סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דינסטאג יוני 11, 2019 9:05 pm

צולייגער האט געשריבן:טויש נישט מיין קינד, טויש נישט. עס איז נישט ווערט די תוחלת ממושכה, האפענונג ביז צו די ביטערע אנטוישונג געוואר צו ווערן אז די ליין איז די זעלבע לאנג.

און דאן, יויש, דאן נאך אזא לאנגע דורכגאנג וועסטו וועלן צוריקלויפן צו די פריערדיגע ליין, אבער וועסט האבן געמיססט די יארן וואס דו ביסט געשטאנען בעפאר אין די ליין, און וועסט אנהויבן פון אנפאנג נאכאמאל.

סאו, לאמיר עס לאזן אזוי.

אקעי

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג יוני 11, 2019 10:22 pm

צולייגער האט געשריבן:טויש נישט מיין קינד, טויש נישט. עס איז נישט ווערט די תוחלת ממושכה, האפענונג ביז צו די ביטערע אנטוישונג געוואר צו ווערן אז די ליין איז די זעלבע לאנג.

און דאן, יויש, דאן נאך אזא לאנגע דורכגאנג וועסטו וועלן צוריקלויפן צו די פריערדיגע ליין, אבער וועסט האבן געמיססט די יארן וואס דו ביסט געשטאנען בעפאר אין די ליין, און וועסט אנהויבן פון אנפאנג נאכאמאל.

סאו, לאמיר עס לאזן אזוי.

יוש איז דאס גוט געזאגט, שוין לאנג נישט געזען אזא גוט ווארט.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אויב איך בין איך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

תגובהדורך אויב איך בין איך » מיטוואך יוני 12, 2019 1:05 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:קום אראפ באטראכט ריווערוואוד, דאן באטראכט מעיפלוואוד פלענס, און זאג דו מיר אליין.

אז דו האסט נאכאלס קשיות, קען איך דיר נאכער העלפן אויספיגערן.

יא, אבער ריווערוואד האט א גרויסע מעלה אז עס איז duplexes, מעיפלוואד איז ווי ראקוועל, גערעכט? דאס איז א גרויסע מעלה.

נײן, מעיפלװאד איז אױך דאפלעקס


סא פארשטיי איך נישט פארוואס ריווערוואד איז 60/50k מער וואו מעיפלוואד אויב איינער קען ביטע פארשטיין געבן

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך יוני 12, 2019 1:22 am

ריװערװאד איז לכאו׳ גרעסער, און ס׳איז בריק פראנט, צולײגער טענע׳ט אז פער סקװערע פיס איזעס די זעלבע פרײז.

גראדע איז מיר די לעיאוט אין מעיפלװאד היבש געפאלן.

אויב איך בין איך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

תגובהדורך אויב איך בין איך » מיטוואך יוני 12, 2019 1:40 am

ריווערוואד איז קלאר נישט גרעסער עס איז 1551 ס"פ א שטאק אין די בריק פראנט איז נישט ווערט קיין 50k לעניות דעתי

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 12, 2019 12:56 pm

לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » מיטוואך יוני 12, 2019 2:29 pm

צולייגער האט געשריבן:לינק צום בראשור:

https://drive.google.com/open?id=0BzX0K ... h0THQxdEdF


Thanks
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 12, 2019 5:07 pm

לינק אראפגענומען, אויפן פארלאנג פון די באהערדע.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך יוני 12, 2019 8:21 pm

צולייגער האט געשריבן:לינק אראפגענומען, אויפן פארלאנג פון די באהערדע.

סידאך נישט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 12, 2019 8:45 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:לינק אראפגענומען, אויפן פארלאנג פון די באהערדע.

סידאך נישט

ס'איז א טויטע לינק
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך יוני 12, 2019 9:13 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:לינק אראפגענומען, אויפן פארלאנג פון די באהערדע.

סידאך נישט

ס'איז א טויטע לינק

אה, יעצט טאקע, פריער האט עס נאך געארבעט, און די געקװאטע ארבעט נאך יעצט.. שױן, די באהערדע העלן מוזן מוחל זײן.. כ׳זעה סתם אזױ נישט די סוד.. אבער שױן..

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך יוני 12, 2019 11:05 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:לינק אראפגענומען, אויפן פארלאנג פון די באהערדע.

סידאך נישט

ס'איז א טויטע לינק

אה, יעצט טאקע, פריער האט עס נאך געארבעט, און די געקװאטע ארבעט נאך יעצט.. שױן, די באהערדע העלן מוזן מוחל זײן.. כ׳זעה סתם אזױ נישט די סוד.. אבער שױן..

נאפס די געקוואטע ארבעט אויך נישט!
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך יוני 12, 2019 11:36 pm

זעהט אױס איך האב פראטעקציע

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 8:17 am

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:זעהט אױס איך האב פראטעקציע

קיינמאל געוואסט אז איך האב פראטעקציע.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 10:21 am

שכח פארן אויפמערקזאם מאכן

אראפגענומען
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג יוני 13, 2019 2:00 pm

image-517x799.png
image-517x799.png (477.26 KiB) געזעהן 3750 מאל

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 16, 2019 2:39 am

דעם שב"ק פ' נשא ביי שלש סעודות, האבן די בני הקהלה און די תושבים אינעם היימישן ישוב, געהאט צו גאסט מרן הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש הישיבה בית מדרש גבוה.

שוין עטליכע יאר, זינט די הרחבת הגבולים פונעם חרדי'שן ישוב אין שטאט זענען געווארן מער און מער פארשפרייט, וואס די ראשי הישיבה פון 'בית מדרש גבוה', ממלאי מקומו פונעם מייסד פונעם ישוב הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, גייען ארום דורכאויס די זומער חדשים צו די פארשידענע געגנטער אין לעיקוואוד והגלילות, וואו זיי שטייען איין און טיילן איין די תפלות און שיעורים במשך דעם שבת איבער די פארשידענע בתי מדרשים און דעוועלאפמענטס, וואו זיי טרעטן אויף בדברי תורה וחיזוק.

די וואך איז געקומען אן אנפראגע אז דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער וועט וויילן דעם שב"ק נשא אין דרום זייט פון שטאט אינעם אומגעגנט פונעם היימישן ישוב, האט חשק צו אפשטאטן א באזוך אינעם נייעם ישוב און זעהן די הרחבת גבולי הקדושה פונדערנאנט, בעיקר האט דער ראש ישיבה געוואלט דאווענען מעריב אינעם ביהמ"ד דקהלתינו וואו מען בענטשט און דאווענט מעריב הערשט נאך זמן מוצ"ש בזמן רבינו תם, כקפידת זקינו הגדול ר' אהרן זצ"ל צו האלטן זמן רבינו תם כמסורת רבותינו מדור דור.

די הנהלת הקהלה האט דאן איינגעלאדנט דעם ראש ישיבה שליט"א צו אויפטרעטן ביי שלש סעודות אין בית מדרשינו הגדול, וועלכער דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגענומען מיט א קענטליכע הערצה צו קהלתינו הק', מצד די קהלה איז דאס געווען א באזונדערע געלעגנהייט צו מקבל זיין פניו, און ארויסווייזן הערצה צו דעם ראש ישיבה וועלכער איז עומד בראש מערכות ישראל בארץ ובגולה במסירות נפש.

צו שלש סעודות האט זיך אנגעזעהן א גרעסערער עולם ווי געווענליך, מיט מערערע געסט פון די ארומיגע געגנטער וועלכע זענען געקומען לכבודה של תורה, מען האט אנגעהויבן די זמירות ווי געווענליך מיט די ניגוני התעוררות, דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אינמיטן די זמירות, ווען דער גאנצער עולם האט זיך אויפגעשטעלט לכבודו און די זקני וחשובי העדה האבן אים מקבל געווען בכבוד ובראוי, און דאן האט מען ממשיך געווען מיט די זמירות.

דער ראש ישיבה האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד וקבלת עול מלכות שמים, וועלכע דער עולם האט נאכגעזאגט מיט גרויס ווארימקייט. 

נאך שיר המעלות האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן די דברי תורה, זיך שטעלנדיג אויף די ווערטער פון מדרש למה נסמכה פ' המנורה לפ' הנשיאים, און מרחיב הדיבור געווען אויף די דברי המדרש פון שלך קיימת לעולם - ארויסברענגענדיג אז די כח התורה וואס איז מרומז אין די נרות און קדושת המשכן והמקדש וואס איז פארהאן אין אידישע שטובער באגלייט כלל ישראל אויף אייביג.

דאן האט דער ראש ישיבה דערמאנט דעם באוואוסטן הספד פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל אויף הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל זאגנדיג אויף אים די ווערטער פון רש"י אין פ' בהעלותך 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז מעטן אנהאלטן דעם המשך פון כח התורה בקדושה, אן משנה זיין קיין זיז כל שהוא, האט ער אזויפיל אויפגעטאן.

צום סוף האט דער ראש ישיבה באגריסט דעם נייעם ישוב וואס איז פקיע שמייהו אלס גאר חשוב'ער און ערנסטער ארט פון בעלי בתים ובני תורה, וויפיל דאס גיבט צו צום ערנסטקייט און רוממות פון די שטאט, און דערמאנט אז דאס איז בכחם של אותם זקנים וואס האבן אהערגעשטעלט תורה און אידישקייט אין אמעריקא, און מסיים געווען מיט ברכת התורה אז עס זאל קענען שטייגן און נתרחב ווערן באיכות ובכמות בהרחבת גבולי הקדושה.

נאך מעריב איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן גוט וואך, און זיך געזעגנט פונעם חשוב'ן גאסט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מוצ"ש יולי 27, 2019 11:48 pm

הגה"צ ר' ליבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד הגדול וומ"ס ביים בענטשן ביי שלש סעודות נאכן וויילן דארט אויף שבת
מערקט די שיינע ציבור
צוגעלייגטע
IMG-20190727-WA0003.jpg
IMG-20190727-WA0003.jpg (106.86 KiB) געזעהן 2810 מאל
IMG-20190727-WA0004.jpg
IMG-20190727-WA0004.jpg (105.14 KiB) געזעהן 2810 מאל
IMG-20190727-WA0005.jpg
IMG-20190727-WA0005.jpg (179.63 KiB) געזעהן 2810 מאל

חזקי פרידמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » מיטוואך יולי 31, 2019 5:44 pm

We would like to welcome our new Rockwell neighbors the Glanz family, we wish them hatzlucha and a gitten yishev

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:10 pm

איז פארהאן א באס פון לעיקוואד צו וויליאמסבורג?
איך זיך א רייד פאר איינעם מארגן נאכמיטאג.
לעצט פאראכטן דורך יעקל אלטמאן אום זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:08 am

יעקל אלטמאן האט געשריבן:איז פארהאן א באס פון לעיקוואד צו וויליאמסבורג?
איך זיך א רייד פאר איינעם מארגן נאכמיטאג.

ווייסט איינער?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 7:42 am

יעקל אלטמאן האט געשריבן:
יעקל אלטמאן האט געשריבן:איז פארהאן א באס פון לעיקוואד צו וויליאמסבורג?
איך זיך א רייד פאר איינעם מארגן נאכמיטאג.

ווייסט איינער?

ניין. נישט פארהאן קיין דירעקטע טראנספארטאציע קיין וומסב"ג.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:41 am

כ'מיין אז יא ס'דא א שאטעל צוויי מאל א טאג

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:05 am

נעכטן האט געשריבן:כ'מיין אז יא ס'דא א שאטעל צוויי מאל א טאג

עס איז נישט דא. נאר קיין בארא פארק.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 5:38 pm

צולייגער האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:איינער האט פרטים איבער די באס פון וויליאמסבורג צו לעיקוואד?

שאטל
347-578-3440
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט