היסטארישע “VV Expo” אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דובי'ס א פען
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובהדורך דובי'ס א פען » מיטוואך מאי 15, 2019 2:59 pm


דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 15, 2019 3:10 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:באטעם ליין

די וואס ווילן מופן פיגערן עס אויס

די וואס ווילן נישט, זיצן און וויינען

איטס אקעי, נישט יעדער דארף מופן, און אפילו ווער עס וויל בלייבן וועט דאך אויך פארדינען פון דעם וואס אסאך מענטשן מופן

און ווער עס האט א געדאנק וויאזוי מען קען העלפן די מענטשן וואס האבן נישט די פיפציג אלפים, אדער די מענטשן וואס האבן נישט די צוויי דריי אלפים צו מופן צו א ביליגע רענטל, זאל עפענען א אשכול דערוועגן, איך ווייס נישט וויאזוי דאס קומט אריין דא אין די עקספאו שמועס


עפעס קלינגט מיר אין מח אז ר' הערשל שרייבער בארגט געלט ווער ס' דארף פאר א דאון פעימענט.
איינער שוין געהערט דערפון?

רוף עם לאז מיך וויסן

כי כי כי
קענסט גיין קאמפעטישאן מיט דעם נייעם בדחן, וויאזוי הייסט ער נאר?

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך מאי 15, 2019 3:28 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינע פון די מעלות פון אייוועלט איז אז יעדער קען ארויפקומען, נישט קיין חילוק צו מ'האט איין תגובה צו טויזענט, און דיבעיטן א סאבדזשעקט מיט סיי וועמען, אפילו יענער האט צוואנציג טויזענט תגובות! סאו נישטא אזא זאך איך בין א ראצער!

שטייצעך אבער אז ס'דארף האבן מעריט, סתם שרייבן ביסט ראנג, אבער כ'וויל נישט שרייבן גיבט גארניש צו צום שמועס...

זייער פשוט, נישט איבערצוקייען די לעצטע 5 בלעטער נאכאמאל, אבער כעל טרײען אין זשענערעל, כאטש סימיר גאנץ שװער צו שרײבן.
טרא-אוט דיינע תגובות האסטו גערעדט פון אסאך אנדערע סינעריאס, און ס׳געװארן א שטיקל קיגל, לייק, דעיס איז נישט קײן סעלושן פאר דעים, אבער יענע אנדערע סעלושן איז נישט גוט פאר א דריטע סיטשועישן, װאטעװער, סאו כעל טרײען אביסל אױסצוקלארן און צולײגן יעדע פראבלעם עקסטער.

די מציאות איז, ס׳איז דא אסאך ביליגע רענטל אפשאנס (פון 850 און ארױף װאס איך װײס, אפשר איז דא ביליגער) אין רוב/עטליכע פון די נייע געגענטער.

פראבלעמען

1. כ׳קען עס נאך אלץ נישט עפארדן

כ׳װאלט אױך געקענט באשטײן ר׳ משה דײטש זאל אראפברענגען א שטעטל פון הימל און טשארזשן $300 רענט, די מציאות איז אבער אז ס׳נאכנישט געשען, און ס׳קוקט נישט אױס װי ס׳גײט געשען עני טײם סאן, סאו דארף א מענטש אױסקלױבן די בעסטע אפשאן פון דאס װאס ס׳איז עװעילעבל. און אײנער װאס קענעס טאקע נאכאלץ נישט עפארדן און/אדער ער קען בשו״א נישט צאמקראצן עטליכע טױזענט אױף צו מופן פאר רענט, דאס דארף װערן קעיר גענומען אױף א אינדעװידועל בעיסיס, און פארדעם האט ר׳ משה געגרינדעט קרן עזר, ס׳האט גארנישט מיט מופן און נישט מיט די עקספאו צו טוהן, װײל אין װילי גײט ער אױך דארפן מופן אײן טאג, און אדרבה, אזא מענטש האט נאך א סיבה צו טוהן דראסטישע שריט פאר א פײנענשל פיוטשער.

2. ס׳קומט צו קאר/טרעװלען שכ״ל וכדו׳

אװדאי דארף א מענטש מאכן די גאנצע חשבון, און אלעס װאס גײט טאקע צוקומען דארף ער צולייגן, אבער קודם כל, דארף ער אױך רעכענען זײן קומענדיגע דירה װײל אין 2-3 יאר ארום בײם פיפטן קינד גײט ער דאך שױן ׳מוזן׳ ארױסמופן פון זײן 2 בעדרום דירה, און פרײזן אינדרױסן פון װילי גײטעך אױך נישט אראפ, און מיט עלטערע קינדער איז סאך שװערער צו מופן, און מ׳רעדטיך דא פון א ׳פײנענשל פיוטשער׳. יעצט בנוגע די זאכן װאס קומען צו למשל א קאר, אױב איז עס א ׳מאָסט׳ דאן לײג עס צו, אבער מיזט נישט רעכענען א פולי לאודעד אדדאסי אױב דו עפארדסט עס נישט, װײטער אױב קען מען זיך אן עצה געבען אזױ (למשל אין לעיקװאד װײסעך איז דא אסאך יונגעלײט אן קארס, אבער מסתם אין אלע אנדערע געגענטער אױכעט) דאן גײט עס שױן ארײן אין באקװעמליכקײט קאטעגאריע, לײן װײטער. און למשל שכ״ל איז אזױ, דז.ס. האט װאוטשערס, אנדערע געגענטער גײסטעך שפארן קעמפ/קאנטרי, לייג עס ארױף אױפן װאגשאל און קוק װאס ס׳װעגט איבער, אה, גײסט עניװעי נישט אין קאנטרי? אקעי, קודם לייג ארױף קעמפ, ס׳ליגט שױן? ס׳סעיף? אקעי, יעצט לאמיר זעהן, ביזט זיכער אז װען די גײסט װאוינען מיט 7 קינדער אין א צושטיפטע דירה גײסטו (אשתו כגופו) נישט ׳מוזן׳ גײן אין קאנטרי??? יעצט כ׳זאג נישט אז יא, אבער אז א מענטש מאכט זיך א האנעסט חשבון קוקנדיג אױפן ׳גאנצן׳ בילד העט ער ארױסקומען מיט א קאנקלושן װאס ער האט צו טוהן (און כ׳זאג נישט אז יעדער דארף מופן)

3. מוסדות, דזאבס

פאר 3-4 יאר צוריק איז עס געװען א ריעל קאנסורן, אבער בײ נאו װען אלע געגענטער זענען ב״ה געסעטלט מיט מוסדות, און רובם ככולם זענען יונגעלײט מסודר מיט לאקעל דזאבס איז הוברר הדבר למפרע אז דער רבוש״ע קען אױך קעיר נעמען 60 מײל אוט אף די סיטי, און אײנער װאס נעמט זיך נישט די מוה צו מאכן אביסל ריסױרטש בײ די 100׳טער װאס האבן עס שױן געטוהן, איז עס סתם א באבע תירוץ.

4. באקװעמליכקײטן

בעצם האביך שױניש קײן כח/ נערװן/ צײט צו שרײבן אבער אין קורצן, כעל נישט אױסרעכענען אפי׳ האלב פון די אלע זאכן אבער למשל װי אײנער האט פריער געזאגט, ״װי העט מײן שנה ראשונה קאפל װאוינען צו קענען װאקן שבת״ וכדו׳ כ׳געדענק שױן נישט די אלע סטעיטמענטס, ״מײן שװאגער העט מאכן א זכר״ וכו׳, דא קומען מיר שױן צו צום מאמעס פארטוך קריזיס (כ׳װיל עס עכט נישט נוצן, װײל ס׳קוקט אױס װי דעי פארטוך קען גוט ציפן, אבער טו בעד, נאך נישט דא קיין בעסערע װארט דערװײל) די פױנט איז, אװדאי מוז מען אױפגעבן אױף סירטן באקװעמליכקײטן (הגם כ׳שפיר באמת כמעט נישט װי כ׳האב עפעס אױפגעגעבן, אבער העסט מיך נישט גלײבן עניװעיס) מ׳רעדט דאך פון אן אחריות׳דיגער מענטש װאס װיל טוהן עפעס פאר זײן פײנענשל פיוטשער, און גארנישט איז אזױ אומבאקװעם װי זיך װײקן טיפער אין חובות מיט יעדע חודש װאס גײט דורך, פארדעם איז דא אסאך אפשונס, און יעדער דארף טשוזן די בעסטע פאר זיך, געװאנדן 1, לױט װיפיל ער קען עפארדן, און 2, זײן נאטור, װאסערע באקװעמליכקײטן ער װיל ענדערשט אױפגעבן, און מ׳דארף עס בעלענסן ערגעץ צװישן די 2 (ס׳הייסט אז איינער װאס קען זיך כמעט גארנישט ערלױבן, ארימאן בלע״ז, מוז נאכמער פארקוקן, װי למשל װאוינען אין א בעיסמענט, אדער א געגענט װאס איז װײניגער עסטעבלישט, און אוטאמאטיש ביליגער, לײדער לײדער, אבער אזױ איז געװען פון װען די װעלט שטײט ביז 40-50 יאר צוריק)
ממילא איינער װאס װיל נישט קאנסידערן צו מופן (נישט װײל זײן חשבון איז אים אױסגעקומען ביליגער צו בלייבן, אדער עני אנדערע לעגיטימע סיבה, נאר) װעגן די באקװעמליכקײטן, אזא איינער ליידט ליידער פון.. מאמעס װי הײסטעס נאר..

עניװעי כ׳האף כאמיך גענוג קלאר ארױסגעברענגט, ואתכם הסליחה.

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » מיטוואך מאי 15, 2019 3:56 pm

[quote="גליקליכער"]
מאנטיסעלא
עס איז ישט קיין סוד אז עס ווירבלט א הערליך ליטוויש שטעטל מיט א שיינע ישיבה, און בערך הונדערט משפחות א גאנץ יאר, נאך מער באקאנט איז דער וויזניצער שטעטל באקאנט אלס "גיבער'ס", מיט א גרויסע ישיבה און נאנט צו הונדערט משפחות, יעצט גייען זיי צובויען נאך איבער 90, און ארבעטן אויף נאך.
חוץ פון דעם, עטליכע מייל אראפ, אין די שטאט מאנטיסעלא, וואוינען שוין יעצט 60 משפחות, און עס קומען פאר גרויסארטיגע פלענער צו בויען אסאך שיינע נייע דירות, פון די הויפט אנפירער פון דעם שטאט איז דער חשוב'ער בונה ומקים הרבני הנגיד הרב יצחק לאפפלער, מיקירי תושבי בלומינגבורג, וועלכער האט א רעקארד פון טון און אויספירן.
דער ישוב אין מאנטיסעלא איז בלויז 20 מינוט אוועק פון בלומינגבורג, איבעריג צו זאגן וואס דאס מינט אז עס גייט ווירבלען היימישע שטעט א 20 מינוט ווייטער פון בלומינגבורג.

ווי בויעט הרב יצחק לאפפלער address פרייזן??
די ניק איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט שרייבן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מאי 15, 2019 4:16 pm

פארשער האט געשריבן:וועט זיין צו באקומען רעקארדירונגען פון די דרשות? איך וויל זייער הערן די דרשות פון טובי' מאיר ניימאנן דזשוניאר, ער איז פיינע נייעס.

וואס האט ער גערעדט דארט ? איז ער א קאזין מיט די טובי' מאיר ניימאנן פון טאהש ?

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מאי 15, 2019 5:06 pm

אפשר מאכט מען און קרית יואל אויך א עקספאו?

sdr10952
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 11:51 am

תגובהדורך sdr10952 » מיטוואך מאי 15, 2019 5:50 pm

דברים אלו האט געשריבן:אפשר מאכט מען און קרית יואל אויך א עקספאו?

איך האף אויך מען פלאנט צו מאכן נאך אפאר און אנדערע געגנטער..

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מיטוואך מאי 15, 2019 5:59 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
גליקליכער האט געשריבן:מאנטיסעלא
עס איז ישט קיין סוד אז עס ווירבלט א הערליך ליטוויש שטעטל מיט א שיינע ישיבה, און בערך הונדערט משפחות א גאנץ יאר, נאך מער באקאנט איז דער וויזניצער שטעטל באקאנט אלס "גיבער'ס", מיט א גרויסע ישיבה און נאנט צו הונדערט משפחות, יעצט גייען זיי צובויען נאך איבער 90, און ארבעטן אויף נאך.
חוץ פון דעם, עטליכע מייל אראפ, אין די שטאט מאנטיסעלא, וואוינען שוין יעצט 60 משפחות, און עס קומען פאר גרויסארטיגע פלענער צו בויען אסאך שיינע נייע דירות, פון די הויפט אנפירער פון דעם שטאט איז דער חשוב'ער בונה ומקים הרבני הנגיד הרב יצחק לאפפלער, מיקירי תושבי בלומינגבורג, וועלכער האט א רעקארד פון טון און אויספירן.
דער ישוב אין מאנטיסעלא איז בלויז 20 מינוט אוועק פון בלומינגבורג, איבעריג צו זאגן וואס דאס מינט אז עס גייט ווירבלען היימישע שטעט א 20 מינוט ווייטער פון בלומינגבורג.

ווי בויעט הרב יצחק לאפפלער address פרייזן??


געשטאנען אויבן אנגעהויבן פון 220,000

אויף פארק עוועניו אין מאנטיסעלא לעבן שטעטל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:48 am

סיז שוין בכלל נישט נוגע, אבער איינער האט מיר אריינגעשיקט...

וויכי, איך בין א מארטגידזש בראוקער, (איינע פון דיינע מארטגידזשעס האב איך געמאכט)

לאמיך קלאר מאכן די נושא פון זשאמבא לאון

עס איז דא דריי דרגות

א לאון אמאונט ביז $484,000 הייסט א רעגולער קאנפארמינג
ביז $726,525 הייסט א היי בעלענס די גיידליינס זענען די זעלבע נאר די אינטערעסט ראטעס זענען אביסל העכער
פון $726,525 און ארויף הייסט א זשאמבא לאון און עס איז היפש שווערער צו קוואליפייען

דאס איז פאר א 1 פאמיליע הויז

פאר א 2,3, 4 פאמיליע הויז זענען די נאמבערס העכער

קענסט עס פאוסטן אבער אן מיין נאמען פארשטייט זיך
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:56 am

ווער קויפט דא איין פאמיליע הייזער פאר העכער פון 725 טויזענט ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:18 am

משה בער אייזיקאוויטש
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך איינער
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:34 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:משה בער אייזיקאוויטש

דער וואס איז אן איידעם ביי ראזענבערג?

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:04 am

נאך איינער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:משה בער אייזיקאוויטש

דער וואס איז אן איידעם ביי ראזענבערג?

ניין, זיין קאזין וואס איז אן איידעם ביי שווארץ.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:42 am

אין כל חדש האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:דיסקלעימיר: הבהרה: קלארשטעלונג:
ס׳דא אסאך מענטשן װאס קענען נישט מופן צוליב לעגיטימע סיבות, װי אױך איז דא מענטשן װאס מאכן א פאלשע פינאנציעלע חשבון צוליב מיסאינפארמעישן, אדער נישט נעמענדיג אין באטראכט די גאנצע פיקטשער (װי למשל די קומענדיגע 5-10 יאר) כ׳רעד נישט פון קײנעם פון זיי, כרעד נאר פון די דריטע קאטעגאריע, וכמו שביארתי.


1) איין זאך וואס איך האב ריעלייזד די ערשטע מאל וואס איך בין דארט געווען, וואס אסאך כאפן נישט, אז לעיקוואוד איז נישט מאנסי ק"י דזש. ס. ווילי ווי עס איז דא גאסן אויף גאסן פול מיט דירות, ניי לעיקוואוד איז בדרך כלל אויסגעשטעלט מיט דעוועלאפמענטס אויף א גרויסן שטח פון אפאר מייל.

2) אפגערעדט אז ניי לעיקוואוד מיט די באקאנטע עיר התורה איז בערך אזוי נאנט ווי ווילי צו ב"פ.

3) למעשה לענינינו, וויפיל דירות זענען עוועיליבל אין וואלקינג דיסטענס צו די סאטמארע ישובים? הייב איך נישט אן צו ווייסן און וועגן דעם האב איך געפרעגט, טאקע צו ווערן אויסגעקלארט אבער עד שבא "פשוט און פראסט" ולימד אז עס איז דא אסאך דירות זענען געפלויגן תגובות שלא מן הענין

4) יעצט ווען דו רעדסט פון אלע פעסיליטיס, לאמיר רעדן פון א היימישער סטאמארער ערליכער אינגערמאן וואס עסט נישט OU הכשרים און נישט וועד הכשרות דלעיקוואוד, נישט ווייל ער האלט אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן, אבער קומענדיג פון א היימישער סביבה דארף ער היימישע הכשרים, האט ער א בוטשער אין לעיקוואוד? א רעסטוראנט? מיט היימישע הכשרים

5) וויפיל געשעפטן קען זיין שטוב איינקויפן אן נוצן א קאר, קליידער געשעפטן, שוך געשעפטן, האוזוועיר, דרייגוד, איך בין נאכאמאל מבהיר, איך פרעג פשוט ווייל איך ווייס נישט, אבער דאס איז זיכער אז אפילו עס וואוינען היינט צוטאגס 2000 משפחות אין ניי לעיקוואוד מיינט דאס נישט אז אלע געשעפטן זענען דארט, ווייל דעם איינדרוק וואס איך האב איז אז 90% געשעפטן זענען קאנצענטרירט אין מאללס און פילע פון די מאלס זענען נישט אין נארמאלע וואלקינג דיסטענס

6) און צום לעצטן, לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן, אלעס איז געבעיסד אויסצושמועסן וואס וויכי האט אנגעהויבן אז די אלע וואס זענען פארנומען צו שרייען ווי געוואלדיג זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן זייט זיי האבן ארויסגעמופט פון ווילי, קוקט אים נישט אויס אזוי, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל/טאר/דארף נישט ארויסמופן

כ'האב הנאה אז דו פרעגסט אזוי צום פוינט, לאמיר שנעל דורכלויפן דיינע זעקס נקודות.

1) דאס איז נאר א מעלה, ווייל אזוי צושפרייט מען זיך און פרייזן פארן נישט ארויף ווי מצות. (פאקט: פרייזן אין ניי לעיקוואוד, וואו מען קען נישט בויען מער ווי איינס און אהאלב פאמיליע הייזער אויף א לאט, זענען געשטיגן אין די לעצטע דריי יאר מיט ווינציגער ווי צען פראצענט. אן אומדערהערטער נומער אין סיי וועלכע חרדי'שע עסטעבלישט שטאט)

2) גערעכט, אזוי נאנט ווי מאנסי טשאלנט טאפ צו טשעסטנאט רידזש. א שטייגער וועם גייט עס אן? און בד"וו, דאס איז טאקע די סיבה צו פוינט נומער 1, דארט זענען דירות פרייזן אין אלף השישי ווייל די ליטאים ווילן וואוינען נעבן ישיבה, אבער אין ניי שטאט / סאוט לעיק, זענען פרייזן סאך רואיגער, ווייל אז מען גייט שוין קען מען שוין גיין קיין דזשעקסאן אדער טאמס ריווער.

3) דו רעדסט פון רענטן, איא? רעדנדיג פון די נעקסטע פיר חדשים, ביזן נייעם שנת הלימודים אי"ה:
א) סאטמאר: ראקוועל האט צען דירות עוועיליבל צו קויפן, פון 485 ביז 525. דינגען - איז לעת עתה נישט פארהאן קיין אויבערשטע שטאק צו דינגען פאר 1850, פארהאן איינס אדער צוויי וועלכע גייען ווערן עוועיליבל בקרוב, אבער דער עקספא האט פארזיכערט אז ס'איז דא א ליין מיט מענטשן וואס ווארטן דערויף... האלב-בעיסמענטס איז דא 4 אדער 5 שטיק עוועיליבל, פאר 850. ווי נאר עס וועלן אפגעקויפט ווערן די פארבליבענע צען הייזער אין ראקוועל, וועט דאס אי"ה צולייגן בעיסמענטס אויף די מאפע, און אפשר אויך איינס אדער צוויי אויבערשטע שטאקן - פון לענדלארדס וועלכע וועלן וואוינען אונטן פאר די ערשטע שטיק צייט, ווי עטליכע טוען אצינד. ריווערוואוד פרייזן הייבן זיך אן פון 670 און ארויף, ריזיגע באלבאטישע הייזער. דארט גייט ווערן עוויליבל רענטלס גרעסערע 4 בעדרום בעיסמענטס (18 יוניטס זענען אין קאנטראקט) פאר ארום 1200 א חודש, דאס איז א פראדוקט וואס איז נישט פארהאן בדומה לו אויף די היימישע מארקעט אין די טריי סטעיט עריע, א ריזיגע 4 בעדרום דירה, זעכצן הונדערט סקווער פוס, פאר אזא פרייז. עס גייט זיין רעדי אריינצומופן ביז א חודש צוויי בעז"ה.
ב) אוק ענד וויין: האט א מבול פון הייזער צו פארקויפן, פון 600 און ארויף. רענטלס, איז דא סיי אויבערשטע שטאקן און סיי בעיסמענטס, היבש אסאך. דאס איז לכל הדעות וואקינג דיסטענס צו סאטמאר, עס נעמט מיר צו וואקן צוועלף מינוט, פאר מיין ב"ב מיט א קעריזש בערך 17 מינוט.

אויב רעדסטו פון די פיוטשער, איז פארהאן עטליכע דעוועלאפמענטס וועלכע זענען אין די מעיקינג, אריינגערעכנט מעיפלוואודס וועלכע איז פעסט אקטיוו, מען הייבט אן גיסן פאונדעישנס בקרוב דארט גייט זיין אוק ענד וויין סטייל (פון 580 און ארויף), ווענגלייך עס איז מארקעטעד פארן סאטמארן עולם. אבער א רייע דעוועלאפמענטס און פראדזשעקטס ליגן אויפן טיש - אריינגערעכנט מער עפפארדעבל פראיעקטן, און ווערט עוועיליבל לויט ווי מען זעהט א דימענד.

והעולה על כולנה, דער נייער טרענד צו אפקויפן הייזער אין טשעסטנאט און טשעסטערפיעלד/טשארמינג, וועלכע באדייט אז עס איז פארהאן א פרישע פלייץ פון הייזער וועלכע גייען אריבערגיין צום היימישן עולם אין די גאר נאנטע שכנות, אזוי נאנט ווי 1 און אהאלב מינוט שפאציר, פארן אומגלויבליכן פרייז פון 4 מאות און ארויף. עטליכע קלוגע אידן האבן שוין איינגעהאנדלט דארט.

4) אונז גייען זיין אפן - א אינגערמאן וועלכער עסט אין רעסטוראנטן איז לכאורה באקוועם מיט קרית יואל'ע פלייש, איא?! דאס איז דא ב"ה א שפע דא, סיי רויע און סיי אין טעיק-אוטס / רעסטוראנטס. אויב איינער וויל עסן 82 פלייש, וועט אי"ה בקרוב ממש האבן געברענגט די סחורה קיין לעיקוואוד, ווען מען וועט עפענען די בוטשער בשעטומ"צ. האפנטליך נאך בעפאר די ימים טובים.

5) יא, 90 פראצענט לעיקווואדע משפחות וואוינען נישט אין ניי שטאט / סאוט לעיק, און דעריבער געפינען זיך אין אלט שטאט 90 פראצענט געשעפטן.

וואקינג דיסטענס צו סאטמאר איז דא אזוי:
ריווער קאנקורס (איין מינוט וואק) [ווערט געעפנט אויף חודש סיון אי"ה]
קינדער קליידונג
פרויען און קינדער שוך
נאך עטליכע געשעפטן וועלכע האלטן עס פאר א סוד...

טשעסטנאט (דריי מינוט וואק):
קאנדאר (קינדער זאקעלעך, אפסקעיל כמובן)
פארמאסי
גלעזער סטאר
קינדער דאקטאר

סיגול סקווער (זיבן מינוט וואק):
NPGS סופערמארקעט
פאטא סטאר
פורניטשור סטאר
העלט-פוד סטאר
קיטשען סטאר
דענטיסט
דאלער דזשענערל (נישט קיין אידישע געשעפט, אבער פארמאגן אסאך האוזהאלד אייטעמס, און האט א מייסטנס אידישע קליענטעל)
האזשערי / דריי גודס
פרויען קליידער סטאר
קינדער קליידער סטאר
[דארט קומט באזונדער ארויף א פרישע בנין מיט געשעפטן, וועט זיין פארטיג אנהויב ווינטער אי"ה]

סופער סטאפ (גראסערי - אכט מינוט וואק)

טאדד פלאזא (ניין מינוט וואק)
הארדוועיר סטאר
קינדער שוך סטאר
קלאוזאוט קאנעקשנס
טוי סטאר
קינדער קליידונג
האזשערי / דרייגודס
קינדער דאקטאר
אורדזשענט קעיר
דענטיסט

עווערגרין (פופצן מינוט וואק)
וויין סטאר
הארוודעיר סטאר
גלעזער סטאר
עווערגרין סופערמארקעט
האזשערי / דרייגודס
ספרים סטאר
[דארט קומט ארויף נאך צען געשעפטן, ארייגערעכנט פרויען קליידונג והמסתעף, אלעס ברענטשעס פון ברוקלינע געשעפטן. וועט אי"ה זיין פארטיג אנהויב ווינטער]

דאס איז אויסער עטליכע מילכיגע און פליישיגע רעסטוראנטן און טעיקאוטס איבער די אלע א"ד מאללס, וועלכע כ'האב נישט אויסגערעכנט, נישט זייענדיג זיכער ווער עס עסט יענע הכשרים, צו נאר ביי מילכיג אדער פליישיג. אבער מדקדקים בכשרות האבן עטליכע געשעפטן וועלכע זיי קויפן יא פון, מאכנדיג זייער ריסוירטש אויף די אינדיווידואלע געשעפטן און זייערע אייגנטומער.

דאס איז אויסער די ריזן צאל געשעפטן אין אלטשטאט, צו וועלכע מען קען אנקומען מיט די לאקאלע באס, פאר איין טאלער א וועג.

6) איך האב אין מיין מופן דזשורני געהאט א לאנגע רייזע... און איך קען פארשטיין אז מען קען עס אזוי אנקוקן. אבער ווער עס קוקט מיט אן ערנטסן בליק, זעהט גלייך ווער עס מיינט ביזנעס, און ווער דרייט סתם א קאפ. מען קען ארויסגיין אויף א שבת אין סיי וועלכע פון די נייע געגנטער, און מיט א גוטן נאז קען מען זעהן ווער עס איז עכט צופרידן... און ניין, דאס חוזק מאכן פון ווילי קומט נישט פון אומצופרידנקייט, נאר ליבערשט פון א שלעכטע געפיהל וואס מאנכע האבן ווען מען באשולדיגט זיי אין נעמען אומרעאליסטישע שריט.

להערה בעלמא, קיינער רייסט נישט אראפ איינעם וועלכער קויפט א הויז אין וויליאמסבורג, אפגעזעהן צו ער האט געלט צו נישט, ווייל הלמאי, ער איז "סוקסעספול", ער האט געקויפט א הויז. ער איז שולדיג פאר קרובים וידידים אפאר מאה אלף און גייט דאס קיינמאל קענען באצאלן פארמאגנדיג מאנאטליכע פעימענטס פון 5 אלפים +?! באט הו קעירס, וויליאמסבורג איז דאך פארט וויליאמסבורג. ווען דער זעלבער גייט און קויפט א הויז דריי מאל אזוי גרויס פאר האלב די פרייז אין א שטאט ווי זיין אינדיווידאולע קוואליטי אוו לייף איז אין זיינע אויגן סאך בעסער, איז ער א נעבעך. און אויב איינער שינדט אים די הויט און ער וואגט זיך צו חוזק מאכן פון פארקינג, פארגעט אבאוט איט... ער איז אן אומצופרידענער, עפעס קוועטשט אים, מסתמא איז עס א דיזעסטער.

א גוטן טאג.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:59 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:וועט זיין צו באקומען רעקארדירונגען פון די דרשות? איך וויל זייער הערן די דרשות פון טובי' מאיר ניימאנן דזשוניאר, ער איז פיינע נייעס.

וואס האט ער גערעדט דארט ? איז ער א קאזין מיט די טובי' מאיר ניימאנן פון טאהש ?

א נעפיו.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:01 am

mje16403.jpg
mje16403.jpg (101.47 KiB) געזעהן 1252 מאל


מארטגעדזש פאנעל, נעמען?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:01 am

צולייגער לייג דיין תגובה אין לעיקוואד אשכול למען יעמדו ימים רבים
נאר פאר אזא תגובה צו באקומען איז די עקספאוי שוין געווען א מעידזשאר סוקסעס!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:03 am

mje15861.jpg
mje15861.jpg (77.54 KiB) געזעהן 1244 מאל


דאוועלאפמענטס פאנעל, נעמען?

פינחס
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:08 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו דו זאגסט אז סיז נישטא קיין חילוק? און די ארטיקל איז ראנג, און איך חלום?
...

ערשטע זאך וואס האסט נישט גוט געלייענט: יעדע קאונטי האט זייער בעיסליין ווי ס'הייבט זיך אן א זשאמבאו לאון, ביי אלע היימישע געגענטער, וויליאמסבורג, בארא פארק, סטעטן איילענד, זשערזי סיטי, לינדן, לעיקוואוד, מאנסי, מאנראו איז עס $726,000...

איך האלט נישט מיט פינקטלעך אבער אין ק״י איז מער ווי 416 א זשאמבאו לאון
מען דארף האבן א עקסטרע אינשארנעס פון בערך 250 א חודש

sdr10952
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 11:51 am

תגובהדורך sdr10952 » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:20 am

פרנס היום האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
גליקליכער האט געשריבן:מאנטיסעלא
עס איז ישט קיין סוד אז עס ווירבלט א הערליך ליטוויש שטעטל מיט א שיינע ישיבה, און בערך הונדערט משפחות א גאנץ יאר, נאך מער באקאנט איז דער וויזניצער שטעטל באקאנט אלס "גיבער'ס", מיט א גרויסע ישיבה און נאנט צו הונדערט משפחות, יעצט גייען זיי צובויען נאך איבער 90, און ארבעטן אויף נאך.
חוץ פון דעם, עטליכע מייל אראפ, אין די שטאט מאנטיסעלא, וואוינען שוין יעצט 60 משפחות, און עס קומען פאר גרויסארטיגע פלענער צו בויען אסאך שיינע נייע דירות, פון די הויפט אנפירער פון דעם שטאט איז דער חשוב'ער בונה ומקים הרבני הנגיד הרב יצחק לאפפלער, מיקירי תושבי בלומינגבורג, וועלכער האט א רעקארד פון טון און אויספירן.
דער ישוב אין מאנטיסעלא איז בלויז 20 מינוט אוועק פון בלומינגבורג, איבעריג צו זאגן וואס דאס מינט אז עס גייט ווירבלען היימישע שטעט א 20 מינוט ווייטער פון בלומינגבורג.

ווי בויעט הרב יצחק לאפפלער address פרייזן??


געשטאנען אויבן אנגעהויבן פון 220,000

אויף פארק עוועניו אין מאנטיסעלא לעבן שטעטל

עס ווערט שוין באלד קרוב צי א מנין אידן ב"ה וואס וואוינען און מאנטיסעלא ׳יער ראנד׳ (אן דעם אכטן..)

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:23 am

sdr10952 האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:
גליקליכער האט געשריבן:מאנטיסעלא
עס איז ישט קיין סוד אז עס ווירבלט א הערליך ליטוויש שטעטל מיט א שיינע ישיבה, און בערך הונדערט משפחות א גאנץ יאר, נאך מער באקאנט איז דער וויזניצער שטעטל באקאנט אלס "גיבער'ס", מיט א גרויסע ישיבה און נאנט צו הונדערט משפחות, יעצט גייען זיי צובויען נאך איבער 90, און ארבעטן אויף נאך.
חוץ פון דעם, עטליכע מייל אראפ, אין די שטאט מאנטיסעלא, וואוינען שוין יעצט 60 משפחות, און עס קומען פאר גרויסארטיגע פלענער צו בויען אסאך שיינע נייע דירות, פון די הויפט אנפירער פון דעם שטאט איז דער חשוב'ער בונה ומקים הרבני הנגיד הרב יצחק לאפפלער, מיקירי תושבי בלומינגבורג, וועלכער האט א רעקארד פון טון און אויספירן.
דער ישוב אין מאנטיסעלא איז בלויז 20 מינוט אוועק פון בלומינגבורג, איבעריג צו זאגן וואס דאס מינט אז עס גייט ווירבלען היימישע שטעט א 20 מינוט ווייטער פון בלומינגבורג.

ווי בויעט הרב יצחק לאפפלער address פרייזן??


געשטאנען אויבן אנגעהויבן פון 220,000

אויף פארק עוועניו אין מאנטיסעלא לעבן שטעטל

עס ווערט שוין באלד קרוב צי א מנין אידן ב"ה וואס וואוינען און מאנטיסעלא ׳יער ראנד׳ (אן דעם אכטן..)

שרייב עס אין מאנטיסעלא, אשכול, למעשה איז אפסטעיט בכלליות דער האפענונג פאר עכטע אומפארדינער, זיי וועלן שפארן קאנטרי/קעמפ הוצאות און אז מ'קען נישט קויפן אויף איין פאלאץ ביליג קען מען אפאר מייל ארויף אפאר מייל אראפ, סקול באסעס פארן סייווי ארום.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:28 am

lebediger berel האט געשריבן:צולייגער לייג דיין תגובה אין לעיקוואד אשכול למען יעמדו ימים רבים
נאר פאר אזא תגובה צו באקומען איז די עקספאוי שוין געווען א מעידזשאר סוקסעס!

Rt

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:29 am

פינחס האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו דו זאגסט אז סיז נישטא קיין חילוק? און די ארטיקל איז ראנג, און איך חלום?
...

ערשטע זאך וואס האסט נישט גוט געלייענט: יעדע קאונטי האט זייער בעיסליין ווי ס'הייבט זיך אן א זשאמבאו לאון, ביי אלע היימישע געגענטער, וויליאמסבורג, בארא פארק, סטעטן איילענד, זשערזי סיטי, לינדן, לעיקוואוד, מאנסי, מאנראו איז עס $726,000...

איך האלט נישט מיט פינקטלעך אבער אין ק״י איז מער ווי 416 א זשאמבאו לאון
מען דארף האבן א עקסטרע אינשארנעס פון בערך 250 א חודש

קרית יואל איז אין ארענדזש קאונטי ווי ס'איז 726,000 א זשאמבאו לאון.

מארטגעדזש אינשורענס איז אייביג דא ביי א העכער %80 לאון.יא זשאמבאו נישט זשאמבאו.
Trumpism is a mental tragedy

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:57 am

צולייגער האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:דיסקלעימיר: הבהרה: קלארשטעלונג:
ס׳דא אסאך מענטשן װאס קענען נישט מופן צוליב לעגיטימע סיבות, װי אױך איז דא מענטשן װאס מאכן א פאלשע פינאנציעלע חשבון צוליב מיסאינפארמעישן, אדער נישט נעמענדיג אין באטראכט די גאנצע פיקטשער (װי למשל די קומענדיגע 5-10 יאר) כ׳רעד נישט פון קײנעם פון זיי, כרעד נאר פון די דריטע קאטעגאריע, וכמו שביארתי.


1) איין זאך וואס איך האב ריעלייזד די ערשטע מאל וואס איך בין דארט געווען, וואס אסאך כאפן נישט, אז לעיקוואוד איז נישט מאנסי ק"י דזש. ס. ווילי ווי עס איז דא גאסן אויף גאסן פול מיט דירות, ניי לעיקוואוד איז בדרך כלל אויסגעשטעלט מיט דעוועלאפמענטס אויף א גרויסן שטח פון אפאר מייל.

2) אפגערעדט אז ניי לעיקוואוד מיט די באקאנטע עיר התורה איז בערך אזוי נאנט ווי ווילי צו ב"פ.

3) למעשה לענינינו, וויפיל דירות זענען עוועיליבל אין וואלקינג דיסטענס צו די סאטמארע ישובים? הייב איך נישט אן צו ווייסן און וועגן דעם האב איך געפרעגט, טאקע צו ווערן אויסגעקלארט אבער עד שבא "פשוט און פראסט" ולימד אז עס איז דא אסאך דירות זענען געפלויגן תגובות שלא מן הענין

4) יעצט ווען דו רעדסט פון אלע פעסיליטיס, לאמיר רעדן פון א היימישער סטאמארער ערליכער אינגערמאן וואס עסט נישט OU הכשרים און נישט וועד הכשרות דלעיקוואוד, נישט ווייל ער האלט אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן, אבער קומענדיג פון א היימישער סביבה דארף ער היימישע הכשרים, האט ער א בוטשער אין לעיקוואוד? א רעסטוראנט? מיט היימישע הכשרים

5) וויפיל געשעפטן קען זיין שטוב איינקויפן אן נוצן א קאר, קליידער געשעפטן, שוך געשעפטן, האוזוועיר, דרייגוד, איך בין נאכאמאל מבהיר, איך פרעג פשוט ווייל איך ווייס נישט, אבער דאס איז זיכער אז אפילו עס וואוינען היינט צוטאגס 2000 משפחות אין ניי לעיקוואוד מיינט דאס נישט אז אלע געשעפטן זענען דארט, ווייל דעם איינדרוק וואס איך האב איז אז 90% געשעפטן זענען קאנצענטרירט אין מאללס און פילע פון די מאלס זענען נישט אין נארמאלע וואלקינג דיסטענס

6) און צום לעצטן, לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן, אלעס איז געבעיסד אויסצושמועסן וואס וויכי האט אנגעהויבן אז די אלע וואס זענען פארנומען צו שרייען ווי געוואלדיג זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן זייט זיי האבן ארויסגעמופט פון ווילי, קוקט אים נישט אויס אזוי, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל/טאר/דארף נישט ארויסמופן

כ'האב הנאה אז דו פרעגסט אזוי צום פוינט, לאמיר שנעל דורכלויפן דיינע זעקס נקודות.

1) דאס איז נאר א מעלה, ווייל אזוי צושפרייט מען זיך און פרייזן פארן נישט ארויף ווי מצות. (פאקט: פרייזן אין ניי לעיקוואוד, וואו מען קען נישט בויען מער ווי איינס און אהאלב פאמיליע הייזער אויף א לאט, זענען געשטיגן אין די לעצטע דריי יאר מיט ווינציגער ווי צען פראצענט. אן אומדערהערטער נומער אין סיי וועלכע חרדי'שע עסטעבלישט שטאט)

2) גערעכט, אזוי נאנט ווי מאנסי טשאלנט טאפ צו טשעסטנאט רידזש. א שטייגער וועם גייט עס אן? און בד"וו, דאס איז טאקע די סיבה צו פוינט נומער 1, דארט זענען דירות פרייזן אין אלף השישי ווייל די ליטאים ווילן וואוינען נעבן ישיבה, אבער אין ניי שטאט / סאוט לעיק, זענען פרייזן סאך רואיגער, ווייל אז מען גייט שוין קען מען שוין גיין קיין דזשעקסאן אדער טאמס ריווער.

3) דו רעדסט פון רענטן, איא? רעדנדיג פון די נעקסטע פיר חדשים, ביזן נייעם שנת הלימודים אי"ה:
א) סאטמאר: ראקוועל האט צען דירות עוועיליבל צו קויפן, פון 485 ביז 525. דינגען - איז לעת עתה נישט פארהאן קיין אויבערשטע שטאק צו דינגען פאר 1850, פארהאן איינס אדער צוויי וועלכע גייען ווערן עוועיליבל בקרוב, אבער דער עקספא האט פארזיכערט אז ס'איז דא א ליין מיט מענטשן וואס ווארטן דערויף... האלב-בעיסמענטס איז דא 4 אדער 5 שטיק עוועיליבל, פאר 850. ווי נאר עס וועלן אפגעקויפט ווערן די פארבליבענע צען הייזער אין ראקוועל, וועט דאס אי"ה צולייגן בעיסמענטס אויף די מאפע, און אפשר אויך איינס אדער צוויי אויבערשטע שטאקן - פון לענדלארדס וועלכע וועלן וואוינען אונטן פאר די ערשטע שטיק צייט, ווי עטליכע טוען אצינד. ריווערוואוד פרייזן הייבן זיך אן פון 670 און ארויף, ריזיגע באלבאטישע הייזער. דארט גייט ווערן עוויליבל רענטלס גרעסערע 4 בעדרום בעיסמענטס (18 יוניטס זענען אין קאנטראקט) פאר ארום 1200 א חודש, דאס איז א פראדוקט וואס איז נישט פארהאן בדומה לו אויף די היימישע מארקעט אין די טריי סטעיט עריע, א ריזיגע 4 בעדרום דירה, זעכצן הונדערט סקווער פוס, פאר אזא פרייז. עס גייט זיין רעדי אריינצומופן ביז א חודש צוויי בעז"ה.
ב) אוק ענד וויין: האט א מבול פון הייזער צו פארקויפן, פון 600 און ארויף. רענטלס, איז דא סיי אויבערשטע שטאקן און סיי בעיסמענטס, היבש אסאך. דאס איז לכל הדעות וואקינג דיסטענס צו סאטמאר, עס נעמט מיר צו וואקן צוועלף מינוט, פאר מיין ב"ב מיט א קעריזש בערך 17 מינוט.

אויב רעדסטו פון די פיוטשער, איז פארהאן עטליכע דעוועלאפמענטס וועלכע זענען אין די מעיקינג, אריינגערעכנט מעיפלוואודס וועלכע איז פעסט אקטיוו, מען הייבט אן גיסן פאונדעישנס בקרוב דארט גייט זיין אוק ענד וויין סטייל (פון 580 און ארויף), ווענגלייך עס איז מארקעטעד פארן סאטמארן עולם. אבער א רייע דעוועלאפמענטס און פראדזשעקטס ליגן אויפן טיש - אריינגערעכנט מער עפפארדעבל פראיעקטן, און ווערט עוועיליבל לויט ווי מען זעהט א דימענד.

והעולה על כולנה, דער נייער טרענד צו אפקויפן הייזער אין טשעסטנאט און טשעסטערפיעלד/טשארמינג, וועלכע באדייט אז עס איז פארהאן א פרישע פלייץ פון הייזער וועלכע גייען אריבערגיין צום היימישן עולם אין די גאר נאנטע שכנות, אזוי נאנט ווי 1 און אהאלב מינוט שפאציר, פארן אומגלויבליכן פרייז פון 4 מאות און ארויף. עטליכע קלוגע אידן האבן שוין איינגעהאנדלט דארט.

4) אונז גייען זיין אפן - א אינגערמאן וועלכער עסט אין רעסטוראנטן איז לכאורה באקוועם מיט קרית יואל'ע פלייש, איא?! דאס איז דא ב"ה א שפע דא, סיי רויע און סיי אין טעיק-אוטס / רעסטוראנטס. אויב איינער וויל עסן 82 פלייש, וועט אי"ה בקרוב ממש האבן געברענגט די סחורה קיין לעיקוואוד, ווען מען וועט עפענען די בוטשער בשעטומ"צ. האפנטליך נאך בעפאר די ימים טובים.

5) יא, 90 פראצענט לעיקווואדע משפחות וואוינען נישט אין ניי שטאט / סאוט לעיק, און דעריבער געפינען זיך אין אלט שטאט 90 פראצענט געשעפטן.

וואקינג דיסטענס צו סאטמאר איז דא אזוי:
ריווער קאנקורס (איין מינוט וואק) [ווערט געעפנט אויף חודש סיון אי"ה]
קינדער קליידונג
פרויען און קינדער שוך
נאך עטליכע געשעפטן וועלכע האלטן עס פאר א סוד...

טשעסטנאט (דריי מינוט וואק):
קאנדאר (קינדער זאקעלעך, אפסקעיל כמובן)
פארמאסי
גלעזער סטאר
קינדער דאקטאר

סיגול סקווער (זיבן מינוט וואק):
NPGS סופערמארקעט
פאטא סטאר
פורניטשור סטאר
העלט-פוד סטאר
קיטשען סטאר
דענטיסט
דאלער דזשענערל (נישט קיין אידישע געשעפט, אבער פארמאגן אסאך האוזהאלד אייטעמס, און האט א מייסטנס אידישע קליענטעל)
האזשערי / דריי גודס
פרויען קליידער סטאר
קינדער קליידער סטאר
[דארט קומט באזונדער ארויף א פרישע בנין מיט געשעפטן, וועט זיין פארטיג אנהויב ווינטער אי"ה]

סופער סטאפ (גראסערי - אכט מינוט וואק)

טאדד פלאזא (ניין מינוט וואק)
הארדוועיר סטאר
קינדער שוך סטאר
קלאוזאוט קאנעקשנס
טוי סטאר
קינדער קליידונג
האזשערי / דרייגודס
קינדער דאקטאר
אורדזשענט קעיר
דענטיסט

עווערגרין (פופצן מינוט וואק)
וויין סטאר
הארוודעיר סטאר
גלעזער סטאר
עווערגרין סופערמארקעט
האזשערי / דרייגודס
ספרים סטאר
[דארט קומט ארויף נאך צען געשעפטן, ארייגערעכנט פרויען קליידונג והמסתעף, אלעס ברענטשעס פון ברוקלינע געשעפטן. וועט אי"ה זיין פארטיג אנהויב ווינטער]

דאס איז אויסער עטליכע מילכיגע און פליישיגע רעסטוראנטן און טעיקאוטס איבער די אלע א"ד מאללס, וועלכע כ'האב נישט אויסגערעכנט, נישט זייענדיג זיכער ווער עס עסט יענע הכשרים, צו נאר ביי מילכיג אדער פליישיג. אבער מדקדקים בכשרות האבן עטליכע געשעפטן וועלכע זיי קויפן יא פון, מאכנדיג זייער ריסוירטש אויף די אינדיווידואלע געשעפטן און זייערע אייגנטומער.

דאס איז אויסער די ריזן צאל געשעפטן אין אלטשטאט, צו וועלכע מען קען אנקומען מיט די לאקאלע באס, פאר איין טאלער א וועג.

6) איך האב אין מיין מופן דזשורני געהאט א לאנגע רייזע... און איך קען פארשטיין אז מען קען עס אזוי אנקוקן. אבער ווער עס קוקט מיט אן ערנטסן בליק, זעהט גלייך ווער עס מיינט ביזנעס, און ווער דרייט סתם א קאפ. מען קען ארויסגיין אויף א שבת אין סיי וועלכע פון די נייע געגנטער, און מיט א גוטן נאז קען מען זעהן ווער עס איז עכט צופרידן... און ניין, דאס חוזק מאכן פון ווילי קומט נישט פון אומצופרידנקייט, נאר ליבערשט פון א שלעכטע געפיהל וואס מאנכע האבן ווען מען באשולדיגט זיי אין נעמען אומרעאליסטישע שריט.

להערה בעלמא, קיינער רייסט נישט אראפ איינעם וועלכער קויפט א הויז אין וויליאמסבורג, אפגעזעהן צו ער האט געלט צו נישט, ווייל הלמאי, ער איז "סוקסעספול", ער האט געקויפט א הויז. ער איז שולדיג פאר קרובים וידידים אפאר מאה אלף און גייט דאס קיינמאל קענען באצאלן פארמאגנדיג מאנאטליכע פעימענטס פון 5 אלפים +?! באט הו קעירס, וויליאמסבורג איז דאך פארט וויליאמסבורג. ווען דער זעלבער גייט און קויפט א הויז דריי מאל אזוי גרויס פאר האלב די פרייז אין א שטאט ווי זיין אינדיווידאולע קוואליטי אוו לייף איז אין זיינע אויגן סאך בעסער, איז ער א נעבעך. און אויב איינער שינדט אים די הויט און ער וואגט זיך צו חוזק מאכן פון פארקינג, פארגעט אבאוט איט... ער איז אן אומצופרידענער, עפעס קוועטשט אים, מסתמא איז עס א דיזעסטער.

א גוטן טאג.



ייש״כ צולײגער, אױף דעם האב איך געװארט, און מ׳סארי אין כל חדש, כהאב נישט געהאט די צײט, כח, צו ענטפערן אין דיטעיל, האבעכעס אפגעשטיפט, ביז צולײגער האט געטוהן די דזשאב נאך בעסער װי איך װאלט..
קלײנע הערה נאר, ס׳איז גראדע יא דא פול מיט געסלעך אראפ טשעסטנאט ראוד װי מ׳װאױנט אױף געהעריגע גאסן, און ס׳איז דא היפש הײזער פאר סעיל פאר ביליגע פרײזן, (כ׳זעה אױף זילאו א שײנע פאר, כ׳בין נײגעריג צו ס׳דא מער װאס זענען נישט ליסטעד) כ׳האלט אז ס׳געװאלט געװען א גוטע אײדיע אפאר יונגעלײט זאלן זיך צאמנעמען און קױפן דארט.
און בד״װ סתם פאר אינטערסאנטקײט איז דא נעבן ראקװעל א 55+ קאמיוניטי װאס ארום 150 אידען אונען דארט הייזער, און כ׳װײס פון עטליכע סאטמאר װילי אידן װאס קוקן שטארק ארײן דערין, אײנער איז שױן אין קאנטראקט (סאו מ׳קען העכסנס מיטשלעפן דעם פארטוך..)
און בנוגע פלײש, איך פלעג באשטעלן פון סאטמאר ב״פ גרױסע ארדערס פאר א חודש צװײ, ס׳איז צוגעקומען $10 דעליװערי טשארדש, עד שבא בינגא (5 מינוט מיט א קאר) װאס פארקױפט התאחדות פלייש.
פאר מילכיגס פארלאז איך זיך אױף װעד הכשרות ד׳לעיקװאד, סינס אױף װיפיל ריסורטש כ׳האב געמאכט זענען זײ זײער גוט. (כ׳רעד נאר פאר מיך אליין)
און צולייגער, האסט אױסגעלאזט סטארס װי למשל קלינערס.. כ׳מײן אז נאך, אטו כי רוכלא...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:46 pm

פשטי, כווייס נישט אויב האסט זיך באצויגן צו וואס כ'האב געשריבן איבער טשעסטנאט, אדער האסט עס אויסגעלאזט.

אפאר היימישע סאטמארע אידן האבן געקויפט אין טשעסטנאט שוין לעצטנס, איינער פון זיי האט דארט פארברענגט אין זיין נייע זומער הויז דעם יו"ט פסח - מיט אפאר פארהייראטע קינדער - און געדאוונט ביי אונז אין ביהמ"ד גאנץ יו"ט. זיין איידעם וואוינט אין אוק+וויין, סאו די טאכטער האט מיטגעברענגט דעם פארטוך...

וועגן די סטארס וואס כ'האב אויסגעלאזט, כ'ווייס, ווען אימפעריעל וועט צוצאלן וועל איך צולייגן :)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private און 9 געסט