז אויסגעשטעלט און סיסטעמאזירט פאר טויזנטער משפחות. אז אונז זאל מיר קאפירן די אלע געשעפטן און קהיל'ישע פונקציעס און אלעס אלעס מאכן פאר 70 משפחות, וועט די געגנט גיין באנקראט אין 15 מינוט.

לדוגמא: א גראסערי פאר 70 משפחות טאר עקאנאמיש נישט האבן מער ווי א צענטל פראדוקטן פון א געווענליכע גראסערי, און דארף נישט זיין אפן מער ווי 4 שעה א טאג. עס קען אפילו זיין א שמש שטיבל אין ביהמ"ד. אדער... עס דארף בכלל נישט זיין קיין גראסערי! צוויי מאל א וואך קומט א באצאלטע ריפרידזשידער טראק פון ניו יארק מיט אלע ארדערס! (איך רעד פון דעלעוועיר) און דאס איבריגע איז דא אין וואלמארט.

אקעי, ס'אלעס דמיונות. איך טראכט הויעך. אבער יו געט די פוינט. אז דו וואוינסט אין א קאמיוניטי פון 70 משפחות, דארפסטו אנערקענען אז דו באקומסט קיינמאל נישט די סערוויסעס פון 10,000 משפחות. אדער אפילו נאענט צו דעם. צו ס'איז גרינג? ניין. אבער יעדע זאך האט אירע מעלות און חסרונות. און איינמאל עס ווערט אדורכגעבראכן וועט עס זיין די נארמע. עס וועט זיין א סיסטעם זיך צו ספראווען מיט שוועריקייטן. א אידישע נייע-געגנט געזעץ בוך מיט א מהלך וויאזוי צו אדאפטירן סוקסעספול נייע געגנטער. יעדער גייט מוזן נעמען א חלק אין עסקנות. דאס גייט זיין א חלק פון די טעראפי צו אויסוואקסן מאמע-פארטוך. אבער עס גייט קיינמאל נישט זיין קיין געפילטע פיש און קוגל צו קויפן צענע ביינאכט, און אויך נישט א מנין מעריב עלעווע.

איך קוק גלייכצייטיג אויף די ברעסלאווער ישוב, איך בין נייגעריג וויפיל עס קאסט דארט אלע ציבור'שע הצטרכות.

אסאך זאכן זענען ביי אונז שוין געווארן דורכגעבראכן. איך דערמאן זיך, אמאל מיט 10 יאר צוריק ווען איינער האט געזוכט א הויז ארויסצוגיין וואוינען אין די גלילות פון קרית יואל, איז די ערשטע פראגע נאטורליך געווען "ווי נאענט איז עס צום שטעטל?" (נאך פריער פלעגט מען אין קרית יואל זעלבסט פרעגן "ווי נאענט איז עס צום ביהמ"ד?"...) איינער האט דאן געחלומ'ט אז היינט וועלן אסאך פון די 'נאענטע' הייזער ארום קר"י בלייבן אויסגעשפילט?.. ווייל טראץ וואס ס'איז נאענט געאראפיש צו קענען צושפאצירן שטייט עס איין הויז אליין אין א מדבר.. און בעיקר די געגנטער מער ארויפציר בליען הערליך. היינט הערט מען כמעט נישט עמיצער זאל קוקן אויף נאענטקייט, עכ"פ נישט אלס א פריימערי אישו.

רבי יום טוב אזוי זיס געזאגט!

דאס דארף זיך זעכער טוישן, די נייע ישובים דארפן קיינעם נישט טרייען צו אימפרעסן! און אזוי ווי די זאגסט ס׳טאר נישט זיין קיין געהעריגע גראסערי אין א נייע ישוב ביז א שיינע פאר הינדרעט משפחות וואוינען דארט. איך קעניש די גראסערי ליין און באדזשעט, אבער פאר דעם דארף זיין א גראסערי אין א נייע ישוב אז נאך א יוד זאל זיין אין חובות? רבונו של עולם, אוודאי א יוד וואס טוט אזאנס איז א צדיק. מען טאר עס אבער נישט טוהן! קיין שום עהרליכע יוד אז מען גייט איהם פרעגן, וואלט ער עס נישט צו געלאזט.


וואס יא? אזוי ווי איר זאגט רבי יום טוב, אין מאנסי פלעג דאס זיין א נארמאלע זאך, (קען זיין נאך היינט אויך) די מקווה יוד זאל פארקויפן די וויכטיגע פראדאקטן איז זיין אפען אינדערפרי און ביינאכט ביי די תפילות אין פארטיג.

אבער לגבי מוסדות פארשטיי איך נישט אייער פלאן, ווי אזוי קען מען מאכן מוסדות פאר א שטעטל מיט 70 משפחות? דאס קען נישט ארבייטן.

וואס יא? איז געווארן די עיקר עצה פון די נייע ישובים צו שיקן אין דערנעבענדע גרויסע ישובים מוסדות. צו ס׳איז שווער? אוודאי, ס׳זייער שווער. אבער זעכער בעסער אז די מוסדות זאלן דארפן מאכן גא פאנד מי׳ס כסדר. און די עיקר פלאן פון די נייע ישובים דארף זיין לענ״ד צו ווארטן אויף מערערע הינדערטע משפחות און נאר דעמאלטס מאכן מוסדות. סטעטן אייסלענד למשל: האט שוין ארום 400 חסידישע משפחות און האט נאך נישט קיין מוסדות. איך זאג נאך א מזל...! ווייל פארוואס זאלן אזוי פוהל מענשטען, מלמדים, מנהלים: רחני, און גשמי, זיך מיטשענען מיט פעהמענטס... און זיך דעקן... און נאך דערצי זאלן זיך מוסדות׳ן דארפן אנלייגן אויפן ציבור... הגם ווייטער איך בין נישט זעכער וויפעל משפחות מען דארף האבן אז מ׳זאל קענען מצליח זיין פיינענשעלי און האבן מוסדות, קען זיין אז 400 משפחות מיט נאר מוסד קען מצליח זיין פיינענשעלי. מנהלי המוסדות קענען מסתמה פארענטפערן די פראגע, וויפעל משפחות ס׳דארף זיין.

אבער אזוי ווי א יעדער פארשטייט (אזוי האף איך..) אז צו מאכן א גראסערי וואלט קיין שום עהרליכע יוד נישט געגעבן די אקעי פאר א ׳יחיד׳ צו נעמען זיין משפחה אין חובות, ׳לטובת הכלל׳ כדי ס׳זאל זיין א גראסערי ׳לטובת הציבור׳. איז לענ״ד די זעלבע זאך לגבי מוסדות, אז קיין שום עהרליכע יוד וואלט נישט געגעבן די אקעי פאר קיין שום ׳יחיד׳ אז ער זאל נעמען די פיינענשעלס פון א מוסד אויף זיך, פאר לאמיר זאגן א ישוב מיט הינדרעט משפחות, על סמך אז ס׳גייט זיין נסים טעגליך. פארשטייציך א חוץ ווען ס׳דא אמת׳ע נגידים בעם וואס נעמען זיך אינטער צו דעקן. וואס אין אזא פאל קען מען מאכן סיי מוסדות און סיי א גראסערי.... די עיקר ווילאנג מען נעמט זיך נישט אינטער צו לעבן אויף ניסים.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דאנארשטאג ינואר 23, 2020 9:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:50 pm

אפשר, קען מען צוריקגיין צו לערנען אין שולכל מיט פריוואטע מלמדים פאר יעדע פאר קינדער. האומסקול. אפשר וועלן אפילו מער קינדער וואס פאלן ארויס פון סיסטעם זיין סוקסעספול
שויתי ה' לנגדי תמיד

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:56 pm

רבותי
דמיון איז נישט לימיטעד!!
פארוואס דמיונ'ען מיט אזוינע קליינטשיגע השגות....
לאמיר דמיונ'ען, מיר מופן קיין פלארידע...
מיר גיין וואוינען אין אזוינע פאלאצן א שטייגער ווי טראמפס מאלאגע ריזארט...
מיר גייען פארמאגן ריזיגע שווים באסיינען, און וואס נאך.....

אהאאאאא....
מודה אני, נעגל וואסער...
כ'בין צוריק אין מיין לעכל אין וויליאמסבורג....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2020 5:28 pm

תגובהדורך יאסל קעניג » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:09 pm

מ'קען מאכן איין קלאס פון צוויי דריי יאהרגענג, ס'עט גארנישט געשען!
אונזערע עלטערן (זיידעס/עלטער זיידעס) זענען אזוי אויפגעוואקסן
________
איך חלום נישט פון פאלאצן.. נאר פון הרחבה. האקט
מלך שהשלום שלו


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט