שטאמלען - שטאלפערן - קעקעצן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

שטאמלען - שטאלפערן - קעקעצן

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:32 pm

ס'האט נאך נעמען? הכלל, איך האב געזוכט אביסל און נישט געטראפן אן אשכול וואס רעדט געהעריג דערוועגן (נאר בדרך אגב'דיג אין די וואויס לעסאנס אשכולות)

יעצט האב איך געהערט פון אן ארגעניזאציע "שפתינו" וואס העלפט ארויס די וואס ליידן דערפון און זייער משפחה, זיי האבן א האטליין: 917-999-0011
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:46 pm

א באגריסענדע שריט נאך א חלק אין היינטיגע מהלך צו אדרעסירן עפענטליך די פראבלעמען ווי איידער צו מאכן א שווייג און ליידען שטילערהייט.

איך האב גערופען יעצט די נומער ער רעדט פון א קאנפרענס קאל ווי מען וועט אויסשמועסן אלעס אין די נושא אין 3 באזונדערע שיעורים די פרייז איז בלויז 45 דאלער.
איך בין נייגעריג ווער עס וועט זאגן די שיעורים, א פראפעסאר א געלערטער צו די יונגערמאן וואס האט אייגענע עקספיריענס.

אגב איך האב געהערט אמאל אז קיינער איז נאך נישט געווארן 'אינגאנצן' אויסגעהיילט כאטש פארבעסערן איז יא דא א מעגליכקייט.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:47 pm

עס ליגט מיר אין קאפ אז די 'מאמענט' האט געהאט אמאל אויפן דעקל א בילד פון איינער וואס טוט אין די נושא פון שטאלפערען האט דאס א שייכות?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:49 pm

Amazing האט געשריבן:א באגריסענדע שריט נאך א חלק אין היינטיגע מהלך צו אדרעסירן עפענטליך די פראבלעמען ווי איידער צו מאכן א שווייג און ליידען שטילערהייט.

איך האב גערופען יעצט די נומער ער רעדט פון א קאנפרענס קאל ווי מען וועט אויסשמועסן אלעס אין די נושא אין 3 באזונדערע שיעורים די פרייז איז בלויז 45 דאלער.
איך בין נייגעריג ווער עס וועט זאגן די שיעורים, א פראפעסאר א געלערטער צו די יונגערמאן וואס האט אייגענע עקספיריענס.

אגב איך האב געהערט אמאל אז קיינער איז נאך נישט געווארן 'אינגאנצן' אויסגעהיילט כאטש פארבעסערן איז יא דא א מעגליכקייט.


כפי השמועה, א געלערנטער וואס האט אייגענע עקספיריענס
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:16 pm

זייער א גוטע זאך.

ס'איז פונקט מענין השבוע, לסדר "כי כבד פה וכבד לשון וכו'" "ואנוכי אהיה עם פיך וכו'".

זאל השי"ת העלפן אז אלע וואס האבן דעם ענין זאלן זוכה זיין צו רעדן געהעריג כשאר בני אדם.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג ינואר 02, 2018 11:47 pm

נא שכל ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג ינואר 02, 2018 11:58 pm

זייער א גיטע זאך ,שוין העכסט צייט צו אדרעסירן די נושא.

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » דינסטאג ינואר 16, 2018 5:21 pm

איך וויל וויסן, איינער וואס ליידט נישט פון עכטע קעקעצן, נאר ס'זאגט זיך נישט שנעל די ווערטער, ס'צוקעקעצט זיך אינמיטן זאגן, איז דא עפעס א עצה פאר דעם?
איז דא א וועג זיך אויסצולערנען די ווערטע זאל זיך זאגן פליסיגער?

אוועטאר
אדער יא
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: צווישן פרומע ערליכע אייוועלט אידן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:36 pm

אקעי העלעך לאזן וויסן מיין נעיבור אין ביהמ"ד (ממש איך בין אן אונס נישט אונזונען צו האבן יעדע מאל כ'דאוון לעיבען עימען)


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט