בלאט 5 פון 6

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 8:55 am
דורך שעבאשנוט
אלעס זענען די ציונים שולדיג

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 1:31 pm
דורך ר' יום טוב
לתועלת הציבור:
ווען איך בין געווען מיט מיין ניי-געבוירנס מיט א מורסא אנצינדונג אין קאלאמביע, האבן די דאקטוירים דארט געזאגט פה אחד אז די בעסטע אנטיביאטיק קעגן מורסא איז vancomycin מיט א כמעט 100 פראצענט סוקסעס ראטע.
פארשטייט זיך אז מען ברויך האבן א רעצעפט פונעם דאקטאר דערויף.

מורסע/mrsa

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:40 pm
דורך A Yidish Boy
האט איינער א עצה וועגן מורסע?
איך ווייס איינער וואס ממשׁ יעדע פּאר חדשׁים קומט ארוף אויף א צווייטע פּלאץ אויפן קערפּער,
אזאלכע בּובּעלס פיל מיט אייטער, יסורים,
גייט צום דאקטער בּאקומט מעדיקעשן, ווערט אויסגעהיילט,
אבּער אפּאר וואכן שׁפּעטער, אודך,
עפּעעס אן עצה?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:09 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

שמיר PURELL, בדוק ומנוסה.

די עכטע, נישט נאכגעמאכטע פון וואלמארט אדער א"י.

אז מען כאפט עס צייטליך, קען איין שמיר אוועקלייגן די גאנצע אינפעקציע.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:23 pm
דורך עס וועט זיין גיט
לאך נישט
נעם א פאטעיטע צירייב עס גיט
אין לייגט עס איבערנאכט עס ציט ארויס די גאנצע אייטער
אבער אויב איז עס זייער עפעקטעט גיי צים דאקטער אין נעם אנטיביאטיק אז נישט וועסטי דארפען ליגען אין שפיטאל ל"ע

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:57 pm
דורך היסטאריקער
מונאוויטש האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=31560

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=23301

געטון די פאלגענדע עצה פון דארט "איך ניץ dial זייף - וואס איז anti bacteria, דא צו באקומען אין אלע געשעפטען."

ב"ה קיינמאל נישט צוריקגעקומען

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:05 pm
דורך קו הישר
#לאך_נישט.
געטון אליינס און געהערט פון אנדערע מיט די זעלבע תוצאה.
נעם א קיוטיפ און לייג ארויף סיי וועלכע אנטי ביאטיק קרעם. א שטייגער ווי מאפיראסען אדער בעיסיטרייסען און מען שמירט עס אריין אין די נאז. נוץ אן עקסטערע קיוטיפ פאר ביידע נאך לעכער כדי נישט אריבערצופירן די באקטעריע פון איינס צום אנדערן.
טו דאס פאר אפאר טאג און איר וועט פטור ווערן דערפון.

איך האב דאס געהערט פון מיין דאקטאר. און ער איז מסביר אז פילע באקטעריעס וואוינען אינעם נוניע.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:30 pm
דורך טוט זיך...?
קו הישר האט געשריבן:#לאך_נישט.
געטון אליינס און געהערט פון אנדערע מיט די זעלבע תוצאה.
נעם א קיוטיפ און לייג ארויף סיי וועלכע אנטי ביאטיק קרעם. א שטייגער ווי מאפיראסען אדער בעיסיטרייסען און מען שמירט עס אריין אין די נאז. נוץ אן עקסטערע קיוטיפ פאר ביידע נאך לעכער כדי נישט אריבערצופירן די באקטעריע פון איינס צום אנדערן.
טו דאס פאר אפאר טאג און איר וועט פטור ווערן דערפון.

איך האב דאס געהערט פון מיין דאקטאר. און ער איז מסביר אז פילע באקטעריעס וואוינען אינעם נוניע.

נו, מיט אזא פארשטעמפעלטע נוניע קען מען דען נאך לאכן...?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 5:53 pm
דורך לכאורה
D

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:12 pm
דורך טוט זיך...?
A Yidish Boy האט געשריבן:האט איינער א עצה וועגן מורסע?
איך ווייס איינער וואס ממשׁ יעדע פּאר חדשׁים קומט ארוף אויף א צווייטע פּלאץ אויפן קערפּער,
אזאלכע בּובּעלס פיל מיט אייטער, יסורים,
גייט צום דאקטער בּאקומט מעדיקעשן, ווערט אויסגעהיילט,
אבּער אפּאר וואכן שׁפּעטער, אודך,
עפּעעס אן עצה?

שוין זיך אמאל געוואנדען צו ר' יהושע מאיר גפן ?
זיין מהלך האט געהאלפן ביי מיין טאכטער'ל

געשריבן: מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:42 pm
דורך שפע רב
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

שמיר PURELL, בדוק ומנוסה.

די עכטע, נישט נאכגעמאכטע פון וואלמארט אדער א"י.

אז מען כאפט עס צייטליך, קען איין שמיר אוועקלייגן די גאנצע אינפעקציע.

געזען בשעתו אין המספיק גאזעט.
יאפ! ס'ארבעט ב"ה. אויב מ'לייגט עס פאר ס'ווערט אינפעקטירט.

זעסט א פימפל? באגוס עם מיט פיורעל.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:18 am
דורך A Yidish Boy
א ישׁר כח
ווי קען מען קופן די Purell?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:25 am
דורך טוט זיך...?
A Yidish Boy האט געשריבן:א ישׁר כח
ווי קען מען קופן די Purell?

ווי נישט...?
יעדע פארמאסי און כמעט יעדע גראסערי,
און וויליאמסבורג זיכער

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 10:30 am
דורך טוט זיך...?
ס'איז דא נאך א זאך וואס ארבעט גוט
Zymaderm
צו באקומען ביי די גרעסערע פארמאסיס א שטייגער Walgreens איך האב עס שוין געקויפט אויף ebay כמה פעמים, פאר ביליגער.... (נאך אלס טייערער ווי purell)

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 2:10 pm
דורך לייטער
פאריגע וואך שבת האב איך אויפגעפאסט אז איך האב מערסא אינפעקציע, איך האב כמעט נישט געקענט וואקן, כהאב געטראכט צי מען מעג שבת נעמען א נידל און אריינשטעכן און אויסקוועטשן די אייטער ווייל איך האב געדענק פון די גמרא אז סאיז פטור ומותר
כל פטורי דשבת פטור אבל אסור, בר מהני תלת דפטור ומותר ואידך המפיס מורסא בשבת, אם לעשות לה פה - חייב, אם להוציא ממנה לחה - פטור. וממאי דפטור ומותר - דתנן: מחט של יד ליטול בה את הקוץ
למעשה האב געווארט ביז מוצאי שבת געסטערלייסט א נידל און געמאכט א מפיס מורסא און נאכדעם געשמירט אנטי ביאטוק פאר עטליכע טעג, נישט געגאנגען דערווייל אין מקוה נאכדעם

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 2:28 pm
דורך קנאפער ידען
לייטער האט געשריבן:פאריגע וואך שבת האב איך אויפגעפאסט אז איך האב מערסא אינפעקציע, איך האב כמעט נישט געקענט וואקן, כהאב געטראכט צי מען מעג שבת נעמען א נידל און אריינשטעכן און אויסקוועטשן די אייטער ווייל איך האב געדענק פון די גמרא אז סאיז פטור ומותר
כל פטורי דשבת פטור אבל אסור, בר מהני תלת דפטור ומותר ואידך המפיס מורסא בשבת, אם לעשות לה פה - חייב, אם להוציא ממנה לחה - פטור. וממאי דפטור ומותר - דתנן: מחט של יד ליטול בה את הקוץ
למעשה האב געווארט ביז מוצאי שבת געסטערלייסט א נידל און געמאכט א מפיס מורסא און נאכדעם געשמירט אנטי ביאטוק פאר עטליכע טעג, נישט געגאנגען דערווייל אין מקוה נאכדעם

און פארוואס האסטו עס טאקע נישט געטון שבת, עס איז דאך לכאורה טאקע מותר (או"ח סימן שכ"ח סכ"ח ומשנ"ב סק"צ)?

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 2:37 pm
דורך לייטער
קנאפער ידען האט געשריבן:

כהאב נישט געוואלט פסקענען פון גמרא
סאיז טאקע מותר הלכה למעשה?

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2020 2:44 pm
דורך קנאפער ידען
"
לייטער האט געשריבן:

א דיין בינעך נישט סאו איך קען נישט פסק'ענען, אבער קוק אין דער מראה מקום (זע דא די טעקסט https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... 7%9B%D7%97) און עס קוקט מיר אויס פשוט אז עס איז מותר (פון משנ"ב מעג מען יא אליינס פסק'ענען...)

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:03 am
דורך פרוכט בוים
למעשה זאל מען יא קראכן אדער נישט?

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:59 am
דורך הרב_שלום
פרוכט בוים האט געשריבן:למעשה זאל מען יא קראכן אדער נישט?

א דאקטאר זאל עס קראכען, אז מען קראכט עס אליין קען עס ווערן ערגער

Don’t do this yourself. It is very dangerous to squeeze or poke a skin infection because it can push the bacteria deeper into the skin and make the infection much worse. Draining the infection should only be done by a trained health care provider.

גענומען פון דא

https://drive.google.com/file/d/1Zbrj_W ... sp=sharing

Re: מורסע/mrsa

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:03 am
דורך הרב_שלום
A Yidish Boy האט געשריבן:האט איינער א עצה וועגן מורסע?
איך ווייס איינער וואס ממשׁ יעדע פּאר חדשׁים קומט ארוף אויף א צווייטע פּלאץ אויפן קערפּער,
אזאלכע בּובּעלס פיל מיט אייטער, יסורים,
גייט צום דאקטער בּאקומט מעדיקעשן, ווערט אויסגעהיילט,
אבּער אפּאר וואכן שׁפּעטער, אודך,
עפּעעס אן עצה?

פילע שלעכטע באקטעריעס זענען אינעם גוף און זיכען א וועג ארויס, די בעסטע מעטאד איז א קלאניקס

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:43 am
דורך לייטער
פרוכט בוים האט געשריבן:למעשה זאל מען יא קראכן אדער נישט?

פון מיין עקספיריענס אדרבה זאגסט צו סאיז גיט און אויסגעהאלטן
איך רעד נישט פון א גאר גרויסע מורסע
ביי מיר טיט נישט וויי עכט די מאכן א לאך, איך האב געמאכט א געניג ברייטע לאך אדער אפילו 2 סזאל קענען ארויסקומען די אייטער, שטייציך אז מען טאר נישט שטעכן טיף נאר די גאר ערשטע שיכט הויט (די סאמע ערשטע שיכט טיט קיינמאל נישט וויי) כאפ ח''וו נישט אן די אייטער ווייל סאיז קעטשי און סכנה'דיג, ווארף אוועק די נידל גיב אבאכט נישט צו כאפן נאך א שטעך פון די נידל, נאכן אויסקוועטשן גיס ארויף אלקאהאל צי סענעטייזן די וואונט אפילו די אלקאהאל ציפט ווי מער און לענגער איז בעסער , וואק נישט אינדערהיים אן שטרימפ אדער בענדיטש אנהייב
גיי נישט אין מקוה פון ווען די כאפסט אז די האסט מערסא ביז סאיז שוין זיכער אינגאנצן פארהיילט טבילה איז א הייליגע ענין מצער זיין און קראנק מאכן א איד איז ערגער
רפיאה שלימה

שמיר אן אנטי ביאטוק קרים פאר ווי לאנג סקיקט אויס אביסל רויט, בעיקר די ערשטע פאר טעג

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:07 am
דורך קונדיטון
ביי מיר האט די עקפיריענס געוויזן נישט צו גיין צום דאקטער (ווען עס איז נאך נישט געפערליך וואס דאן דארף מען ציקומען צו מעדעצינען און\אדער סורדזשערי), ווייל רוב פון זיי ווייסן אויך נישט וויאזוי צו דרעינען, און דאס איז גורם אז עס זאל צירוקימען. נאר ליבערשט צו גורם זיין עס זאל אליינס זיך עפענען און ארויסרינען, איינע פון די מעטאדן וואס מיר האבן גענוצט מיט ערפאלג איז Ichthammol, דאס איז א זאלב וואס ציט ארויס פונעם קערפער פרעמדע עלימענטן.

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:04 pm
דורך נא_שכל
אסאך מענטשען האבן געזען וואונדער מיט נוצען די קריעם און מעטאד פון די MR קריעם, און נאך בעסערע ריזאלטס מיט די נייערע קריעם ערצייגט דורך וויינשטאק.

Re: הילף פאר מערסא - MRSA

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2020 10:01 pm
דורך איד'ל מיטן פידל
דאכצעך מיר ס׳איז געווען די וואך אין איינע פון די אויסגאבעס אין ק״י געשריבן דערוועגן דורך מרת ג. ווידער פון טאהש