אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך קענטעלאופ » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:00 pm

האט איינער וואס איז אדורך א סליוו פראבלעמען מיט ריפלאקס אז די עסן קומט ארויף בשעת'ן שלאפן?

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך nishtkushe » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:12 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:האט איינער וואס איז אדורך א סליוו פראבלעמען מיט ריפלאקס אז די עסן קומט ארויף בשעת'ן שלאפן?

געהאט דעם פראבלעם.
עס נישט קיין זיסווארג אדער אייסעס פארן שלאפן, בדוק ומנוסה.

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

תגובהדורך עסן עסט זיך » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 3:21 pm

יישר כח פאר אלע מגיבים, הן די וואס זענען ווארעם פאר די געדאנק, און הן פון די וואס זענען קאלט דערצו, אדער פייערדיג אנטקעגען, זייער זייער נוצבארע שטאנדפונקטען צו באטראכטען,

וואס בלייבט למעשה די סך הכל טשענס פון סוקסעס,

דאס הייסט, לאמיר זאגן אז א געוויסע פרצענט וואס לאזט זיך אפערירען באקומען צוריק זייער וואג נאך אפאהר יאהר, פון וויפיהל פרצענט רעדט מען, [מ'רעדט נישט פון די ערשטע צווי יאהר, אבער ווי איך קוק מיך איהם זעהט א קענטיגע חלק פון די וואס האבן זיך גע'סליוו'ט, זענען נאך עטליכע יאהר, צוריק צום אלטען],

פון די אלע וואס זענען געבליבען מיט זייער נייער וואג, איז פון זיי אויך דא א חלק וואס זענען נישט געבליבען מיט די אריגינעלע פארלוסט פון 80-100 פונט, נאר מיט א "קנאפע" 40-50,

איז בסך הכל, וואס זענען די טשענסעס צו זיין א געווינער דא, לעומת די חסרונות פון, זיך לאזען שניידען, האבן פראבלעמין מיט נישט גענוג נוטרישען וכו' וואס מאכט זיך דא דארט?

און בכלל, קען איינער אפיר ברענגען עכטע ריפארטס פון יודען וואס זענען ציוושען פינף און צען יאהר נאך די אפעראציא, ווי אזוי זייער הצלחה איז, און וואס זענען די שוועריגקייטען דאס אראפצוהעלטען אין מעינטנענס וכו'?

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re:

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 3:25 pm

עסן עסט זיך האט געשריבן:

איך ווייס נישט דעם ענטפער אויף אייערע שאלות, אבער דאס ווייס איך יא אז איר וועט דארפן טוישן אייער ניק אויב באשליסט איר זיך צו סליוון..
ס'וועט זיך שוין גארנישט אזוי גרינג עסן דעמאלטס...
---

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:10 pm

נאך 2 יאר איז מען צירוק אין פלעי. די זעלבע אלטע מלחמה איז דא צירוק
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

עסן עסט זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך עסן עסט זיך » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 9:11 am

maybeeynot האט געשריבן:נאך 2 יאר איז מען צירוק אין פלעי. די זעלבע אלטע מלחמה איז דא צירוק


ר' מעיבי-נאט, איר רעדט פון אייגענע ערפאהרונג, אדער פון ריסערטש, לפי אייערע שאלות פון די מאנאט פעבער די יאהר, האט איר לכאורה נישט א יאהר אויף די אייגענע עקספיריענס,

צוויטענס, איז לכאורה ריכטיג וואס אנדערע מערקן אהן, אז נאך די סליוו איז די מלחמה אזא סארט וואס מ'קען לייכט געווינען, נישט אזוי ווי ווען מען האט אן אפעטיט פון א 300+ פונטיגע פארדייע מאשין

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3598
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 2:21 pm

עסן עסט זיך האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:נאך 2 יאר איז מען צירוק אין פלעי. די זעלבע אלטע מלחמה איז דא צירוק


ר' מעיבי-נאט, איר רעדט פון אייגענע ערפאהרונג, אדער פון ריסערטש, לפי אייערע שאלות פון די מאנאט פעבער די יאהר, האט איר לכאורה נישט א יאהר אויף די אייגענע עקספיריענס,

צוויטענס, איז לכאורה ריכטיג וואס אנדערע מערקן אהן, אז נאך די סליוו איז די מלחמה אזא סארט וואס מ'קען לייכט געווינען, נישט אזוי ווי ווען מען האט אן אפעטיט פון א 300+ פונטיגע פארדייע מאשין

איך האב 2 קרובים וואס האבן שיין צירוק גענומען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 2:35 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:האט איינער וואס איז אדורך א סליוו פראבלעמען מיט ריפלאקס אז די עסן קומט ארויף בשעת'ן שלאפן?


איך האב געהאט א פראבלעם פון ריפלאקס, איך האב געבעטן מיין דאקטער זאל מיר פרעסקרייבן 40MG Omeprazole וואס מ'נעמט צופרי און זייט איך נעם דעם האב איך נישט קיין פראבלעם ב"ה.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט