וואס איז דער מהלך פון מיר ביז א געזונטער מענטש?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:37 pm

עניני הנפש האט געשריבן:צו מיינע ידידים וועלכע ווארטן צו הערן:
קודם כל, יישר כוח פאר די חיזוק, (שעצונג)
צווייטנס, איך וואלט געוואלט שרייבן שנעלער נאר כדי צו שרייבן דארף איך האבן מיין רואיגקייט (שלוה) און קלארקייט (ציל) זיך מצמצם צו זיין,
מיט אנטשולדיגונג.

:wink:
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג ינואר 21, 2018 12:14 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:
עניני הנפש האט געשריבן:צו מיינע ידידים וועלכע ווארטן צו הערן:
קודם כל, יישר כוח פאר די חיזוק, (שעצונג)
צווייטנס, איך וואלט געוואלט שרייבן שנעלער נאר כדי צו שרייבן דארף איך האבן מיין רואיגקייט (שלוה) און קלארקייט (ציל) זיך מצמצם צו זיין,
מיט אנטשולדיגונג.

:wink:

גאנץ גוט!
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 21, 2018 1:25 am

עס איז דא מענטשן וואס טוהן זאכן צו באקומען עטענטשען. פון אנדערע
אין וועלכע פון די 3 געהערט עס?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג ינואר 21, 2018 2:35 am

זיכער צו,
1) שעצונג -הערכה -Esteem,
ואסביר אי"ה בתוך הימים.
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 21, 2018 11:37 am

עניני הנפש האט געשריבן:זיכער צו,
1) שעצונג -הערכה -Esteem,
ואסביר אי"ה בתוך הימים.


גייסט אויך אויפקומען מיט וועגן וויאזוי זיך צו טוישן ?
דעיס אז איך בין אן איינזער דאס ווייס איך שוין ...
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » זונטאג ינואר 21, 2018 12:10 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס טוהן זאכן צו באקומען עטענטשען. פון אנדערע
אין וועלכע פון די 3 געהערט עס?

עניני הנפש האט געשריבן:זיכער צו,
1) שעצונג -הערכה -Esteem,
ואסביר אי"ה בתוך הימים.

און אויך ליבשאפט.
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג ינואר 21, 2018 12:45 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס טוהן זאכן צו באקומען עטענטשען. פון אנדערע
אין וועלכע פון די 3 געהערט עס?

עניני הנפש האט געשריבן:זיכער צו,
1) שעצונג -הערכה -Esteem,
ואסביר אי"ה בתוך הימים.

און אויך ליבשאפט.

וואס הייסט ליבשאפט?
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » זונטאג ינואר 21, 2018 12:53 pm

עניני הנפש האט געשריבן:
מקבל ומשפיע האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עס איז דא מענטשן וואס טוהן זאכן צו באקומען עטענטשען. פון אנדערע
אין וועלכע פון די 3 געהערט עס?

עניני הנפש האט געשריבן:זיכער צו,
1) שעצונג -הערכה -Esteem,
ואסביר אי"ה בתוך הימים.

און אויך ליבשאפט.

וואס הייסט ליבשאפט?

צו באקומען ליבשאפט און געפיל, למשל דאס וואס קינדער דארפן באקומען פון עלטערן!
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 21, 2018 12:54 pm

איך מיין...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 21, 2018 12:54 pm

אז...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 21, 2018 12:55 pm

איינער וויל דא פשוט...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 21, 2018 12:56 pm

זיך ארויסזעהן פונעם "שר העשר"....
נו... אתה מקום??? (איהר פלאצט?)
שרייב שוין אביסל מעהר ווי איין ליין אדער פערעגרעף... איעדער דא שרייבט אז ויקשב וישמע, איעדער וויל העלפן. נו שרייב שוין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג ינואר 21, 2018 1:36 pm

לכבוד Kosher Travel,
די איידיע איז לגמרי נישט שלעכט,
אבער מיין פראבלעם איז אז עס מיר באמת שווער צו שרייבן צוליב צוויי סיבות,
1) עס קאסט מיר גאר אסאך קאנצעטראציע,
2) עס איז מיר שווער צו טייפן (דערווייל) און אידיש,
יישר כוח פאר די אינטערעסע.
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג ינואר 21, 2018 3:02 pm

עניני! דו קומסט אריין זייער שטארק, איך האב מורא'דיג הנאה פון דיין "קלארקייט" "מסודר'דיגקייט" און "רואיגקייט", דו ווייסט וואס דו ווילסט, דו טראגסט מיר אזוי צוביסלעך! צוביסלעך! אריין אין דיין וועלט, איך ווארט שוין צו הערן נאך פון דיר, באט אהן קיין סטרעס, נעם דיר דיין צייט,

קיפ אן!!
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג ינואר 21, 2018 4:19 pm

יישר כוח מוח!
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג ינואר 21, 2018 4:43 pm

קוקט עס אויס בעל נפש איר האט געמאכט א פשרה מיטלגאטיגער וועג אקעי "היימישע נייעס"
זיי מתפלל און ברענג שטאף!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג ינואר 21, 2018 5:49 pm

הרב עניני הנפש שרייב וויאזוי איר ווילט
אנטשולדיגט הרב כשר טרעוול אז עס איז אייך שווער צו ליינען קענט איר ליינען עפעס אנדערש.
קומט א גאסט און שריייבט גאר גוט פארוואס אים אזוי אראפרייסן.
אין א געוויסע זין קורצער טראכט מען בעסער איבער.
און ער האט שוין געזאגט אז דאס קען ער צושטעלן און יא מיר באלעקן זיך די פינגער מיט יעדע שורה עקסטער
כה לחי!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג ינואר 21, 2018 10:00 pm

איך האב צו אייך א בקשה טייערע ליינער,
איך האב א שטיקל פראבלעם, אז עס איז דא א געוואלד מיט מציאות'ן און מצבים וועלכע האבן נישט קיינע ווערטער אדער אויסדרוקן, ובפרט בענין שאנו עוסקים, און מען קען נישט מסביר זיין א זאך, מער ווי די שפראך ערלויבט,
געווענליך ווען איך רעד צו א מענטש פנים אל פנים, זאג איך אים אז ער זאל פרובירן ארריינקרוכן און מיין מוח צו פארשטיין דאס אומגעזאגטע, און אזוי ארום וועל מיר זיך נישט פארלירן איינער דעם צווייטן,
די זעלבע וויל איך אייך יעצט בעטן,
אז מיר זאלן זיך פרובירן ווי ווייט מעגליך זיך צוזאמען צוהאלטן, כאטש ביים שרייבן איז עס פיל שווערער ווי ביים רעדן,
און אויב פעלט זיך אויס מער הסבר אויף סיי וועלכע געדאנק, וועל איך גערן איבערגיין און עס בעסער ארויסברענגען,
ואדרבה, אן עפענטליכן קאמיונעקעישן וועט נאר העלפן און קלארער מאכן,
ויישר כוח למפרע.

נ.ב. די בקשה גילט אויפן גאנצן שמועס, נישט נאר אויפן פאלגענדן ארטיקל.
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 21, 2018 10:47 pm

יישר כח, איך האף אז עס גייט קומען עצות אויך

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » מאנטאג ינואר 22, 2018 11:18 pm

צוריק צו די דריי דרגות,
1) שעצונג -הערכה -Esteem
2) צופרידנהייט -שלוה -Satisfaction
3) ציהל -מטרה -Purpose,
לאמיר עס אביסל מער אויסשמועסן און צילייגן,
משל למה הדבר דומה,
צו דריי לענדער מיט זייערע וואלוטעס, לאמיר נעמען פאר א ביישפיל אמעריקע, ענגלאנד, און יאפאן,
דער אמעריקאנער, וועט צוליב זיין ליבשאפט צו געלט, ארבעטן, שוויצן, און אריינלייגן זיין גאנצע ענערגיע צו עררייכן דעם אמעריקאנעם דאללער,
בעת וואס דער ענגלענדער וועט טון דאס זעלבע צו עררייכן דעם ענגלישן פונט, און אזוי אויך דער יאפאנעזער מיט זיין וואלוטע,
ע"כ המשל,
היוצא לנו מזה צוויי פונקטן,
-1) דא איז דא דריי מענטשן וואס טוען די זעלבע זאך (ארבעטן), רייכער צו ווערן מיטן זעלבן זאך (געלט), אבער די פיזישע זאכן וואס זיי ווילן עררייכן איז געוואנדן אין די מדינה וועלכע זיי לעבן,
דאס זעלבע איז ביי די דריי רצונות,
יעדע פון די דריי ארבעטן רונדע דעם זייגער, רייכער צו ווערן מיט די זעלבע זאך- מיט א געוויסע רואיגקייט-שלוה וועלכע ווערט גערופן "Self Acceptance" זעלבסט אננעמונג, (איבער Self Acceptance וועלן אונז נאך רעדן), און דער סארט וואלוטע מען נוצט דאס צו עררייכן איז געוואנדן לפי די דרגא וואס דער ארבעטער איז,
-2) ווען דער אמעריקאנער, ענגלענדער, אדער יאפאנעזער, וועלן מאיזה סיבה, נישט זיין אין זייער אייגענע מדינה, און זיי וועלן דארט ארבעטן וועט זייער ציהל נאך אלץ זיין זייער היים וואלוטע, ווייל דאס, און נאר דאס איז ביי אים ווערט,
דאס זעלבע וועט זיין ביי די דריי רצונות,
א מענטש, לאמיר זאגן אז ער גייט אריין און קאטעגאריע נומער איינס, האט די מעגליכקייט צו זיין אן "אימיגראנט" און נומער צוויי, און אפילו נומער דריי,
אבער באמת, וועט ער ווייטער זוכן נאך זיין ארגינעלער וואלוטע,
און די זעלבע פארקערט, מען קען זיין אן אימיגראנט למטה ולמעלה,
מילא יעצט וועלן מיר פארשטיין דעם תירוץ צו היימישער יונגערמאן'ס שאלה,
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עניני הנפש האט געשריבן:א מענטש קען האבן דריי סיבות פארוואס ער זאל טון א געוויסע זאך,
בעסער אויסגעדרוקט, דריי רצונות, אדער "Drives",
1) שעצונג -הערכה -Esteem'
2) צופרידנהייט -שלוה -Satisfaction
3) ציהל -מטרה -Purpose
אונזער ציהל איז אנצוקומען צו נומער דריי,
-און די פאלגנדע ארטיקלען וועלן ווערן אויסגעשמועסט די דריי רצונות מיט אלע דעטאלן וואס איז שייך,
-און דעמאלטס וועלן מיר אלע פארשטיין פארוואס אונזער ציהל איז נומער דריי,
-און דערנאך וועט בעזהשי"ת ווערן אויסגעשמועסט וויאזוי מען קומט אן דערצו,
ובשם ה' נעשה ונצליח!!

עניני הנפש, קומסט אריין זייער קלאר, און איך קען זען אז ארבעטן מיט נומער 3 זאל טוישן זאכן ביי א מענטש וואס מוטשעט זיך דורכפירן זאכן און פעלט סיפוק וכולי.

ווי עס ווערט מער קאמפליצירט איז אויב א מענטש האט זאכן וואס קוועטעשן אים, און עס טועט אים וויי, דאס וועט לכאורה נישט געהיילט ווערן מיט טוישן פארוואס ער טועט זאכן. הגם עס וועט לייכטער זיין אויב פאר עם צו טוען זאכן דורך נומער 3, איז אבער זייער שווער אנצוהאלטען אויב האט מען נישט דעם גוטען געפיל (נומער 2). ודו"ק כי קצרתי.

דער שאלה איז א שטארקער אמת,
מ'שטיינס געזאגט, אז דער מענטש וואס מוטשעט זיך אין א געוויסער ענין, אויב וועט ער מצליח זיין צו טוישן זיין דרייוו, וועלן זאכן תיכף פאלן אין פלאץ,
קלאר אז נישט,
צוויי זאכן אין דעם איינעם אומשולדיגן שורה, קענען נישט און וועלן נישט צושטאנדקומען,
-1) א דרייוו טוישט זיך נישט, און איר רעדט אוודאי פונעם אימיגראנט,
ארבעטן צו טוישן א דרייוו- א רצון, איז פונקט ווי זיך אריבערציען א מדינה, און ווערן א פאטראיאט דערפאר,
(נישט ח"ו אז עס איז אוממעגליך, ווי אונז וועלן נאך אויסשמועסן),
-2) קיינמאל ווערט נישט אלעס געסעטלט, און אוודאי נישט און א קורצן טערמין,
וואס עס געשעט יא איז, אז דער מענטש וואס האלט שוין ביי דרגא נומער דריי, ווערט אקעי מיט זיין פראבלעם, ווייל ער באקומט זיין ציהל, Self Acceptance,
ער דארף שוין נישט קיין Satisfaction.
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג ינואר 22, 2018 11:46 pm

עניני הנפש האט געשריבן:עניני הנפש, קומסט אריין זייער קלאר, און איך קען זען אז ארבעטן מיט נומער 3 זאל טוישן זאכן ביי א מענטש וואס מוטשעט זיך דורכפירן זאכן און פעלט סיפוק וכולי.

ווי עס ווערט מער קאמפליצירט איז אויב א מענטש האט זאכן וואס קוועטעשן אים, און עס טועט אים וויי, דאס וועט לכאורה נישט געהיילט ווערן מיט טוישן פארוואס ער טועט זאכן. הגם עס וועט לייכטער זיין אויב פאר עם צו טוען זאכן דורך נומער 3, איז אבער זייער שווער אנצוהאלטען אויב האט מען נישט דעם גוטען געפיל (נומער 2). ודו"ק כי קצרתי.

דער שאלה איז א שטארקער אמת,
מ'שטיינס געזאגט, אז דער מענטש וואס מוטשעט זיך אין א געוויסער ענין, אויב וועט ער מצליח זיין צו טוישן זיין דרייוו, וועלן זאכן תיכף פאלן אין פלאץ,
קלאר אז נישט,
צוויי זאכן אין דעם איינעם אומשולדיגן שורה, קענען נישט און וועלן נישט צושטאנדקומען,
-1) א דרייוו טוישט זיך נישט, און איר רעדט אוודאי פונעם אימיגראנט,
ארבעטן צו טוישן א דרייוו- א רצון, איז פונקט ווי זיך אריבערציען א מדינה, און ווערן א פאטראיאט דערפאר,
(נישט ח"ו אז עס איז אוממעגליך, ווי אונז וועלן נאך אויסשמועסן),
-2) קיינמאל ווערט נישט אלעס געסעטלט, און אוודאי נישט און א קורצן טערמין,
וואס עס געשעט יא איז, אז דער מענטש וואס האלט שוין ביי דרגא נומער דריי, ווערט אקעי מיט זיין פראבלעם, ווייל ער באקומט זיין ציהל, Self Acceptance,
ער דארף שוין נישט קיין [Satisfaction.



[/quote]

שכוח פאר זיך באציען צו מיין פראגע. איך בין נישט זיכער איך פארשטיי קלאר דעם ענטפער.
די שאלה איז אז אויב פעלט נומער 2 ווי אזוי קען מען אנגיין מיט נומער 3?

ווי אזוי איך זע דעם תירוץ און איך בין נישט זיכער צו דאס איז אייער כוונה. אז יא מען קען נישט איגנארירן נומער 2 און א מענטש קען נישט מזלזל זיין אין נומער צוויי, דארף אבער דער ענד ציל זיין נומער 3.

דוגמא לדבר, א מענטש וויל פארן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, איז זיין ציעל אנצוקומען קיין בארא פארק (נומער 3), און ער מוז אבער האבן א נארמאלע קאר (נומער 2) צו פארן אנצוקומען צו זיין ציל. פארשטענדליך.

וואס אבער טאמער דער מענטש מאכט זיין ציעל נישט אנצוקומען קיין בארא פארק, נאר זיצען אין פארברענגן אינעם קאר פאר א האלבע שעה אויפן וועג, און כסדר מאכן זיכער אויפן וועג אז דער וועג איז טאקע געשמאק (נומער 2), און טאמער באמערקט ער א פלעק אויפן קאר איז ער שוין אויס מענטש, דער איז אוועקגעפארן פון די ליניע. ודו"ק כי קצרתי.

(דעם אויבנדערמאנטער משל איז אויך מוראדיג פאסיג איבער דעם ברענעדיגער התלהבות וואס איז שורה במחנינו צו ג...געעעלט.
אמת, געלט איז מוראדיג א וויכטיגע זאך צו כמה עניינים, אבער מאך עס נישט אלס דעם ענד ציל, בשעת עס איז סך הכל דער 30 מינוט רייד וואס טראגט דיך קיין בארא פארק).

איי למאי נ"מ, צום סוף דארף מען דאך למעשה יא צוקומען צו נומער 2? כאפט אבער א גרויסער חילוק אויב מאכט זיך א פראבלעם מיט נומער 2. אויב 2 איז דער ענד גאול איז עק וועלט, אויב נומער 2 איז נאר א מיטל, איז עס עטוואס לייכטער.

נומער איינס, איז א זאך וואס א מענטש קען מצליח זיין צו לעבן אנדעם.

ביטע זייט מער מבאר כידכם הטובה.

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » דינסטאג ינואר 23, 2018 11:35 pm

איך האב אוועקגענומען דעם לעצטן תגובה,
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:32 pm

פארוואס?

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » מיטוואך ינואר 24, 2018 7:14 pm

fiena nieas האט געשריבן:פארוואס?

עס איז געווען אוועק פונעם ענין,
און עס איז געשריבן געווארן זייענדיג שטארק מיד...
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 24, 2018 7:20 pm

עניני הנפש האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פארוואס?

עס איז געווען אוועק פונעם ענין,
און עס איז געשריבן געווארן זייענדיג שטארק מיד...

איך האב יא אריינגעכאפט עס צו ליינען. די נקודה וואס איז די מאטיוועישאן פאר א מענטש אויפצושטיין איז א גיטע פראגע איך בין געווען נייגעריג וואס דער עולם וועט ענטפערן


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעכטיגער, תוספות און 13 געסט