וואס איז דער מהלך פון מיר ביז א געזונטער מענטש?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

נומער איינס,

תגובהדורך עניני הנפש » מיטוואך ינואר 24, 2018 8:30 pm

לאמיר נעמען דרגא איינס, וועלכע מיר רופן אן שעצונג, הערכה, און Esteem,
א מענטש וואס באלאנגט צו דעם דרגא, וועט כל כולו פון זיין עקזיסטענץ, זיין תלוי און הערכה,
דאס הייסט, אז ווילאנג ער וועט נישט באקומען זיין פארציע שעצונג, וועט ער אליין נישט אנערקענען אז ער עקזיסטירט,
און צוליב דעם וועט ער וועט זוכן שעצונג פון אלץ און אלעמען ארום אן אויסלאזן איין אזא געלעגנהייט,
פונקט ווי יעדע באשעפעניש וואס קעמפט פאר איר עקזיסטענץ,

און דער הערכה וואס ער זוכט וועט נאר קענען קומען פון אינדרויסן, דאס מיינט אז ער וועט זוכן דווקא אז אנדערע מענטשן זאלן אים שעצן,
און דער הסבר דערצו, איז זייער פארשטענדליך, ווייל אויב זוכט ער הערכה, זוכט ער יענעם'ס,
ווייל, דער אמת איז אז יעדער מענטש דארף באקומען שעצונג, יעדער,
און טאקע צוליב דעם גרויסן שעצונג-פארלאנג, האט דער בוכ"ע געמאכט אז מען זאל טרעפן די הערכה אין זיך אליין,
דאס מיינט אז א מענטש האט דעם כוח, זיך אליינס מעריך צו זיין,
און דער מענטש וועלכע באלאנגט צו דרגא נומער איינס, ער טרעפט נישט דעם כוח אין זיך,
און ער ווייסט ניטאמאל אז ער פארמאגט עס,
וואס עס געשעהט איז, אז זיין נפש פיהלט דעם נאטורליכן הונגער, און ער נישט וואוסנדיג וואס ער האט, זוכט עס ווי ער שטעלט זיך פאר אז עס איז,

יעצט לאמיר פארשטיין, וואס דער הונגער איז,
וואס ברענגט אים די הערכה?
און ווי אונז האבן פריער אויסגעשמועסט דארף דאך יעדער מענטש הערכה, נאר ער טרעפט עס ביי זיך,
איז די שאלה, פארוואס?
וואס ברענגט אונז די הערכה?

צוליבן קוצר הזמן, וועל איך מוזן זיך אפשטעלן דא,
אונז וועלן בעז"ה ממשיך זיין מארגן, בענין "Escape from pain and go to the pleasure"
הצלחה מרובה!
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:14 pm

Nice

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:56 pm

עניני הנפש האט געשריבן:און דער הערכה וואס ער זוכט וועט נאר קענען קומען פון אינדרויסן, דאס מיינט אז ער וועט זוכן דווקא אז אנדערע מענטשן זאלן אים שעצן,
און דער הסבר דערצו, איז זייער פארשטענדליך, ווייל אויב זוכט ער הערכה, זוכט ער יענעם'ס,
ווייל, דער אמת איז אז יעדער מענטש דארף באקומען שעצונג, יעדער,
און טאקע צוליב דעם גרויסן שעצונג-פארלאנג, האט דער בוכ"ע געמאכט אז מען זאל טרעפן די הערכה אין זיך אליין,
דאס מיינט אז א מענטש האט דעם כוח, זיך אליינס מעריך צו זיין,
און דער מענטש וועלכע באלאנגט צו דרגא נומער איינס, ער טרעפט נישט דעם כוח אין זיך,
און ער ווייסט ניטאמאל אז ער פארמאגט עס,
וואס עס געשעהט איז, אז זיין נפש פיהלט דעם נאטורליכן הונגער, און ער נישט וואוסנדיג וואס ער האט, זוכט עס ווי ער שטעלט זיך פאר אז עס איז,

ווי איך פארשטיי ביסטו דא מסביר אז איז א מענטש וואס באלאנגט אין דער קאטעגאריע, נאר אזא איינער וועט די דרייוו פון זיינע מעשים זיין כדי צו אנצוהאנדלען הערכה, אבער די אמת איז, אז אפי' א מענטש וואס האט יא שעצונג אין זיך אליינס [סעלף עסטיעם] קען אויך אנטוויקלען א דרייוו צו טוהן זאכן כדי אנצוהאנדלען שעצונג אין זיך אליין אדער כדי אנצוהאלטן זיין שעצונג צו זיך אליין, וויל אפי' דער וואס האט שעצונג און זיך אליין האט דאך למעשה עפעס אויף וואס ער בעיסט זיין שעצונג: קארעקט רב עניני הנפש? אדער נישט?
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:05 pm

מקבל ומשפיע האט געשריבן:

זיכער,
אבער לאמיר ווארטן ביז מיר קומען אן צו נומער דריי, וועט דאס אויך בעז"ה ווערן אויסגעשמועסט.
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

המשך

תגובהדורך עניני הנפש » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 7:17 pm

אונז האלטן יעצט ביי די שאלה, וואס איז די הונגער וואס א מענטש פיעלט, אז ער מוז נערך ווערן?

לאמיר אריינקוקן אונעם מהות הערכה,
הערכה טייטשט אנערקענונג,
דאס הייסט, עס דארף עקזיסטירן א געוויסע כוח,א געוויסע מציאות, וואס אנערקענט אז איך עקזיסטיר,
און ווי גערעדט, איז דאס ביי יעדע מענטש, נאר דער געזונטער מענטש אנערקענט אליין זיין עקזיסטענץ,

אבער פארוואס איז הערכה א הונגער, א חסרון?
ווען די זאגסט מיר ווען, אז דאס איז א געוויסע הנאה, דאס טייטש עס איז א Plus פאר די וואס האבן עס יא, הבנתי, עס שטימט, עס מאכט סענס,
אבער אז עס איז א Minus פאר די וואס האבן עס נישט, פארוואס עפעס מוז מען נערך ווערן?

דאס איז באמת א סייענטיפישע שאלה, און איך האב נישט קיין באגרינדעטע תשובה דערויף,
אבער הסברה נותנת, אז עס איז אזוי, כדי דער מענטש, זאל פונקט ווי אלע אנדערע באשעפענישן, קעמפן פאר זיין עקזיסטענץ,
ותורת הנפש הוא עמוק מאוד, מילא וועלן אונז זיך נישט שטעלן דערויף,
אונז וועלן בעז"ה ממשיך זיין שפעטער, בענין "Escape from pain and go to the pleasure".
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » דינסטאג ינואר 30, 2018 12:27 pm

המשך יבא?????????????????????
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » מיטוואך ינואר 31, 2018 3:57 pm

המשך יבא בעזהשי"ת
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » מיטוואך ינואר 31, 2018 6:22 pm

און מיטן רבינ'ס... כח...
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 5:33 pm

מיר ווארטן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

מקבל ומשפיע
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 2:46 pm

תגובהדורך מקבל ומשפיע » זונטאג פאברואר 04, 2018 5:22 pm

נודה לך האט געשריבן:מיר ווארטן...

אין...... בא, אלא בהיסך הדעת....
די לעזונג צו אלע פראבלעמען: > אין עוד מלבדו!!! < בדוק ומנוסה!
חינוך מיינט: משפיע זיין כדי מחנך צו זיין! און נישט: מחנך זיין כדי משפיע צו זיין!

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » זונטאג פאברואר 04, 2018 5:33 pm

עניני הנפש האט געשריבן:אונז האלטן יעצט ביי די שאלה, וואס איז די הונגער וואס א מענטש פיעלט, אז ער מוז נערך ווערן?

לאמיר אריינקוקן אונעם מהות הערכה,
הערכה טייטשט אנערקענונג,
דאס הייסט, עס דארף עקזיסטירן א געוויסע כוח,א געוויסע מציאות, וואס אנערקענט אז איך עקזיסטיר,
און ווי גערעדט, איז דאס ביי יעדע מענטש, נאר דער געזונטער מענטש אנערקענט אליין זיין עקזיסטענץ,

אבער פארוואס איז הערכה א הונגער, א חסרון?
ווען די זאגסט מיר ווען, אז דאס איז א געוויסע הנאה, דאס טייטש עס איז א Plus פאר די וואס האבן עס יא, הבנתי, עס שטימט, עס מאכט סענס,
אבער אז עס איז א Minus פאר די וואס האבן עס נישט, פארוואס עפעס מוז מען נערך ווערן?

דאס איז באמת א סייענטיפישע שאלה, און איך האב נישט קיין באגרינדעטע תשובה דערויף,
אבער הסברה נותנת, אז עס איז אזוי, כדי דער מענטש, זאל פונקט ווי אלע אנדערע באשעפענישן, קעמפן פאר זיין עקזיסטענץ,
ותורת הנפש הוא עמוק מאוד, מילא וועלן אונז זיך נישט שטעלן דערויף,
אונז וועלן בעז"ה ממשיך זיין שפעטער, בענין "Escape from pain and go to the pleasure".

הערכה איז דער עצם מציאות פון דעם מענטש, די גאזאלין די טרייב קראפט, די רגע א מענטש פארלירט זיין פינטעלע איך, פארלירט ער זיין גאנצע עקזיסטענץ, הערכה איז נישט קיין פלוס אדער מיינוס, דאס איז דער קשר פון דעם מענטש מיט זיינע געפילן, מיט זיין עצמיות
א מענטש טוט נישט קיין פעולה בעולם אן א רצון, יעדע פעולה מוז האבן א שטויס קראפט,
ס'קען נישט זיין קיין רצון אן שפירן אז מען טוט עפעס אויף / גלייבן אז מיינע פעולות זענען עפעס מערקבאר, און קומען אן
מען קען נישט שפירן אז מען טוט עפעס אויף אן דעם וואס מען זאל גלייבן אין זיך
און ווי געזאגט, דער געזונטער נעמט דאס פון זיך, אבער בתחלת הדרך מוז מען דאס באקומען פון אינדרויסן
דאס איז בקיצור להמבינים

אוועטאר
עניני הנפש
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 6:57 pm

תגובהדורך עניני הנפש » זונטאג פאברואר 04, 2018 11:01 pm

פונקט דאס וועט זיין דער חילוק צווישן די דריי דרגות,
וואס דער מענטש וויל פארדינען מיטן טוהן...
מאך זיכער אז די זאך אויף וואס די זוכסט הילף איז די פראבלעם און נישט בלויז דער סימפטאם!

איר קענט מיך קאנטעקטן דורך nafoshois@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

אוועטאר
טשיפקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » זונטאג פאברואר 18, 2018 4:46 pm

מיסטער נפש, ווי זענט איר אזוי לאנג?
עס קוקט אויס אז מיר פארשטייען זיך,
זייט ממשיך ביטע...

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט