געזונטהייט נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

כרם
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 10:17 pm

וואס איז מיט די פראלעם אויב ס'טאקע דא נישט גוטע צעלן ביי די געגנט פון די האר?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 19, 2016 9:58 am

געזען אין די נייעס אז קלינישע פראבעס אין ענגלאנד אויף א ערפינדונג צוריקצוגעבן פאר MS ליידענדע זייער מעגליכקייט זיך צו באוועגן שוין נאכן פארלירן עס האט געזען גאר גוטע רעזולטאטן! דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די וועלכע זעען ליידער וואספארא גיהנום די MS ליידענדע גייען ליידער אריבער אן קיין שום וועג צו היילן דערווייל.

דער מדובר (וואס ווערט גערופן 'הימעטעפאועטיק סטעם סעל טרענספלענטעישאן, אדער אין קורצן HSCT) איז צו טריטן די MS פאציענטן מיט עפעס וואס מען טוט שוין לאנג ענדליכס פאר יענע מחלה ליידענדע, נעמליך געבן קימאו טעראפי צו אפשוואכן די נישט גוטע זאכן אינעם קערפער, און דאן נעמט מען ארויס פונעם פאציענטס בלוט גאר יונגע 'סטעם סעלס' וועלכע האבן נאכנישט געהאט קיין צייט צו ווערן אנגעשטעקט מיט MS (עפעס וואס געשעט פאר זיי אלע ווי גלייך זיי ווערן אביסל עלטער) מען צייטיגט עס אינדרויסן פונעם גוף און דאן גיבט מען עס צוריק אריין צום פאציענט מיטן ציל צו אויפבויען זיין אימיון סיסטעם מיט די געזונטע פערטיגע סעלס.

איין פאציענט וועלכע האט שוין געהאלטן דערביי אז ער האט געדארפט 24 שעה הילף פאר יעדע זאך נאר, פאר וואס ער האט דעסקרייבט אז ער האט פשוט זיך צעלאזט און זיך נישט געקענט האלטן, קען שוין יעצט שווימען און פארן אויף א בייק, וואקן קען ער נאכנישט אבער דאס איז נעקסט. נאך א פרוי וואס האט באקומען דער טריטמענט איז געגאנגען פון זיין געבינדען צו א ווילטשער ביזן קענען וואקן.

א ריסטערטשער אויפן פראבע זאגט אז דאס איז אזויווי 'ריבאאטן' דער אמיון סיסטעם, מען שוואכט אפ די נישט גוטע און דאן בויעט מען אים צוריק מיט גוטע. און ריסערטשערס זאגן אז דער דערגרייכונג פון דער פראבע איז א "מעידזשער דערגרייכונג".
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:11 am

קנאפער שכויח פאר'ן מיך אויסכאפן מיט שרייבן די נייעס...

אין ארץ ישראל האט מען שוין אויספרובירט אן ענליכע זאך, מ'האט גענומען פון די מענטשען אייגנע געזונטע סעל"ס און עס אויפגעבויט און דערנאך צוריקגעלייגט, און ס'האט געהאלפן צייטוייליג, איינער פון די וואס מ'האט אויף זיי פרובירט די רפואה איז נעבך נעכטען נסתלק געווארען.
די חילוק איז אבער אז דארט האבן זיי נישט געגעבן קימא אויסצולעשען דעם אלטען אמיון סיסעטעם, לאמיר האפן אז יעצט וועט עס בעסער העלפן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:47 am

קנאפער, א דאנק פארן פריידיגע באריכט. זאל עס נאכפאלגן מיט פאקטישע גוטע נייעס.

שכל, דער וואס איז נעכטן אוועק ע"ה איז געווארן געטריעט פאר עי על עס וואס איז אביסל אנדערשט פון עם עס.
הרבה שמות יש לו למלאך המות.. ר"ל מהם ומהמונם.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג ינואר 19, 2016 10:50 am

גערעכטער האט געשריבן:קנאפער, א דאנק פארן פריידיגע באריכט. זאל עס נאכפאלגן מיט פאקטישע גוטע נייעס.

שכל, דער וואס איז נעכטן אוועק ע"ה איז געווארן געטריעט פאר עי על עס וואס איז אביסל אנדערשט פון עם עס.
הרבה שמות יש לו למלאך המות.. ר"ל מהם ומהמונם.

ALS איז היבש אנדערש, כאטש ביידע אטאקירן דער נערוו סיסטעם, טוט עס אבער ALS אינגאנצן הרג'ענען רח"ל, משא"כ MS אינפעקטירט עס נאר.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

קאווע נידערט MS ריסק

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 24, 2016 9:50 am

פארשער פון באקאנטע מעדיצינישע אינסטוטציעס האבן ארויסגעגעבן א באריכט אז טרינקן עטליכע גלעזלעך קאווע (4-5) א טאג קען באשיצן דעם קערפער פון דעוואלאפען דעם ביטערע קרענק MS - 'מאלטופיל סקולרארסיס'.
"קאווע טרינקן איז שוין פון פריערט געווען פארבינדן מיט א פארמינערטע ריסק פון פארקיסאנ'ס און אלצהיימער'ס דיזיזעז, און אונזער יעצטיגע שטודיע ווייזט אז קאווע קען אויך באשיצן קעגן MS" זאגט די שטודיע פארפאסער דר. עלען מאורי פון Johns Hopkins University School of Medicine in Baltimore and a member of the American Academy of Neurology

דא איז די באריכט די שטודיע איז געווען באריכטעט אין מערערע אויסגאבעס.

דא האט איר בייגעלייגט די עצם שטודיע
J Neurol Neurosurg Psychiatry-2016-Hedström-454-60.pdf
(255.7 KiB) דאונלאודעד 107 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דינסטאג מאי 31, 2016 7:03 pm

וואו פרעג איך אן אלגעמיינער שאלה וועגן געזונט, עפעס פון וואס עס איז נאכנישט דא קיין אשכול אבער איך וויל נישט עפענען איינס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 12:12 am

א שווערע דילעמע האב'ך...קומט דאס איז געזונטהייט נייעס אדער גאר אין סייבער סעקיורעטי נייעס....

"איט איז סאו 2017" דריקט זיך אויס א שרייענדיגע העדליין איבער דער פרישער נייעס....

דער פירמע Abbott האט געמאלדן א פירמווער אפגרעיד פאר כמעט אלע זייערע...האלט אייך אן...פעיסמעיקער סעריעס. נאך וואס דער סעקיורעטי ריסערטש פירמע MedSec (וועמען, אגב, Abbott האט שוין אינעם עבר געקלאגט פארן באשמיצן זייער נאמען מיט אנדערע אזא לעכער וואס זיי האבן געטראפן...) האט אנדעקט עטליכע לעכער אינעם פעיסמעיקער וואס קען ערלויבן פאר אן אטאקירער צו שיקן באפעלן פארן פעיסמעיקער (דער אטאקירער דארף זיין נישט מער ווי עטליכע אינטשעס ווייט פונעם מאשין צו קענען שיקן רעדיו סיגנאלן).

אלע וואס האבן די מאשינען, ארום 500 אלפים אין אמעריקע, זענען רעקאמענדירט צו גיין צו זייער דאקטער צו מאכן דער אפדעיט (געמאכט מיט א דעווייס וואס מען פירט אריבער איבער מאשין פונדרויסן) וואס דויערט ארום 3 מינוט. עס איז דא א קליינע קליינע שאנס (זיי זאגן 0.2 פערצענט) פאר קאמפליקאציעס פון נישט געלונגענע פירמווער אפדעיטס (וואס מאכענדיג אסאך פירמווער אפדעיטס פאר פארשידענע דעווייסעס וואלט'ך עס אפשר געגעבן מער...קידינג...איי האופ אז דער פעיסמעיקער האט גוטע מעקעניזימס דאס צו קענען גוט האנדלען.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: געזונטהייט נייעס

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:27 pm

(איך האף אי"ה צו אפדעטן דא ווען עס קומט מיר אונטער, געזונטהייט נייעס'לעך וואס איך שטויס מיר אן דערמיט)

עסן שפעט איז פארבינדן צו צונעמען וואג.

אין א שטודיע האט איין גרופע געגעסן דאס נאכטמאל 6:00 ביינאכט, און דאס אנדערע גרופע 10:00 ביינאכט.

די blood sugar levels אין די שפעטע גרופע איז געווען מיט 20 פראצענט העכער, און די fat burning איז רעדוצירט געווארן מיט 10 פראצענט.

https://academic.oup.com/jcem/article-a ... 54/5855227

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:30 pm

מחשב האט געשריבן:(איך האף אי"ה צו אפדעטן דא ווען עס קומט מיר אונטער, געזונטהייט נייעס'לעך וואס איך שטויס מיר אן דערמיט)

;l;p- ;l;p-
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: געזונטהייט נייעס

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:29 pm

אין א לעצט פארעפענטליכע שטודיע זעט אויס אז דימענשיע קעיסע איבער די וועלט איז ב"ה אין א שטארקע רעדוקציע. עס שלאגט נישט פאָר קיין סיבות דערצו, אבער עס האט געזען א דעקליין פון 13% פער יעדע 10 יאר.

https://n.neurology.org/content/95/5/e519

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: געזונטהייט נייעס

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 2:39 pm

האדם נפעל כפי פעלותיו.

פארשער אין אוסטראליע האבן געפונען אז זיך צווינגן צו מאכן א שמייכל האט א גוטע עפעקט אויף די פאזיטיווע עמאציעס. זיי האבן דאס פרובירט דורכן אריינלייגן א "פען" צווישן די ציין, צווינגענדיג די ליפן צו פארמירן א שמייכל, און זיי האבן געפונען אז עס טוט סטימיולעטן די amygdala, די חלק מח וואס איז פאראנטווארטליך פאר די געפילן, און ווי אויך טוט עס ברענגן דעם גאנצען קערפער צו רעאגירן אין א מער פרייליכן וועג.

https://www.sciencedaily.com/releases/2 ... 123608.htm

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: געזונטהייט נייעס

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:13 pm

מחשב האט געשריבן:(איך האף אי"ה צו אפדעטן דא ווען עס קומט מיר אונטער, געזונטהייט נייעס'לעך וואס איך שטויס מיר אן דערמיט)

עסן שפעט איז פארבינדן צו צונעמען וואג.

אין א שטודיע האט איין גרופע געגעסן דאס נאכטמאל 6:00 ביינאכט, און דאס אנדערע גרופע 10:00 ביינאכט.

די blood sugar levels אין די שפעטע גרופע איז געווען מיט 20 פראצענט העכער, און די fat burning איז רעדוצירט געווארן מיט 10 פראצענט.

https://academic.oup.com/jcem/article-a ... 54/5855227


למעשה וואונדער איך זיך אביסל, ווייל ביידע גרופעס זענען געגאנגען שלאפן 11:00, נו אפשר איז די סיבה פשוט ווייל זיי האבן געגעסן נאנט צום שלאפן גיין, א זאך וואס איז באקאנט נישט צו זיין געזונט, אבער זיי לייגן דאס אראפ אז דאס האט מיט וועלכע צייט אין טאג מ'עסט. וצ"ע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24638
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: געזונטהייט נייעס

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:23 pm

פארשער זאגן..

ס'איז א מציאות, ווען כ'עס שפעט איז די גאנצע סיסטעם צומישט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: געזונטהייט נייעס

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוגוסט 19, 2020 3:37 pm

ביי מיר נישט וואס איך זעה...

איך רעד נישט פון מלוה מלכה 1 ביינאכט נאך א גאנצער שבת... אבער סתם עסן אביסל שפעט שפיר איך נישט קיין בולט'דיגע שוועריקייטן.

דערפאר דארף מען האבן פארשער...


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט