קשיות והערות על שיעור היום - פרק כל שעה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 26, 2014 1:05 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב א קליינע הערה אויף דף כ"ט: ביי די ראי' אז רב אחא בר יעקב הדר בי'. אז יעדער האלט אז דבר הגורם לממון כממון און מ'קריגט זיך צי מ'גייט ווי רבי שמעון אדער רבי יהודא.

איז מיין קשיא פארוואס דארפן זיי האלטן כממון דמי, אפילו מ'האלט לאו כממון דמי וועט אויך אויסקומען אז יום טוב מעג מען הנאה האבן פון הקדש חמץ, ווייל ער איז דאך מקיש שאור דאכילה לשאור דראי'?

אלא מאי הדר ביה ראב"י און ער האלט אז ר"י איז נישט מקיש שאור דראיה צו שאור דאכילה וממילא איז נאר לויט ר' שמעון איז מען מועל מכח דבר הגורם לממון.

איך פארשטיי נישט וואס עס ארט אייך

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג מאי 26, 2014 2:29 pm

פארוואס דארף איך זאגן אז ביידע האלטן אז כממון דמי, אפילו לאן כממון דמי איז פינקט אזוי שווער די קשיא?

לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

תגובהדורך לולי תורתך שעשועי » מאנטאג מאי 26, 2014 3:16 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:פארוואס דארף איך זאגן אז ביידע האלטן אז כממון דמי, אפילו לאן כממון דמי איז פינקט אזוי שווער די קשיא?

דער וואס ס'זאגט 'מעל', און האלט ווי ר' שמעון, "מוז" דאך האלטן כממון דמי. א-יא?
איז וואס ווילסטו זאגן אז די קשיא אויף ר' אחא בר יעקב קען פונקט אזוי גיין אויב דער וואס זאגט 'לא מעל' [און האלט ווי ר' יהודא] וועט האלטן לאו כממון דמי?
מסכים! אבער דאס איז דאך דער פריערדיגער תירוץ פון ר' אחא בר רבא בשם ר' יוסף [דמ"ד מעל ס"ל כממון דמי, ומ"ד לא מעל ס"ל לאו כממון דמי]?
דא וויל דאך ר' אחא בר יעקב זאגן אז זייער פלוגתא איז נישט אין דעם, נאר ביידע קענען האלטן כממון דמי, און בדר"י ודר"ש קמיפליגי.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דינסטאג מאי 27, 2014 8:04 am

חסיד נלהב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הרב החסיד,
בפשטות קען מען זאגן אז רש"י זאגט א תירוץ אז אפי' איך לערן נישט ווי חזקי' לגבי חייבי מיתות שוגגין שטימט נאך אלס די גמ' דא, ווייל ער קען זיין א מזיד אויפן חמץ און א שוגג אויף הקדש.

דעם שב''ק האב'ך געפינען די קצות החושן בתחילת הל' עדות סי' כ''ח שטעלט זיך שטארק אויף שיטת רש''י און עס קוקט אויס אז בפשטות איז טאקע שווער צו לערנען די רש''י אז ער איז דא געגאנגען אהן שיטת חזקי' עי''ש באריכות די תירוץ פינעם קצות בשיטת רש''י.

געפינעןאין הגהות ברוך טעם, וואס טענה'ט אויפען קצוה''ח די טענה אז לכ' שיטת רש''י איז דאך מב' שפעטער אין דף ל''א קלאר אז ער איז חולק מיט תוס' וא''א ליישב שיטת רש''י אז עס זאל בלויז שטימען דא אויפען עמוד.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
PDF
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 12:12 pm

תגובהדורך PDF » דינסטאג מאי 27, 2014 3:32 pm

PDF האט געשריבן:הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן היתר לכל התורה מדאיצטריך קרא לאסור?

אחר העיון בזה נראה דהלימוד מנבילה הוא מה הפי' של לא תאכל דמדאיצטריך להתיר ע"כ דכל היכא דכתיב לא תאכל כולל איסור הנאה ובזה א"ש

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 27, 2014 4:35 pm

PDF האט געשריבן:
PDF האט געשריבן:הגמרא מביא ראיה לכל התורה דיש מעילה לאחר שנעשה מצותו מתרומת הדשן ולעיל בסוגית חזקיה ואבהו למדין מנבלה איסור הנאה לכל התורה מדהצריך להתיר אמאי לא למדין מתרומת הדשן היתר לכל התורה מדאיצטריך קרא לאסור?

אחר העיון בזה נראה דהלימוד מנבילה הוא מה הפי' של לא תאכל דמדאיצטריך להתיר ע"כ דכל היכא דכתיב לא תאכל כולל איסור הנאה ובזה א"ש

גוט געכאפט, דאס איז גוט מבואר אין רש"י סוף סוגיא חזקי' ואבהו, אז אויב מ'לערנט ארויס פון נבילה לערנט מען אז דער איסור "אכילה" מיינט אויך הנאה, און אויב מ'לערנט ארויס פון אותו אתה משליך לכלב האב איך נאר א מועט, אותו און נישט עפעס אנדערש.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 7:25 am

בדף לא ביי די מחלוקת אביי ורבא צו למפרע הוא גובה אדער מכאן ולהבא פרעגט די גמ' אויף רבא פון די משנה אויף דף כט: אבער לויט אביי זאגט די גמ' שטימט די משנה יא, ווייל אז איך לערן למפרע הוא גובה שטעלט זיך ארויס אז די חמץ איז שוין געווען דעם גוי'ס (אין די רישא) אום פסח איז דער איד נישט עובר.

יעצט דא האלט מען נאך פאר די אוקימתא פון הרהינו אצלו, הייסט דאס אז דער חמץ ליגט ביים איד ואעפ"ס אינו עובר ווייל איך זאג אבל אתה רואה של אחרים.

איז די קשיא, לכאורה איז דער איד אחראי אויפן חמץ און אויבן אויף דף ה: זאגט די גמ' אז די היתר פון אבל אתה רואה של אחרים איז דוקא בשלא קבל עליו אחריות, איז פארוואס לויט אביי שטימט יא די משנה אפי' איך זעץ עס נישט איין בהרהינו אצלו?

איך זעה אז דער פני יהושע פרעגט די קשיא אבער איך פארשטיי נישט זיין תירוץ (תירוצו שמיירי לאחר ביטול) ווייסט איינער נאך א תירוץ אויף די קשיא?

לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

תגובהדורך לולי תורתך שעשועי » דאנארשטאג מאי 29, 2014 2:39 pm

מיללער האט געשריבן:בדף לא ביי די מחלוקת אביי ורבא צו למפרע הוא גובה אדער מכאן ולהבא פרעגט די גמ' אויף רבא פון די משנה אויף דף כט: אבער לויט אביי זאגט די גמ' שטימט די משנה יא, ווייל אז איך לערן למפרע הוא גובה שטעלט זיך ארויס אז די חמץ איז שוין געווען דעם גוי'ס (אין די רישא) אום פסח איז דער איד נישט עובר.

יעצט דא האלט מען נאך פאר די אוקימתא פון הרהינו אצלו, הייסט דאס אז דער חמץ ליגט ביים איד ואעפ"ס אינו עובר ווייל איך זאג אבל אתה רואה של אחרים.

איז די קשיא, לכאורה איז דער איד אחראי אויפן חמץ און אויבן אויף דף ה: זאגט די גמ' אז די היתר פון אבל אתה רואה של אחרים איז דוקא בשלא קבל עליו אחריות, איז פארוואס לויט אביי שטימט יא די משנה אפי' איך זעץ עס נישט איין בהרהינו אצלו?

איך זעה אז דער פני יהושע פרעגט די קשיא אבער איך פארשטיי נישט זיין תירוץ (תירוצו שמיירי לאחר ביטול) ווייסט איינער נאך א תירוץ אויף די קשיא?

איך האב נישט געזען דעם פני יהושע'ס תירוץ אינעווייניג, [איי עם דזשאסט טעיקינג יור ווארד פאר איט...] אבער אויב פארשטיי איך גוט פון דיינע קורצע ווערטער, וויל ער זאגן אז דא רעדט מען אז ער האט מבטל געווען דעם חמץ און דערפאר איז ער נישט עובר --- נו אויב אזוי פארוואס ביי די סיפא איז ער יא עובר? אפילו אויב ס'איז למפרע דעם איד'ס, האט ער דאך עס מבטל געווען?

אפשר איז דאס טאקע פארוואס דו פארשטייסט נישט זיין תירוץ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:06 pm

לולי תורתך שעשועי האט געשריבן:

מיין קשיא איז מער פון דעם, קען מען מבטל זיין "יענעמס" חמץ? דאס גאנצע שייכות וואס דער איד האט מיט די חמץ איז דער קבלת אחריות דערפון', טא וואס איז שייך ביטול בכלל?

לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

תגובהדורך לולי תורתך שעשועי » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:58 pm

מיללער האט געשריבן:

דו פרעגסט אויפן גאנצן יסוד אז מ'קען עס בכלל מבטל זיין?
דו טענה'סט אז דאס גאנצע שייכות וואס דער איד האט מיט דעם חמץ איז דער קבלת אחריות דערפון, און דאס הייסט "יענעמס" חמץ.

איך בין נישט אזוי זיכער מיט דיין הנחה.
ווער זאגט אז קבלת אחריות איז טאקע נישט גענוג שייכות מיט'ן חמץ?
אויבן (דף ה:) האמיר געהאט אין די גמרא, וואו רבא האט געזאגט פאר די בני מחוזא: בעירו חמירא דבני חילא מבתייכו כיון דאילו מיגנב ואילו מיתביד ברשותייכו קאי ובעיתו לשלומי כדילכון דמי!

[איך בין טאקע א שטיקל נוגע... אבער איך מיין אז מיין קשיא אויפן פני יהושע'ס תירוץ איז שטערקער...]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:05 pm

הרב לולי,
א שיינע ראיה, נישט געטראכט דעפון, אבער דארט זאגט רבא אז זיי זאלן עס "מבער" זיין, דאס איז זיכער אז מ'קען, און אויף אזויפיל האבן זיי געהאט מיט די חמץ פון די בני חילא אז מ'זאל עובר זיין בבל יראה, אבער עס זאל ממש הייסן אן איינגטום אז עס זאל העלפן ביטול, דאס איז א שטארקע חידוש.

לולי תורתך שעשועי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 6:49 pm

תגובהדורך לולי תורתך שעשועי » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:44 pm

קען זיין אז דו ביזט גערעכט מחלק צו זיין,
אבער אויב ס'איז "כדילכון דמי", אפשר קען מען טאקע מבטל זיין אויך?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:56 pm

לולי תורתך שעשועי האט געשריבן:קען זיין אז דו ביזט גערעכט מחלק צו זיין,
אבער אויב ס'איז "כדילכון דמי", אפשר קען מען טאקע מבטל זיין אויך?

איך הער וואס איר זאגט, אבער פונקט ווי מ'קען נישט מקדיש זיין אדער פארקויפן דעם חפץ, וויאזוי זאל מען עס קענען מבטל זיין? (אויב ביטול איז מטעם הפקר איז זיכער שווער)

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » פרייטאג מאי 30, 2014 11:51 am

מיללער האט געשריבן:בדף לא ביי די מחלוקת אביי ורבא צו למפרע הוא גובה אדער מכאן ולהבא פרעגט די גמ' אויף רבא פון די משנה אויף דף כט: אבער לויט אביי זאגט די גמ' שטימט די משנה יא, ווייל אז איך לערן למפרע הוא גובה שטעלט זיך ארויס אז די חמץ איז שוין געווען דעם גוי'ס (אין די רישא) אום פסח איז דער איד נישט עובר.

יעצט דא האלט מען נאך פאר די אוקימתא פון הרהינו אצלו, הייסט דאס אז דער חמץ ליגט ביים איד ואעפ"ס אינו עובר ווייל איך זאג אבל אתה רואה של אחרים.

איז די קשיא, לכאורה איז דער איד אחראי אויפן חמץ און אויבן אויף דף ה: זאגט די גמ' אז די היתר פון אבל אתה רואה של אחרים איז דוקא בשלא קבל עליו אחריות, איז פארוואס לויט אביי שטימט יא די משנה אפי' איך זעץ עס נישט איין בהרהינו אצלו?

איך זעה אז דער פני יהושע פרעגט די קשיא אבער איך פארשטיי נישט זיין תירוץ (תירוצו שמיירי לאחר ביטול) ווייסט איינער נאך א תירוץ אויף די קשיא?

שפת אמת תירץ פשוט אז די איד איז אחראי אויף די חוב נישט אויף די משכן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 30, 2014 7:07 pm

הרב להתחדד,

יישר כח פאר די מראה מקום, אריינקוקענדיג בפנים זעהט מען אז דער שפת אמת בקדושת תורתו ורוחב בינתו זאגט א מורא'דיגער כאפ בהבנת הסוגיא, פלאי פלאים ממש אונטערצושפרינגען.

דער חילוק צווישן אביי און רבא לויט די אוקימתא פון מעכשיו, זאגט דער הייליגער שפת אמת זצ"ל, איז לא קרב זה אל זה, לויט אביי בלייבט דער חפץ א משכון נישט קיין פקדון באחריות, איי אם יאבד דארף דער ישראל באצאלן? דאס איז נישט ווייל ער איז אחראי אויפן חמץ נאר ער ער דארף באצאלן זיין חוב.

משא"כ לויט רבא ווען איך זעץ איין במעכשיו ווערט עס למפרע דעם גוי'ס חמץ און דער איד איז נישט מער ווי א נפקד דערויף מיט אחריות, ממילא דארף עס זיין הרהינו אצלו אז נישט איז ער עובר אויף בל יראה אזוי ווי די גמ' דף ה:

ודברי פי חכם חן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 30, 2014 7:21 pm

אויף דף לב. זאגט די גמ' אז די חילוק פון תאנים ביז גרוגרות איז אז אפי' ווען ס'איז די זעלבע ווערטה איז נאך אלס שענער צו באצאלן תאנים ווייל עס איז קפיץ עליה זבינא.

האט מיר א איד געפרעגט צו דער עצם קפיץ עליה זבינא מאכט נישט דעם חפץ מער ווערטה?

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג יוני 01, 2014 12:59 am

אין דף ל''ה הייבט זיך אהן די סוגיא פון מצות מצה לפי המב' כאן איז זאכען שאינן בא לידי חימוץ, נישט כשר פאר די מצה.

איז אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי די רמב''ם ברענגט אראפ די הלכה פון אורז ודוחן שבא לידי סירחון, און מצה געמאכט פון מי פירות בלי תערובות מים שאינו בא לידי חימוץ.

איז אינטערסאנט אז ביי מי פירות איז מיט א משהו מים וואס מען לייגט אריין, וואס דאס איז גורם דעם חימוץ שוין גענוג להכשירו למצות מצה, משא''כ ביי אורז ודוחן טראץ וואס מען וועט אריינלייגען חיטים דערין איז כל זמן וואס ''די טעם'' איז אורז ודוחן בלייבט נאך די דין אורז ודוחן דערויף אז מען קען נישט יוצא זיין

וצ''ב.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

ל״ג:

תגובהדורך להתחדד » זונטאג יוני 01, 2014 1:20 am

גמ׳ הא למה זה דומה לתרומת תותין וכו׳
רב חסדא ברעגט א ראיה פין דע ברייתא אז משקין מיבלע בליעי, איז מיר שווער א בלאט שפעטער דף לד: ברעגט די גמרא פין ר׳ יוחנן הקדישן ואח״כ דרכן טמאין ווייל דעבוד רבנן מעלה בקדשים, די ברייתא וואס רב חסדא ברעגנט רעדט מע דאך פין תרומה איז דא וועט יעדער מודה זיין אז עס איז טמא איז וואס איז די ראיה פין דעם ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 01, 2014 8:59 am

להתחדד האט געשריבן:גמ׳ הא למה זה דומה לתרומת תותין וכו׳
רב חסדא ברעגט א ראיה פין דע ברייתא אז משקין מיבלע בליעי, איז מיר שווער א בלאט שפעטער דף לד: ברעגט די גמרא פין ר׳ יוחנן הקדישן ואח״כ דרכן טמאין ווייל דעבוד רבנן מעלה בקדשים, די ברייתא וואס רב חסדא ברעגנט רעדט מע דאך פין תרומה איז דא וועט יעדער מודה זיין אז עס איז טמא איז וואס איז די ראיה פין דעם ?

עי' בהגהות יפה עינים פה שמביא מירושלמי שר' יוחנן דחה הראיה מטעם זה ומסיים "והכא בגמ' לא מחלק בעך מדמייתי ראיה מתרומת זיתים [תותים] וענבים לסתור דעת ר"י והלא התם כבר היו תרומה, וע"כ דאינו מחלק בזה. ואף דלקמן לד: מחלק ר"י בענבים וכו'"
עיי"ש בהמשך.

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג יוני 01, 2014 11:38 am

ישר כח

זעליש קיצבורג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 am

תגובהדורך זעליש קיצבורג » זונטאג יוני 01, 2014 1:49 pm

מיללער האט געשריבן:אויף דף לב. זאגט די גמ' אז די חילוק פון תאנים ביז גרוגרות איז אז אפי' ווען ס'איז די זעלבע ווערטה איז נאך אלס שענער צו באצאלן תאנים ווייל עס איז קפיץ עליה זבינא.

האט מיר א איד געפרעגט צו דער עצם קפיץ עליה זבינא מאכט נישט דעם חפץ מער ווערטה?

סיי וויאזוי באצאלט ער דאך די ווערט פון וואס ער האט געגעסן, אז ער האט געגעסן צען דאללאר צאלט ער צען דאללאר, און אויב א חלק פון די שוויות איז אלץ קפץ עליה זבינא זאל זיין אזוי. די גמרא וויל נאר וויסן אז אויב צאלט ער לפי דמים און ער צאלט די ווערט וואס ער האט געגעסן דאן וואס איז די תבא עליו ברכה? אויף דעם איז דער תירוץ אז ס׳איז קפיץ עליה זבינא און דאס מאכט דעם חפץ מער חשוב און ס׳איז מער א מכובד׳יגע זאך.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 01, 2014 3:19 pm

ר' זעליש,
קפיץ עליה זבינא האט אין זיך מער חשיבות ווי דער עצם ווערטה דערפון? אז מ'מעסט חשיבות לםי הדמים מעג ער ברענגען טוילעט פאפיר אדער סובין, לפי ערך שאכל מהתרומה.

דאס אז ער ברענגט א זאך וואס איז קפיץ עליה זבינא מאכט נאר אז ער זאל קענען ברענגען ווייניגער אין צאל ומה שלא ישלים המדה ישלים הענין וצ"ב

זעליש קיצבורג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 am

תגובהדורך זעליש קיצבורג » מאנטאג יוני 02, 2014 12:40 am

הרב מיללער,
ריכטיג, ער קען צאלן אשר יצר פאפיר פונקט אזוי, און וואס איך פרוביר זאגן איז אז די גמרא זאגט אז אויב איינער האט געגעסן פאר צען דאללאר און ער קען אפצאלן מיט צען דאללאר ווערט[ה] אשר יצר פאפיר אדער צען דאללאר ווערט[ה] תאנים, איז תבא עליו ברכה אז ער צאלט מיט תאנים ווייל דאס איז מער ׳חשוב׳ (נישט מער ׳ווערט׳ נאר מער חשוב), א בחינה פון הידור מצוה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 02, 2014 7:12 am

ר' זעליש'ל,
תאנים איז חשוב'ער ווי פאפיר "ווייל" עס איז קפיץ עליה זבינא? דאס פרעג איך פון אנפאנג אן, קפיץ עליה זבינא איז נישט קיין סימן צו חשיבות, עס איז א סימן אז עס איז פארהאן דערפאר א געברויך און ממילא האט דאס מער שוויות.
סיידען איך וועל זאגט אז צווישן גרוגרות און תאנים איז דער קפיץ עליה זבינא יא א סימן אויף חשיבות, ווייל במציאות איז דאך דאס די זעלבע זאך.

(ווערטה-שוויות : ווערט-נעשה)

זעליש קיצבורג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 am

תגובהדורך זעליש קיצבורג » מאנטאג יוני 02, 2014 8:56 am

מיללער האט געשריבן:ר' זעליש'ל,
תאנים איז חשוב'ער ווי פאפיר "ווייל" עס איז קפיץ עליה זבינא?

אזוי וויל איך זאגן. דער עצם פאקט אז קפץ עליה זבינא מאכט דעם חפץ מער חשוב בעיני אדם. איז פונקט ווי ס׳איז פארשטענדליך צו זאגן אז ס׳איז מער מן הראוי אפצוצאלן תרומה מיט פירות ווי איידער מיט אשר יצר פאפיר, איז אויך שענער צו באצאלן מיט תאנים ווי איידער גרוגרת וויבאלד תאנים איז קפץ עליה זבינא.

מיללער האט געשריבן:קפיץ עליה זבינא איז נישט קיין סימן צו חשיבות, עס איז א סימן אז עס איז דערפאר א געברויך און ממילא האט דאס מער שוויות.

ריכטיג, נישט וויבאלד ס׳איז חשוב איז קפץ עליה זבינא, אבער איך וויל זאגן אז דער עצם קפץ עליה זבינא טראגט מיט זיך א חשיבות.

אין עני קעיס, האב איך געזען היינט אין די מתיבתא גמרא אן אנדערע סברא, אז וויבאלד ס׳איז קפץ עליה זבינא קען עס דער כהן שנעל פארקויפן און נישט אז עס בלייבט אים זיצן פאפיר אין בעיסמענט עד שירחם עליו גואל.

(ווערט/ווערטה, זה נופל בפשטות בתחום גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה ומוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין. וישאל נא מע״כ מבית דינו הצדק אם מותר להשתמש בסגנון הזה בפהרסיא).

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט