מדינת ישראל נאציאנאלע וואלן - זומער תשע"ט

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

מדינת ישראל נאציאנאלע וואלן - זומער תשע"ט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

היות ס'איז כמעט קלאר ווי דער טאג אז נייע בחירות וועלן גערופן ווערן, נאך וואס מען קען נישט קראצן א ממשלת ימין, און כל שכן א ממשלת שמאל, צוליב דעם חוק הגיוס אויף וואס די חרדים מיט ליבערמאן קענען זיך נישט פארשטענדיגן.

ביטע האלטן דעם אשכול בלויז פאר נייעס, בילדער, קרישקעלעך, קאמפיין נאטיצן פון אלע פארטייען, רעדעס און קאמפיין אויפטריטן, פרעסע קאנפערענצן, אנקעטעס, באמפער סטיקערס און שאסיי טאוולן וועלכע פארמאגן נישט קיין אומ'צניעות'דיגע בילדער.

פאר השקפה, שיטה הקדושה, דעת תורה, של"ש תורה, און אנטי בחירות ליפלעטן און ציטאטן, ביטע באנוצט אייך מיט אנדערע אשכולות. יישר כח למפרע.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג מאי 26, 2019 2:07 pm

די איינציגסטע מעגליכקייט וואס איז נאך פארהאן צו בלייבן מיט די ממשלה אויב א צווייטער ח"כ פון ליכוד וועט באווייזן צוזאמצושטעלן א ממשלה. דאס מיינט אז א ממשלה פון ביבי אן בחירות האט גאר שוואכע שאנסן לויט דער יעצטיגער אויסקוק.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג מאי 26, 2019 4:32 pm

די מעוצת האט געהייסן טראמפ ווארטן מיט זיין שלום פלאן...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2589
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג מאי 26, 2019 4:35 pm

די פרעזידענט קין נישט בעטן א 2טע גרויסע פארטיי צאם שטעלן א קאליצע ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג מאי 26, 2019 4:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די איינציגסטע מעגליכקייט וואס איז נאך פארהאן צו בלייבן מיט די ממשלה אויב א צווייטער ח"כ פון ליכוד וועט באווייזן צוזאמצושטעלן א ממשלה. דאס מיינט אז א ממשלה פון ביבי אן בחירות האט גאר שוואכע שאנסן לויט דער יעצטיגער אויסקוק.

אסדר גיב צו פארשטיין דא דעם עולם...
ליבערמאן וועט איינגיין אויף א פשרה אויב עס איז א צווייטער בראש?
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 26, 2019 5:04 pm

וואס איז די פראבלעם? מען דארף האבן סיי ליבערמאן און סיי די חרדים פאר די קאליציע? און ביידע האלטן נישט ביים אריינקומען אויב מ'פאלגט די אנדערע צד'ס חוק הגיוס פלאן?

די חרדים האבן דאך סאך מער ווי ליבערמאן ניין?

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 5:11 pm

אסדר די האסט איבער געטריבען אויף א גרויסען פארנעם !!!
אויב מיטוואך נאכט 12:00 אזייגער האלט מען א ערגעץ נישט קענסטו עפנען אזא אשכול!
און א"י זאגט מען א מוניט און פולטיק איז א יאר און צייט!!!
און ליכוד זאגט מען אז ביבי איז א קוסם!!

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 5:24 pm

דער מצב איז אזוי
ביבי קען האבן 61 נאר אויב ער נעמט אריין דער חרדים און ליבערמאן אויב ער נעמט נישט ליבערמאן האט ער נאר 60 מיט ליבערמאן האט ער 65!
ליבערמאן זאגט אז ער גייט נישט אריין נאר אויב מען גייט אדורך פירען דער חוק וואס "ער" האט שוין פארגשטעלט ווען ער איז געווען שר הביטחון און עס איז שוין ארויף גברענגט געווארן אוןן כנסת און עס איז אריבער קריאה ראשונה (אהן דער חרדים) און דער חרדים (בעיקר אגודת ישראל) זאגען אז זיי זענען נישט מסכים צו דער חוק ווייל עס איז דא און דער חוק יעדים און סנקציות (יעדים מיינט אז יעדער יאר דארף אריין קומען כך וכך בוחרים פון דער חרדים און צבא סנקציות מיינט אז אויב ביז 5 יאר איז נישט גשטעלט געווארן 80% פון דער יעדים גייט דער מדינה מער נישט גבען קיין געלט פאר דער ישיבות און כוללים אזוי ווי און לפיר צייטען)!
איז ביבי געקומען מיט א פשרה אז דער חוק בלייבט דער זעלבע נאר וואס דער יעדים און סנקציות גייט נישט זיין און דער חוק נאר א עקסטערע חוק און יענער חוק גייט אויך שטיין אז דער ממשלה האט רעכט צו טוישען דער יעדים און סנקציות!
איז היינט געווען א כינוס פון מועצת גדולי ישראל און זיי האבן מסכים געווען צו דער פשרה אבער מיט א תנאי אז מען פירט אויך אדורך פסגת התגברות (ד.מ. אז אפילו דער ממשלה גייט טוישען דער יעדים און בג"ץ וויל עס פסלן קענען זיי נישט ווייל דער בג"ץ קען נישט זאגען פארקעט ווי דער ממשלה (עפעס אזוי))!
איז ליבערמאן ארויס געקומען היינט אז ער איז נישט מסכים צו דער פשרה נאר מען דארף אדורך פירען דער חוק און טוישען אפילו איין אות !!!
וואס דאס איז אזאך וואס מאכט נישט קיין סענס (ווייל דער גאנצע ענין פארוואס מען ברענגט ארויף יעדער חוק פאר מען פירט עס אדורך 3 מאל און כנסת איז כדאי מען זאל עס קענען פארכטען אזוי ווי יעדער איינער וויל)!
ממילא איז דא אפאר אפציות אדער גייט זיך ליבערמאן ברעכן צום סוף צו דער פשרה
אדער גייט ביבי שאפען א 61 פון דער אפזציה
אדער גייט ער מאכען אנהייב א ממשלה פון 60
"אדער גייט ער מאכען א ממשלה פון 61 אהן אגודת ישראל"!
איך מיין אז יעצט איז דער עולם קלאר?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 26, 2019 5:28 pm

יהלום האט געשריבן:דער מצב איז אזוי

יא און א דאנק.
דיין לעצטע ליין כאפ איך נאר נישט, ביבי קען מאכן א קאליציע אן די חרדים אבער נישט אן ליבערמאן???

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 5:30 pm

אן ליבערמאן האט ער נאר 60 ווייל ליבערמאן איז 65
אן "אגודת ישראל" האט ער 61 ד.מ. אז דגל און ש"ס גיין יא אריין נאר אגודה נישט!

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 5:35 pm

פארגעסן צו שרייבען אז ביבי האט נאך 2 אפציות אדער גיין צו דער נשיא און זאגען אז איך קען נישט צאם שטעלן א קאלציע און דעלמאטס קען דער נשיא עס געבן פאר גנץ און גנץ גייט אויך נישט קענען און דעלמאטס ארבעט עס אז יעדער איינער קען פאבירען ביז 14 טעג און אויס קיינער איז נישט מצליח גייט מען צו בחירות!
אדער פירט מען אדורך דער חוק פיזור הכנסת (ד.מ. אז רוב חברי כנסת זענען מסכם צו ענדיגען דער ממשלה און גיין צו בחירות און דאס דארף האבן דער שטיצע פון לכה"פ 61 ח"כ) מארגען (מארגען 4:00 איז דא א הצבעה אויף דער חוק) און מען גייט גלייך צו בחירות ביז 90 טעג!

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 26, 2019 5:44 pm

יהלום האט געשריבן:אן ליבערמאן האט ער נאר 60 ווייל ליבערמאן איז 65
אן "אגודת ישראל" האט ער 61 ד.מ. אז דגל און ש"ס גיין יא אריין נאר אגודה נישט!

אנטשולדיגט פאר מיין עמראצות, אבער די אגודה האט אייגענע? איז עס נישט צוזאמען מיט דגל?

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 5:46 pm

זיי זענען יא אבער מקען זיך אפטיילען און אריין גיין עקסטער און אגודה קומט ערשט אריין שפעטער אויב זיי ווילען!
דגל און אגודה דארפן מסכים זיין צו דעם

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 26, 2019 5:48 pm

שכח.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 5:52 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:שכח.

אויב אגודה טוט עס מיינט אז ביבי איז זייער מחיוב צו גבעןן אסאך פאר דעם!!

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג מאי 26, 2019 5:55 pm

יהלום האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:שכח.

אויב אגודה טוט עס מיינט אז ביבי איז זייער מחיוב צו גבעןן אסאך פאר דעם!!

די פלאן אז אגודה זאל לאזן אריינגיין דגל אן זיי איז עפעס ערענסט אדער סתם חלומות?

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג מאי 26, 2019 5:57 pm

דרך אגב, שכח יהלום פאר דיינע באריכטן פון די איזרעילישע נייעס, זיי ממשיך.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 6:02 pm

הר גריזים האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:שכח.

אויב אגודה טוט עס מיינט אז ביבי איז זייער מחיוב צו גבעןן אסאך פאר דעם!!

די פלאן אז אגודה זאל לאזן אריינגיין דגל אן זיי איז עפעס ערענסט אדער סתם חלומות?

נתניהו וויל זייער שטארק ש"ס איז מסכים און ליבערמאן איז מסכים דער נושא איז נאר אויב דגל איז גרייט צו זיין דער שלעכטע רשעים און זיי זענען יא מסכים און אגודה נישט!!

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג מאי 26, 2019 6:02 pm

הר גריזים האט געשריבן:דרך אגב, שכח יהלום פאר דיינע באריכטן פון די איזרעילישע נייעס, זיי ממשיך.

גא"מ.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג מאי 26, 2019 6:34 pm

יהלום האט געשריבן:דער מצב איז אזוי
ביבי קען האבן 61 נאר אויב ער נעמט אריין דער חרדים און ליבערמאן אויב ער נעמט נישט ליבערמאן האט ער נאר 60 מיט ליבערמאן האט ער 65!
ליבערמאן זאגט אז ער גייט נישט אריין נאר אויב מען גייט אדורך פירען דער חוק וואס "ער" האט שוין פארגשטעלט ווען ער איז געווען שר הביטחון און עס איז שוין ארויף גברענגט געווארן אוןן כנסת און עס איז אריבער קריאה ראשונה (אהן דער חרדים) און דער חרדים (בעיקר אגודת ישראל) זאגען אז זיי זענען נישט מסכים צו דער חוק ווייל עס איז דא און דער חוק יעדים און סנקציות (יעדים מיינט אז יעדער יאר דארף אריין קומען כך וכך בוחרים פון דער חרדים און צבא סנקציות מיינט אז אויב ביז 5 יאר איז נישט גשטעלט געווארן 80% פון דער יעדים גייט דער מדינה מער נישט גבען קיין געלט פאר דער ישיבות און כוללים אזוי ווי און לפיר צייטען)!
איז ביבי געקומען מיט א פשרה אז דער חוק בלייבט דער זעלבע נאר וואס דער יעדים און סנקציות גייט נישט זיין און דער חוק נאר א עקסטערע חוק און יענער חוק גייט אויך שטיין אז דער ממשלה האט רעכט צו טוישען דער יעדים און סנקציות!
איז היינט געווען א כינוס פון מועצת גדולי ישראל און זיי האבן מסכים געווען צו דער פשרה אבער מיט א תנאי אז מען פירט אויך אדורך פסגת התגברות (ד.מ. אז אפילו דער ממשלה גייט טוישען דער יעדים און בג"ץ וויל עס פסלן קענען זיי נישט ווייל דער בג"ץ קען נישט זאגען פארקעט ווי דער ממשלה (עפעס אזוי))!
איז ליבערמאן ארויס געקומען היינט אז ער איז נישט מסכים צו דער פשרה נאר מען דארף אדורך פירען דער חוק און טוישען אפילו איין אות !!!
וואס דאס איז אזאך וואס מאכט נישט קיין סענס (ווייל דער גאנצע ענין פארוואס מען ברענגט ארויף יעדער חוק פאר מען פירט עס אדורך 3 מאל און כנסת איז כדאי מען זאל עס קענען פארכטען אזוי ווי יעדער איינער וויל)!
ממילא איז דא אפאר אפציות אדער גייט זיך ליבערמאן ברעכן צום סוף צו דער פשרה
אדער גייט ביבי שאפען א 61 פון דער אפזציה
אדער גייט ער מאכען אנהייב א ממשלה פון 60
"אדער גייט ער מאכען א ממשלה פון 61 אהן אגודת ישראל"!
איך מיין אז יעצט איז דער עולם קלאר?

דוכט זיך אז אזוינס איז נישט שייך, א פארלימענטארער סיסטעם פארלאנגט זיך א מאיאריטעט וואס איז 1 מער פון האלב
60 זיצן איז נישט קיין מאיאריטעט

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » זונטאג מאי 26, 2019 6:43 pm

זע איך יעצט אז ביבי דארף האבן געזעצליך א רוב וואס זאל אים וועלן, נישט קיין מאיאריטעט, סא אויב לאמיר זאגן עס פעלן אפאר חברי הכנסת דארף ער נישט האבן קיין 61, אדער קען אויך זיין אויב פארשטיי איך גוט, אז אפילו איינער גייט נישט אריין אין די קאאליציע, אבער קען ער נאך אלס שטימען אז ביבי זאל זיין פרעמיער

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג מאי 26, 2019 6:47 pm

עס איז דא אזא זאך ווי א ממשלה פון 60!
אבער ער דארף רוב (נישט 61) זאלן מסכים זיין אז ער זאל האבן אזא ממשלה!

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מאנטאג מאי 27, 2019 5:43 am

שקד גייט קיינמאל נישט גיין מיט ליבערמאן דאס איז א טאקטיק פון ליבערמאן צו אפשרעקן ביבי זי גייט לכאורה באקומען א גרויסע פאזיציע אין ליכוד
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג מאי 27, 2019 6:02 am

למי שלא מבין

מען קען מאכן א ממשלה פון 60 חכי"ם, נאר אין פאל וואס רוב חכי"ם שטימען פאר דעם, דאס הייסט אז עס גייט אריין אין געזעץ, דהיינו אז ליברמן וועט נישט שטמען דערקעגן.

אין נארמאל פראמעדור ברויך ביבי צוירק גיין צי פרעזידענט מיטוואך נאכן, צוריק געבן די מאנדאט.

אין אזא פאל איז אבער דא א רסק אז ריבלין וועט געבן דאס מאדאט פאר גאנץ, אדער גאר א צווייטער ח"כ פון ליכוד, ממילא ברענגט נתניהו היינט ארויף דאס חוק לפיזור הכנסת, דאס געזעץ וואס פארענדיגט די קאדענציע פון די יעצטיגע כנסת, און פאררופט נייע וואלן.

אין אזא אפל ווערט עס פאררעכענט אלס נייע וואלן, כאילו די יעצטיגע כנסת האט געענדיגט א קאדענציע (פון א חודש און א האלב), נייע פארטייען קענען זיך רואיג פארמעסטן.

די נייע בחירות וועט פארקומען אדער ג' אלול, די פרומע זענען דערקעגן ווייל עס איז אנהייב זמן, און פארלאנגען עס זאל זיין כ"ו אב (קאמיש)

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מאנטאג מאי 27, 2019 6:17 am

שמערלער האט געשריבן:שקד גייט קיינמאל נישט גיין מיט ליבערמאן דאס איז א טאקטיק פון ליבערמאן צו אפשרעקן ביבי זי גייט לכאורה באקומען א גרויסע פאזיציע אין ליכוד

שקד האט קלאר געזאגט אז עס הייבט זיך נישט אהן און מקען נישט האנדלען מיט אזא סארט מענטש!

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט