באלי דייעט !!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:21 am

ארכיטעקט האט געשריבן:I was told that it slows down the metabolism drastically and therefor you can easily gain all back and more....



איבערוואגיגער האט געשריבן:נ.ב. מיינוגען צו דייעט איז גוט אדער נישט, וכן קריטיק אויפ'ן דייעט איז דירעקט נישט וועלקאם

david3
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 2:57 pm

תגובהדורך david3 » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:53 am

בת היענה#

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:08 pm

איבערוואגיגער האט געשריבן:א גוטן
מ'האמיר ב"ה אנגעהויבן דעם באלי דייעט אין א מזל'דיגע שעה אין מ'האף מיר צו זיין פערטיג דערמיט ביז שבועות שפעטסטענס ביזן אפאנג זומער זיסען אי"ה בס"ד
איך בין זיכער אז כמה חבירים דא האבן שוין געטון דאס און היות די דייעט איז נישט אזוי גרינג הגם ס'נעמט היבש שנעל בעז"ה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן טיפס וויאזוי זיך צו מאכן עטוואס גרינגער, ש'כח
נ.ב. מיינוגען צו דייעט איז גוט אדער נישט, וכן קריטיק אויפ'ן דייעט איז דירעקט נישט וועלקאם היות איך ארבעט זייער שווער אין ס'גייט נישט טוישן אז איך זאל סטאפן



אז די האסט עס יא אנגעהויבן, מן הסתם האסטו באקומען תשובות אויף דיינע קשיות און די ערשטע תגובה. אויב אזוי ביטע ברענגען פאר די ליינער תירוצים אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן.

יישר כח .

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:26 pm

אלס איינער וואס האט שוין פארלוירן איבער טויזענט פונט אין מיין לעבען אין נאך אין כיתה ג געטראגן פאר ריסעס עפל מיט ארענדזעס אין ציגעקיקט מיט פארוויינטע אויגען ווי די דארע יונגלעך עסן סופערסנעק.
איך בין שוין בערך 6 יאר צירוק געווען אויף די באלי דייעט אין צוויי יאר צירוק ב"ה געמאכט די סליוו (יא די ערשטע צוויי יאר אין מיין לעבען וואס איך פיל באקוועם).

וויל איך דיר ווינטשען אסאך הצלחה. דאס איז די בעסטע וואס איך קען דיר יעצט אנווינטשען.

נב. אין א יאר צוויי ווען די דארפסט אינפארמאציע וועגן די סליוו שיק מיר אריין אין אישי.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:30 pm

גראדע וואלט געווען כדי אז אויב סאיז דא א עולם וואס דארף אינפארמאציע וועגן די באלי דייעט זאל מען עס גרייט אויסשמיסען דא. נישט ח"ו אינטערצירייסען הרב איבערוואגיג לאמיר עם לאזן הערליך פארלירען אין האפן אז ער וועט גאר זיין פין די געקליבענע וואס זענען סוקסעספעל דערפין
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:59 pm

דגל יהודה האט געשריבן:אלס איינער וואס האט שוין פארלוירן איבער טויזענט פונט אין מיין לעבען אין נאך אין כיתה ג געטראגן פאר ריסעס עפל מיט ארענדזעס אין ציגעקיקט מיט פארוויינטע אויגען ווי די דארע יונגלעך עסן סופערסנעק.
איך בין שוין בערך 6 יאר צירוק געווען אויף די באלי דייעט אין צוויי יאר צירוק ב"ה געמאכט די סליוו (יא די ערשטע צוויי יאר אין מיין לעבען וואס איך פיל באקוועם).

וויל איך דיר ווינטשען אסאך הצלחה. דאס איז די בעסטע וואס איך קען דיר יעצט אנווינטשען.

נב. אין א יאר צוויי ווען די דארפסט אינפארמאציע וועגן די סליוו שיק מיר אריין אין אישי.

ש'כח הרב דגל פאר אייער חיזוק.... אבער ב"ה איך בין קיינמאל נישט געווען אויף אזא אויפ'ן ווי אייך דהיינו ס'מערסטע איבערוואג וואס איך האב געהאט איז געווען 60 פונט אין 45 דערפון טראג איך אויף מיר זייט שנה ראשונה ווען ס'איז די מנהג צו עסן טשאקלאד אין אייז קרים דעילי אין דאס וויל איך יעצט אראפ זען בעז"ה ממילא קומט נישט אריין קיין סליוו דא
א שיינע פאר יאר פאר מיין חתונה בין איך איינמאל געגאנגען אויף דייעט צו פארלירן סך הכל 25 פונט אין ב"ה דעמאלטס האט זיך עס אויסגעארבעט אין אנגעהאלטן א שיינע פאר יאר ביז מיין שנה ראשונה ווען איך האב ווי דערמאנט צוגענומען בערך 45-50 פונט אין יעצט האף איך עס אראפצוריקן בעז"ה, אין בכלל איך האב ב"ה געטון אביסל research דערוועגן אין געמאכט מיין דעסישן אז איך וויל עס נעמען ממילא איז נישט נוגע קיין עדווייס אויף דעם עבר, וואס איך האב געפרעגט דא איז בסך הכל אז היות ס'איז נישט אזוי גרינג אין ס'איז מסתם דא אידן וואס זענען געווען דערויף וואלט איך געוואלט הערן ווי אזוי זיי האבן דורך געשטופט טעג וואס מ'קען זיין אביסל הונגעריג.
ש'כח

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:04 pm

shimon7323 האט געשריבן:
איבערוואגיגער האט געשריבן:א גוטן
מ'האמיר ב"ה אנגעהויבן דעם באלי דייעט אין א מזל'דיגע שעה אין מ'האף מיר צו זיין פערטיג דערמיט ביז שבועות שפעטסטענס ביזן אפאנג זומער זיסען אי"ה בס"ד
איך בין זיכער אז כמה חבירים דא האבן שוין געטון דאס און היות די דייעט איז נישט אזוי גרינג הגם ס'נעמט היבש שנעל בעז"ה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן טיפס וויאזוי זיך צו מאכן עטוואס גרינגער, ש'כח
נ.ב. מיינוגען צו דייעט איז גוט אדער נישט, וכן קריטיק אויפ'ן דייעט איז דירעקט נישט וועלקאם היות איך ארבעט זייער שווער אין ס'גייט נישט טוישן אז איך זאל סטאפן



אז די האסט עס יא אנגעהויבן, מן הסתם האסטו באקומען תשובות אויף דיינע קשיות און די ערשטע תגובה. אויב אזוי ביטע ברענגען פאר די ליינער תירוצים אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן.

יישר כח .

איך האב ממש איצט אנגגעהויבן ממילא פון מיין אייגענע עקספירענס קען איך אייך עכט נישט ענטפערן אבער וואס איך האב געהערט איז געווען מער ווייניגער פאזיטיוו, אוואדי האב איך געהערט נעגאטיוו אויך ווי איר קענט דא זען אויף אייוועלט אבער געהערט אסאך מער פאזעטיוו פון מענטשן וואס זענען אליין געווען אויף דעם אין נישט מענטשן וואס האבן א קרוב, שכן וכדו' וואס איז געווען דערויף

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:08 pm

אפשר אפדעיטסטו וועכנטליךך וויפיל דו ביסט שוין אפגעפאלן?

ס'איז באקאנט די מעשה מיט איינע פון די ליטווישע גדולים (איך געדענק נישט ווער) וואס ווען ס'איז ארויס געקומען די שעדליכקייט פון רויכערן, האט ער זייער געוואלט אויפהערן, ער האט אבער מורא געהאט אז ער גייט נישט זיין גענוג שטארק ביי זיך, איז יענע טאג ווער עס איז אריינגעקומען צו איהם האט ער אים געפרעגט: "האסט געהערט אז איך האב אויפגעהערט רייכערן?"... אזוי האט ער זיך שוין פשוט געשעמט צו רייכערן נאכן זאגן פאר די האלבע שטאט אז ער האט אויפגעהערט...

במילא וואלט געווען א גוטע עצה צו אפדעיטן וויפיל דו בוסט אפגעפאלן כדי דו זאלסט פילן אז דו מוזט...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:09 pm

נכתב בצדו אין דעם הערליכן ליקוט ספר 'מעדנים לנפשך' האט ער א גאנצן שער וועגן אכילה, איז אפשר כדאי אין נויט פעלער צו בליקן דארט, מיר האט עס ארויסגעהאלפן בעניני אכילה

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:12 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:אפשר אפדעיטסטו וועכנטליךך וויפיל דו ביסט שוין אפגעפאלן?

ס'איז באקאנט די מעשה מיט איינע פון די ליטווישע גדולים (איך געדענק נישט ווער) וואס ווען ס'איז ארויס געקומען די שעדליכקייט פון רויכערן, האט ער זייער געוואלט אויפהערן, ער האט אבער מורא געהאט אז ער גייט נישט זיין גענוג שטארק ביי זיך, איז יענע טאג ווער עס איז אריינגעקומען צו איהם האט ער אים געפרעגט: "האסט געהערט אז איך האב אויפגעהערט רייכערן?"... אזוי האט ער זיך שוין פשוט געשעמט צו רייכערן נאכן זאגן פאר די האלבע שטאט אז ער האט אויפגעהערט...

במילא וואלט געווען א גוטע עצה צו אפדעיטן וויפיל דו בוסט אפגעפאלן כדי דו זאלסט פילן אז דו מוזט...

גראדע זאגט איר עפעס, איינער פון די תנאים פון דעם דייעט ווי איך גיי איז אז יעדע צופרי ברויך מען גיין אויפ'ן סקעיל, אין ס'ארבעט ווינדערליך ! ס'געט א מורא'דיגע שטופ פאר'ן טאג
דערווייל איז געגאנגען 2 פונט א טאג ב"ה די באשעפער זאל העלפן ווייטער

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:14 pm

אדער יא האט געשריבן:נכתב בצדו אין דעם הערליכן ליקוט ספר 'מעדנים לנפשך' האט ער א גאנצן שער וועגן אכילה, איז אפשר כדאי אין נויט פעלער צו בליקן דארט, מיר האט עס ארויסגעהאלפן בעניני אכילה

לא זכיתי להבין דברי רב "אדער יא"

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:46 pm

ווי באוויסט איבעריגע עסן אדער אומגעזינטע שטערן זייער פאר א מענטש ברוחניות ובגשמית צו גלייך, מאכט זיך אמאל צייטן אז די פאלשע הונגער מאנט עסנווארג אפי' געזונטע איבערהויפט נישט געזונטע (וכו') דארף א מענטש זיין גרייט דערויף מיט חיזוק און התעוררות לדבר זה, פארשטייט איר אדער יא?

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 6:14 pm

אדער יא האט געשריבן:ווי באוויסט איבעריגע עסן אדער אומגעזינטע שטערן זייער פאר א מענטש ברוחניות ובגשמית צו גלייך, מאכט זיך אמאל צייטן אז די פאלשע הונגער מאנט עסנווארג אפי' געזונטע איבערהויפט נישט געזונטע (וכו') דארף א מענטש זיין גרייט דערויף מיט חיזוק און התעוררות לדבר זה, פארשטייט איר אדער יא?

גערעכט, יא איך פארשטיי

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » מאנטאג אפריל 30, 2018 5:48 pm

נא הרב איבערוואגיגער, געט'ס א באריכט וויאזוי ס'גייט . אייער ניק איז נאך אמת?....

איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » דינסטאג מאי 01, 2018 10:26 am

געדענקסט נאך האט געשריבן:נא הרב איבערוואגיגער, געט'ס א באריכט וויאזוי ס'גייט . אייער ניק איז נאך אמת?....

ב"ה דער באשעפער זאל העלפן ווייטער, ס'ווערט גרינגער אין בעסער ב"ה

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך יוני 27, 2018 8:38 am

איבערוואגיגער האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:נא הרב איבערוואגיגער, געט'ס א באריכט וויאזוי ס'גייט . אייער ניק איז נאך אמת?....

ב"ה דער באשעפער זאל העלפן ווייטער, ס'ווערט גרינגער אין בעסער ב"ה

נא ווי אזוי גייט עס וויפיל פונט שוין אפגעפאלען ?

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג יולי 31, 2018 11:14 am

איינער קען מאזבער זיין וואס די באלי דייעט איז אין ווי א זוי ווען מען דרייט א באלי ווערט מען דאר
Have it in mind don't be right be smart

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג יולי 12, 2019 10:49 am

איבערוואגיגער האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואספארא באלי ריבוינעשעלעוילעם? קען איינער אריינקומען קלאר


איז דאס די באליס וואס מען דריידט העכער די אויער?

יא

וויפיל האסטע שוין פארלוירן?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג יולי 14, 2019 12:31 pm

אוי באשעפער! געדענק איך אין ישיבה האב איך "געהאט" א חבר... פון די "וכל בני בשר יקראו בשמך" חבורה, און ב"ה היינט האב איך אים שוין צוריק. ווייל נאכן דרייען די באלי'ס פאר א משך זמן האב איך אים ממש "פארלוירן"... זיין גוף איז בליץ שנעל ממש ווי פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט!...
[שפעטער שוין נאכן צוריק מגולגל ווערן האט ער מיר פארשטיין געגעבן אז דאס איז - ווי מיינסטנס דייעטן - גוט בלויז פאר אן אבן הפינה.. און וויבאלד ער האט זיך נישט ווייטער געהיטן האט ער צוריקגענומען בכפליים...]
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג יולי 14, 2019 4:53 pm

יאך בין געגאנגען אויף דעם דייעט פון א וואך נאך פסח, און מען האלט שוין ב"ה ביי 30 פונט אראפ.

ס'איז דא שווערערע טעג, אבער און דזשענעראל פילט עס זייער גיט און ארבעט גיט.


איבערוואגיגער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2018 5:19 pm

תגובהדורך איבערוואגיגער » זונטאג יולי 14, 2019 7:42 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איבערוואגיגער האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואספארא באלי ריבוינעשעלעוילעם? קען איינער אריינקומען קלאר


איז דאס די באליס וואס מען דריידט העכער די אויער?

יא

וויפיל האסטע שוין פארלוירן?

כבין געווען דערויף 11 טעג אין פארלוירן 11 פונט בלי גוזמא, הגם ס'איז א פונט א טאג וואס איז א געוואלד אין איך קען עס שטארק ניצן אבער איך בין כמעט אינגאצען אראפ דערפון, נישט אינגאנצען אראפ פון די דייעט ממש, דא און דארט גיי איך נאך דערויף, למשל נעקסטע וואך זונטאג, משיח זאל אוודאי פריער דא זיין ,איז שטארק מעגליך אז איך גיי גיין אויף דעם דייעט, און נאך דא דארט במשך פונעם יאר, אבער מער ווייניגער בינעך נישט דערויף

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יולי 22, 2019 12:09 am

אלע דייעטס זענען עפ"ר סיזענעל אייטעמס
Start fresh
דר. לידער
מייזליש
וכו'
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מאנטאג יולי 22, 2019 12:31 am

maybeeynot האט געשריבן:אלע דייעטס זענען עפ"ר סיזענעל אייטעמס
Start fresh
דר. לידער
מייזליש
וכו'

דארף קומען א קלוגער איד און מאכן א סך הכל וועלכע האט סייד עפעקטס וועלכע האלט אן וועלכע איז נארמאל און וועלכע איז איבערגעטריבן וכו' וכו'


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט