אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 3:57 pm

בע"ה קלער איך וועגן מאכן די סליוו, איך האב שוין דורך געמאכט אלא 'פרי אפ' פארלאנגען, אבער יעצט שטייענדיג פאר'ן ענדגילטיגן החלטה דאס צו טוהן אדער נישט, האב איך כמה ספיקות וואס עס וואלט מיר גיווען זייער א גרויסע טובה אויב איינער וואס האט שוין דורך געמאכט אזא פראסידשער וואלט מיר געקענט קלאר מאכען מיט דעם.
אדער אפשר קען איינער אנוייזען ווי עס איז באשריבען דא א דיטעילד באריכט פון איינעמס עקספיריענס, בעיקר פון נאך די פראסידשער.

א) שטימט בכלל דער געדאנק, פאר א מענטש וואס איז ברוך ה' געזונט, נישט קיין צוקער, בלוט דרוק וכו' ב"ה, דאס הייסט פאר עכטע געזונטהייט פראבלעמען פעלט דאס נישט אויס, נאר וואס דען, ווי נישט ווי, טוט איבער וואגיגקייט זייער שווער מאכען די טאג טעגליכע אהנגיין, מיט'ן זיין אפגעמוטשעט, נישט אויס געשלאפען, וכו' וכו', בקיצור צום ווייניגסטען, שטערט דאס צום פראדקטיווקייט פונ'ם לעבן, און קען אריינגיין אין די פראבלעם פון האבן זייער א נישט אהנגענעהמע און באקוועמע לעבן, אבער ב"ה אהן קיין עכטע געזונט קאמליקאציעס. איז ריכטיג זיך צו לאזען אפערירען נאר פאר אזעלעכע סיבות.

ב) וואס קען איך ערווארטען אין די תקיפה פון נאך די פראסידשער, דאס הייסט די דורך גאנג תקופה, הן מצד ווי אזוי פיהלט מען, הן מצד ווי אזוי עסט זיך.

ג) וואס קען איך ערווארטען נאך די פראסידשער, אלס לאנג טערמינען אדער לעבנסלענגליכע שינויים הן אין זיך גיט פיהלן, שוואך, קאלט וכו', און הן מיט די שינויים פון סדר האכילה,

און בכלל וואס ווארט מיך דא אפ, און סדר החיים וכו'

אויב איינער קען מיר קלאר מאכען און די נושא, פון זיין עקספיריענס, אדער פון א נאנטע וואס ער האט באגלייט, וואלט דאס גיווען א גרויסע טובה.

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 7:32 pm

ד) ווי אזוי קען איך וויסען צו לויט מיין געוואוינהייט פון עסן, וועל איך מצליח זיין צום סוף די אראפהאלטען די וואג, היות מ'זעהט א גרויס חלק פון די וואס האבן זיך געסליוו'ט, זעעט מען נישט די גרויסע געווינס נאך א תקופה.

ה) פאר וויפיהל פונט לוינט זיך שוין יא/נישט טוהן די פראסידשער.

יישר כחכם

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:13 am

אויב איינער האט עפעס ידיעות ארויסצוהעלפען, ביטע לאזט וויסען, די אינפורמאציא איז זייער נוגע,
ייש"כ

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:20 am

לענ"ד זאלט איר דאס בשום אופן נישט מאכען. אבער פרעגט א גוטע איד.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:25 am

מאי טעמא?

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 12:26 pm

אכהמ"ל
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך טראכט א מינוט » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 12:40 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:אכהמ"ל

ביטע יא מארך זיין אידען ווילען וויסען צו ס'לוינט זיך צו טוען
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 1:07 pm

טראכט א מינוט האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:אכהמ"ל

ביטע יא מארך זיין אידען ווילען וויסען צו ס'לוינט זיך צו טוען

גא"מ לבקשת הנ"ל סאיז מיר אויך נוגע
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:35 pm

עסן עסט זיך האט געשריבן:בע"ה קלער איך וועגן מאכן די סליוו, איך האב שוין דורך געמאכט אלא 'פרי אפ' פארלאנגען, אבער יעצט שטייענדיג פאר'ן ענדגילטיגן החלטה דאס צו טוהן אדער נישט, האב איך כמה ספיקות וואס עס וואלט מיר גיווען זייער א גרויסע טובה אויב איינער וואס האט שוין דורך געמאכט אזא פראסידשער וואלט מיר געקענט קלאר מאכען מיט דעם.
אדער אפשר קען איינער אנוייזען ווי עס איז באשריבען דא א דיטעילד באריכט פון איינעמס עקספיריענס, בעיקר פון נאך די פראסידשער.

א) שטימט בכלל דער געדאנק, פאר א מענטש וואס איז ברוך ה' געזונט, נישט קיין צוקער, בלוט דרוק וכו' ב"ה, דאס הייסט פאר עכטע געזונטהייט פראבלעמען פעלט דאס נישט אויס, נאר וואס דען, ווי נישט ווי, טוט איבער וואגיגקייט זייער שווער מאכען די טאג טעגליכע אהנגיין, מיט'ן זיין אפגעמוטשעט, נישט אויס געשלאפען, וכו' וכו', בקיצור צום ווייניגסטען, שטערט דאס צום פראדקטיווקייט פונ'ם לעבן, און קען אריינגיין אין די פראבלעם פון האבן זייער א נישט אהנגענעהמע און באקוועמע לעבן, אבער ב"ה אהן קיין עכטע געזונט קאמליקאציעס. איז ריכטיג זיך צו לאזען אפערירען נאר פאר אזעלעכע סיבות.

ב) וואס קען איך ערווארטען אין די תקיפה פון נאך די פראסידשער, דאס הייסט די דורך גאנג תקופה, הן מצד ווי אזוי פיהלט מען, הן מצד ווי אזוי עסט זיך.

ג) וואס קען איך ערווארטען נאך די פראסידשער, אלס לאנג טערמינען אדער לעבנסלענגליכע שינויים הן אין זיך גיט פיהלן, שוואך, קאלט וכו', און הן מיט די שינויים פון סדר האכילה,

און בכלל וואס ווארט מיך דא אפ, און סדר החיים וכו'

אויב איינער קען מיר קלאר מאכען און די נושא, פון זיין עקספיריענס, אדער פון א נאנטע וואס ער האט באגלייט, וואלט דאס גיווען א גרויסע טובה.

איך בין ב"ה אדורך די סליוו פאר א קורצע צייט צוריק.
פונקט ווי אייך האב איך געהאט פילע ספיקות פארדעם, כבין ב"ה געזונט און שטארק, אין די נידריגע צוואנציגער יארן, חתונה געהאט מיט קינדערליך ב"ה.
כהאב קיינמאל נישט געליטן פון קיין ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען אבער געווען fed up פון yoyo dieting. כ'גלייב איר קענט אלע רילעיטן... כ'דייעט שטרעעענננגגג כ'פארליר אפאר פונט, at one point פלאצט עס און כ'נעם צו דאפעלט. אז כ'וויל פארלירן דורך שטרענג דייעטן קען איך, אבער סגייט שטאאאט. און פאר די וואס האבן די איבערוואגיקייט גענעטיש ווי מיר, די סעקונדע וואס די גייסט אראפ פונם דייעט, אפילו דו עסט נישט ווער ווייסט וואס, וועסטו צונעמען דאס וואס דו האסט פארלוירן מיט פראצענט... דיע מענטשן ואני בתוכם זוכן א מיטל צו טוישן די גאנצע עסן - דייעט מהלך. די סליוו איז א וואונדערבארע solution, א מתנה פון הימל.
כהאב אסאך פון משפחה וואס האבן עס געטון און מיך געשטופט דערצו. כהאלט בלויז עטליכע וואכן נאכדעם, נאכנישט פארלוירן דעיע הונדרעט פונט (איבער דרייסיג יא, ב"ה) אבער כ'קען זיי נישט גענוג דאנקבאר זיין. סשפירט זיך ווי א נייע מענטש פון day 1!
איך וועל אייך פרובירן צו ענטפערן:
א) איר פרעגט אויב ס'שטימט אז מ'זאל זיך לאזן אפערירן אן אמת'ע געזונטהייט סיבות. - ב"ה די קאמפליקאציעס זענען (נאך) נישט דא, אבער ס'נישט קיין ספק אז ס'קומט נאך, ובפרט אין די עלטערע יארן ווען ס'איז אסאך שווערער צו פארלירן וואג. זייט א רואה את הנולד! ווארט נישט ביז די פראבלעמען קומען אייך קלאפן אין טיר!! פרעגט אייך אליין כבין יעצט געזונט און פריש, כ'האב דיע אישו מיט א מעגליכקייט צו עס לעזן בעז"ה, שטימט עס צו ווארטן אז עפעס זאל ח"ו פאסירן צו זיך נעמען אין די הענט אריין?
ב) די פראסידשער אליינס נעמט נישט לאנג, רוב מאל האלטן זיי איבערנאכט, ס'ווענדט זיך ווי א שפיטאל. בעיקר ווילן זיי מאכן זיכער מ'קען וואקן, נוצן די ביה"כ, און צום לעצט פארן אהיימשיקן וועלן זיי מאכן זיכער אז איר קענט טרונקן 16 אונסעס אין 4 שעה.
די ערשטע פאר טעג וועט איר פילן שוואך, gasy, איר וועט דארפן רוען פאר א פאר טעג. געווענטליך נאך א וואך איז מען fully ok, און נאך צוויי וואכן אינגאנצן צוריק צום אלטן.
די ערשטע דריי וואכן איז נאר טרונקן. Don't worry איר וועט נישט דארפן קיין עסן די ערשטע צוויי וואכן. סאיז דא מענטשן וואס קענען פארנעמען מער, הייבן זיי אן מיט די pureed אין וואך 3.
די protocal איז וואך טרונקען ביז 4 וואכן, pueed ביז אכט וואכן. אבער סאיז each to their own...
כ'האב געהאט געפרעגט מיין דר. נאר עסן pureed פאר אכט וואכן? זאגט ער קענסט עס אליינס מאכן אין די מויל מיט יעדע עסן...
איר וועט זען וויאזוי איר פילט דערוועגן נאך סערדשערי בע"ה און וואס איר קענט פארנעמען... די עיקר איז צו אנהאלטן די קליינע פארציעס long term ווען איר קענט שוין געהעריג עסן, דעמאלטס ווערט עס שוין אביסל challenging נישט צו צוריק אויסציען די מאגן.
ג) איך בין עס אדורך אויף מיין אייגענע הויט א קורצע צייט צוריק, אבער כ'ווייס פון פילע אנדערע און נאנטע משפחה ווי כ'האב אליינס מיטגעהאלטן און ציגעזען -האנעסטלי, ס'קען ברענגען minor side effects like gas, heartburns etc (קאלטקייט שפירט מען געווענליך נאר די ערשטע פאר וואכן וואס איז אדאנק די נישט עסן. סאיז דא אסאך וויטאמינען ווי iron etc וואס העלפט פאר דעם) מאכט זיכער אויסצופרעגן אייער דר. דערוועגן. נישטא וואס צו רעדן, דערווייל מוטשע איך מיט די heartburns אבער דאס איז א קליינע פרייז צו צאלן פאר די געוואלדיגע געוואלדיגע שינויים! איך שפיר מיך אסאך בעסער, פרישער, און געזונטער. כ'האלט ביי פינף און דרייסיג פונט אראפ, סשפירט זיך שוין ווי אן אנדערע מענטש, כהאף צו פארלירן נאך א הונדרעטער בע"ה.
ד) כולו עלמה מודה אז נאך די ערשטע 2 יאר, נאכ'ן האפענטליך אראפגעטראסקעט פונטן און ס'שוין מעגליך נאכצוגעבן א תאווה צו עסן "ווי סדארף צזיין" דעמאלטס איז די קונץ צו מעינטעינען די נייע לייף סטייל.
ס'דארף זיין א פעסטע החלטה פון אייער זייט אז איר זענט גרייט זיך צו טוישן. ס'קוקט אויס depriving כוועל שוין נישט קענען האבן א גראבן בעיגעל אדער גוט שטיקל סטעיק לעולם ועד? - וועסט קענען, וועסט קענען, נישט אין די ערשטע פאר חדשים (וועסט עס נישט דארפן דעמאלטס) אבער מיט א מאס וועסטו בע"ה שפעטער האבן.
ה) איר וועט מיך מוחל זיין אבער די קשיא פארשטיי איך נישט. אז איר ווערט approved פארדעם דארפט איר עס. אייער וואג יעצט איז לכאורה נישט די זעלבע פון 10 יאר צוריק, און אפילו איר זענט מצליח יעצט צו פארלירן א גרויסע נומבער דארפט איר גרויס רחמי שמים צו בלייבן ערגעץ נאנט צו האלב אין 10 יאר ארום. מאכט אייך א חשבון, אין די לעצטע 5 יאר האט איר צוגענומען לעטס סעי 50 פונט? אין 5 יאר ארום נאך 50? אין 10 יאר ארום ווילט איר זיך זען 100+?
לאמיר זיך נישט נארן, אן איבערוואגיגער האט דיע נאטור און גייט בדרך הטבע בלייבן מיט דיע נאטור חוץ אויב ער טוט עפעס דראסטיש ווי די סליוו. איך האב געטראכט צו מיר, פון ווען איך בין 9 יאר אלט struggle איך מיט דייעטינג. כהאב געהאט בעסערע און שווערערע צייטן. פארוואס זאל איך מיך ווייטער אפמוטשענען פאר לייף??? פלאגן מיט כמה דייעטס, פארלירן וואג, צוריקנעמען אמאל נאר אביסל און אמאל אפילו מער וואס כהאב פארלוירן, וגלגל החוזר.
. Weight lost thru dieting is a TEMPERARY thing, the perminent solution would be surgery...
ס'גייען אלעמאל זיין דיע וואס גייען דיך אפרעדן און 'דיסקארעדשן', צו 'ענקארעדשן' "דו!? בוזט נישט אזוי גראב! קוקסט אויס אזוי גוט בוזט משוגע? לאז איבער די מעסער פאר די עלעפאנטן..." - געדענק, א הויז ווילסטו אויך נישט זיין, און נישט צוקומען צו די "עלעפאנט" פאזישן. בקיצור מ'געט אייך א געלעגנהייט מעולם העליון און מעולם התחתון, go for it!!!
קול מבשר האט געהאט א העכסט באלערנדע אינטערוויו פראגראם פארגאנגענע חוה"מ סוכות פון 10 מענטשן וואס האבן זיך גע'בענד/גע'סליווט. איך בין נישט זיכער וועלכע # ס'איז, אדרבה וואלד בי עפרישיעיטעד אויב איינער קען אריינקומען מיט די אינפא.
איך האף דעיס געבט א שטיקל פערספעקטיוו אויף די נושא, כ'בין דא צו ענפערן עני קוועסטשענס יו מעי העוו. הצלחה רבה!

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:44 pm

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
עסן עסט זיך האט געשריבן:!

יישר כח ווי מיינסטו!
זייער גוט און קלאר אראפגעלייגט

איין זאך נאר וואס כ'האב מיטגעהאלטן ביי נאנטע וואס זענען עס דורך, אז ס'לוינט זיך זייער שטארק גלייך נאכן אפעראציע צו נישט זיין קיין patient און בלייבן ליגן אין בעט נאכגעלאזט און שוואך, נאר מיט א מורא'דיגע עקשנות פרובירן צו אנהייבן ארומוואקן און זיך רירן ווי מער, ווי נאר מ'קען עס שוין אביסל טוהן.
ס'איז טאקע זייער שווער אין אנהייב, אבער אין דעם ווענדט זיך זייער שטארק די ריקאווערי, און ווי שנעלער מ'הייבט אן זיך צו באוועגן און ארומשפאצירן אלץ שנעלער וועט מען זיך אויסהיילען.
---

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:55 pm

סאיז א הלכהדיגע שאלה צו מען מעג זיך אריינלייגען בחשש סכנה פאר נישט א חשש סכנה, ליידער ווייס איך פילע אידען וואס האבען געליטען שווערע סייד עפעקטס פון דעם סליוו עטליכע וואס זענען כמעט געווען אויף יענע וועלט און איינע וואס איז שנעל אנגעקומען אויף יענע וועלט. אויב זענט איר נישט און א מצב סכנה איז לכאורה נישט דא קיין היתר זיך אריינצולייגען און א מצב סכנה.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:09 pm

יישר כחכם ר' ווי מיינסטו גייסטו, פאר'ן מיטטיילען אייער פערזענליכע עקספיריענס, זייער גוט און קלארע אינפארמאציע.

איך נעם אהן די פארשלאג אויף די אנדערע שאלות וואס איך האב נאך צו פרעגן בהמשך, ייש"כ.

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:12 pm

לכבוד הרב טייטלבוים שליט"א

די שאלה איז צו די אלע "פילע אידען" וואס איר קענט וואס האבן גיהאט ערנסטע פראבלעמן, צו איז דאס טאקע פון די סליוו אפאראציע, אדער די אלטע וועג פון סטעפלען וכו' אדער אפילו די 'בענד'?

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך nishtkushe » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:17 pm

איך האב געמאכט די סליוו.

פון איין זייט איז עס זייער גיט, שוין איבער דריי יאר. עס איז שווער יעצט זיך צו האלטן, עס איז נישט גרינג.

מיין עיקר פראבלעמן...

1. פון א גבור בין איך געווארן א פליג, איך קען שווער אויפהייבן א גרויסע רענצל.

2. מיין, ציין, און נאכאמאל ציין.ַנישט קיין חילוק וויפיל די ציין לאבי וויל דיך איינרעדן אז אלעס ליגט אין פיצען די ציין מיט הייליגע טוט פעיסט, איז עס נישט אמת. עס האט זייער אסאך צו טוהן מיט נוטרישען, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט פון קיין לעכער, יעצט האב איך לעכער לרוב, איעדן מאנטאג און דאנערשטאג. וויטאמינען העלפן נישט ווייל די מאגן ברויך העלפן עבסארבן די נוטרישען, איך בין זיכער עס האט אפעקט אויף אנדערע זאכן אויסער די ציין, נאר דא קען איך עס שפירן יעדען טאג.

3. איך קאן נישט עסן קיין נארמאלע סעודה, איך ווער פול שנעל.

4. געוויסע זאכן האבן באקומען אן אנדערע טעם, זייער ווייניג זאכן ב"ה.

5. מען קען נישט טרינקען קיין סאדע עס איז פעינפול, נאך יעצט כמעט 4 יאר שפעטער.

מעלות......

ווי הייב איך אן? געווארן א נארמאלע מענטש, איך דארף מער נישט קייו סיט בעלט עקסטענדערס אויפן פליגעק, איך קאן מיך רירען, לויפן, קומען.....

איז עס ווערט??? איי געס יא....

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך טראכט א מינוט » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:21 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סאיז א הלכהדיגע שאלה צו מען מעג זיך אריינלייגען בחשש סכנה פאר נישט א חשש סכנה, ליידער ווייס איך פילע אידען וואס האבען געליטען שווערע סייד עפעקטס פון דעם סליוו עטליכע וואס זענען כמעט געווען אויף יענע וועלט און איינע וואס איז שנעל אנגעקומען אויף יענע וועלט. אויב זענט איר נישט און א מצב סכנה איז לכאורה נישט דא קיין היתר זיך אריינצולייגען און א מצב סכנה.

הרב טייטילבוים אז איר קענט נישט טרעפן א היתר האב איך מורא אז איר קענט נישט ווערן מרא דאתרא דא.....
איך האב עס דורך געשמיסט מיט מיין רב און ער האט מיר זייער צוגעשטופט איך זאל עס יא מאכן
איך האב אמאל געמיינט אז... ווער ס'האט שכל טראכט (קרעדיט: מאטי אילאוויטש)

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:35 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
עסן עסט זיך האט געשריבן:!

יישר כח ווי מיינסטו!
זייער גוט און קלאר אראפגעלייגט

איין זאך נאר וואס כ'האב מיטגעהאלטן ביי נאנטע וואס זענען עס דורך, אז ס'לוינט זיך זייער שטארק גלייך נאכן אפעראציע צו נישט זיין קיין patient און בלייבן ליגן אין בעט נאכגעלאזט און שוואך, נאר מיט א מורא'דיגע עקשנות פרובירן צו אנהייבן ארומוואקן און זיך רירן ווי מער, ווי נאר מ'קען עס שוין אביסל טוהן.
ס'איז טאקע זייער שווער אין אנהייב, אבער אין דעם ווענדט זיך זייער שטארק די ריקאווערי, און ווי שנעלער מ'הייבט אן זיך צו באוועגן און ארומשפאצירן אלץ שנעלער וועט מען זיך אויסהיילען.

1000% גערעכט. נאך אין שפיטאל גלייך נאכדעם האב איך ארומשפאצירט 10 מינוט יעדן שעה.

אורות
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 12:49 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך אורות » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:49 pm

איך האב געהאלטן ממש פארן מאכן די סליוו נאכן דארעך גיין די גאנצע 6 חדשים מיט אפוינטמענטס, בין איך געגאנגען נעמען א ברכה פין איינער פין די גדולי ישראל וואס איז אוועק אפאר יאר צוריק, אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום, זאגט מיר די גדול זאלסט נישט מאכן די סליוו, פרעג איך עם וואס זאל איך טיען די דאקטוירים זאגן אז איך מיז פארלירן וואג, זאגט ער מיר מ'מאכט צי די מויל אין מעסט נערמאל. אגב דע גדול האט זיך גיט אויס געקענט מיט רפואה ענינים.
ווען א חסיד געט א שפרינג דארט אין הימל בעט א קלינג דער באשעפער שיקט אראפ אורות

צווילינג
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 10:24 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך צווילינג » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 4:57 pm

איך פערסאנעל האב געמאכט די סליוו איך האב ברוך השם א מעסיו גוטע עקספיריענס די פעין איז יעדי מענטש אנדערש איך האב פארלוירן ברוך השם אריבער 150 פונט שוין צוויי יער ברוך השם איך בין א אנדערע מענטש איך בין געווען צוריק ביי די ארבעט נאך יענע וואך

פאר מער אינפארמעישען סיטי אין אישי

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 5:03 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
עסן עסט זיך האט געשריבן:

סאיז א הלכהדיגע שאלה צו מען מעג זיך אריינלייגען בחשש סכנה פאר נישט א חשש סכנה, ליידער ווייס איך פילע אידען וואס האבען געליטען שווערע סייד עפעקטס פון דעם סליוו עטליכע וואס זענען כמעט געווען אויף יענע וועלט און איינע וואס איז שנעל אנגעקומען אויף יענע וועלט. אויב זענט איר נישט און א מצב סכנה איז לכאורה נישט דא קיין היתר זיך אריינצולייגען און א מצב סכנה.

ס'איז זיכער אז מ'דארף אנפרעגן דעת תורה פאר'ן איינגיין אויף דעם. די שאנסן זענען קלענער פון 1% ווי איר זעהט אליינס פאר איר חתמט. די באטראפענע וואס איר רעדט פין האבן זיכער געהאט געזונטהייט קאמפליקאציעס. א געזונטע מענטש געשעהט גארנישט בדרך הטבע. אדרבה שמועסט עס אויס מיט אייער דר. און שפיטאל.
בדרך אגב שטארקע איבערוואגיגקייט איז מער פון "חשש" סכנה. (אין די US קען מען זיך נאר סליוון דורך insurance וואס זיי אפראווען נאר אויב מ'איז שטארק איבערוואגיג)

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 5:20 pm

עסן עסט זיך האט געשריבן:לכבוד הרב טייטלבוים שליט"א

די שאלה איז צו די אלע "פילע אידען" וואס איר קענט וואס האבן גיהאט ערנסטע פראבלעמן, צו איז דאס טאקע פון די סליוו אפאראציע, אדער די אלטע וועג פון סטעפלען וכו' אדער אפילו די 'בענד'?

סליוו
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 5:21 pm

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
עסן עסט זיך האט געשריבן:

סאיז א הלכהדיגע שאלה צו מען מעג זיך אריינלייגען בחשש סכנה פאר נישט א חשש סכנה, ליידער ווייס איך פילע אידען וואס האבען געליטען שווערע סייד עפעקטס פון דעם סליוו עטליכע וואס זענען כמעט געווען אויף יענע וועלט און איינע וואס איז שנעל אנגעקומען אויף יענע וועלט. אויב זענט איר נישט און א מצב סכנה איז לכאורה נישט דא קיין היתר זיך אריינצולייגען און א מצב סכנה.

ס'איז זיכער אז מ'דארף אנפרעגן דעת תורה פאר'ן איינגיין אויף דעם. די שאנסן זענען קלענער פון 1% ווי איר זעהט אליינס פאר איר חתמט. די באטראפענע וואס איר רעדט פין האבן זיכער געהאט געזונטהייט קאמפליקאציעס. א געזונטע מענטש געשעהט גארנישט בדרך הטבע. אדרבה שמועסט עס אויס מיט אייער דר. און שפיטאל.
בדרך אגב שטארקע איבערוואגיגקייט איז מער פון "חשש" סכנה. (אין די US קען מען זיך נאר סליוון דורך insurance וואס זיי אפראווען נאר אויב מ'איז שטארק איבערוואגיג)

זיכער געהאט? איר שטעלט זיך פאר. ניין זיי האבען נישט געהאט. אבער איך קען נישט מאריך זיין.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 5:24 pm

nishtkushe האט געשריבן: וויטאמינען העלפן נישט ווייל די מאגן ברויך העלפן עבסארבן די נוטרישען, איך בין זיכער עס האט אפעקט אויף אנדערע זאכן אויסער די ציין, נאר דא קען איך עס שפירן יעדען טאג.
.

יא דאס איז א גרויסע פראבלעם וואס האט שוין געברענגט מענטשען צו פיקוח נפש מצבים, און די דאקטורים ווילען דאס נישט צושרייבען אלטס א סייד אפעקט.

ווי אויך אויב איינער האט ח"ו אן אן עקספלענט פראבלעם נאכדעם ווילען זיי עס נישט צושרייבען, וואס הגם די אן עקספלענט מעלות שרייבען זיי יא צו.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 5:25 pm

טראכט א מינוט האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סאיז א הלכהדיגע שאלה צו מען מעג זיך אריינלייגען בחשש סכנה פאר נישט א חשש סכנה, ליידער ווייס איך פילע אידען וואס האבען געליטען שווערע סייד עפעקטס פון דעם סליוו עטליכע וואס זענען כמעט געווען אויף יענע וועלט און איינע וואס איז שנעל אנגעקומען אויף יענע וועלט. אויב זענט איר נישט און א מצב סכנה איז לכאורה נישט דא קיין היתר זיך אריינצולייגען און א מצב סכנה.

הרב טייטילבוים אז איר קענט נישט טרעפן א היתר האב איך מורא אז איר קענט נישט ווערן מרא דאתרא דא.....
איך האב עס דורך געשמיסט מיט מיין רב און ער האט מיר זייער צוגעשטופט איך זאל עס יא מאכן

אויב איך קען ראטעווען איין אידיש נפש, מיט'ען נישט זיין רב איז אלעס כדאיץ
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 6:39 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סאיז א הלכהדיגע שאלה צו מען מעג זיך אריינלייגען בחשש סכנה פאר נישט א חשש סכנה, ליידער ווייס איך פילע אידען וואס האבען געליטען שווערע סייד עפעקטס פון דעם סליוו עטליכע וואס זענען כמעט געווען אויף יענע וועלט און איינע וואס איז שנעל אנגעקומען אויף יענע וועלט. אויב זענט איר נישט און א מצב סכנה איז לכאורה נישט דא קיין היתר זיך אריינצולייגען און א מצב סכנה.

הרב טייטילבוים אז איר קענט נישט טרעפן א היתר האב איך מורא אז איר קענט נישט ווערן מרא דאתרא דא.....
איך האב עס דורך געשמיסט מיט מיין רב און ער האט מיר זייער צוגעשטופט איך זאל עס יא מאכן

אויב איך קען ראטעווען איין אידיש נפש, מיט'ען נישט זיין רב איז אלעס כדאיץ

האב איך גערעדט צי געניג רבנים אין צי די אלע רפואה ארגענעזעישנס אין יעדער פה אחד האט געזאגט אז מ'זאל עס מאכן אין נישטא פין וואס מורא צי האבן

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג אוגוסט 07, 2020 6:49 pm

נקודה למחשבה

צוויי פונט א יאר איז נאך 30 יאר זעכציג פונט איבערוואג...
חמירא סכנתא מסירה

סאיז נישטא קיין פראבלעם וואס די גאווערמענט קען נישט מאכן ערגער

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט