די קערפער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

די קערפער

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך יולי 22, 2020 6:59 pm

ברוכים הבאים צום געזונטהייט ידיעות ווינקל

בעזר השם גיי איך טרייען דא צו באשרייבן ידיעות פונעם קערפער די אברים ווייטעמינס און דייעטס

איך גיי נישט שרייבן אין א סדר
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: די קערפער

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך יולי 22, 2020 7:01 pm

וואס איז קעלעריס

מענטשן מיינען אז קעלעריס האט צו טוהן מיט עסן און טרינקען אבער עכט איז די אפטייטש פון קעלערי א יוניט אין ענערגיע יעדע זאך וואס האט ענערגיע האט קעלעריס למשל אין איין קג' קויל איז דא זיבן מיליאן קעלעריס
נאך א קליינעקייט סאיז דא צוויי קעלעריס איינס איז א קליינע קעלערי און איינס איז א גרויסע קעלערי אונז רעכנען נאר די גרויסע און ווען מען שרייבט אז די זאך האט למשל הינדערט קעלעריס מיינט עס אז סהאט הינדערט טויזענט קליינע קעלעריס אין יעדע גרויסע איז דא טויזענט קליינע
ביי עסן מיינט עס דעס וויפל יוניטס פון ענערגיע האט די עסן אדער טרינקן פאר די מענטש
די מענטש דארף האבן ענערגיע צו קענען לעבן אנדעים וואלט א מענטש זיך נישט גערירט און געשטארבן
די סכום וויפל א מענטש דארף האבן איז אין אמעריקע מענער צווישן 2500 און 3000 פרויען צווישן 2000 און 2500 ווענט זיך ווי הויך געזינט די מענטש איז און ווי שטארק די מענטשן'ס סיסטעם וואס פארברענט די ענערגיע איז
נאכדעם איז דא א זאך ווי ליידיגע קעלעריס וואס דעיס מיינט אז ספעלט די חלק וואס מאכט אז סזאל קענען ווערן ענערגיע פארן מענטש אזויווי ביי געז לייגט מען אריין געוויסע קעמיקליס אז סזאל גוט ארבעטן און אנדעם וואלט עס נישט גארבעט אפילו געז אליינס איז א מין ענערגיע אבער כדי סזאל ארויס קומען די ענערגיע דארפסטו האבן נאך עפעס ביי עסן איז עס פייבער אייזן ווייטעמינס און אנטיאקסעדינטס
א שטיקעל ליסטע פון עסן און טרינקען מיט די מערסטע ליידיגע קעלעריס
-אייז קריעם-דאונאטס-קעק-קאקיס-פיצא-ענערגיע דרינקס-טשיז-ספארט דרינקס-פרוט דרינקס-ריב-סאדע-
אין אמעריקע טרינקט מער ווי האלב איינוואונער כאטש איין טרינקען וואס האט נאר ליידיגע קעלעריס יעדען טאג
אויב די זעהסט ווען די ביסט אויף א דייעט און סגייט נישט אזוי גוט קוק צו די עסט אדער טרינקסט איינע פון די זאכן
און אויך אויב די גייסט אויף א דייעט וואס מען ציילט וויפל קעלעריס מען עסט א טאג זאלסטו נישט רעכענען די ליידיגע קעלעריס אויב יא קען מען ווערן שוואך און קראנק ח"ו
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: די קערפער

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך יולי 22, 2020 7:02 pm

טאטעל פעט און באדי פעט וואס איז די חילוק


פשוט איז אז טאטעל פעט איז וואס די גוף נעמט אריין פון עסן און באדי פעט איז די פעטנס וואס די גוף לייגט אוועק פאר געוויסע צייטן ווי ווען מפאסט אדער צו באשיצן קעלט
לאמיר עס מסביר זיין אביסעל בעסער
די גוף דארף האבן פעטנס פאר ענערגיע סאיז א שטארקע קוואל פאר קעלעריס מער פון קארבס און פראוטין צוזאמען פעטס שטעלט צו 9 קעלעריס פער גראם ווען קארבס און פראוטין שטעלט נאר צו 4 קעלעריס פער גראם יעדע עקסטער נאכדעם אויך פאר די פלאזמע צעלס און אויך פאר די טושי פונעם גוף וואס יענע פעט הייסט ווי מיר האבן שוין געשריבן באדי פעט סאיז דא אפאר מינע פעטנס אין עסן געזונטע און נישט געזונטע ווען מיר ליינען די לעבעל אויף א עסן און סשטייט דארט אז די טאטעל פעט איז אזויפיל און אזויפיל מיינט עס אלע מינע צוזאמען
און וויבאלד סאיז אזא שטארקע קוואל פאר קעלעריס קען זיך טאקע מאכן אז מזאל עסן מער ווי מדארף
די געזונטע פעט הייסט סעטשוריעטעט פעט וואס דעס קומט פון פלייש און פיטער און אויך פון קאקענאט אדער פאלם אויל אבער סאיז אביסעל אנדערש די פעטנס
נאכדעם איז דא די נישט געזונטע וואס הייסט טרענס פעט וואס דעס איז וואס די קאמפעני מאכט אויף די ליסט הייסט עס partially-hydrogenated אדער hydrogenated וואס דעס האט נישט קיין שום בענעפיטס נאר פארקערט סאיז געמאכט צו האלטן פריש געוויסע עסן
נאכדעם איז דא נאך א געזינטע פעט מיטן נאמען Monounsaturated פעטנס וואס דעס קומט פון געפלאנצטע זאכן ווי אליוויס ניסלעך און אוואקאדס געווענלך וועלן זיי זיין א רינידיגע פעטנס און אויך זענען זיי גוט צו נידירען די נישט גוטע קאלעסטעראול וואס קען קומען פון צופיל גוטע סעטשוריעטעט פעט אדער פון טרענס פעט די דאקטוירעם זאגן טאקע אז מען זאל מער ניצן די ווי די אנדערע ווען מעגלך
נאכדעם איז נאך א מינע געזונטע פעט וואס ווערט אנגעריפן Polyunsaturated אדער און קורצן PUFAsוואס דעס איז די אמעגו 3 און 6 די דאקטוירעם זאגן אז כאטש צווישן 3 און 10 פארצענט פונעם טעגליכן סכום קעלעריס זאל קומען פון די פעט מקען עס באקומען פון טונא סארדינס סעלמען פיש און אויך פון וועלנוטס אדער טשי סידס
מענטשן ביי דייעטס טוהן זיי ארויס שניידן די פעטנס צוליב די קוואל פון אסאך קעלעריס מער פון קארבס אבער ווי מיר וועלן שפעטער זעהן איז עס איינע פון די מיסטעקס ביי דייעטס
איינע פון די מעלות פון עסן זאכן וואס האבן אסאך פעטס איז סמאכט מער זאט אז מען דארף עסן וויינעגער קעלעריס
די סכום וויפל מדארף עסן זאגן די דאקטוירעם אז סזאל זיין נישט מער פון דרייסאג פארצענט פון די טעגליכע סכום קעלעריס וואס מען נעמט אריין למשל אויב מען עסט 1600 קעלעריס זאל זיין די סכום 53 גראם פון פעט וואס איז בערך 30 פארצענט 53*10=530יעצט 530*3=1590 און אזוי ווייטער
אבער נישט פארגעסן אז מען רעדט דא פון די געזינטע נישט פון טרענס פעט
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

נעה
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: די קערפער

תגובהדורך נעה » מיטוואך יולי 29, 2020 2:54 am

גאנץ אינטערסאנט ווען קומט נאך
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט