א באהאלטענע מתנה - ADHD

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג מארטש 22, 2016 1:00 pm

מי יודע האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:אין מאמענט האבן זיי א פרישער קאלום מיט פראגעס פונעם מחנך, די וואך רעדט ער איבער ADHD און ער שרייבט אז דאס איז א חסרון און געוויסע קעמיקאלן און מוח. איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט ערגעץ (מעגליך אויפן וועלטל) ווי מ'רייסט אראפ די טעאריע, וואס איז די אמת? נשמה! מתבונן! קומט אריין מיט א קלארקייט!

איז דען מעגליך אז אלע אינעם יעצטיגן דור (אונטער דרייסיג יאר.. נו, פינף אין צוואנציג..) זענען געבוירן אן די קעמיקאלן אינעם מוח????

זאג נאר, די קענסט א אינגע אינגערמאן וואס האט נישט די אלע אויסגערעכנטע "סימטאמ'ס" פון די אזויגערופענע ADHA??

ס'איז אלעס הוילע שטותים און האט זיכער גארנישט מיטן מוח.. נאר מיט וואס יא? איז א שמועס פאר זיך..

איך קען א איד א גרויסע משפיע קרוב צו די אכציג וואס איז דיאגנאזט אויף ADHD, ער פירט א גרויסע ארגענאזאציע און ער טענה'ט אז היינו דאהני לי' צו קענען אזויפיל אויפטון, ADHD איז א מתנה, ס'האט נאר סייד עפעקטס וואס קען אויסקלאפן בעיקר אין די בחור'ישע יארן, אבער דער אמת'ער לעזונג דערצו איז ווי אויבן געשריבן

דיאגנאזט דיאגנאזט דיאגנאזט..... איך קען אויך אן אכציג יעריגן איד וואס איז דיאגנאזט געווארן מיט "מחוצף" קרענק....

די מיינסט אז יעדער וואס ליידט אויף עפעס א מידה הייסט עס א קרענק? (אוודאי איז עס א קרענק ווען מ'ליידט אויף א מדה, אבער איך מיין צו זאגן לגבי די קרענק וואס מ'רופט ביי די גוים קרענק)

און אז איינער איז א כעס'ן קען מען אים דיאגנאזן מיט די K קרענק ווייל ס'איז אותיות KAS????

דאס אז אמאל איך אויך געווען מענטשן וואס האבן געליטן אויף די מדה פון נישט קענען איינזיצן (לאמיר שוין מסכים זיין אז ס'איז דא אזא זאך, ווייל איך דארף גיין טשעקן צו ביי א זאך וואס אינטערעסירט אים זיצט ער אויך נישט איין למשל ביים וואטשן א מאווי אדער ביים מאכן געלט....) האב איך געוואוסט און איך ווייס אויך אז מענטשן האבן געליטן פון כעס, קנאה, און נאך.... איז אפשר זאל מען נעמען פילס פאר קנאה???

א שאד אז די מוסר מחברי ספרי מוסר האבן נישט געוואוסט פון די פילס, ווען יא וואלטן זיי זייער נישט ארויסגעגעבן נאר געשריבן אז יעדער זאל נעמען א פיל און א גוטן טאג!!!!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג מארטש 22, 2016 1:03 pm

מי יודע האט געשריבן:
שטארקע דיסיפלין פון א שטרענגער גוטהארציגער ווארעמע פריינט, מחנך, רבי, וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה!!

נאר אזוי ווי היינט איז א דור פון איסטענט, און קיינער האט נישט געדולד, דארף מען נוצן די אלטערנעטיווע וועג פון מעדיקעישאן.

אמת, פאר די גוים..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג מארטש 22, 2016 2:00 pm

די ווערטער פון אונזער חבר נשמה קען צוניץ קומען צו די שמועס, ליין פון דא און ווייטער.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג מארטש 22, 2016 6:47 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:א שאד אז די מוסר מחברי ספרי מוסר האבן נישט געוואוסט פון די פילס, ווען יא וואלטן זיי זייער נישט ארויסגעגעבן נאר געשריבן אז יעדער זאל נעמען א פיל און א גוטן טאג!!!!!

אין חובות התלמידים (ער איז אוועק ביים קריג) שרייבט ער אז היינט האט מען א נאמען געגעבען פאר יעדע שלעכטע מידה עפעס א שיינע זאך, ווי למשל איינער וואס איז א כעס'ן הייסט היינט א נערוועזער... שרייבט ער דארט אז עס נישט ריכטיג אזוי צו זאגען, נאר עס איז א מידה מגונה.
אבער וואס קען מען טוהן אז היינטיגע מעכאנכככעם פארשטייען בעסער ווייל דער גוי זאגט פארקערט......
איזי

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דינסטאג מארטש 22, 2016 8:01 pm

to all my good friends on this fourem, ADHD is a sickness that has to be handled, and whoever got him self strait without help then its because it was not ADHD. ITS NOT A BAD HABIT its a sickness, if somebody works to hard or has any other difficult and he have the ADHD symptoms that dos not mean he has ADHD. AND ONE THING I CAN TELL YOU THE ONE WHO HAS IT FOR REAL IS A BIG RACHMUNIS WHILE MOST OF THE PEOPLE HAS SOME TIME THIS ISSUES A GUY WHO HAS ADHD CANNOT RELAX A MINUTE HE IS IN OVER DRIVE EVERY SECOND OF HIS LIFE,YOU SHOULD NEVER KNOW WHAT THIS MEAN GOD FORBID, DID YOU EVER HAD A SCARY MOMENT AND NEED TO RUN AWAY FROM IT IIKE ITS LIFE TRATANING? ADHD MAKES YOU FEEL THIS WAY THE WHOLE DAY AND IS ALOT MORE, SO PLEASE STOP THE CRAP WITH LALEV FAMILY OR YOU OTHER SWEET EXPLANATIONS TO MAKE FUN OF IT, IF YOU ITS THINK A BAD HABIT YOU DONO KNOW NOTHING ABOUT IT GO TALK SOMETHING THAT YOU DO KNOW
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג מארטש 22, 2016 9:37 pm

dont care האט געשריבן:to all my good friends on this fourem, ADHD is a sickness that has to be handled, and whoever got him self strait without help then its because it was not ADHD. ITS NOT A BAD HABIT its a sickness, if somebody works to hard or has any other difficult and he have the ADHD symptoms that dos not mean he has ADHD. AND ONE THING I CAN TELL YOU THE ONE WHO HAS IT FOR REAL IS A BIG RACHMUNIS WHILE MOST OF THE PEOPLE HAS SOME TIME THIS ISSUES A GUY WHO HAS ADHD CANNOT RELAX A MINUTE HE IS IN OVER DRIVE EVERY SECOND OF HIS LIFE,YOU SHOULD NEVER KNOW WHAT THIS MEAN GOD FORBID, DID YOU EVER HAD A SCARY MOMENT AND NEED TO RUN AWAY FROM IT IIKE ITS LIFE TRATANING? ADHD MAKES YOU FEEL THIS WAY THE WHOLE DAY AND IS ALOT MORE, SO PLEASE STOP THE CRAP WITH LALEV FAMILY OR YOU OTHER SWEET EXPLANATIONS TO MAKE FUN OF IT, IF YOU ITS THINK A BAD HABIT YOU DONO KNOW NOTHING ABOUT IT GO TALK SOMETHING THAT YOU DO KNOW

אידיש ביטע!
שכח
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 22, 2016 9:52 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
שטארקע דיסיפלין פון א שטרענגער גוטהארציגער ווארעמע פריינט, מחנך, רבי, וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה!!

נאר אזוי ווי היינט איז א דור פון איסטענט, און קיינער האט נישט געדולד, דארף מען נוצן די אלטערנעטיווע וועג פון מעדיקעישאן.

אמת, פאר די גוים..

רחמנא ליצלן. אזוי שרייבסטו אויף יודישע ליידן?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 22, 2016 9:54 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:אין מאמענט האבן זיי א פרישער קאלום מיט פראגעס פונעם מחנך, די וואך רעדט ער איבער ADHD און ער שרייבט אז דאס איז א חסרון און געוויסע קעמיקאלן און מוח. איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט ערגעץ (מעגליך אויפן וועלטל) ווי מ'רייסט אראפ די טעאריע, וואס איז די אמת? נשמה! מתבונן! קומט אריין מיט א קלארקייט!

איז דען מעגליך אז אלע אינעם יעצטיגן דור (אונטער דרייסיג יאר.. נו, פינף אין צוואנציג..) זענען געבוירן אן די קעמיקאלן אינעם מוח????

זאג נאר, די קענסט א אינגע אינגערמאן וואס האט נישט די אלע אויסגערעכנטע "סימטאמ'ס" פון די אזויגערופענע ADHA??

ס'איז אלעס הוילע שטותים און האט זיכער גארנישט מיטן מוח.. נאר מיט וואס יא? איז א שמועס פאר זיך..

איך קען א איד א גרויסע משפיע קרוב צו די אכציג וואס איז דיאגנאזט אויף ADHD, ער פירט א גרויסע ארגענאזאציע און ער טענה'ט אז היינו דאהני לי' צו קענען אזויפיל אויפטון, ADHD איז א מתנה, ס'האט נאר סייד עפעקטס וואס קען אויסקלאפן בעיקר אין די בחור'ישע יארן, אבער דער אמת'ער לעזונג דערצו איז ווי אויבן געשריבן

דיאגנאזט דיאגנאזט דיאגנאזט..... איך קען אויך אן אכציג יעריגן איד וואס איז דיאגנאזט געווארן מיט "מחוצף" קרענק....

די מיינסט אז יעדער וואס ליידט אויף עפעס א מידה הייסט עס א קרענק? (אוודאי איז עס א קרענק ווען מ'ליידט אויף א מדה, אבער איך מיין צו זאגן לגבי די קרענק וואס מ'רופט ביי די גוים קרענק)

און אז איינער איז א כעס'ן קען מען אים דיאגנאזן מיט די K קרענק ווייל ס'איז אותיות KAS????

דאס אז אמאל איך אויך געווען מענטשן וואס האבן געליטן אויף די מדה פון נישט קענען איינזיצן (לאמיר שוין מסכים זיין אז ס'איז דא אזא זאך, ווייל איך דארף גיין טשעקן צו ביי א זאך וואס אינטערעסירט אים זיצט ער אויך נישט איין למשל ביים וואטשן א מאווי אדער ביים מאכן געלט....) האב איך געוואוסט און איך ווייס אויך אז מענטשן האבן געליטן פון כעס, קנאה, און נאך.... איז אפשר זאל מען נעמען פילס פאר קנאה???

א שאד אז די מוסר מחברי ספרי מוסר האבן נישט געוואוסט פון די פילס, ווען יא וואלטן זיי זייער נישט ארויסגעגעבן נאר געשריבן אז יעדער זאל נעמען א פיל און א גוטן טאג!!!!!

ביסט נישט גערעכט! נאר כדי דאס דיך אויפווייזן וואלסטו געדארפט אליין דאס דורכגיין ח"ו !!!!! וויפיהל איך האב געמיינט במשך די יארן אז ס'איז סתם מידות האב איך מיך ביטער איבערצייגט. ווער ס'רעדט פון מוסר ווען ס'קומט צו די ענינים, האט שוין פארגעסן וואס ס'מיינט. אדער קיינמאל נישט געוואוסט. זאל מיין קול געהערט ווערן, "זיי נישט קיין מומחה אויף אזאך וואס דו ביסט נישט דורך, אדער גרונטליך שטודירט". פליז. זאגען דע ווארט מוסר ווען ס'קומט צו אזוינע זאכן איז ממש זיך ארומגעשפיהלט מיט יענעמ'ס בלוט. איך בעהט דיך איין זאך, רעד נישט!!!!! אמאליגע מענטשן זענען געווען גייסטיג געזונטער ווי היינט!!! נאר קל תמים דעות קען אזאנס פסק'נען. עניוועי, חזק ואמץ!
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך מארטש 23, 2016 2:41 am

געווען אמאהל אדווערטייזט
צוגעלייגטע
adhd2.gif
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג מארטש 27, 2016 1:44 pm

נשמה האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
שטארקע דיסיפלין פון א שטרענגער גוטהארציגער ווארעמע פריינט, מחנך, רבי, וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה!!

נאר אזוי ווי היינט איז א דור פון איסטענט, און קיינער האט נישט געדולד, דארף מען נוצן די אלטערנעטיווע וועג פון מעדיקעישאן.

אמת, פאר די גוים..

רחמנא ליצלן. אזוי שרייבסטו אויף יודישע ליידן?

ניין, אזוי שרייב איך אויף אידישע קעפ וואס ברענגען אריין גויאישע וועגן ווי אזוי צו היילן דעם איד!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג מארטש 27, 2016 1:53 pm

נשמה האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט! נאר כדי דאס דיך אויפווייזן וואלסטו געדארפט אליין דאס דורכגיין ח"ו !!!!! וויפיהל איך האב געמיינט במשך די יארן אז ס'איז סתם מידות האב איך מיך ביטער איבערצייגט. ווער ס'רעדט פון מוסר ווען ס'קומט צו די ענינים, האט שוין פארגעסן וואס ס'מיינט. אדער קיינמאל נישט געוואוסט. זאל מיין קול געהערט ווערן, "זיי נישט קיין מומחה אויף אזאך וואס דו ביסט נישט דורך, אדער גרונטליך שטודירט". פליז. זאגען דע ווארט מוסר ווען ס'קומט צו אזוינע זאכן איז ממש זיך ארומגעשפיהלט מיט יענעמ'ס בלוט. איך בעהט דיך איין זאך, רעד נישט!!!!! אמאליגע מענטשן זענען געווען גייסטיג געזונטער ווי היינט!!! נאר קל תמים דעות קען אזאנס פסק'נען. עניוועי, חזק ואמץ!

איי נשמה נשמה..

איך בין אסאך דורך און אסאך געהאנדלט מיט די וואס גייען דורך.. און איך בין שטארק ביי מיין מיינונג!!

יא איך ווייס אז ס'איז שווער צו גלייבן אז די תורה קען העלפן א מענטש אן מעדעצין.. און איך וואלט עס אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך איבערצייג מיר עס מיט מיינע פליישיגע אויגן!!

אגב, איינע פון מיינע חברים איז געווען ביי 33 דאקטורים (טערעפיסטן) פאר ער האט געטראפן דעם ריכטיגן וועג, און אלע פה אחד האבן געהאט איין עצה, "מעדעצין"..

ביז.... ער איז אנגעקומען און ער שיינט און לייכט..... ואכמ"ל (און אויב ווילסטו מער, קום אין אישי..)
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג מארטש 27, 2016 2:39 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט! נאר כדי דאס דיך אויפווייזן וואלסטו געדארפט אליין דאס דורכגיין ח"ו !!!!! וויפיהל איך האב געמיינט במשך די יארן אז ס'איז סתם מידות האב איך מיך ביטער איבערצייגט. ווער ס'רעדט פון מוסר ווען ס'קומט צו די ענינים, האט שוין פארגעסן וואס ס'מיינט. אדער קיינמאל נישט געוואוסט. זאל מיין קול געהערט ווערן, "זיי נישט קיין מומחה אויף אזאך וואס דו ביסט נישט דורך, אדער גרונטליך שטודירט". פליז. זאגען דע ווארט מוסר ווען ס'קומט צו אזוינע זאכן איז ממש זיך ארומגעשפיהלט מיט יענעמ'ס בלוט. איך בעהט דיך איין זאך, רעד נישט!!!!! אמאליגע מענטשן זענען געווען גייסטיג געזונטער ווי היינט!!! נאר קל תמים דעות קען אזאנס פסק'נען. עניוועי, חזק ואמץ!

איי נשמה נשמה..

איך בין אסאך דורך און אסאך געהאנדלט מיט די וואס גייען דורך.. און איך בין שטארק ביי מיין מיינונג!!

יא איך ווייס אז ס'איז שווער צו גלייבן אז די תורה קען העלפן א מענטש אן מעדעצין.. און איך וואלט עס אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך איבערצייג מיר עס מיט מיינע פליישיגע אויגן!!

אגב, איינע פון מיינע חברים איז געווען ביי 33 דאקטורים (טערעפיסטן) פאר ער האט געטראפן דעם ריכטיגן וועג, און אלע פה אחד האבן געהאט איין עצה, "מעדעצין"..

ביז.... ער איז אנגעקומען קיין אומאן ווי עס איז אין סטייל די אלע פראבלעמען און ער שיינט און לייכט..... ואכמ"ל (און אויב ווילסטו מער, קום אין אישי..)

קוק וואס איך האב צוגעלייגט לויט דיין היסטאריע וואס ווי איך פארשטיי איז דאס די מציאות איבער וואס די רעדסט.
די עיקר פראבלעם איז אז די סביבה שטימט נישט צו צו די מהלך החיים פונעם ADHD אמאל איז אויך געווען פון די סארט מענטשן וואס האט שוין היינט "ענישעל'ס" אבער זיי זענען געווען מוצלחים און זייערע זאכן, ווי באשריבן און מעלות חזק תשע"ד באריכות. היינט אז יעדער איז אין איין באקס ווערט א פראבלעם יעדע זאך וואס איז נישט און איינקלאנג מיט די נארמע, דיין חבר האט געטראפן פארדעם א גוטע עצה, ער גייט גיין און א סביבה ווי מ'קען טוהן וואס מ'וויל און עס איז נישט דא דארט קיין נארמע, מעגליך אז דאס איז די ריכטיגע טאהט, אבער עס מיינט נאכנישט אז מ'מוז ווערן א ברסלב'ער אויב האט מען ADHD במקום מעדעצינען, איי וועסטו זאגן אז די זעהסט דאך אז ברסלב איז די רפואה, וועל איך דיר ענטפערן אז נישט די שיטת היהדות אין ברסלב האט געמאכט די ישועה נאר די תוצאה פון די ברסלב'ע שיטה אז יעדער איז חשוב וויאזוי ער איז, דאס האט געהאלפן. אבער א מענטש וואס האט מקבל געווען א אנדערע שיטה און אידישקייט און ער ליידט איז די איינציגסטע עצה מעדעצין. ווייל ער איז נישט מחוייב צו טוישן סביבה נאר ווייל היינט וועט מען אים אויסשפייען און רוב סביבות ארום די וועלט (ביז ער ווערט א מוצלח...).

איך ווייס אז איך בין נישט גענוג קלאר און דאס מחמת חוסר הזמן, ולכשאפנה אשנה יותר (ושמא לא אפנה...).

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » זונטאג מארטש 27, 2016 3:12 pm

די עיקר מהלך וואס איך האב שוין פריער ערווענט איז "שטארקע דיסיפלין פון א חבר - מחנך - וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה"!!

און דאס האט גארנישט מיט ברסלב איינגעלייגט און איך וועל נישט ציטירן אויף דעם העסליכן תגובה נאר אויב דער תגובה וועט אנדערש (נארמאל) געפרעגט ווערן!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

עווערגרין
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:54 pm

תגובהדורך עווערגרין » מאנטאג מארטש 28, 2016 12:06 pm

וואס איז די criteria וואס די 'מומחים בתורת הנפש' ניצן צו diagnose אויב מען האט ADHD? ווי קען איך עס זעהן?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
שטארקע דיסיפלין פון א שטרענגער גוטהארציגער ווארעמע פריינט, מחנך, רבי, וואס די גלייבסט אז ער מיינט דיין טובה!!

נאר אזוי ווי היינט איז א דור פון איסטענט, און קיינער האט נישט געדולד, דארף מען נוצן די אלטערנעטיווע וועג פון מעדיקעישאן.

אמת, פאר די גוים..

רחמנא ליצלן. אזוי שרייבסטו אויף יודישע ליידן?

ניין, אזוי שרייב איך אויף אידישע קעפ וואס ברענגען אריין גויאישע וועגן ווי אזוי צו היילן דעם איד!!

איך בין מוחה און איך קרוג מיך מיט דיינע ווערטער אויף זייער א שארפן ענגעל, איך פארשטיי אז דו ביסט אויסדרוקליך נישט גערעכט מיט דעם. זאגען גוי'אישע וועגען אויף היילן נפשיות'דיגע פראבלעמען מיינט אז דו האסט נישט מיטגעמאכט, און איך וואונטש דיך זאלסט נישט מיטמאכן. ס'איז דיך גרינג צו רעדן ווילאנג דו האסט נישט גענוג מיטגעמאכט אדער מיינסטו אז דו האסט געטראפן דעם וועג וויאזוי צו היילן. זאכן זענען דא זייער פארוויקעלט און ס'נעמט אריין זייער א ברייטן פערספעקטיוו. די ווערטער ברענגען אריין גוי'אישע וועגען וויאזוי צו היילן דעם יוד, איז ווערטער וואס איז זייער זייער נישט סענסיטיוו, ס'איז א קונץ צו וויסן וויאזוי צו רעדן!!!
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 28, 2016 4:52 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט! נאר כדי דאס דיך אויפווייזן וואלסטו געדארפט אליין דאס דורכגיין ח"ו !!!!! וויפיהל איך האב געמיינט במשך די יארן אז ס'איז סתם מידות האב איך מיך ביטער איבערצייגט. ווער ס'רעדט פון מוסר ווען ס'קומט צו די ענינים, האט שוין פארגעסן וואס ס'מיינט. אדער קיינמאל נישט געוואוסט. זאל מיין קול געהערט ווערן, "זיי נישט קיין מומחה אויף אזאך וואס דו ביסט נישט דורך, אדער גרונטליך שטודירט". פליז. זאגען דע ווארט מוסר ווען ס'קומט צו אזוינע זאכן איז ממש זיך ארומגעשפיהלט מיט יענעמ'ס בלוט. איך בעהט דיך איין זאך, רעד נישט!!!!! אמאליגע מענטשן זענען געווען גייסטיג געזונטער ווי היינט!!! נאר קל תמים דעות קען אזאנס פסק'נען. עניוועי, חזק ואמץ!

איי נשמה נשמה..

איך בין אסאך דורך און אסאך געהאנדלט מיט די וואס גייען דורך.. און איך בין שטארק ביי מיין מיינונג!!

יא איך ווייס אז ס'איז שווער צו גלייבן אז די תורה קען העלפן א מענטש אן מעדעצין.. און איך וואלט עס אויך נישט געגלייבט ווען נישט איך איבערצייג מיר עס מיט מיינע פליישיגע אויגן!!

אגב, איינע פון מיינע חברים איז געווען ביי 33 דאקטורים (טערעפיסטן) פאר ער האט געטראפן דעם ריכטיגן וועג, און אלע פה אחד האבן געהאט איין עצה, "מעדעצין"..

ביז.... ער איז אנגעקומען און ער שיינט און לייכט..... ואכמ"ל (און אויב ווילסטו מער, קום אין אישי..)


זאלסט מיך זייער זייער מוחל זיין, בנוגע די ווערטער ס'איז שווער צו גלייבן אז די תורה קען העלפן א מענטש אן מעדעצין פארוואס מוזטו מאכן יודן פיהלן אז זייער אמונה איז שוואך, ווען כאילו א מענטש וואס האלט אז מעדעצין צו אנדערע חכמה פון די גוים קען העלפן און נאר דאס העלפט, מיינט עס אז ער גלייבט נישט אזוי ריכטיג אין די שטארקייט פון די תורה? ווי כאילו די תורה הק' איז אין קרוג מיט די חכמה. צו וואס דארפסטו עס אזוי אוועקשטעלן? דאס מיינט געטראכט וואס מ'שרייבט? אז איינע פון דיינע חברים האט געהאלפן עפעס א מהלך וואס דו רופסט אן אז דאס מיינט תורה נו ב"ה, ב"ה. זאל השי"ת ווייטער העלפן, ונזכה ונחי' ונראה, אבער געוואלד צו וואס אריינרעדן אין אזוינע האקעלע ענינים מיט א ברייטקייט. עט זיך נאך א יונגערמאן וואס קען געהאלפן ווערן מיט מעדיקעשאן צו מיט עפעס א מהלך וואס א גוי וואס האט עס שטודירט בעמקות גמור נאך צענדליגע יארן באאבאכטן, און ער האט אויסגעטראפן אז אזוי ארבעט עס - וואס דו רופסט גויאישע מהלך אויף גויאישע קעפ, און כאטשיג אזא מהלך האלטן אמת'ע ערליכע יודן מיט א קלארקייט אז דאס איז בכלל נישט אין קעגנזאץ מיט די תורה, און דער יונגערמאן גייט עס נישט נוצן, ווייל ס'איז א גוי'אישע מהלך. דאס איז נישט אזוי. נאר ס'איז זייער האקעל און מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט. אז דו וועסט קענען קלעימען מיט א קלארקייט, אז דיין מהלך וואס דו רופסט אן די תורה העלפט פאר מענטשן צו פיהלן ווי א מענטש אמת'דיג געזונט, מנוחת הנפש שה' רוצה בה דאן קען מען רעדן. און גוים וועלן זיך קומען לערנען ביי דיר וועסט זעהן אי"ה.

יודן זענען נישט געליגען דערין, ווייל די וועלט איז געווארן סיסטעמאטיש, נישט אז יודן האבן נישט געוואוסט וויאזוי מ'געט זיך אן עצה, נאר יודן האבן עס נישט פארשריבן. דער יוד אין יענעם שטאט האט געוויסט דאס, און דער יוד דאס, און אפילו דאס וואס איז יא פארשריבן איז אין קאודס. אין די תורה שטייט די גאנצע חכמת הרפואה ס'איז נאר אין קאודס. הצדיק פיעסעצנער רבי זצ"ל הי"ד האט יא פארשריבן, אבער אויך נאך נישט גענוג. בכלל קענסטו טרעפן דעם גאנצן חכמת הפסיכאלאגיע מיט אלע זייערע עצות איבעראל אין די תורה וואו דו קוקסט. נאר ס'איז אין קאודס. דער הייליגער חתם סופר האט לכאורה געוויסט וויאזוי צו מאכן קאנצענטרירן א צעפלויגע מיינד. נאר פאר אונז איז עס נישט איבערגעגעבן געווארן אבער ס'איז אונז יא איבערגעגעבן געווארן די ערליכע תורה'דיגע וועג, אויב מ'וויל אמת'דיג.

איך האב מקבל געווען אויף מיך נישט צו רעדן אקעגען מעדעצין. ס'גרעניצט זיך מיט זייער האקעלע זאכן.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג מארטש 28, 2016 6:51 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מארטש 28, 2016 5:39 pm

הגם אין מיין פראקטיק האט מען עס געהיילט אן מעדעצין, זעה איך נישט וואו "גוישע וועגן" און "תורה קען העלפן אן מעדעצין" קומט דא אריין.

ביי פיזישע קראנקהייטן פארלאזט איר זיך אויך נישט אויף די גוישע מעדעצינען?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 28, 2016 8:14 pm

עווערגרין האט געשריבן:וואס איז די criteria וואס די 'מומחים בתורת הנפש' ניצן צו diagnose אויב מען האט ADHD? ווי קען איך עס זעהן?


New Diagnostic Criteria for ADHD:


Core symptoms

פארשטייט זיך אז ווען מ'וויל דיאגנאזן ADHD דארף מען מאכן זיכער אז ס'איז נישט ענגזייעטי, אדער אנדערע (וואס זיי רופן) דיסארדערס. ווייל ס'דא אנדערע דיסארדערס אדער זאכן וואס קענען אויסזעהן ווי ADHD. מ'קען אבער ווערן דיאגנאזט מיט ADHD און OCD.

ס'ווערט דא אראפגעברענגט ניין סימנים וואס ווייזן אז א מענטש האט א שוואכע (אדער צופלויגענע) אטענשאן, און ניין סימנים וואס ווייזן אז א מענטש איז צו אימפולסיוו הייפעראקטיוו. פאר עלטער פון זיבעצן יאר דארף מען האבן פינעף פון אדער די אינאטענטיוו אדער די הייפעראקטיוו.


The 9 inattentive symptoms are:

ניין סימנים וואס ווייזן דיך א שוואכקייט אין אטענשאן.
אגב אטענשאן איז א כח אין א מענטש, אויב מ'האט עס נישט פיהלט זיך ביטער. אטענשאן מיינט נישט אז דו טראכסט וואס דו דארפסט טוהן, ס'מיינט נישט אז דו האלסט קאפ, ס'מיינט אז ס'האלט זיך דיר קאפ.

- often fails to give close attention to details or makes careless mistakes in schoolwork, work, or during other activities (e.g. overlooks or misses details, work is inaccurate).

דו זעהסט אז ער פארפעהלט אפט צו כאפן די דיטאלן פון די זאך וואס איז צומאל וויכטיג אויפצוכאפן, ביים לערנען איז עס זייער שייך, מ'מיינט מ'האט עפעס פארשטאנען און ביז דערווייל האט מען פארפעהלט א וויכטיגען דיטאל וואס שטייט קלאר ארויס וואס מאכט די גאנצע זאך אנדערש.

- often has difficulty sustaining attention in tasks or play activities (e.g., has difficulty remaining focused during lectures, conversations, or lengthy reading).

האט אפט שוועריגקייטן אנצוהאלטן אטענשאן אין טעסקס, וואס אטענשאן איז זייער וויכטיג פאר די אנגייאכץ פון א מענטש

- often does not seem to listen when spoken to directly (e.g., mind seems elsewhere, even in the absence of any obvious distraction).

קוקט אויס אפט ווי ער הערט נישט אפילו ווען מ'רעדט צו איהם דירעקט. די קאפ איז ערגעץ אנדערש.

- often does not follow through on instructions and fails to finish school work, chores, or duties in the work place (e.g., starts tasks but quickly loses focus and is easily sidetracked).

טוט נישט אפט וואס מ'האט איהם אינסטראקטירט, נישט ווייל ער וויל נישט, נאר עס בלייבט משום מה אומגעענדיגט. אינדערמיט.


- often has difficulty organizing tasks and activities (e.g., difficulty managing sequential tasks; difficulty keeping materials and belongings in order; messy, disorganized work; has poor time management; fails to meet deadlines).

האט אפט שוועריגקייטן צו מסדר זיין זאכן. פארעכנט זיך אפט מיט צייטן. נישט ווייל ער וויל, נאר אז מ'האט נישט די כח וואס רופט זיך אטענשאן, געשעהט אז מ'לויפט נאך די באס. איי וויי

- often avoids or is reluctant to engage in tasks that require sustained mental effort (e.g. schoolwork or homework; for older adolescents and adults, preparing reports, completing forms, reviewing lengthy papers).

פארמייד אפט זאכן וואו מ'דארף זיך צווינגען צו האלטן און נוצן קאפ אויף א לענגערע צייט.


- often loses things necessary for tasks or activities (e.g., school materials, pencils, books, tools, wallets, keys, paperwork, eyeglasses, mobile telephones).

פארלירט אפט וויכטיגע זאכן, ווי גלעזער, שליסלעך,

- is often easily distracted by extraneous stimuli (e.g., for older adolescents and adults may include unrelated thoughts).

ארומיגע זאכן וואס ווערן געשפיהרט צו די חושים, ארומיגע קולות, שמעק, זעהן, וכו' דיסרעקטן איהם אפט.

- is often forgetful in daily activities (e.g., doing chores, running errands; for older adolescents and adults, returning calls, paying bills, keeping appointments).

פארגעסט אפט צוריק צו קאלן וויכטיגע קאלס, צו באצאלן בילס,


The 9 hyperactive-impulsive symptoms are:
ניין סימנים אז מ'איז אימפולסיוו-הייפעראקטיוו.


- often fidgets with or taps hands or squirms in seat.

אפטמאל זיצט ער נישט איין רואיג נאר ריקט זיך ארום אהער און אהין.


- often leaves seat in situations when remaining seated is expected (e.g., leaves his orher place in the classroom, in the office or other workplace, or in other situations that require remaining in place).

גייט אפט אוועק פון פלאץ ווען ס'פאסט זיך צו בלייבן אויפן פלאץ.

- often runs about or climbs in situations where it is inappropriate (e.g., in adolescents or adults, may be limited to feeling restless).

לויפט ארום און ביי ערוואקסענע פיהלט ווי ער קען נישט איינזיצן


- often unable to play or engage in leisure activities quietly;


- is often "on the go" acting as if "driven by a motor" (e.g., is unable to be or uncomfortable being still for extended time, as in restaurants, meetings; may be experienced by others as being restless or difficult to keep up with).

פיהלט אפט ווי אזאך טרייבט איהם אינעווייניג צו טוהן.

- often talks excessively;

אפטמאל רעדט אן אויפהער

- often blurts out answers before questions have been completed (e.g., completes people's sentences; cannot wait for turn in conversation).

ענטפערט אפט פאר מ'האט געענדיגט די קשיא. "איין מינוט, כ'האב נאכנישט געענדיגט, וואס האקסטו אריין". און דו האסט אינגאנצען נישט געכאפט אז דו האסט יעצט אריינגעהאקט, מילא דו כאפסט אז יענער האלט יעצט אינמיטן רעדן איז איין זאך.

- often has difficulty awaiting turn (e.g., while waiting in line).

האט אפט שוועריגקייטן צו ווארטן אין די רייע.

- often interrupts or intrudes on others (e.g. butts into conversations,games, or activities. may start using other people's things without asking or receiving permission; for adolescents and adults, may intrude into or take over what others are doing).

שטערט די ארומיגע. הייבט אן צו נוצן יענעמ'ס זאכן אן רשות. "האסט געפרעגט רשות? וואס הייסט דו נוצט יענעמ'ס חפץ אן רשות?" ס'קלינגט דיך אין די אויער? מילא דו ווייסט אז ס'איז יענעמ'ס חפץ און דו האסט עס יעצט גענומען, אבער דו האסט ניטאמאל געכאפט וואס דו האסט געטוהן און יענער באוואשט דיך.


Number of symptoms required and duration of symptoms


To possibly warrant a diagnosis of ADHD, individuals younger than 17 must display at least 6 of 9 inattentive and/or hyperactive impulsive symptoms.

פאר קינדער יונגער פון זיבעצן צו ווערן דיאגנאזט מיט ADHD דארף מען האבן צום ווייניגסטענס זעקס פון די ניין אויסגערעכנטע נישט אטענשאן און/אדער הייפעראקטיוו אימפולסיוו סימנים.

[b]For individuals 17 and above, however, only 5 or more symptoms are needed..

ביי ערוואקסענע פון די זיבעצן און העכער צו קענען דייאגנאזן מיט ADHD דארף מען נאר פינף אדער מער פון די סימפטאמען.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

עווערגרין
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:54 pm

תגובהדורך עווערגרין » מאנטאג מארטש 28, 2016 10:11 pm

א גרויסן שכח נשמה.

לפי מיין ערשטע בליק אויף די זאך, דארף עס נאך א שטיקל ביאור, ווייל פון דעי ארטיקל קומט אויס אז אויב א ערוואקסענע מענטש האט 5 פון 19 סימפטאמען, מיינט דאס אז ער האט די מחלה (קעמיקאל אימבאלאנס אין די מח) וואס רופט זיך ADHD, לויט ווי איך פארשטיי די חילוק פון א ערוואקסענע מענטש און א קינד, ווייל א ערוואקסענע מענטש דארף שוין צו האבן קאנטראל אויף זיך, וממילא אפי' א קליינע אפנויג פון די נארמאלע סדר איז שוין א סימן אויף א מחלה.

אבער לעניות דעתי איז לכה"פ א חלק פון דיע זאכן וואס ווערן דא אויסגערעכנט זייער טריקן אראפגעשטעלט.

קודם כל, וואלט מען געדארפט באטראכטן די היסטארי פון דעם מענטש, וויאזוי איז געווען זיין חינוך אין זיינע אינגע יארן? צו איז ער איינגעוואוינט געווארן צו האבן אביסל סעלף קאנטראל? אפשר איז זיין גאנצע סיבה פארוואס ער האט די פינף סימפטאמען, נאר ווייל עס פעלט אים אביסל סעלף קאנטראל!?, איינער וואס האט נאך קיינמאל נישט געהעריג אויסגעלערנט זיך צוריקגעהאלטן פון טוהן א זאך וואס איז נישט גוט פאר אים, מאיזה סיבה שיהי', וועט אויך האבן די סימנים פון ADHD, פשוט ווייל ער קען זיך נישט קאנטראלירן! נישט ווייל זיין מח איז עפעס אנדערש ווי א צווייטנ'ס...

יעצט בנוגע דאס וואס זיי שטעלן אראפ, דארף אויך מער ביאור.

לדוגמא: איינע פון די סימנים איז אז 'דו זעהסט אז ער פארפעהלט אפט צו כאפן די דיטאלן פון די זאך וואס איז צומאל וויכטיג אויפצוכאפן, ביים לערנען איז עס זייער שייך, מ'מיינט מ'האט עפעס פארשטאנען און ביז דערווייל האט מען פארפעהלט א וויכטיגען דיטאל וואס שטייט קלאר ארויס וואס מאכט די גאנצע זאך אנדערש'. - אבער, ווער זאגט אז דאס איז Attention deficit? אולי האט ער פשוט א שוואכע קאפ??? אולי איז אים די זאך נישט אזוי וויכטיג צו פארשטיין... ווייל ער האט נישט ארויס די חשיבות פון די נושא וואס ער לערנט, און ממילא לייגט ער נישט צו זיין קאפ צו דעם אינגאנצן? דאס מוז נישט זיין א מחלה...

אויב דו ווילסט זאגן, אז 5 זאכן פון דעם איז שוין א צד השוה... אז 'זיין' פראבלעם איז ADHD, בין איך נאכנישט איבערצייגט ווייל אויף מער ווי 5 זאכן וואס ווערט דא אויסגערעכנט, קען זיין אז עס קומט פון פארשידענע אנדערע סיבות אויסער Attention פראבלעמען, און ממילא איז זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי מען קען פון א טריקענע פאר 'סימנים' דייעגנאזן א מענטש מיט א געוויסע 'פיזישע' מחלה...

מען קען נאך אסאך מאריך זיין אבער אין לי זמן להאריך, און איך בין נאך גוט צומישט, ללמוד אני צריך, ואשמח לשמוע ביאורים שמתקבלים על הלב.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג מארטש 28, 2016 11:38 pm

א גרויסן שכח נשמה


ישר, כ'האב מיך טאקע זייער געפלאגט אויף דעם תגובה.

לפי מיין ערשטע בליק אויף די זאך,

ערשטע בליק, ב"ה אז דו האסט נישט געליטן דערפון, ווייל די וואס ליידן דערפון איז עס נישט זייער ערשטער בליק. די וואס "ליידן" דערפון, טוט עס וויי אז ס'איז דא אזא זאך ווי ADHD. די וואס ליידן דערפון האבן שוין אזויפיהל געכאפט דערפאר, אבער ס'דא וואס ליידן דערפון אבער זייער טאטע מאמע און רבי'ס און השפעה אויף זיי, האט זיי פארשטאנען.

ווייל פון דעי ארטיקל קומט אויס אז אויב א ערוואקסענע מענטש האט 5 פון 19 סימפטאמען, מיינט דאס אז ער האט די מחלה (קעמיקאל אימבאלאנס אין די מח) וואס רופט זיך ADHD,

לויט ווי איך געדענק זאגען זיי נישט אז ס'איז א קעמיקעל אומבאלאנס, און איך פערזענליך האלט אז או סי די איז אויך נישט א קעמיקעל אומבאלאנס, דע קעמיקעל אומבאלאנס וואס זיי זעען ביי או סי די איז לפי עניית דעתי, דע איבער-ארבעט וואס קומט פאר אין יענע ערטער אין מח. אבער נישט פון די עצם OCD. אפשר היינט ווייסן זיי שוין מער.

לויט ווי איך פארשטיי די חילוק פון א ערוואקסענע מענטש און א קינד, ווייל א ערוואקסענע מענטש דארף שוין צו האבן קאנטראל אויף זיך, וממילא אפי' א קליינע אפנויג פון די נארמאלע סדר איז שוין א סימן אויף א מחלה.

אן ערוואקסענער האט שוין פראבירט צו האבן קאנטראל, סאו ארום טאנצן ווי א קינד וועט ער נישט, אבער פיהלן אינערליך ווי ס'וויל זיך איהם טאנצן וועט ער יא.

קודם כל, וואלט מען געדארפט באטראכטן די היסטארי פון דעם מענטש, וויאזוי איז געווען זיין חינוך אין זיינע אינגע יארן?


שוין איינמאל דארף מען באטראכטן. לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ האט עס גארנישט מיט די חינוך. טאטע מאמע קומען צום טערעפיסט, מיר האבן אלעס געטוהן לויט וויאזוי אונז האב מיר אזוי געוואלט, אונז האב מיר געוויינט און געבעטן און געטוהן אלעס אזוי ווי א יודישע טאטע מאמע, אבער דאס קינד האט ADHD.

צו איז ער איינגעוואוינט געווארן צו האבן אביסל סעלף קאנטראל?

איך בעהט דיך ברחמים, א קינד מיט ADHD זאלסטו נאר נישט פייניגען מיט זעלבסט-קאנטראל. ס'דא א וועג וויאזוי מ'באגייט זיך ברחמים מיט א ADHD קינד, און בכלל דע גאנצע ענין פון איינגעוואוינען צו זעלבסט-קאנטראל פאסט פאר סאלדאטן אין וועסט פוינט. ביי א יוד איז די נפש נישט אזאך וואס דארף ווערן בלויז קאנטראלירט, ס'דארף ווערן אויסגעארבעט. די חילוק איז, איינער וואס קאנטראלירט זיך וועט שרייען "איך האלט מיך שוין איין צוויי שעה פון זיך רעגען אויף דיך"

אפשר איז זיין גאנצע סיבה פארוואס ער האט די פינף סימפטאמען, נאר ווייל עס פעלט אים אביסל סעלף קאנטראל!?,

יא, נו, פון דעם רעד איך, דאס מיינט ADHD, ס'פעהלט זעלבסט קאנטראל, די נפש האט נישט דע כח פון אטענשאן זיך אליין צו קאנטראלירן, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'קען זיך קאנטראלירן ווי מ'קאנטראלירט א מאשין, איינער וואס האט נישט ADHD מיינט אז ער קאנטראלירט זיך, ער קאנטראלירט זיך נישט. ער מיינט אזוי. ער האט זיך אויסגעארבעט.

איינער וואס האט נאך קיינמאל נישט געהעריג אויסגעלערנט זיך צוריקגעהאלטן פון טוהן א זאך וואס איז נישט גוט פאר אים, מאיזה סיבה שיהי', וועט אויך האבן די סימנים פון ADHD,

סימנים? יא! אבער ADHD נישט! ADHD מיינט אז ס'איז נישדא די כח פון אטענשאן. אויפן זעלבן אופן ווי ביי א צווייטער. לויט ווי איך פארשטיי דארף מען ADHD קינדער מער אכטונג געבן זיי זאלן זיך פיהרן ערליך.

פשוט ווייל ער קען זיך נישט קאנטראלירן! נישט ווייל זיין מח איז עפעס אנדערש ווי א צווייטנ'ס...


ניין! ער קען נישט, ווייל למעשה איז זיין אטענשאן שוואך, א קינד פון ער איז געבוירן זעהט מען שוין קלאר אז ער האט ADHD, פון ווען ער איז געבוירן!!! מ'זעהט ווי ער פאר'חלומ'ט זיך! ווי ער מוז שוין האבן זיין קארעלע, און אזוי אלע צער גידול ADHD. און ביי א קינד וואס האט נישט ADHD זעהט מען ווי זיי זענען טאקע רואיג.

לדוגמא: איינע פון די סימנים איז אז 'דו זעהסט אז ער פארפעהלט אפט צו כאפן די דיטאלן פון די זאך וואס איז צומאל וויכטיג אויפצוכאפן, ביים לערנען איז עס זייער שייך, מ'מיינט מ'האט עפעס פארשטאנען און ביז דערווייל האט מען פארפעהלט א וויכטיגען דיטאל וואס שטייט קלאר ארויס וואס מאכט די גאנצע זאך אנדערש'. - אבער, ווער זאגט אז דאס איז Attention deficit? אולי האט ער פשוט א שוואכע קאפ???


א שוואכע קאפ פארשטייט נישט דעם גאנצן ענין קלאר! אויב אלעס פארשטייט ער, אבער דאך פארשטייט ער אן אנדערע מכוון, ווייל ס'פעהלט די אטענשאן צו א דיטאל, דאס איז איינע פון די סמנים פון ADHD.

אולי איז אים די זאך נישט אזוי וויכטיג צו פארשטיין... ווייל ער האט נישט ארויס די חשיבות פון די נושא וואס ער לערנט, און ממילא לייגט ער נישט צו זיין קאפ צו דעם אינגאנצן?

איך פערזענליך האב שוין אליין געזעהן אז ADHD, דארפן זייער זייער זייער שטארק וועלן פארשטיין אזאך צו וועלן צולייגען קאפ, און זיי דארפן גאר שטארק ארויס האבן די חשיבות פון א נושא וואס מ'לערנט, ואולי האי וכולי האי וועט ער צולייגען קאפ, אבער איינער וואס האט ב"ה א געזונטע אטענשאן דארף נישט אזוי שטארק ארויסהאבן דאס חשיבות פון וואס ער לערנט. ער דארף נארמאל וויסן די חשיבות פון תורה בדרך כלל און זאכן פארן א מחי'. אבער א ADHD קינד צו בחור דארף פפפפאאאאארררשששטטטייייןןןן די חשיבות פון נושא וואס ער לערנט, און ער דארפ אויסטערליש האלטן קאפ, כדי אולי האי וכולי האי זאל ער קענען האבן די זכי', צו קענען צולייגען אפשר קאפ וואס האלב דערפון טראכט וועגען באלד נעמען א קאווע.

דאס מוז נישט זיין א מחלה...

ADHD איז נישט ח"ו א מחלה. ס'איז א שוואכקייט, אבער זיי זאגען אז ס'קומט מיט בענעפיטן, (?)

אויב דו ווילסט זאגן, אז 5 זאכן פון דעם איז שוין א צד השוה... אז 'זיין' פראבלעם איז ADHD, בין איך נאכנישט איבערצייגט ווייל אויף מער ווי 5 זאכן וואס ווערט דא אויסגערעכנט, קען זיין אז עס קומט פון פארשידענע אנדערע סיבות אויסער Attention פראבלעמען,

שאר, אוודאי, ס'קען קומען פון ווייסעך וואס אויך, אבער איינער וואס ליידט פון adhd, וועלן עצות פאר ADHD העלפן שנעלער צוקומען צום לערנען, אז מ'זאל נישט אין די מין טיים פארפאלן גיין, און אויסוואקסן אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן.

און ממילא איז זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי מען קען פון א טריקענע פאר 'סימנים' דייעגנאזן א מענטש מיט א געוויסע 'פיזישע' מחלה...


א סימן איז א סימן, אבער ס'דארף זיין דעם סימן, אויס ס'איז נאר אזוי האלב וועגס, איז עס נאכנישט דעס.
ס'איז נישט ח"ו פיזיש, מ'קען עס אויסארבעטן, מ'קען! אל תתייאש. טויזענט מהלכים, מ'דארף נאר טוהן ב"ה.


מען קען נאך אסאך מאריך זיין אבער אין לי זמן להאריך, און איך בין נאך גוט צומישט, ללמוד אני צריך, ואשמח לשמוע ביאורים שמתקבלים על הלב.


איך מיין אז איך קען דיך אלעס פארענטפערן בטוב טעם ודעת בעזר השי"ת אז ס'זאל באמת נתקבל ווערן על לבך.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג מארטש 29, 2016 10:57 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מארטש 29, 2016 1:30 am

איך האב פונקט 5...

סאו יעצט בין איך שוין אפיציעל דייעגנאוזט. וואס קען איך טון אז איך שפיר נישט די ווייטאג און צער וואס רוב אדהד ליידענע שרייבן זיי גייען דורך?...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:01 am

בן נון האט געשריבן:איך האב פונקט 5...

סאו יעצט בין איך שוין אפיציעל דייעגנאוזט. וואס קען איך טון אז איך שפיר נישט די ווייטאג און צער וואס רוב אדהד ליידענע שרייבן זיי גייען דורך?...


וואס מיינסטו צו זאגען אז דו האסט פונקט 5... די פינעפטער פונקט. דאס הייסט אז דו האסט נאר איין פונקט. נו איין פונקט ווערט מען נאכנישט דיאגנאוזד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:49 am

איך האב 5 פון די סימפטאמס.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:15 am

בן נון האט געשריבן:איך האב 5 פון די סימפטאמס.

אויב דו ליידסט נישט דערפון איז א סימן אז דו האסט דיך אן עצה געגעבן, וואס דו דארפסט דאנקען השי"ת אז האסט געטראפן א פרנסה וואו ס'שטערט דיך נישט. השי"ת זאל דיך העלפן אויף ווייטער. איך בעהט דיך אבער אז דו זאלסט נישט רעדן קעגען נעמען מעדעצין, אפילו ביי דיך האט עס געארבעט אן מעדעצין, אבער ס'קען זיין אז א צווייטער קען מען נאר ראטעווען דורך מעדעצין, דערפאר רעדט נישט דערקעגען. סאו שב ואל תדבר עדיף. נאר אסאך מאל איז עס נישט ADHD נאר ענגזייעטי, און אסאך מאל איז עס באמת נאר אז טאטע מאמע זענען נישט ליבלעך צום קינד, וכו' וכו' וכו'. אבער צומאל איז עס סימפל ADHD וואס א גוטע פיל מיט טערעפי העלפט א מחי'! השי"ת זאל זיך שוין דערבארעמען. בקיצור סוף דברי רעד נישט קעגען נעמען מעדעצין. און רעד נישט קעגען גיין צו איינער וואס האט שוין יארן יארן עקספיריענס. ווי צו זאגען "נע, וואס פארשטייען זיי" וואו זענען אנגעקומען די וואס האבן געזאגט "נע, וואס פארשטייען זיי" און וואו זענען אנגעקומען די וואס האבן געטוהן צום זאך, געגעבן מעדיקעשאן ארומגעארבעט מיטן קינד. און געזעהן ברכה והצלחה בעזהשי"ת און שוין. ס'דא וואס קענען קוקען אויף א קינד, און זאגען "דעס קינד דארף מעדיקעשאן, איך זאג דיך פון מיין יארן יארן עקספיריענס אז ס'וועט נישט העלפן נאר א גוטע פיל מיט טערעפי."

האבן ADHD און זיך אן עצה געבן דערמיט אן מעדיקעשאן, שפיהרט זיך אזוי ווי דארפן האבן גלעזער אבער זיך אן עצה געבן דעראן. ווייל דעס אז די קאפ פליהט ארום שפיהרט זיך ווי נישט קענען קלאר זעהן. ADHD איז נישט אזאך וואס ווערט דעוועלאפט דורך זאכן וואס מ'איז דורך אין לעבן, ס'קומט דורך א דזשינעטיק צאמשטעל. מ'קען נישט מחנך זיין א קינד נישט צו האבן ADHD, נישט מעגליך. מ'קען אבער איהם אויסלערנען וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און לעבן דערמיט. בעזהשי"ת.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

עווערגרין
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:54 pm

תגובהדורך עווערגרין » דינסטאג מארטש 29, 2016 2:15 pm

נשמה, עס דערקענט זיך דיין ארבייט אין דיין תגובה, ישר כח. איך וויל עס ליינען רוהיג, איך פרינט עס ארויס ווייל איך האב נישט קיין צייט יעצט, ובעל הבית דוחק וד"ל.

איך האף צוריקצוקומען בקרוב מיט מיינע הערות, (אויב ס'וועט זיין). יישר כח.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט