~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מאכט איר עקסרסייז ?

יא, 2 שעה א וואך אדער מער
8
10%
יא, בערך 1 שעה א וואך
9
11%
יא, אבער נאר נאכדעם וואס די דאקטער ווארנט מיטן לעבן, ביז ס,סטאפט זיך
2
2%
ניין, איך וויל אבער עס איז נישט דא קיין נארמאלע פלאטץ פאר חסידישע אידן
14
17%
ניין. איך וויל אבער איך האב נישט קיין נערוון
27
33%
ניין, איך וויל אבער איך בין ביזי
16
20%
ניין, איך בין מאמענטאל נישט אינטערעסירט צי מאכן עקסרסייז
5
6%
 
סך הכול שטימען: 81

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך בבל » פרייטאג יוני 28, 2019 8:30 am

ס'איז דא 10דליגע דעות איבער דייעט וועלכע עסן איז געזינט, דעות וועגן וואקסין, און נאך,
1 זאך איז יעדער מודה אז עקסרסייז איז זיכער געזינט, און קריטיש פארן געזינט

סאיז דא א Dvd וואס מאסלי מיזוקפארקויפט פאר( חסידישע) אידן אויף ענגליש


ס'איז דא א אידענע אין מאנסי וואס היילט אויס '' לערנען פראבלעמען''( ס'הייסט ברעין סטארים,פאר סענסרי/ add ) פאר קליינע מיידלעך און סהעלפט ווינדערליך, מיטן זאגן וואספארא עקסרסייז צי מאכן, ווי אומגלויבלעך עס הערט זיך ווערן זייער אסאך געהאלפן מיט דעם. איך ווייס עס פין א פריצפאל וואס שיקט אהין מיידליך פין איר סקול מיט פראבלעמען
לעצט פאראכטן דורך בבל אום פרייטאג יוני 28, 2019 2:58 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג יוני 28, 2019 8:38 am

מיין ק״ק פלעגט לויפן ביי ילד וילדה חודשליך ביז כהאב מיך דערזען אדורך גיין א האלבע יאר אן אריין גיין האב איך עס געסטאפעד

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג יוני 28, 2019 8:43 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:מיין ק״ק פלעגט לויפן ביי ילד וילדה חודשליך ביז כהאב מיך דערזען אדורך גיין א האלבע יאר אן אריין גיין האב איך עס געסטאפעד

אין בארא פארק איז דא אסאך פאר חסידישע, איך וואוין אין קרית יואל ס'איז נישט דא קיין 1 פלאטץ מיט מאשינען , סאיז יא דא א אינסטראקטער שלעיזינגער( אינטן לעמבערג אין א בעיסמענט )און די ביזי צייטן זענען דא דארט אפאר מנינים , סאיז נישט פאר יעדעם,

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » פרייטאג יוני 28, 2019 9:07 am

עפעס האב איך געהערט א סטאדי אז די ערשטע האלבע שעה א טאג העלפט אסאך
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » פרייטאג יוני 28, 2019 10:45 am

מאך קלאר פון וואס איר רעדט,
פיזישע אדער גייסטישע,
פיזישע גארנישט, גייסטישע גאר אסאך
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג יוני 28, 2019 11:06 am

יש בו האט געשריבן:מאך קלאר פון וואס איר רעדט,
פיזישע אדער גייסטישע,
פיזישע גארנישט, גייסטישע גאר אסאך

פיזישע

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יוני 28, 2019 12:15 pm

שיער געוואוט פאר 'צו ביזי', אבער כ'האב זיך געכאפט א כ'בין נאך קיינמאל נישט געווען צו ביזי אנצוטון די הויזן...
ממילא קומט אויס אז ס'האט מער צוטון מיט 'כאניש קיינערוון'. אפשר איז כדאי צו נעמען נערוון פּילן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יוני 28, 2019 12:19 pm

כ'זע אלץ 50-60 יעריגע אידן ווי זיי ניצן טעגליך זייער צוועלעווער, אופס (נאר דאס נישט)........... זייער עלעווער, פאר לאנגע שטרעקעס, און כ'בין זיי פשוט מקנא. זיי וואקן ווי סאלדאטן, אן דארפן אפאטעמען שווערליך נאך 3 מינוט וואקן, ווי עס געשעט ביי מיר.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג יוני 28, 2019 12:30 pm

איך ווייס פון א 58 יעריגע איד וואס האט אנגעהויבן עטליכע יאר צוריק צי מאכן העווי עקסרסייז, ביפאר מאכן עקסרסייז האט ער גענומען א גאנצע פאק מיט מעדיקעישן יעדן טאג, און מיט דעם אלעם איז זיין בלאט פרעשור געווען הויך און געווען נאך בארדער ליין דייעביטי.
יעצט נאך אפאר יאר נאכן מאכן ערנסט עקסרסייז, האט אום די דאקטער גענידערט די טעגליכע מעדיקעישן, די בלוט פרעשור איז געוואלדיג, ציקער איז פערפעק, ער איז גארנישט געגאנגען אויף עסן דייעט
איך ווייס פון איינעם אויך אין די 60גער יארן וואס סיי ער מאכט העווי עקסרסייז און סיי א שטרענגע דייעט און איז אראפ פון'' אלע'' מעדיקעישן
אז מען רעדט פון טעגליכע מעדיקעישן עס איז זייער נישט גיט צי נעמען, עס האט זייער אסאך שלעכטע סייד עפעקט, אז מען מיז מיזמען היי בלוט פרעשור איז נאך ערגער

עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » פרייטאג יוני 28, 2019 2:45 pm

בבל האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:מיין ק״ק פלעגט לויפן ביי ילד וילדה חודשליך ביז כהאב מיך דערזען אדורך גיין א האלבע יאר אן אריין גיין האב איך עס געסטאפעד

אין בארא פארק איז דא אסאך פאר חסידישע, איך וואוין אין קרית יואל ס'איז נישט דא קיין 1 פלאטץ מיט מאשינען , סאיז יא דא א אינסטראקטער שלעיזינגער( אינטן לעמבערג אין א בעיסמענט )און די ביזי צייטן זענען דא דארט אפאר מנינים , סאיז נישט פאר יעדעם,

פארוואס איז עס נישט פאר יעדעם?

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג יוני 28, 2019 2:50 pm

[quote ]
בבל האט געשריבן:[quד
אין בארא פארק איז דא אסאך פאר חסידישע, איך וואוין אין קרית יואל ס'איז נישט דא קיין 1 פלאטץ מיט מאשינען , סאיז יא דא א אינסטראקטער שלעיזינגער( אינטן לעמבערג אין א בעיסמענט )און די ביזי צייטן זענען דא דארט אפאר מנינים , סאיז נישט פאר יעדעם,[
פארוואס איז עס נישט פאר יעדעם?

נישט יעדער וויל גיין מיט א אינסטראקטער, און עפעס אנדערש איז נישט דא אין קרית יואל
סאיז נישט געמאכט פאר עלטערע אידן
סאיז צי שווער פאר אסאך אינגעלייט, זיין סטייל עקסרסייז
באט פאר ווער עס קען מיטגיין( מיט שלעיזינגער )איז עס זייער גיט, איך האלט אז עס איז די געזינטסטע סארט עקסרסייז

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

Re: ~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:01 pm

די פעדעראלע געזינטהייט אגענטור רעקאמענדירט צו מאכן מינימום 150 מניט עקסרסייז א וואך
אין עוורידש ביי די אלגעמיינע אמעריקאנער קומען 22 פארצענט נאך די גיידליינס פון 2און א האלב שעה א וואך
ביי די ארימע קאמיאנעטיס איז די ראטע 11 פארצענט
ביי די רייכע 34 פארצענט

ביי אינץ שטייט עס ביי 11 פארצענט, די עולם דארף אנהייבן פלייסיגער צי ארבעטן ענק וועלן נישט חרטה האבן סלוינט זיך צו אינוועסטירן
לעצט פאראכטן דורך בבל אום דאנארשטאג יוני 04, 2020 3:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: ~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:11 pm

בבל האט געשריבן:די פעדעראלע געזינטהייט אגענטור רעקאמענדירט צו מאכן מינימום 150 שעה עקסרסייז א וואך
אין עוורידש ביי די אלגעמיינע אמעריקאנער קומען 22 פארצענט נאך די גיידליינס פון 2און א האלב שעה א וואך
ביי די ארימע קאמיאנעטיס איז די ראטע 11 פארצענט
ביי די רייכע 34 פארצענט

ביי אינץ שטייט עס ביי 11 פארצענט, די עולם דארף אנהייבן פלייסיגער צי ארבעטן ענק וועלן נישט חרטה האבן סלוינט זיך צו אינוועסטירן

כדרכם מוז אין יעדע זאך אריינקומען רייכע ווס. ארימע.

קען מיר איינער זיין אזוי גוט און געבן צו פארשטיין, אפילו נאר איין סיבה, ווי עס קומט אריין אין א געזונטהייט אנקעטע די אינקאם פון די באטייליגטע? און וואספארא שייכות דאס האט מיטן מאכן עקסערסייז?

(איך בין זיכער אז אינעם אנדערן פאראגראף פון דעם אנקעטע שטייט אויך אז די שווארצע האבן אסאך א קלענערע ראטע פון מאכן עקסערסייז, און פארשטייט זיך אז די פאליס איז שולדיג דערין...)
---

נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: ~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:25 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:די פעדעראלע געזינטהייט אגענטור רעקאמענדירט צו מאכן מינימום 150 שעה עקסרסייז א וואך
אין עוורידש ביי די אלגעמיינע אמעריקאנער קומען 22 פארצענט נאך די גיידליינס פון 2און א האלב שעה א וואך
ביי די ארימע קאמיאנעטיס איז די ראטע 11 פארצענט
ביי די רייכע 34 פארצענט

ביי אינץ שטייט עס ביי 11 פארצענט, די עולם דארף אנהייבן פלייסיגער צי ארבעטן ענק וועלן נישט חרטה האבן סלוינט זיך צו אינוועסטירן

כדרכם מוז אין יעדע זאך אריינקומען רייכע ווס. ארימע.

קען מיר איינער זיין אזוי גוט און געבן צו פארשטיין, אפילו נאר איין סיבה, ווי עס קומט אריין אין א געזונטהייט אנקעטע די אינקאם פון די באטייליגטע? און וואספארא שייכות דאס האט מיטן מאכן עקסערסייז?


זייער פשוט היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, א פוילער מאכט נישט קיין געלט...
אז דו מיינסט אז דיין זייט אין אמעריקאנער פאליטיק איז די גערעכטע, נעמסטו עס אביסל ערענסטער ווי די פירער פון דיין פארטיי...

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: ~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 3:40 pm

בבל האט געשריבן:די פעדעראלע געזינטהייט אגענטור רעקאמענדירט צו מאכן מינימום 150 שעה עקסרסייז א וואך
אין עוורידש ביי די אלגעמיינע אמעריקאנער קומען 22 פארצענט נאך די גיידליינס פון 2און א האלב שעה א וואך
ביי די ארימע קאמיאנעטיס איז די ראטע 11 פארצענט
ביי די רייכע 34 פארצענט

ביי אינץ שטייט עס ביי 11 פארצענט, די עולם דארף אנהייבן פלייסיגער צי ארבעטן ענק וועלן נישט חרטה האבן סלוינט זיך צו אינוועסטירן

עפעס שטימט נישט דא?!

וויפיל שעה טון זיי רעקאמאנדירן?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: ~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך דאמירן בעלמא » דאנארשטאג יוני 04, 2020 3:47 pm

א ווייטאגליכער אשכול.....
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: ~אנקעטע ~עקסרסייז און אלעס ארום

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 3:55 pm

בבל האט געשריבן:150 מניט א וואך, שוין פאראכטן

אז מ'לייגט אוועק דעם קאר, קען מען עס באווייזן גרינגערהייט.

מ'וואקט יעדן טאג פון ... און צו ... מיט א שנעלקייט, דאס הייסט אויך אביסל עקסערסייז, און ס'מאכט אויס גאר אסאך.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג יוני 04, 2020 4:28 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:כדרכם מוז אין יעדע זאך אריינקומען רייכע ווס. ארימע.

קען מיר איינער זיין אזוי גוט און געבן צו פארשטיין, אפילו נאר איין סיבה, ווי עס קומט אריין אין א געזונטהייט אנקעטע די אינקאם פון די באטייליגטע? און וואספארא שייכות דאס האט מיטן מאכן עקסערסייז?

וי"ל, די עקסערסייז פלעצער קאסטן געלט, און עשירים קענען עס עפפארדן!
אי נמי, אז די עשירים ארבעטן נישט 9-5 (נאר זייערע ארבייטער) ממילא האבן זיי מער צייט, משא"כ די עניים ארבעטן 9-5 פלאס נאך א סייד דשאב אדער צוויי, קומט קוים אויס עפעס צייט.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט