כינוס אדיר "טהרת הקודש" ה' טהרה תשע"ט ארטער-עש סטעידיום

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מארטש 27, 2019 1:42 pm

כפי השמועה פארלייגן זיי כוחות אויף מרן הגרי"מ שעכטער שליט"א, אבער עס שיינט צו זיין א בלויזער חלום...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

yoy
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטר שליט"א

תגובהדורך yoy » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:14 pm

מען שמיסט זייער ערענסט, אז לבו הטהור, פון דעם באוויסטען דערהויבענעם גדול בישראל, ומזקני נקיי הדעת שבירושלים עיה"ק, חסידה ופרישה הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטר שליט"א, האט מעגלגך באוויליגט זיך צו באטייליגען ביים כינוס אדיר "טהרת הקודש"

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:40 pm

ער גייט דאך קיינמאל נישט ארויס פון ארץ ישראל (חוץ 3-4 מאל קיין אומאן, ובפרט די לעצטע צוויי יאר) איך גלייב נישט ער גייט קומען פאר דעם.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:52 pm

געהערט אדמו"ר מראחמיסטריווקא און בהוש וועלכע פארמאגן ביידע מוסדות וועלכע האבן זיך די לעצטע יארן מתנזר געווען פון די געלטער פון די מדינה וועלן קימען צו פארן צום כינוס לחזק חינוך הטהור

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » מיטוואך מארטש 27, 2019 2:58 pm

און היכל הכולל סאטמר און קרית יואל איז היינט פארמיטאג פארגעקימען אן אסיפת הסברה צום בעפארשטייענדע כינוס ווי עס האט אויפגעראטן העסקן ר' יצחק אייזיק דאסקאל מראשי העסקנים וואס האט ארויסגעברענגט די מהלך און ציהל פונעם 12 מיליאן קאמפיין און אפעלירט צו די חברי הכולל זיך אנצושליסן אלס טיעם מעמבערס

נאך די דרשה זענען די לאקאלע עסקנים ארומגעגאנגען אויפסיינען די אברכי הכולל אלס טיעם מעמבערס צו פארקויפן זיצן צום כינוס פאר גרעסערע סכומים

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:14 pm

געהאט געהערט אז דער כינוס גייט טאקע פארקימען אינעם ארטער עש סטעידיום און קווינס אבער כזעה אז עס איז נאכנישט קאנפירמד און ערגעץ נישט דער דאטום און נישט די פלאץ

וואס פשט?

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » מיטוואך מארטש 27, 2019 3:20 pm

געהערט אז עס איז דא א רעדע פון א ריזיגער מעמד קבלת פנים פאר די היסטארישע דעלעגאציע פון ארצינו הקדושה
אבער דאס ווענדט זיך אינעם דאטום פונעם כינוס און ווען די דעלעגאציע וועט אנקימען אויב וועט דער כינוס זיין און א זינטאג מיינט עס אז די דעלעגאציע וועט אנקימען אינעם זעלבן טאג
וועט עס נישט בכדי שיעשו

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 2:14 am

מהאט פארלייגט כוחות אויף חברי הביד"צ שליט"א זאלן ארויסקומען, ס'מאכט זיך נישט.

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:55 am

נעכטן נאכמיטאג איז פארגעקימען אן אסיפת ראשי העסקנים ווי עס איז דיסקוסירט געווארן דער ענדגילטיגער דאטום פארן כינוס אזוי אויך פארשידענע אפציעס ווי אפצורעכטן דעם כינוס האדיר עטליכע גרויסע סטעידיוםס זענען אויפן טיש
לכאורה וועט און די נעקסטע פאר טאג געסיינט ווערן קאנטראקט מיט די ענדגילטיגע לאקאציע ווי דער כינוס וועט ווערן אפגעראכטן ברוב פאר והדר
דאן וועט עס געמאלדן ווערן פארן פובליק

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 12:55 pm

איך הער נישט האט געשריבן:געהערט אדמו"ר מראחמיסטריווקא און בהוש וועלכע פארמאגן ביידע מוסדות וועלכע האבן זיך די לעצטע יארן מתנזר געווען פון די געלטער פון די מדינה וועלן קימען צו פארן צום כינוס לחזק חינוך הטהור

מפי השמועה איז דא נאך סורפרייז פון א פרישע חסידישע אדמו"ר וואס האט ביז היינט זיך נישט געשטעלט אין די עפענטליך אויף די זייט פון חינוך הטהור וואס וועט ערשיינען לחזק ההתנתקות.
אויב קומט א קנאק פין א דעלעגאציע קען עס טוישן פאליטיש און היסטאריש די מאפע אין ארץ ישראל.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 3:23 pm

די סיבה פארוואס מען האט נאך נישט געהערט קיין פונקטליכע דעטאלן ביז יעצט, איז געווען צוליב שטארקע חילוקי דעות צווישן די ראשי העסקנים צי דער כינוס זאל פארקומען נאך בעפאר פסח אדער הערשט נאך פסח, וואס בעת איין צד האט געהאלטן אז אינעם גאר שטארק פארנומענעם ערב פסח סעזאן איז ממש נישט מעגליך צו ארגאנאזירן אזא מאסיוון כינוס מיט'ן פולן סוקסעס, בעת די אנדערע צד האט געהאלטן אז כדי צו דעליווערן דעם ריכטיגען "מעסעדש פון חיזוק" פאר'ן יהדות הנאמנה בארה"ק זאל מען דוקא יא דאס טוהן בשעת עס קומען פאר די בחירות לכנסת המינים.
אבער ווי עס זעהט אויס יעצט איז "בתר דאיבעי להו הדר פשטוה" אז עס וועט לכאורה טאקע יא פארקומען נאך בעפאר פסח.

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:46 am

לויטן יעצטיגן פלאן וועט דער מעמד יא פארקימען נאך בעפאר פסח דער דאטום איז ענדגילטיג באשטעיטיגט
לויטן פלאן וועט מארגן נאכמיטאג געסיינט ווערן קאנטראקט מיט די פארוואלטונג פון א גיגאנטישער סטעידיום און ניו יארק ווי דער מעמד אדיר וועט פארקימען מיט די השתתפות פון א זעלטן היסטארישע דעלעגאציע פון ארצינו הקדושה א גאר קאלירפולער דעלעגאציע פון אדמורי"ם רבנים שרי התורה און גדולי ראשי ישובות פון פארשידענע שיכטן און כלל ישראל
ובראשם גדולי האדמורי"ם און ראשי ישיבות פון אמעריקע

ווי נאר דער קאנטראקט איז אונטערגעשריבן וועט דער קאמפיין אריינגיין אויף די נעקסטע לעוועל אויפצושטורעמען און אנציווארעמען יהדות הגולה חסידיש און ליטוויש צוגלייך צום גרויסן קאמפיין און זיך אייצוהאנדלען בילעטן צום פרעכטיגער מעמד "טהרת הקודש" וואס וועט אפגעהאלטן ווערן ברוב פאר מיט די ריכטיגע כבוד התורה ולומדיה און שיקן א הילעכיגן מעסעדש אויף ארצינו הקדושה פאר די צענדליגער טויזענטער אידן תלמידי הגר"ש אויערבאך זצוק"ל טאקע אייניגע טעג ארום די בחורות אז זיי פארמאגן א מעכטיגע באזע א שטארקע רוקן און אמעריקא וואס וועט זיי שטענדיג שטיין בייהילפיג און ח"ו נישט לאזן פאלן
און מער פון אלעם שיקן א קלינגעדיגן קלארן מעסעדש פאר אלע וואס ווילן נאר הערן מדן ועד באר שבע אז יהדות החרדית קען זיך אליינס אויסהאלטן אן די געלטער פון די מדינה און די וואס וועלן זיך מתנזר זיין וועט מען שטעלן אויף די פיס מיט פעסטע יסודות

הנה ימים באים

יהדות אמעריקא לבשו בגדי תפארתך - גדול יהיה כבוד המעמד הנשגב הזה

אוועטאר
פרייזן
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:52 pm

IMG-20190329-WA0017.jpg
IMG-20190329-WA0017.jpg (132.53 KiB) געזעהן 1359 מאל
IMG-20190329-WA0018.jpg
IMG-20190329-WA0018.jpg (118.77 KiB) געזעהן 1359 מאל
IMG-20190329-WA0018 (1).jpg
IMG-20190329-WA0018 (1).jpg (118.77 KiB) געזעהן 1359 מאל

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

גליון "דער ציהל"

תגובהדורך יענקעל משה » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:26 pm

unnamed.jpg
unnamed.jpg (122.74 KiB) געזעהן 1359 מאל


https://www.dropbox.com/s/f6h9kognogppq ... 9-62873873

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

וישמעו ויבואו לחיזוק טהרת הקודש

תגובהדורך משה חיים פנחס » פרייטאג מארטש 29, 2019 1:43 pm

געזעהן פילע ליטראטאר און די לאקאלע פלעטבוש צייטונג "להבין" געגרינדעט מיט עטליכע יאר צוריק אויפן רוף פון הגאון ר' אהרן שכטר ר"י חיים בערלין און בעפארברייטונג צום כינוס האדיר
אויך געהערט פון אן עסקן אז און די ליטווישע קרייזן איז ערווארטעט א הייסן בריוו צו ערשיינען די קימענדיגע וואך אונטערגעשריבן דורך די גדולי ראשי ישיבות בארצות הברית א רוף צו די טויזענטער בני תורה הסרים למעשמעתם זיך משתתף זיין אינעם קאמפיין און רופן דעם ציבור זיך צו באטייליגן ביים כינוס האדיר
לויט ווי איך פארשטיי פונעם עסקן האבן די ראשי ישיבות און שפיץ פון הגאון ר' אהרן פעלדמאן ר"י באלטומער גענימען אויף זיך צו שאפן א סכום קצוב צום קאמפיין קעגן יעדן מיליאן דאלער וואס ווערט געשאפן

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

פאר אלע שיכטן און קרייזן...

תגובהדורך הרב דפה » פרייטאג מארטש 29, 2019 2:03 pm

IMG-20190329-WA0017.jpg
IMG-20190329-WA0017.jpg (132.53 KiB) געזעהן 1345 מאל
IMG-20190329-WA0018.jpg
IMG-20190329-WA0018.jpg (118.77 KiB) געזעהן 1345 מאל

burich mechel
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:10 pm

תגובהדורך burich mechel » פרייטאג מארטש 29, 2019 4:26 pm

Fwd:
JUST IN: The historic Kinus Taharas HaKodesh will take place Thursday Metzoiru, 6 Nisen, at the Arthur Ashe Stadium in Queens.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש מארטש 30, 2019 10:48 pm

טראץ וואס דאנערשטיג פאר שבת הגדול איז אביסל א אנגעשטרעגטע צייט ווען עס איז באשטומט אז די מענער אין בחורים מאכן דעמאלטס פסח'דיג די ספרים, האבן די עסקנים נאכאלץ באשלאסן אז לא עת לחשות!

און די צייט וואס צענדליגע מוסדות האבן נישט קיים אנונג צי זיי קענען עפענען די טיר נאך פסח.
און די צייט ווען עס גייען פאר די בחירות אין א''י, און טויזענטער בני תורה זענען ווי אויסגעשפילט און חוזק פון די גאנצע מאחארייקא, נישט קיין געלט, נישט קיין כבוד, און נישט קיין מוסד פאר זייערע קינדער חלילה אויב זייער מוסד עפנט נישט אויף נאך פסח.

זענען די עסקנים לשם שמים אריינגטאנצן און שרייען אויס מי לה' אלי!!!

און די וואך פאר פסח וועט מען אי''ה מאכן א מאסיווע כינוס אין די ארטער עש סטעדיום אין קווינס.

און די וואך פאר פסח ווען מען דארף אויך געבן קימחא דפיסחא, וועט מען צאמשטעלן די אסטראנאמישע סכום פון 12 מיליאן דאלער, צי שטעלן א בסיס אין מחזק זיין 7000 לומדי ישיבות בני תורה זיי זאלן וויסן אז סאטמאר איז זייער ריקןביין.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מוצ"ש מארטש 30, 2019 11:18 pm

yoy האט געשריבן:מען שמיסט זייער ערענסט, אז לבו הטהור, פון דעם באוויסטען דערהויבענעם גדול בישראל, ומזקני נקיי הדעת שבירושלים עיה"ק, חסידה ופרישה הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטר שליט"א, האט מעגלגך באוויליגט זיך צו באטייליגען ביים כינוס אדיר "טהרת הקודש"


לופטיגע שמועות.
הכל לטובה!

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש מארטש 30, 2019 11:19 pm

דאנערשטאג נאכמיטאג פאר פסח מיינט אז די רבנים דארפן גאנץ זיכער דא בלייבן פאר שבת הגדול, זייער א שווערע זאך און עס געט א תירוץ פאר רבנים צו בלייבן אין איזראעל.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מוצ"ש מארטש 30, 2019 11:26 pm

לענ"ד א העכסט נארישע צייט.

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » מוצ"ש מארטש 30, 2019 11:55 pm

ווי געשריבן דאנערשטאג איז טאקע פרייטאג נאכמיטאג געסיינט געווארן קאנטראקט מיט דער גיגאנטישער ארטער עש סטעדיום און קווינס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די בעסטער אפציע פארן יעצטיגן מעמד
דער גיגאנטישער סטעידיום פארמאגט קרוב צו פינעף און צוואנציג טויזענט זיצן מיט א גוטע מעגלעכקייט צו קענען מיטהאלטן פון אלע זייטן און שטאקן פונעם היכל

אמת די צייט פאר פסח איז נישט ממש די בעסטע צייט געאייגענט פאר עקסטערע מעמדים אבער די מצב און ארץ הקודש האט גוויזן אז דער מעמד און קאמפיין קען נישט ווארטן נאך אפאר וואכן וואס האט באווויגן די עסקנים אריינצושפרינגן און אהערשטעלן דעם מעמד נאך בעפאר חג הפסח

אצינד און די קימענדיגע וואך גייען די הכנות צום מעמד אדיר אריין און די צווייטע פאזע

לויטן פלאן וועט מען די וואך דינסטאג אנהייבן מיטן מאסיווער טיקעטס פארקויף פאריעקט הינדערטער עסקנים פון וויליאמסבורג בארא פארק קרית יואל מאנסי לעיקוואד און פלעטבוש זענען איינגעשפאנט און די ארבעט צו פארקויפן די טויזענטער בילעטן איינטריט קארטלעך צום מעמד נשגב ספעציעל פאר גרעסערע סכומים אזוי אויך זענען געשטעלט באזינדערע ממונים ראשי עסקנים וואס וועלן זיך אפגעבן בלויז מיט די טיקעטס פארקויף

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » זונטאג מארטש 31, 2019 12:08 am

היינט נאכט איז פארגעקימען אן אסיפת עסקנים און לעיקוואד
ווי די לאקאלע עסקנים פון די בני תורה זענען געזיצן מיט די ראשי עסקנים פון ניו יארק איבערגעגאנגען די דאטעלירטע פלענער פון די מסע הגדולים און דער גולת הכותרת פונעם נסיעה דער כינוס האדיר
ווי עס איז אויסגעארבעט געווארן אז די לאקאלע עסקנים וועלן אנגיין מיט א זעלבשטענדיגע אפעראציע אנצווארעמען און אנצושליסן די טויזענטער בני תורה אינעם קאמפיין און לאזן און גאנג די טיקעטס פארקויף צום מעמד. די לאקאלע לעיקוואד עסקנים וועלן פארפיגן אויף די הכנות צום מעמד נישט בלויז און לעיקוואד נאר וועלן שטיין און שפיץ פון די עסקנים און פלעטבוש סאוט פאלסבורג און באלטימור ארויסצוברענגען די טויזענטער בני תורה צום מעמד אדיר

ווי שוין געשריבן איז ערווארטעט צו ערשיינען די וואך א מכתב פון גדולי ראשי ישיבות פון אמעריקא צום ציבור האלפים בני תורה זיך משתתף זיין צום קאמפיין און ערשיינען צום כינוס האדיר


ויעשו כולם אגודה אחת לחזק חינוך הטהור

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג מארטש 31, 2019 12:13 am

מקען שוין קויפן טיקעטס?
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » זונטאג מארטש 31, 2019 12:27 am

הויעך האט געשריבן:מקען שוין קויפן טיקעטס?

איינער דא געשריבן אז דינסטאג


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט