צוויי פופציג

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רינדעכיג
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

צוויי פופציג

תגובהדורך רינדעכיג » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:25 pm

אנטשלאסן, באשלאסן, געשאסן, תגובה'לעך
צוויי פופציג, גאר ווינציג, אבער היציג, די בריוועלעך

איינער האקט, איך האב אים פארפאקט, איך שיק
ער מעג מיינען, איך טוה וויינען, פון דרוק

איך האב באשלאסן, צו זיין אנטשלאסן, מיטן פעדער
גראמען צו נישט, אלעס אריינגעווישט, אזוי ווי יעדער

אשכולות אנפילן, ביקירא מילין, העי מוזט נישט ווילן, קיינעם נישט געפרעגט
סענס מוז עס נישט מאכן, מעגסט קראכן, איך טוה לאכן, אפי' כ'האב נישט געמעגט

מנהלים, אחראים, גבאים, מוז מען אבער אויסהערן
זייער תפקיד, אונזערע תגובות מפקיד, אויב די תקנות שטערן

אבער האף, אפשר דאך, וועט פון א לאך, ווערן געשריבן
א סיבה, די תגובה, איז לגניזה, אנטרינען

אז מיט שכל, אין דעם היכל, טוט מען שמועסן
וועט האבן המשכה, אן קיין הפרכה, נישט פארשליסן

אייוועלט, איינער קוועלט, א צווייטער שעלט, הו-קעיר
דריק, שיק, ווייל איי-קעיר
אכלתי יותר מדי...

ס'זאל רינען
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 28, 2019 5:25 pm

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך ס'זאל רינען » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:27 pm

טאלאנט!!!

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג ינואר 26, 2021 12:36 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
גוט גוט!!

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג ינואר 26, 2021 1:10 pm

הערליך!! א נחת צו ליינען

מזל טוב

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג ינואר 26, 2021 1:28 pm

פאר בושה כ'זינק, געבנדיג א בלינק, אריין דא
כ'האב געמיינט, ביז היינט, אז כ'קען יא.

כ'זע איין, די טאלאנט איז נישט מיין, ס'טוט באנג,
פארשווענדעט שעות, געלעבט אין א טעות, יארן לאנג.

קענסט לאכן, כ'טו מיין פעדער פארמאכן, אויף שטענדיג
האסט געווינען דעם שאך, ווען אט דעם פאך, איך ענדיג.

איידער כ'פארלעש עס, מיט ביטול הישות, גיימיר זוכן
א וועג צו טשילן, די געפילן איינצושטילן, כ'גיי ארומקריכן.

עסן סטעיק? ניין, טשיז-קעיק, ווערן מילכיג
דערנאך סאלוטירן, לאזן פאראויס מארשירן - רינדעכיג.
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?

אוועטאר
רינדעכיג
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך רינדעכיג » דינסטאג ינואר 26, 2021 2:05 pm

חוח פארמאך נישט, שרייב וויטער מלא חן
מילכיג פארוויש, די סטעיק עס מיט אביסל וויין

שמארטיקל שרייט הויך, מזל טוב פאר מיר
פרישע קוגל זאגט אויך, ברוכים תהיו פאר דיר

דער עיקר איז, ס'זאל רינען שפע אין די משפחה
פאר אלע משתתפים, מיט א שיינע ברכה
אכלתי יותר מדי...

אוועטאר
Bissli
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך Bissli » מיטוואך ינואר 27, 2021 11:23 am

וואס דא טוט זיך נישט... ביינונז פלעגט מען זאגן ווען מען זעט א wow: חוח!
מזל טוב!
רק בדם תהי’ לנו ישיבות
viewtopic.php?f=3&t=45537&p=2626677#p2626677

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך ינואר 27, 2021 11:37 am

Wow

מעסיוו!!! :lol: + ;l;p-

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: צוויי פופציג

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך ינואר 27, 2021 11:48 am

עס איז גוט אז, איר גיבט א ווייז, אנגעקומען צו צוויי פופציג
שארף אדער נישט, די תגובות אויסגעמישט, דיינע צוויי פופציג

מען פרובירט זען, וואו זענט איר געווען, וואו זענען די צוויי פופציג
ווען מען געפינט, פון הנאה עס רינט, דיינע זאפטיגע צוויי פופציג

אבער אין די צייט, קלערן מען אין די זייט, איבער די צוויי פופציג
אזוי שיין געשריבן, ווי ווערטער געקליבן, זענען דיינע צוויי פופציג

טראץ וואס מאנכע שעלטן, האסטו טאלאנט זעלטן, אין די צוויי פופציג
גוט ביסטו פאר שאָר, אבער פארוואס נאָר, צוויי פופציג?

עלה והצלח!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט