הילף פאר מערסא - MRSA

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:57 pm

You'll need Bactrim to treat MRSA

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:58 pm

א פאר עצות פון עקפיריענס.

פריווענשן:
- STAPH/MRSA איז זייער קאנטעידזשס. פריווענשן איז וויכטיג סיי פאר די משפחה מיטגלידער און סיי פאר זיך (אפילו נאכדעם וואס די אינפעקציע היילט זיך אויס).
- ביים באדן, ניץ נישט איבער די זעלבע וואסער פון מענטש צו מענטש. שווענק אויס די וואנע נאך נאך יעדע באד.
- מען האט מיר רעקאמענדעט צו באדן און שווענקען די וואנע מיט אביסל עפל סיידער עסיג, איך נעם נישט קיין אחריות אויף די גערוך...
- ניצן נאר ליקוואד זייף. ניץ נאר די בלויזע הענט צו זייפן, נישט קיין שמאטע.
- זייף אפ די הענט נאכדעם וואס די מען רירט צי צו די אינפעקציע.
- בכלל איז וויכטיג צו האלטן זויבער די הענט אפילו מען האט נישט איצט צוגערירט.

רעמעדיס:
- שמיר ארויף Ichthammol, עס וועט העלפן היילן די אינפעקציע.
- אויב איז די אינפעקציע קליין און באהאלטן, מאך א פעיסט פון מעהל און האניג און שמיר עס ארויף אויפן פלאץ מיט א באנדאדזש. דאס וועט העלפן ארויסברענגען די אינפעקציע צו די אויבערפלאך כדי מען זאל קענען ארויסקוועטשן די אייטער. (בדוק ומנוסה. רעקאמענדעד ביי מיין קינדער דאקטאר, נישט קיין באבישע רעמעדי.)
- MRSA איז א מין STAPH אינפעקציע וואס רעזיסט (שלאגט צוריק) אנטי-ביאטיק, נאר געציילטע מעדעצינען קענען עס היילן. שמועס עס דורך מיט דיין דאקטאר.
- אויב איז די אינפעקציע גאר גרויס אדער טיף באגראבן, איז מעגליך אז מען וועט מוזן אריינטשעקן אין אימערדזשענסי רום אז א דאקטאר זאל עס דרעינען און טריעטן.
- אפילו נאכדעם וואס די אינפעקציע היילט זיך אויס בלייבט נאך אלץ די באקטעריע אויף די גוף, און עס איז זייער מעגליך אז עס וועט צוריק קומען. (זעה פריווענשן)

די באטטאם ליין: MRSA איז אן ערנסטע אינפעקציע, האלט עס נישט פאר גרינג. רפואה שלימה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:02 pm

מורסע, ווען עס איז שוין גרויס און אויפגעבלאזן קען מען עס כמעט נישט היילן בלויז נאטורליך, און נישט מיט קיין בעקטראבען, קאליידל סילווער וכדו',

קודם נעם אנטיביאטיק וואס דער דאקטאר הייסט, און מאך זיכער צי דרעינען די מורסע רעגלמעסיג (ס'יסורים! כווייס אבער זייער וויכטיג)

יעצט אויף צי זיכער מאכן אז די מורסע קומט נישט צוריק איז דא אסאך נאטורליכע מיטלען. זה אומר בכה וזה אומר בכה, סא'יז ראטזאם צי נעמען איינס און עס פרובירן אויף א 'פולע' טערמין, העכסטנס אויב עס העלפט נישט גייט צי א צווייטע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6084
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:04 pm

נאך א קלייניגקייט, עס איז דא א שטארקע אנטיבאקטעריעל זייף Hibiclens, שמיר דערמיט די הענט און פנים און אזוי אויך פון אלע ארומיגע קינדער און משפחה. עס האלט פאר צוועלף שעה אויפן קערפער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:10 pm

אין וויליאמסבורג איז דא א אינגערמאן א הצלה מעמבער וואס נעמט קעיר דערפין מיט גרויס סוקסעס זיין אפיס איז ספענסער קאר. מירטל (איך געדענק נישט זיין נאמען) איינער ווייסט פון וועם איך רעד?
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:19 pm

ר' יושע מאיר גפן?
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:29 pm

יא!
ער העלפט טריעט'ן מורסא און שווערע BURN'S
זיינע פאציענטען זענען אים מורא'דיג משבח

****
ער טשארזשט נישט קיין געלט
ער בעט בלויז א נדבה אויב מ'קען

אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע: אטע דא

תגובהדורך פאזאטיוו » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:41 pm

א גרויסע דאנקע פאר אלע מגיבים

******

@ברוקלינער וואס איז זיין נומבער? (אין אישי ביטע)

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:59 pm


אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 5:24 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:יא!
ער העלפט טריעט'ן מורסא און שווערע BURN'S
זיינע פאציענטען זענען אים מורא'דיג משבח

****
ער טשארזשט נישט קיין געלט
ער בעט בלויז א נדבה אויב מ'קען


אפשר מרת ראזענפעלד'ס מהלך?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:05 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:יא!
ער העלפט טריעט'ן מורסא און שווערע BURN'S
זיינע פאציענטען זענען אים מורא'דיג משבח

****
ער טשארזשט נישט קיין געלט
ער בעט בלויז א נדבה אויב מ'קען


אפשר מרת ראזענפעלד'ס מהלך?

יא ער ניצט מרת ראזענפעלד'ס מהלך
מונאוויטש האט געשריבן:א פאר עצות פון עקפיריענס.

רעמעדיס:
- שמיר ארויף Ichthammol, עס וועט העלפן היילן די אינפעקציע.
.

אין ווילי איז עס נישט דא ציבאקימן אין די פארמעסיס, איך האב עס געקויפט אנליין ביי CVS Pharmacy
די רעזאלטאטן איז געווען געוואלדיג ב"ה
לעצט פאראכטן דורך green sunday אום מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:06 pm

אויך נישט ביי בעדפארד גארדענס פארמעסי?
0כ'אב פארגעסן די נאמען אויף די מינוט..)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:08 pm

green sunday האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:יא!
ער העלפט טריעט'ן מורסא און שווערע BURN'S
זיינע פאציענטען זענען אים מורא'דיג משבח

****
ער טשארזשט נישט קיין געלט
ער בעט בלויז א נדבה אויב מ'קען


אפשר מרת ראזענפעלד'ס מהלך?

יא ער ניצט מרת ראזענפעלד'ס מהלך


אין יעדע היימישע געגנט איז דא ווער ס'טוט איר מהלך.

ווער ס'האט פרטים פון אנדערע געגנטער זאל ביטע אריינקומען
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:27 pm

געהערט אז דער גפן בעט $35 פאר א וויזיט, איך בין געווען ביי א פרוי אין ווילי אין האט גארנישט געבעטן קיין געלט

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:18 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אויך נישט ביי בעדפארד גארדענס פארמעסי?
0כ'אב פארגעסן די נאמען אויף די מינוט..)

דו מיינסט "אונזער"

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:51 am

גערעכט. 'UNZER PHARMACY'
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע: אטע דא

תגובהדורך פאזאטיוו » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 6:56 pm

נגיד האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז דא א אינגערמאן א הצלה מעמבער וואס נעמט קעיר דערפין מיט גרויס סוקסעס זיין אפיס איז ספענסער קאר. מירטל (איך געדענק נישט זיין נאמען) איינער ווייסט פון וועם איך רעד?

ייש"כ ער האט זייער פיין געהאלפן

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 10:49 pm

fiena nieas האט געשריבן:סארנא

העלפט פאר MRSA?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:28 pm

יענקעלע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:סארנא

העלפט פאר MRSA?

קאן זיין

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 2:00 pm

שווער צו גלייבן

(דארף מען פרעגן די עקספערטן דא אויף סארנא)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:54 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שווער צו גלייבן

(דארף מען פרעגן די עקספערטן דא אויף סארנא)

מתבונן האט געשריבן:

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 5:09 pm

מתבונן האט געשריבן אמאל אז די געפילן זיכן ווי ארויסצוקימען אזוי ווי קלעי וואס מען לייגט אריין אין א כלי קימט עס ארויס פון וועלכע לאך ס'האט נאר כן הדבר הזה די געפילן זיכן ווי ארויסצוקימען . ביי טייל קימט עס ארויס אין פארום פון ריקן ווייטאג און ביי טייל קען עס אפשר ארויסקימען אין פארום פון מרסע ...
Who knows

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

תגובהדורך דאבעליו » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 5:56 pm

יענקעלע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:סארנא

העלפט פאר MRSA?


צו ס'העלפט? ווייסעך נישט. אבער די וועלכע טוען דערין קלעימען אז עס העלפט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 9:23 pm

fiena nieas האט געשריבן:מתבונן האט געשריבן אמאל אז די געפילן זיכן ווי ארויסצוקימען אזוי ווי קלעי וואס מען לייגט אריין אין א כלי קימט עס ארויס פון וועלכע לאך ס'האט נאר כן הדבר הזה די געפילן זיכן ווי ארויסצוקימען . ביי טייל קימט עס ארויס אין פארום פון ריקן ווייטאג און ביי טייל קען עס אפשר ארויסקימען אין פארום פון מרסע ...
Who knows


אקעי. וועל איך מסביר זיין פארוואס איך האב געשריבן אז ס'איז נישט מסתבר.

סארנא זאגט אז ווען דו האסט רוקן ווייטאג (למשל) קומט עס פון סטרעס. איי דער דאקטאר זעהט דאך קלאר אויפן עקס רעי א 'סליפד דיסק' וכדו'? די ענטפער איז אז איה"נ דער מענטש האט א נערוו וואס איז פאריקט אביסל וכדו', אבער טויזענטער אנדערע מענטשן האבן אויך פאריקטע נערווען און ס'שאט זיי גארנישט. די סיבה פארוואס דער מענטש ליידט יסורים פון דעם נערוו איז ווייל די מח האט א שטארקע סטרעס און ער זוכט ארויף צו ווארפן די פרעשור אויף עפעס אנדערש 'געט ער עס אויס' אויף די פאריקטע ביין און דער מענטש הייבט אן שפירן יסורים דערפון.

דאס איז אלעס ביי רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, אא"וו זאכן וואס מ'שפירט א ווייטאג, און איך זאג אז דער מח שיקט די 'ווייטאג' . מערסע משא"כ איז נישט קיין ווייטאג. ס'טוט נישט וויי ממילא גלייב איך נישט אז מ'זאגט אז די גאנצע אינפעקשאן קומט פון פרעשור פון די מח.

אבער האו נאוס? אלעס קען זיין (איך בין בכלל נישט קיין מבין אויף דר. סרנא'ס מעטאד)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 9:28 pm

דאבעליו האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:סארנא

העלפט פאר MRSA?


צו ס'העלפט? ווייסעך נישט. אבער די וועלכע טוען דערין קלעימען אז עס העלפט.

קיינמאל געהערט, אדרבא איז טאקע דא וואס זאגען אז סארנא העלפט פאר מערסא? און אויב יא ווער?


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט