שפיטאל דראג טעסטינג ביים האבן א קינד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חיים אלכסנדר
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

שפיטאל דראג טעסטינג ביים האבן א קינד

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 4:43 pm

שוין עטליכע יאר וואס געוויסע שפיטעלער אין ניו יארק סיטי טעסטען די מאמע פאר דראגס ביים געבוירן א קינד.

שפיטעלער פלעגן נאר טעסטן אויב עס איז געווען מערקבאר אויפן מאמע אדער אויפן ניי-געבוירן קינד סימפטאמען פון דראגס. די לעצטע פאר יאר האבן שפיטעלער אין די ארימע געגענטער אנגעהויבן צו פארלאנגן יורין סעמפעלס ביים אריינקומען צו די OB-GYN יוניט.

פארגאנגענעם חודש האט די נארטוועל שפיטאל נעץ - וועלכע רעכנט אריין סטעטן איילענד יוניווערסעטי - אנגעהויבן צו טעסטן יעדע פרוי ביים אריינקומען אין שפיטאל.

אויב קומט דער טעסט צוריק פאזיטיוו, וועט מען תיכף ומיד אוועק נעמען אייער קינד!

אפי' אין שפיטאל וועט מען אייך נישט לאזן האלטן דאס קינד. זיי וועלן נאר ערלויבען די מאמען צו האלטן דאס קינד אין די נוירסערי און נאר אונטער די אויפזיכט פון א נוירס.

די שפיטאל וועט עס ריפארטן פאר די טשיילד פראטעקטיוו אגענטורן, וועלכע וועלן עפענען א אינוועסטיגעישן, און אראפקומען אין שפיטאל און אוועק נעמען דאס קינד.

איר וועט דאן דארפן געבן פאר ACS (די רעגירונג) די נאמען די געבורט דאטום פון אייערע קרובים וועלכע זענען גרייט צו נעמען דאס קינד, נאכן טשעקן אייער קרובים'ס נאמען אין קאמפיוטער צו זיי האבן נישט קיין היסטאריע פון קרימינאל, טשיילד אביוז אדער אויפן ס' אפענדער ליסטע - וועלן זיי אהינטראגן דאס קינד.

זיי וועלן דאן אייך רופן אין פאמיליע געריכט צו אפהאלטן אייער צוטריט צום קינד ביז איר ווייזט אויף אייער אומשולד אדער אז איר גייט פאר דראג ריהעב טערעפי.

יא, די יולדת וועט מוזן פערזדענליך אראפקומען אין געריכט, אריינגערעכנט ווארטן צווישן די שחורים אין די ליין צום מעטאל דיטעקטאר, דאן ווארטן שעות ביז עס קומט די רייע אויסצוהערן אייער קעיס. און אויך אראפגיין צו דראג טעסטינג סענטערס
-------

אפי' אויב נעמט באמת נישט קיין דראגס, קען איר אריינפאלען אין פראבלעמען.

- עס איז דא אפטע טעותים מיטן צומישען די יורין סעמפעלס אין די שפיטאל לעב.
- די טעסט איז נאר 85% אקוראט. אין דאן שיקט מען עס פאר א קאנפארמאציע (עס נעמט 7 טעג) אבער ACS ווארט נישט, זיי רעאגירן תיכף מיט ווילדע לעגאלע קראפט.
- די פלימינערי טעסט ריזאלטס ווייזען נישט וועלכע ספעציפישע דראג
- עס זענען דא מערערע מעדעצינען וועלכע קענען גורם זיין א פאלשע-פאזיטיוו, אבער אזוי ווי די פראצענט איז מינימאל, וועט עס די רעגירונג נישט אנעמען.
- אפי' פאפי סידס - די קליינע שווארצע ברעקעלעך וואס קומען אויף געוויסע בייגעלס און קרעקערס, זענען גורם א פאלשע פאזיטיוו.
- די טעסטס זוכען אויך צו איר האט גענומען טיילענאל מיט קאודין, מארפין אדער אנדערע שטארקע פעין קיללערס, אויב פאזיטיוו איז מען אייך דן פונקט ווי קאקעין.
- אויב האט איר גענומען סיי וועלכע פיל צו בארואיגען די נערווען (צב"ש פראזעק, קלאנאפיל, זענעקס) וועט איר מוזן האבן די פרעסקריפשען אדער די באטל מיטן סטיקער.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 4:59 pm

קען מען עפעס טון צו דעם? נישט נעמען די טעסט?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 5:02 pm

ביז וויפיל פריער טעסט דער טעסט?
דהיינו ביז וויפיל טעג צוריק פון ווען מ'האט גענומען די דערמאנטע מאכלים ואס קענען גורם זיין די טעסט צימישעניש?

חיים אלכסנדר
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 5:09 pm

יהיה כן האט געשריבן:ביז וויפיל פריער טעסט דער טעסט?
דהיינו ביז וויפיל טעג צוריק פון ווען מ'האט גענומען די דערמאנטע מאכלים ואס קענען גורם זיין די טעסט צימישעניש?


געוואנדען אין מערערע פאקטארן (דאזע, וויפיל מאל גענומען, און דיין מעטעבאליזם)
בדרך כלל בערך 3 טעג.

עס איז דא מערערע סארט טעסט, וועלכע טעסטן פארשידענע צייט-אפשניט.
צב"ש מען קען טעסטן א האר - פאר די לעצטע 5 יאר.

אבער די יורין סעמפל איז דיזייענט פאר בערך 3 טעג.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 5:19 pm

נו וואס טוט מען אויף פון די גאנצע טעסט?

די גערסטע דראג אדיקט קען זיך איינהאלטן פאר א וואך צו האבן דאס קינד!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

חיים אלכסנדר
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 5:28 pm

ממה נפשך האט געשריבן:קען מען עפעס טון צו דעם? נישט נעמען די טעסט?


1) נעם נישט פון די סחורה
2) אויב די נעמטס מעדיקעישען - נעם מיט דאס באטל מיטן סטיקער
3) זיי מברר אויב דיין שפיטאל פארלאנגט טעסטינג

מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 6:17 pm

עס האט צו טוהן מיט anti-vaccine colt?

תגובהדורך מעלות » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 6:25 pm

מיין נאז זאגט מיר אז עס האט צו טוהן מיט anti-vaccine colt וואס זענען ביזי אגאנצעו טאג צו דערשרעקן מענטשן. קען זיין איך בין זיך טועה מיין נאז שמעקט נישט גוט, נאך איינעמ'ס נאז שמעקט אזוי?

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 6:26 pm

רעד נישט צו הויך, מ'וועט נאך טשעקן דיין נאז!
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:28 pm

איז שוין געווען א היימישע פאל, אדער איז דאס דערווייל א שרעק?

חיים אלכסנדר
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:43 pm

מעלות האט געשריבן:מיין נאז זאגט מיר אז עס האט צו טוהן מיט anti-vaccine colt וואס זענען ביזי אגאנצעו טאג צו דערשרעקן מענטשן. קען זיין איך בין זיך טועה מיין נאז שמעקט נישט גוט, נאך איינעמ'ס נאז שמעקט אזוי?


דערווייל בין איך נאר באקאנט מיט 1 פאל, אין וועלכע א וויליאמסבורגע משפחה איז אומשילדיג אדורך זייער א שווערע שמחה.

די שפיטאל אפישעלס האבן מסביר געווען פאר די משפחה אז עס איז א נייע פאליסי וועלכע איז אריין אין קראפט 3 וואכן צוריק (פון אנהייב יאר למספרם).

עס דערמאנט מיך א עפיזאד.

ביי בעדפארד און סאוט 8 איז געווען מערערע עקסידענטן. האט א שכן אריינגקאלט די DOT אז מען זאל לייגן א טראפיק לאמפ, ווייל די אינטערסעקשן איז א סכנה.

האבן זיי געענטפערט, אז כדי צו לייגן א טרעפיק לאמפ, איז א לאנגע פראצודור וכו' וכו' אבער אויב איז דא 3 הרוגים אין א קורצע צייט, דאן דארף מען נישט דורך די לאנגע פראצידור. קוקענדיג אין קאמפיוטער זעען זיי אז נאר 2 מענטשן זענען דערווייל געהארגעט געווארן לעצטענס און דערפאר איז עס נישט קוואליפייעד.

האט דער רופער געענטפערט צום DOT אגענט, אפשר ווילט איר קומען זיין דער דריטער...

----
א פאליסי האט נאך 2 וואכן געטראפן דעם ערשטן אומשילדיגען קרבן, ביזט מכובד צו זיין דער צווייטער... (ח"ו)

ראטל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2016 1:06 pm

תגובהדורך ראטל » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:07 pm

נאך א סיבה נישט צו גײן און שפּיטאל,גאר אסאך מענטשען האבּען אויפגעהערט צו גײן

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:37 pm

מעלות האט געשריבן:מיין נאז זאגט מיר אז עס האט צו טוהן מיט anti-vaccine colt וואס זענען ביזי אגאנצעו טאג צו דערשרעקן מענטשן. קען זיין איך בין זיך טועה מיין נאז שמעקט נישט גוט, נאך איינעמ'ס נאז שמעקט אזוי?


איך האב נישט פארשטאנען ווי די "אנטי'ס" קומען אריין אין בילד דא, איצטערט פארשטיי איך שוין.

ראטל האט געשריבן:נאך א סיבה נישט צו גײן און שפּיטאל,גאר אסאך מענטשען האבּען אויפגעהערט צו גײן

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:07 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
מעלות האט געשריבן:מיין נאז זאגט מיר אז עס האט צו טוהן מיט anti-vaccine colt וואס זענען ביזי אגאנצעו טאג צו דערשרעקן מענטשן. קען זיין איך בין זיך טועה מיין נאז שמעקט נישט גוט, נאך איינעמ'ס נאז שמעקט אזוי?


איך האב נישט פארשטאנען ווי די "אנטי'ס" קומען אריין אין בילד דא, איצטערט פארשטיי איך שוין.

ראטל האט געשריבן:נאך א סיבה נישט צו גײן און שפּיטאל,גאר אסאך מענטשען האבּען אויפגעהערט צו גײן

;l;p- געוואלט שרייבן די זעלבע.

טראק דרייווער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג ינואר 26, 2018 2:27 am

שרעקעדיג

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג ינואר 26, 2018 2:55 am

'חיים אלכסנדר' הייסט אפשר 'ראטל' אויף די לעצטע נאמען?


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעכטיגער, תוספות און 13 געסט