בראך - עצות, הילף

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

בראך - עצות, הילף

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג יוני 08, 2020 11:57 pm

א בראך ליידענדער זיכט הילף
באטייליגט ענקער דורכגאנג צו העלפן אנדערע
העבר אין, העתיד עדיין, ההווה כהרף עין.... דאגה מנין???

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך יש בו » דינסטאג יוני 09, 2020 12:01 am

פרעזידענט האט געשריבן:א בראך ליידענדער זיכט הילף
באטייליגט ענקער דורכגאנג צו העלפן אנדערע

וועלכע סארט בראך?

פיזיקל? עמאשינל?
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג יוני 09, 2020 9:14 am

יש בו האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:א בראך ליידענדער זיכט הילף
באטייליגט ענקער דורכגאנג צו העלפן אנדערע

וועלכע סארט בראך?

פיזיקל? עמאשינל?


זיס געפרעגט..

Hernia
איז א פיזיקעל בראך, אין די פעלד איז גאנץ פארנעפלט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן
העבר אין, העתיד עדיין, ההווה כהרף עין.... דאגה מנין???

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 9:16 am

סאיז דאך א קליינע גרינגע אפעראציע
ווייס איך אסאך וואס האבן שוין געטון און שלום על הבראך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3416
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך יש בו » דינסטאג יוני 09, 2020 12:44 pm

איינס האט געשריבן:סאיז דאך א קליינע גרינגע אפעראציע
ווייס איך אסאך וואס האבן שוין געטון און שלום על הבראך.

ס׳איז דא אין די אליין עטליכע סארט בראכן

די וואס זענען זשאסט א לעכל ביזטו גערעכט,

אבער ס׳איז אויך דא אן א לעכל, וס׳שווער צו מאריך זיין אין דעם,

זאל דער פוה״א ביטע ארויסקומען מער ספעציפיש וואס זיין ענין איז
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך Amazing » דינסטאג יוני 09, 2020 12:52 pm

עס איז דא 2 סארטן אפעראציעס

1) די אלטע וועג וואס מען שניידט אויף געהעריג

2) די נייע מהלך מען מאכט א פיצל שנידט און מען בלאזט אוחפ די בויך מיט גאז און אזוי ארבייט מען ארום (דאס האב איך געהאט אויך) נאך די אפעראציע נעמט צייט ביז מען קומט צו זיך ווייל די גאז מאכט יסורים
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
איינס
שר שמונת אלפים
תגובות: 8151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך איינס » דינסטאג יוני 09, 2020 12:54 pm

די יסורי איוב פונעם בראך שטייט גארנישט בעסער פון די נאכווייען

איך האב וואונדערליך איבערגעלעבט נאכן שוין ליגן אויפן אפעראציע טישל, ביים סוף האט מען גארנישט געטון, וירדתי כלעומת שבאתי און אלעס איז אוועק.
אבער איך שטעל מיר פאר אז די געז נאכווייען איז גארנישט קעגן די יסורי איוב פון דעם בראך אליינס...
אאוטש, מיין בויך רייסט מיר נאר פון זיך דעמאנען.

_ _

יעצט כאפ איך אז איך מאך א טעות איך האב גערעדט פון א פענדיק,

עני וועי לענין הבראך איז היינט אויך א גרינגע קורצע אפעראציע..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך אור » דינסטאג יוני 09, 2020 1:01 pm

סאיז דא א פאסיק וואס מען קען אנטוהן אויף דערווייל אוועקצונעמנען די ווייטאג

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג יוני 09, 2020 1:15 pm

אור האט געשריבן:סאיז דא א פאסיק וואס מען קען אנטוהן אויף דערווייל אוועקצונעמנען די ווייטאג

מ'האמיר געהאט א בראך, מיט א בראך סערשדזרי ב"ה.
איך האב ארופ געשלעפט אפאר יאר ביזן סערשדזרי מיט א בראך בענדל, עכ"כ אז איך האב שוין נישט געפילט נישט דעם בראך און נישט דעם פאסיג.
-
די סערשדזרי איז גאר א גרינגע בסייעתא דשמיא, מען ווערט באפרייט פון שפיטאהל נאך אינעם זעלבן טאג.
רפואה שלימה

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך חלה » דינסטאג יוני 09, 2020 1:26 pm

[/quote]
די סערשדזרי איז גאר א גרינגע בסייעתא דשמיא, מען ווערט באפרייט פון שפיטאהל נאך אינעם זעלבן טאג.
רפואה שלימה[/quote]

yoel2124441100
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג יוני 09, 2020 1:29 pm

זײער װיכטיג נישט ארומצוגײן אפּאר טעג נאכן אפּעראציע,ס׳גײט ארײן װאסער און דע װיאזױהײסטעס אין ס׳װערט זײער זײער אנגעבּלאזען שאפענדיג אסאך יסורים און אומאנגענעמהײטן

א אפּגעבּריטער

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג יוני 09, 2020 1:38 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:זײער װיכטיג נישט ארומצוגײן אפּאר טעג נאכן אפּעראציע,ס׳גײט ארײן װאסער און דע װיאזױהײסטעס אין ס׳װערט זײער זײער אנגעבּלאזען שאפענדיג אסאך יסורים און אומאנגענעמהײטן

א אפּגעבּריטער

זיי דיך פליז מסביר

yoel2124441100
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג יוני 09, 2020 1:48 pm

װאס האסטע נישט פארשטאנען?

געדענקסט נאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך געדענקסט נאך » דינסטאג יוני 09, 2020 2:13 pm

א גוט יאר

מיר האבן ווי טויזענטער אנדערע געהאט א בראך אויף איין זייט ( מען קען האבן צוויי) מפני סיבות האמיר זיך ארומשלעפט דערמיט פאר גאנצע פיר יאר וועלכער איז בכלל נישט קיין גוטער אויסוואל וויבאלד עס קען חלילה אריינגיין און א מצב פון א סכנה און קען פירן צו אן עמערדזשענסי אפאראציע וואס איז איבערהויפט נישט קיין בעטעמטער עסק.

די אפעראציע פאר זיך איז די מערסט אויסגעפירטע אפארעציע און די יוניטיידע סטעיטס א יאר, הגם איך מיין אז נישט מער ווי פינף און צוואנציג פרעצענט וואס האבן א בראך אפערירן זיך אבער ווי ערוווענט איז זיין פון די רוב אינגאנצען נישט קיין גוטע עצה וויבאלד עס קען חלילה צוקומען צו ערגערס.

וועליך איבערגעבן מיין ערפאראונג די אפס אין דאונס פון ביידע סארט אפעראציעס אזוי אפשר וועט דאס איינעם ארויסהעלפן.

מיר האבן געטון אסאך ריסערטש ווי אויך גערעדט מיט עטליכע אידן וועלכע האבן במשך די יארן עקספירענדס ביידע סארט בראך אפאראציע, הן די טראדיזשנעל שניידן סארט הן די לייקעסקאפיק.

טראדישענעל אפעראציע

איז פשוט, מען שנייט אויף דעם מענטש, מען פארעכט וואס מען ברויך און מען נייעט צו מיט סטיטשעס.

די מעלות.

שווער צו זאגן אז דאס האט מעלות נאר ענדערש אז די חסרונות פון די אנדערע סארט אפאראציע זענען נישט דא ווי מיר וועלן אויסשמועסן.

לייקעסקאפיק אפעראציע

דאס איז עפעס וואס ווערט שטארק באנוצט איז א שטארק אנגענומענער און רעקמאנדירטער מיטל די לעצטערע יארן ביי גאר אסאך דאקטורים און עקספערטן און דעם פעלד פאר געוויסע סארט ריפעירס וואס ברויך אויסגעפירט ווערן דורך אן אפעראציע, אריינגערעכענט, בראך, פענדיקס, און אפי' נירן טרעספלענטס (עכ"פ וויפיל איך ווייס ארויסנעמען פון א דאונער) דאס ארבעט אז אנשטאט שניידן און פארנייען און אנמאכן יסורים פון די שניט מאכט מען דריי לעכערלעך און מען גייט אריין מיט א ראבאט וועלכער טוט די ארבעט און דער דאקטאר טוט קאנטרעלירן די מאשין פון א סקרין.

די מעלות .

פשוט, מען שנייט נישט, דאס מיינט די יסורים וועלכער קומט געווענליך מיט א שניט ווערט דא אויסגעמיטן, וויבאלד מען שנייט נישט בכלל, וועלכער ברענגט נאך א בענעפיט מיט זיך, דהיינו אז מען שנייט נישט ברויך מען כמובן נישט פארנייען און מען האט נישט קיין סיטישעס.

די חסרונות זענען מער ווייניגער ווי פאלגענד, וויבאלד דאס ווערט געטון דורך א מאשין און דער דאקטאר זעהט נישט מיט די פליישיגע אויגן דאס ארט ווי ער דארף ארבעטן נאר ער זעהט דאס אויף א סקרין ארבעט ער דעריבער גאר שטייטעלעך וועלכער פירט צו דעם אז די אפערעציע נעמט באלייפיג דאפעלט די צייט, אנשטאט א האלבע שעה קען עס נעמען פון 45 מינוט ביז א שעה און 15 מינוט אויב אלעס גייט כשורה בס"ד.

די צווייטע און גרעסטער חסרון וועלכער פירט צו דעם אז מענטשן זאל אוועקשטיין דערפון, איז וויבאלד כדי צו קענען זעהן די אינסייד אויף וואס ער ארבעט דארף דער דאקטאר פארגרעסערן די אינסייד פונעם גוף וועלכער ער טוט דורכ'ן אריינבלאזן קארבען ביאקסייד ( נישט די שעדליכע קארבען דיאקסייד ח"ו) וועלכער איז א געוויסע גאז וואס בלאזט אויף די אינערליכע איברים ער זאל קענען זעהן וואס ער טוט און ריזאלט ברויך דער מענטש זיין אויף א רעספערעיטער בעת די אפעראציע, און דאס צו טאן שלעפט מען איין דעם מענטש אינגאנצען מיט אנעסטישיע אנדערש ווי ביים טראדישענעל סארט אפעראציע ווי מען מאכט נאר לאקל אנעסטישיע, דאס הייסט דער מענטש שלאפט נישט אינגאנצען נאר ענדערש דאס פלאץ ווי מען ארבעט איז אינגאנצען איינגעשלעפט און דער מענטש איז פארחלמוט.

די צווייטע איז די הויפט סיבה פארוואס מענטשן ווילן נישט די סארט אפעראציעס, איינס וויל מענטשן האבן מורא פון די ווארט רעספערעיטער ( זאל דער אייבערשטער העלפן מען זאל קיינמאל טאקע דערצו נישט ברויכן צוקומען), צוויי, מענטשן האבן מורא פון אנעסטישיע, דריי עס נעמט לענגער אויפצושטיין פון אנעסטישיע ווי פון לאקאל אנעסטישיע.

אני הקטן האב יא בעז"ה זיך געלאזט אפערירן א לייקעסקאפיק אפעראציע דורך א גאר א אינגער געשולטער דאקטאר רעקעמענדירט ביים וויזניץ ירושלים רבי'ן, מלפנים אליעזר האגער, און ב"ה די אפעראציע איז דורך מיט גרויס סוקסעס, און איך וואלט רעקמענדירט סיי דער דאקטאר און סיי די סארט לייקעסקאפיק אפעראציע.

בהצלחה.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג יוני 09, 2020 3:12 pm

Anyone with experience with the natural healing for inguinal hernia from comforttruss.com
?

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג יוני 09, 2020 10:39 pm

איינער מיט עקספיריענס מיט דר. שערווינטער?

בעיקר וויל איך וויסן עקספיריענס פון לעצטנס

א גרױסן יישר כח
העבר אין, העתיד עדיין, ההווה כהרף עין.... דאגה מנין???

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך פעטער משה » פרייטאג יולי 10, 2020 1:27 pm

אור האט געשריבן:סאיז דא א פאסיק וואס מען קען אנטוהן אויף דערווייל אוועקצונעמנען די ווייטאג

דעי פאסיק איז געמאכט צו פריווענטען אויך?

פרוכט בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך פרוכט בוים » פרייטאג יולי 10, 2020 2:10 pm

דעי פאסיק פאר א הערניע קען נישט פריווענטן אבער א פאסיק דעס וואס די movers האבן קען לכאורה עס פארמיידן

איך מיין אז מען זאל עס מאכן ווי שנעלער ווייל מען דארף עס מילא מאכן פארוואס זיך מיטשענען יארן

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 7:13 pm

וועלכע בראך גארטל איז די בעסטע?
Inguinal hernia#

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך טיכטיגער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:11 pm

Amazing האט געשריבן:עס איז דא 2 סארטן אפעראציעס

1) די אלטע וועג וואס מען שניידט אויף געהעריג

2) די נייע מהלך מען מאכט א פיצל שנידט און מען בלאזט אוחפ די בויך מיט גאז און אזוי ארבייט מען ארום (דאס האב איך געהאט אויך) נאך די אפעראציע נעמט צייט ביז מען קומט צו זיך ווייל די גאז מאכט יסורים

איז עס די זעלבע שטארק פארהיילט נאכדעם? ווייל איך האב פארשטאנען אז נאך laparoscopic קען עס שנעלער זיך נאכאמאל עפענען. מיין שאלה איז אויב יש דברים בגו, אדער די דאקטאר האט זיך פשוט געשעמט צו זאגן אז ער קען נישט דאס. . .
#InguinalHernia

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:14 pm

טיכטיגער האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:עס איז דא 2 סארטן אפעראציעס

1) די אלטע וועג וואס מען שניידט אויף געהעריג

2) די נייע מהלך מען מאכט א פיצל שנידט און מען בלאזט אוחפ די בויך מיט גאז און אזוי ארבייט מען ארום (דאס האב איך געהאט אויך) נאך די אפעראציע נעמט צייט ביז מען קומט צו זיך ווייל די גאז מאכט יסורים

איז עס די זעלבע שטארק פארהיילט נאכדעם? ווייל איך האב פארשטאנען אז נאך laparoscopic קען עס שנעלער זיך נאכאמאל עפענען. מיין שאלה איז אויב יש דברים בגו, אדער די דאקטאר האט זיך פשוט געשעמט צו זאגן אז ער קען נישט דאס. . .
#InguinalHernia

Laparoscopic איז ע"פ טבע שטערקער. ס'איז מיר שווער געהעריג מסביר צו זיין אבער ס'איז אזויווי א פעטש (לאטע) וואס איז שטערקער ווי פשוט פארנייען
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך טיכטיגער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:30 pm

איר מישט צווישן laparoscopic און mesh?

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:38 pm

ביי Laparoscopic נוצט מען א Mesh

אזוי פארשטיי איך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך טיכטיגער » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:53 pm

הענדימען האט געשריבן:ביי Laparoscopic נוצט מען א Mesh

אזוי פארשטיי איך

ווארשיינדליך פארשטייט איר נישט גוט. איך פארשטיי אז מ'טוט די זעלבע זאך ביי ביידע . און אז ס'איז דא דאקטוירים וואס האלטן אז האנט געמאכט איז שטערקער ווי ראבאטיק.
איז עס אמת?

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: בראך - עצות, הילף

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 16, 2020 6:59 pm

איך האב נישט געוואוסט אז לאפאראסקאפיק איז ראבאטיש

פון דא איז נישט אזוי משמע

ווי איך האב פארשטאנען טוט מען די אלטע וועג נאר מיט א געהעריגע סורדזשערי און די מעש קען מען טוהן מיט קליינע לעכער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט