הילף פאר מערסא - MRSA

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

מורסא / MRSA

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 20, 2014 12:01 am

כווייס נישט וואס דאס איז אבער איך האב יעצט געהערט אויף קול מבשר א נייע מיטל צי היילן מערסע אינפעקציאן'ס. דער עולם זאל וויסן אז מערסע איז פון די שעידליכסטע אינפעטשאנס פליז גיי צי א דאקטאר!

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג יוני 20, 2014 12:08 am

דו ווייסט נישט וואס ס'איז, און דו ווייסט אז ס'איז פון די שעדליכסטע אינפעקשנס??

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 20, 2014 12:13 am

איך ווייס נישט וואס די נייע הייל מיטל איז.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 20, 2014 12:20 am

והשם ישמור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » פרייטאג יוני 20, 2014 10:24 am

זיך אסאך געפלאגט מיט מרסע (MRSA)!
אין קורצן איז עס א באקטעריע וואס וואוינט ביי אסאך מענטשן - אויף די הויט געווענליך - און קען ברענגען אן אנטצינדונג.
רוב מאל וועט עס געשעהן ווען ס'האט אן אחיזה ווי א שניט וכדומה.
ס'קומט ארויס אין פארם פון פימפלס (ווייטאגליכע..) אויפ'ן קערפער, און ס'קען זיין זייער שווער פטור צו ווערן דערפון ווייל ס'איז רעזיסטענט (Resistant) צו אסאך מינע אנטיביאטיק, און אפילו די וואס העלפט שוין יא, העלפט נאר אויסצוהיילן דעם אינפעקשן וואס האט זיך געשאפן אבער די באקטעריע זיצט נאך דארט און ווארט אויפן קומענדיגע געלעגנהייט....
אין אסאך פעלער, איינמאל מ'האט עס, האלט עס אין איין צוריקקומען. ס'קען זיין שטארק עקשנות'דיג.

אויב מ'איז חושד אז מ'האט עס איז ראטזאם צו גיין צו א דאקטאר ווי שנעלער, א באהאנדלונג אין די פריע שטאפלען קען פארמיידן ס'זאל צוריקקומען.
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך ינואר 07, 2015 9:45 am

לויט ווי איך הער איז עס זייער איבערכאפעדיג (contagious). איז אויסגעהאלטן/ראטזאם צו גיין אין מקוה ווען מ'האט עס?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 1:01 am

קלאר אז נישט
בד"וו די קרים און פאודער פון מיסיס ראזענפעלד ע"ה ארבעט גאר גוט פאר דעם
אויך איז דא א געוויסע קלעי וואס העלפט גאר גוט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 2:26 am

ווי פארוואס נישט האט געשריבן, איז מורס"א אדער "סטעף אינפעקשען" ווי מ'רופט עס, א זאך מיט וואס מענטשן מוטשענען זיך אפ צומאל פאר לאנגע "יארן"! היות זייער ווייניג דאקטורים קענען גענוג גוט קעיר נעמען דערפין.


ס'איז דעריבער פארשטענדליך פארוואס מענטשן זוכן רפואות דערפאר פין אונטער די ערד, פשוט ווייל סתם דאקטורים קענען סייווי קיין סאך נישט טון דערצו!

כ'האב אמאל געהערט פין עמיצן א דאקטער מיט א גאר גוטע רעפיוטעישן דערויף, כ'וועל אי"ה פראבירן שאפן די אינפא און מעלדן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:31 pm

עפעס פאר מפיס מורסא ממס' שבת?

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2596
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:34 pm

שוין לאנג געטראכט פון צאמשטעל. מסתמא קומט עס טאקע פונעם זעלבן שורש, ווארום מורסא איז טאקע פימפלים מיט אייטער.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 4:11 pm

להודיע האט געשריבן:שוין לאנג געטראכט פון צאמשטעל. מסתמא קומט עס טאקע פונעם זעלבן שורש, ווארום מורסא איז טאקע פימפלים מיט אייטער.


ווי אויך שטייט דארט משום צערא.

פארוואס נישט... האט געשריבן:זיך אסאך געפלאגט מיט מרסע (MRSA)!
אין קורצן איז עס א באקטעריע וואס וואוינט ביי אסאך מענטשן - אויף די הויט געווענליך - און קען ברענגען אן אנטצינדונג.
רוב מאל וועט עס געשעהן ווען ס'האט אן אחיזה ווי א שניט וכדומה.
ס'קומט ארויס אין פארם פון פימפלס (ווייטאגליכע..) אויפ'ן קערפער.

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » זונטאג ינואר 11, 2015 10:17 pm

זאכליך האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז עס זייער איבערכאפעדיג (contagious). איז אויסגעהאלטן/ראטזאם צו גיין אין מקוה ווען מ'האט עס?

מ'טאר אויסדרוקליך נישט גיין אין מקווה ווען מ'האט א MRSA פימפל!!!!!!!!!!

נישט פאר דער וואס האט די פימפל שאדט עס, נאר פאר'ן נעקסטן וואס קען ווערן אנגעשטעקט.... דער בעש"ט'ס הבטחה (איין טבילה שאדט נישט) איז לכאורה גילטיג נאר אויף דיין וואוילזיין, נישט לגבי יענעם.

סביב העולם האט געשריבן:קלאר אז נישט
בד"וו די קרים און פאודער פון מיסיס ראזענפעלד ע"ה ארבעט גאר גוט פאר דעם
אויך איז דא א געוויסע קלעי וואס העלפט גאר גוט

קענט איר אפשר צולייגן פרטים? וועלכע גרינפעלד, פאון נאמבער, וכדו'?
ייש"כ
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 11, 2015 10:20 pm

עס הייסט MR הילונג וואונד קרים
און אויך MR הילונג פאודער
מען קען ביידע באקומען אין יעדע העלטה פוד געשעפט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » זונטאג ינואר 11, 2015 10:23 pm

ייש"כ
אגב, ווער איז די מיסיס ראזענפעלד ע"ה??
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 11, 2015 10:28 pm

פארוואס נישט... האט געשריבן:ייש"כ
אגב, ווער איז די מיסיס ראזענפעלד ע"ה??

אין די מעלות די חודש איז דא א באשרייבונג אויף איר אבער נאר אויף די שפיץ גאפל
בלי נדר כ'וועל האבן אפאר מינוט וועל איך צולייגן מיינע צוויי צענט איבער איר געוואלדיגע אויפטוענגן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג ינואר 12, 2015 11:46 am

Colloidal Silver Cream

תפוח
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 12, 2014 4:14 pm

תגובהדורך תפוח » מאנטאג ינואר 12, 2015 3:30 pm

מבשרי אחזה! Colloidal Silver + Natrual Anti biotic Powder העלפט ווינדערלעך. די רעצעפט קען מען באקומען אין העלט פוד סטאר

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג ינואר 13, 2015 2:23 pm

איך האב עס געהאט מיט א קינד א שטיק צייט א מיטמאכעניש.


דער דאקטאר האט געהייסן אריינלייגן פאר אפאר חדשים בעקטראבען/בעסיטרעיסאן אין די נאז, ווייל די באקטיריע באהאלט זיך אין די נאניע ווען עס איז נישט אקטיוו, דארף מען לייגן פאר א גאר לאנגע צייט עס אויסצוראטן.

עס איז גוט עס נישט צו לאזן אפען, נאר גוט איבערדעקן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע: אטע דא

הילף פאר מערסא - MRSA

תגובהדורך פאזאטיוו » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:28 pm

איך זוך הילף פאר א מערסא אויסשלאג. עצות וויאזוי פטור צו ווערן פון דעם אדער וויאזוי עס צו פארגרינגערן.

איך האב געזוכט אויפן געוועב אבער נישט באקומען צופיל זאכליכע עצות

ווער עס האט עקספירענס מיט דעם זאל ביטע מיטטיילן

א דאנק

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:31 pm

סארנא

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:31 pm

עס איז דא א קריעם מיטן נאמען silver collodium

געקויפט ביי סופריום העלטה

אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע: אטע דא

תגובהדורך פאזאטיוו » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:00 pm

לאמיר זיך אביסל קלארער מאכן

פאר אכט טאג צוריק שב"ק האב איך אנגעהויבן שפירן א ווייטאג אונטער מיין ארעם, קודם האב איך עס איגנארירט אבער ווען איך בין אויפגעשטאנען זונטאג אינדערפרי מיט געהעריגע יסורים האב איך באשלאסן צו גיין זען דעם דאקטאר

נאכן ווארטן איבער א שעה ביים לאקאלן קליניק צו די זכי' האבן צו זען דעם שוסטער המכונה דאקטאר, קומט ער אריין אויפגעלייגט, כאפט א בליק און זאגט "יא, עס איז א סטרעטשט מאסעל" "די אידן דא האבן אייביג ליב צו מאכן א אישו פון יעדע קלייניקייט, נעם יעדע 6 שעה 600 מ"ג מאטרין און וועסט פטור ווערן פון דעם"

48 שעה נאכדעם ווען די יסורים האבן מיר געמאכט שפרינגען ביזן דאך, ארבעטן האב איך כמעט נישט געקענט, בין איך דינסטאג צופרי צורי צו א בעסערע דאקטאר שוין - ווי די ווארטן צייט האט גענומען 120 מינוט - ער קוט אויפן וואונד און גיט א דרוק אזש איך האב געשריגן און ער זאגט "לכאורה איז עס מערסא" ער גייט שיקן מאכן א טעסט און שיקן צו א לעב

נאך 3 טעג האט מען צוריקגערופן און באשטעטיגט אז עס איז טאקע מערסא

חוץ שמוציג מאכן טישוס און אומבטעמטע ווייטאג ווייס איך גארנישט מער וועגן דעם. ביטע מיר העלפן

אוועטאר
פאזאטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
לאקאציע: אטע דא

תגובהדורך פאזאטיוו » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:01 pm

א. טראכטער האט געשריבן:עס איז דא א קריעם מיטן נאמען silver collodium

געקויפט ביי סופריום העלטה

האט עפעס מיט silver dean cream וואס מען נוצט פאר א ברי?

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:11 pm

אויב איז עס זיכער מורסע, איז עס א באקטעריע וואס אויב אינפעקטעד קען עס זיין א מער ערנסטע זאך, איך וואלט דיך געראטן צו אדער דורכרעדן מיט א מעדיקל רעפעריל ספעציאליסט, ווי רפואה העלפליין, Ecco, וכדו', אדער גיי צו א גרעסערן דאקטאר.

איך בין נישט צו באהאוונט מיט מורסא, ס'איז זיכער דא אסאך פרטים דערצו, אבער אזויפיל ווייס איך פון א אינגל וואס ליגט יעצט אין שפיטאל שוין זייט אינמיטן קעמפ, ווען מ'האט עם אריינגעפירט מיט א מורסא אינפעקשן, און זיי האבן געזאגט אז ווען מען כאפט עס ווען מיט אפאר טעג שפעטער וואלט עס געווען זייער ערנסט.
---

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:45 pm

איך האב א לעבעדיגע מערסע, וואס איך דארף כסדר האלטען אין קאנטראל, עס קומט ארויף כסדר און איך הרגע עס ווען ער איז נאך יונג און נאך פאר ער בלאזט זיך אויף.

איך ניץ dial זייף - וואס איז anti bacteria, דא צו באקומען אין אלע געשעפטען.
Purel sanitizer איז זייער גוט צו לייגען אויף די פלעצער און אויך שמירען אנטיביאטיק וואס איז א אווער די קאונטער אייטעם.
זיך וואשען יעדן טאג, און האלטען איין די קערפער - מער ווי נארמאל.
חלילה וחס נישט גיין אין מקוה - על פי הוראות פון א דיין.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט