א פולער חלל.

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

א פולער חלל.

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 8:56 am

בס"ד

זהב טהור
צו געל און ראסט
פראכטפולער מארמויער
צו שטיינער פארלאזט

קדושה, לויטערקייט
א טמא'נע מאסק
ליבשאפט, אפנקייט
אזא פראסק

דער קודש הקדשים
צו פוקס'ן שטאלן
זוילן, קרשים
אלס צופאלן

גאלדענע עקזיסטענץ
א ווייטע אמאל
מיין ליבע רעזידענץ
באזיצט ישמעאל

לעבן און רום
צו שאנד און שפאט
א געלער דוים
פאר א טויטער גאט

קרבנות תודה
דערווייטערט פון אונז
אנגייענדע עבודה
ארכעלאגישע געפונס

טאג-טעגליכע התגלות
אוממעגליך צוצוקומען
די פופצן שיר המעלות
ווער טוט דארט ברומען

גייסטיגע הנאה
צו זעהלישע פיין
ושם נעלה ונראה
וואו זאל איך גיין?

די הייליגע דירה
פארקראמפט אין וויי
מי הוא בעל הבירה
למה יאמרו איה?

ביתך כבתחילה
ברענג שוין צושטאנד
ונבנתה עיר על תילה
ערגענץ די איין וואנט

רבון עלם
פלאסטער די וועגן
די עולה רגלים
גיי זיי אנטקעגן

רחם על ציון
פאר איר זיך אן-נעם
דאסניי טוה אויפבליען
ירושלים, השם!

Temple.jpg
Temple.jpg (132.89 KiB) געזעהן 4004 מאל
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:03 am

הערליך און רייך.

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:08 am

שיין!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:14 am

א גאלדענע טאלאנט
ביי ענדע אין האנט
אם לא אעלה
איז ער מעלה

אין אפיס איך בין
נאטיפיקעשאן באקום
האב אין זין
אתה תקום

צום ארבעט מען גייט
מיט אן אנדער באדייט
די הארץ עס שרייט
כי בא מועד
לעצט פאראכטן דורך יוד אלף אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:41 pm

אויך פראבירן
די הענט צופירן
געבן צו שפירן (אז)
כ'בין נישט קיין ארטיסט

אוממעגליך צו סקיפן
ווערטער וואס ציפן
אן אריינטשיפן (כאטש)
כ'בין נישט קיין ארטיסט

ענדע אזאנס אראפגעלייגט
משזר געשפינט און געדרייט
טרעף-מיך צו דעם פארשטייט (אפילו)
כ'בין נישט קיין ארטיסט

מ'בענקט מ'לעכצט
מיט טרערן ביינעצט
וואס וועט זיין יעצט?

באשעפער, אויך די לערענסט
כ'ווייס אויך די טרערען'סט
כ'מייו עס גאר ערענסט
כ'בין נישט קיין ארטיסט

דאך הער מיין געדאנק
זאל דיר נישט טוהן באנג
געב צוריק דעם געשאנק
אפשעכטן דעם יצה''ר דעם שלאנג
טעג וועלן ווערן לאנג
קיינער מער נישט קראנק

כהרף עין
יפוצו המעין
תודה לצדיק ה'עין'

פרעג איך דיר, כ'בין נישט קיין ארטיסט?
לעצט פאראכטן דורך טרעף מיך אום מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:08 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:44 pm

WOW!!!! Talent
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:52 pm

טרעף מיך האט געשריבן:כ'בין נישט קיין ארטיסט?

'גוט' ביסטו זיכער...

ייש"כ, פאר די שיינע הוספה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:38 pm

WOW אין מילים.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 1:57 am

שכח ענדע, זייער גוט
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:54 pm

טישטוך האט געשריבן:WOW אין מילים.

wow יש מילים אבער די צייט ערלויבט נישט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:04 pm

ענדע!
מורא'דיג!

רעיונות און טאלאנט כמעיין המתגבר!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 10:22 pm

ענדע. תודה רבה פאר דיין מייסטער פאום---------ווערטער צי באדאנקן קוים---- שוין געקלעמט אסאך -----אויף די פארווייטאגטע זאך---------ישמעלים אין בית המקדש בלבטעווען------------------------רבוש"ע דיין כבוד טי ראטעווען-------שירות וואס שניידען אין טיפע סטרינעס-----------גיט ארויסגעברעינגט די ווייטאג וואס דערין-איז-------שכינתא בגליתא דעריבער-------רבוש"ע אינאיינעם מיטן ציבור------נאך אזויפיל וואס מיר זענען דורכגעגאנען------------השב שכינתך לציון בנערינו ובזקנינו שפאנען.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 11:30 pm

איינער בעסער פינעם 2טן ואיך אני בא
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 12:00 am

;l;p-
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:15 am

קעניגליך האט געשריבן:ענדע. תודה רבה פאר דיין מייסטער פאום---------ווערטער צי באדאנקן קוים---- שוין געקלעמט אסאך -----אויף די פארווייטאגטע זאך---------ישמעלים אין בית המקדש בלבטעווען------------------------רבוש"ע דיין כבוד טי ראטעווען-------שירות וואס שניידען אין טיפע סטרינעס-----------גיט ארויסגעברעינגט די ווייטאג וואס דערין-איז-------שכינתא בגליתא דעריבער-------רבוש"ע אינאיינעם מיטן ציבור------נאך אזויפיל וואס מיר זענען דורכגעגאנען------------השב שכינתך לציון בנערינו ובזקנינו שפאנען.

הערליכע הוספה! ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט