געזונטהייט נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

געזונטהייט נייעס

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יולי 08, 2013 11:50 pm

(נאך נישטא אזא אשכול?)
א מענטש דארף אטעמען אריין צו ברענגען אקסיגען אין די בלוט שטראם, און ווען מען אטעמט ארויס, געט די קערפער צוריק ארויס "קארבען דיאקסייד", וואס איז אריין געמישט אין די לופט וואס מען אטעמט.

די גוף "נעמט ארויס" די אקסיגען פון די לופט, און די איבריגע שיקט זי צוריק ארויס אין פארעם פון "ארויס אטעמען".

וויפיל מען האט שוין פראבירט אויסצוארבייטען א וועג אריין צו שיקען אקסיגען אינעם סיסטעם אנע דעם וואס מען זאל מוזען אטעמען, איז נישט געלונגען, בעיקר ווייל מען האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי פטור צו ווערן דערנאך פון די קארביין דיאקסייד.

אצינד זענען אויספארשער אויפגעקומען מיט א וועג "אריינצגעבן" אקסיגען, דירעקט אין די בלוט, און אזוי ארום "אויסקראסען" די גאנצע אטעם אפעראט. זיי האבן באוויזען אז מען קען אזוי לעבן פון 20 מינוט ביז א האלבע שעה, און אטעמען!

דאס איז גאר גוטע נייעס, פאר עמערדזשענסיס, ווי אזוי צו האלטען די מענטש ביים לעבן, און פאל מען פארלירט די מעגליכקייט צו אטעמען, ווי למשל אין א עקסידענט אז די האלז איז צודריקט, אסטמא ליידענדע, אדער עלערדזשיק ריעקשאן וכדו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דינסטאג יולי 09, 2013 2:31 pm

חכמה בגוים תאמין,... וואס דער רבוש"ע האט אלס איבערגעבן פאר מענטשן צו ערפינדן,..... יהי' רצון אז עס זאלן געראטעוועט ווערן אידישע לעבנס דורך דעם!

קוקט אויס אז די האסט נאכנישט מער אינפארמאציע, וואס, ווען, און וויאזוי, ווי נאר די האסט מער פרטים, פארצייל עס פאר די קרעטשמע טרינקער, איבער א גלעזעלע שנאפס.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג יולי 09, 2013 3:31 pm

שכוח לכתחילה, אריין אין מפתח אשכול.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 09, 2013 3:36 pm

נישטא צופיל פרטים.

מען קען נישט "אריין געבן" אקסיגען אין די בלוט סתם, ווייל זיי קענען זיך צוזאמנעמען און מאכן א "באבל" וואס דאס וועט פארשטאפען די אדערען. אויך ווערט עס "צו גרויס" אריין צו גיין אין די גאר קליינע אדערען, וויי זיי דארפן אויך אנקומען.

עס איז דא נאך א וועג, אויב מען שיקט אריין "ליקוואוד" אקסיגען, דאס הייסט אקסיגען וואס מען האט גאר שטארק שפגעקילט, אז עס ווער פון א געז א "ליקוואוד" (וואסער) אזוי ווי געז אין א סיגערעט לייטער. אבער די קעלט וואס מען דארף אנקומען צו, איז אויך א סכנה.

איז ער אויפגעקומען מיט א פאטענט. ער האט גענומען די נאכגעמאכטע "מיקראפישע מאלעקיולען" וואס זענען נאכגעמאכט פון די "קעלעסטעראל", און "טרייגליסערייט'ס" (צוויי באשטאנדטיילען וואס זענען דא אין די בלוט, חוץ די רויטע און ווייסע צעלן) וואס מען נוצט שוין צו דעליווערען געוויסע זאכן אריין אין די בלוט, ווי "קימא" ה"י. דאס איז ווי א סענדווישט, פון צוויי מאלעקיולען, און אינצווישען לייגט מען אריין די מעדעצין.

ער האט אנשטאט אריין געלייגט "אקסיגען". דאס איז אזא מאטריאל, וואס "גליטשט" זיך גרינג ארום אין די בלוט, און איז זייער א גוטע "דעליווערי מעטאד". און ארום גענומען די גאנצע סענדווישט מיט א "ליקוואוד". דאס האלט אפ, פון די אלע אקסיגען פון זיך צוזאם נעמען און מאכן א באבל.

און ער האט דאס אריין געשיקט אינעם בלוט שטראום.

די חכמה זיינע איז געווען בעיקר, אז ער האט געמאכט די צוויי מאלעקיולען אזעלעכע מאטריאל, וואס צוגייט זייער שנעל איינמאל עס קומט זיך צוזאם מיט די בלוט. די אנדערע סארט וואס מען נוצט פאר דעם וואס מען האט דערמאנט, געדורט לאנג ביז עס צוגייט. אבער דא וויל מען עס זאל גלייך צוגיין, כדי עס זאל זיך שנעל אויסמישען מיט די בלוט צעלען.

און דאס אז מען דארף עס ארום נעמען מיט די "ליקוואד" איז די סיבה פארוואס עס קען נאר דינען פאר 15 מינוט ביז א האלבע שעה, ווייל דאן איז עס שוין "צופיל וואסער" פאר די בלוט, און די בלוט ווערט פארוואסערט.

ער ארבייט יעצט, צו קענען אריין לייגן "מער אקסיגען" אין די סענדווישט, און אזוי וועט ער נישט דארפון אריין לייגען אזוי סאך, וועט נישט זיין צופיל וואסער, וועט מען עס קענען טאן פאר א לענגערע צייט.

אגב האבן געוויסע אויל קאמפאניס אויסגעדרוקט אינטערעסע, ווייל זיי טיען אסאך "אינטערוואסער" ארבייט, און אזוי וועט מען קענען ארבייטען אינטערען וואסער, און דארפן אטעמען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 09, 2013 5:27 pm

חסדי השם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יולי 09, 2013 5:34 pm

שכח לכתחילה.
מיר איז נאר א חידוש ווי אזוי מען טעסט דאס? מען נעמט איינער זאל איינהאלטן די אטעם און מען לייגט אים דאס אריין אין די בלוט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 09, 2013 5:35 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:שכח לכתחילה.
מיר איז נאר א חידוש ווי אזוי מען טעסט דאס? מען נעמט איינער זאל איינהאלטן די אטעם און מען לייגט אים דאס אריין אין די בלוט?

מען האט גענוצט אומשילדיגע "באני רעביט'ס"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 23, 2013 3:25 pm

יעדער איינער ווייסט, אז ל"ע ול"ע א זייער שווערע חלק פון זיך היילען פון די שווערע מחלה - ווען מען נישט קימא - איז דאס פארלירען די האר.

חוץ פון דעם וואס עס איז פשוט אומבאקוועם די בליקען און די פראגעס, איז פשוט עס צוקלאפט זייער, און א צוקלאפטער מענטש האט א שוואכע אימיון סיסטעם - ווי צדיקים האבן געזאגט אז עצבות איז די ערגסטע - און דאס איז כיודע די עיקר פראבלעם, פארוואס זייער אסאך מענטשען "מאכען עס נישט" ווען איינער האט די מחלה.

בעצם קענען אסאך מער איבערלעבען, נאר וויבאלד די אוימיון סיסטעם איז זייער שוואך פון די טעראפי, קען יעדע קלייניקייט זיין פאטאל ח"ו, אויף די שונאי ישראל געזאגט.

עכ"פ דאס צוקלאפטקייט, איז זייער ביטער עס לייגט צו צו די אפשואכקייט פונעם סיסטעם. און טאק די אלע קעמפ'ס ארגענעזאציעס וכו' וואס מאכן די פאציענטען "פרייליך", מאכן טאקע זייער א גרויסע חילוק אין היילן, נישט נאר באופן סגולי, נאר פשוט, א פרייליכע מענטש האט א שטערקערע אימיון סיסטעם, קען ער בעסער באקעמפען אנדערע פראבלעמען, חוץ פון וואס עס העלפט בכלל צן קעמפען קעגן די מחלה אויך.

נחזור לענינו, שוין א צייט וואס מען איז אויפגעקומען מיט א עצה, קעגן דאס ארויספאלען פון די האר.

די פראבלעם איז, אז די קימא, קומט אן צו די האר וואלצלען, און עס מאכט עס שוואך (דאס איז דאך זיין ארבייט, אפצושוואכען געוויסע צעלען), און דאס מאכט די האר ארויספאלען. אבער, די קימא קען נאר ארבייטען אין א געוויסע גראד. אויב איז צו קאלט, וועט עס פארלירען די כח.

איז מען אויפגעקומען מט א געדאנק, אז מען זאל אנטאן אזא "קעפ" א היטל, זייער טייט ארום די קאפ, וואס זאל מאכן אז די טעמפעטואר ביי די האר ווארצלען זאלן זיין "גאר קאלט", אזוי אז די קימא, זאל נישט האבן קיין ווירקונג ביי יענע פלעצער, און דאס וועט האלטען די האר אין פלאץ.

עס איז נישט ממש א נייע זאך, אבער עס האט א חיסרון, אז אויב - זאל גאט באהיטן - עס איז דא שלעכטע צעלן טאקע דארט ביי די פלאץ פון די האר, און מען לאזט נישט די קימא ארבייטען, וועט עס דאך נישט קענען היילען די מענטש.

עכ"פ ביז יעצט האט די FDA נישט געוואלט לאזען מאכן קיין פראבעס, און אצינד האבען זיי געגעבן די ערלויבעניש.

זאל דער אייבערשטער העלפען, אז קיין שום איד, זאל נישט דארפן צוקומען נישט צו דעם, און נישט צו קיין שום אנדערע פראבלעמען, יעדער זאל זיין געונט און שטארק, און די וואס דארפן א רפואה, זאלן האבן די גאנצע רפואה בקרוב ובניקל, אמן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך דעצמבער 18, 2013 4:30 pm

לויט א נייע שטודיע, איז א מולטי וויטאמין גאר קיין אויפטו!! איינער זאל רופן אנעים צו פראווענען ניצחון.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2013 8:11 am

ייש"כ.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:01 am

א נייע פאטענט - גאר א פשוטע - קען העלפן ראטעווען אסאך קריגס פארוואנדערטע - אדער געטראפענע פון א פארברעך - פון טויט.

ווען א סאלדאט אדער א צווייטער ווערט געשאסן, איז די גרעסטע סכנה און מערסטע טויט פעלער פאראורזאכער (קאפירייט?) אז מען קען נישט קאנטראלירן דאס בלוט.

איינער איז אויפגעקומען מיט א פאטענט "אריינצושיסן" געוויסע סארט ספאנדזשעס, וואס טוט זיך זייער שטארק "אויפבלאזן" ווען עס ווערט נאס, און אויך טוט עס "קלעבן" צו א נאסע שטח. די ספענדזשעס "פילן אן" די לאך, און דאס בליטונג הערט אויף אין ............ 15 ................ סקונדעס!!!
צוגעלייגטע
k,dmgh.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:32 am

נאך 10 יאר ווארטן האט גיווען אימעדזשינג - א איזרעלי קאמפאני - ענדליך באקומען א "אוקעי" פון די FDA פאר א "קעמרע פיל" צו מאכען א "קאולענאסקעפי". צו מאכען א קאולענאסקעפי איז שטארק רעקאמענדירט דורך די העלט דיפארטמענט פאר יעדע מיטל יעריגער מענטש, און עס קען פארמיידן פיצייטיגע טויט ר"ל. עס טוט איבערקוקען די "קואלען" צו עס איז נישטא ח"ו קיינע פיצעלע געוויקסען וואס קענען זיך צושפרייטן און זיין זייער שעדליך.

אבער אריבערצוגיין א קאולענאסקעפי איז זייער שווער און נישט בעטעמ'ט, און צוליעב דעם האלטן זיך מענשטען צוריק דערפון.

אצינד וועט מען קענען איינשלינגען די "קעמרע פיל" און עס וועט אריבערגיין דעם גאנצן סיסטעם, און ארויסקומען 8 שעה שפעטער מיט דעטאלירטע בילדער.
צוגעלייגטע
pillcam.jpg
pillcam.jpg (9.43 KiB) געזעהן 4752 מאל
pillcam-colon-colonoscopy-camera_001.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך פאברואר 05, 2014 9:08 am

וואאףף א קעמרע אין בויך.. נישט שלעכט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך פאברואר 05, 2014 10:26 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאך 10 יאר ווארטן האט גיווען אימעדזשינג - א איזרעלי קאמפאני - ענדליך באקומען א "אוקעי" פון די FDA פאר א "קעמרע פיל" צו מאכען א "קאולענאסקעפי". צו מאכען א קאולענאסקעפי איז שטארק רעקאמענדירט דורך די העלט דיפארטמענט פאר יעדע מיטל יעריגער מענטש, און עס קען פארמיידן פיצייטיגע טויט ר"ל. .


יישר כח פארן אונז האלטן אפדעיטעט. בכלל די מחלה "פיציטייגע טויט" איז לעצטענס פארשפרייט נישט נאר אין איזראעל ליידער..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 17, 2014 2:14 pm

נישט אז אונז האמיר עס נישט געוואוסט ביז היינט, אבער ס'איז אינטערסאנט צו זען א געהעריגע שטודיע עס באשטעטיגן....

א שטודיע דורכגעפירט אויף אריבער טויזענט מענטשן דורך א גרופע קאנאדע'ישע פסיכילאגן, איז געקומען צום אויספיר אז אן אינטערנעט טראלל (אזעלכע וואס קומען סתם אריינשרייען ווי משוגע אין יעדע שמועס, אדער קומען וואן טרעק מיינדעד מיט אן אגענדע און שרייען עס אייביג אריין וואו אימער.... העי כ'האב געבעטן נישט זאגן קיין נעמען....) איז א פשוט'ער סאדיסט – ד.ה. איינער וואס האט ליב צו זען ווי זיינע קרבנות ליידן - און איז א מענטעלי דיסארדערד מענטש!!!

[עכט קומט עס אין אפאר אנדערע אשכולות :? , אבער כ'ווייס נישט פונקטליך וואו לייג איך עס דא].
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 18, 2014 6:07 pm

א שטודיע פון קעמברידזש יונעווערסעטי האט היינט פאראורזאכט א שטורעם!!

לויט זיי איז נישטא קיין פארבינדונג אין אסאך סעטשערעטעד פעטענס, און הארץ קראנקהייט!! ביז יעצט איז אנגענומען אז סעטשערעטעד פעטענס איז די עיקר גורם פאר הויכע קעלעסטעראל און בכלל הארץ קראנקהייט, די בעקערייען אין ניו יארק זענען געווארן געצוויניגען אוועק צו גיין פון מארגארין און שארטנינג, אא"וו.

אויך זאגען זיי, אז די אזוי גערופענע "גוטע פעטענס" - אמעגא 3 - העלפט נישט ארויס פארן הארץ, ווי געהאלטן ביז היינט. חוץ די אמעגא 3 פון פיש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג מארטש 18, 2014 6:10 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א שטודיע פון קעמברידזש יונעווערסעטי האט היינט פאראורזאכט א שטורעם!!

לויט זיי איז נישטא קיין פארבינדונג אין אסאך סעטשערעטעד פעטענס, און הארץ קראנקהייט!! ביז יעצט איז אנגענומען אז סעטשערעטעד פעטענס איז די עיקר גורם פאר הויכע קעלעסטעראל און בכלל הארץ קראנקהייט, די בעקערייען אין ניו יארק זענען געווארן געצוויניגען אוועק צו גיין פון מארגארין און שארטנינג, אא"וו.


מסתמא מיינסטו צו זאגן טרענס פעט...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מארטש 18, 2014 6:13 pm

תרנגול האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:א שטודיע פון קעמברידזש יונעווערסעטי האט היינט פאראורזאכט א שטורעם!!

לויט זיי איז נישטא קיין פארבינדונג אין אסאך סעטשערעטעד פעטענס, און הארץ קראנקהייט!! ביז יעצט איז אנגענומען אז סעטשערעטעד פעטענס איז די עיקר גורם פאר הויכע קעלעסטעראל און בכלל הארץ קראנקהייט, די בעקערייען אין ניו יארק זענען געווארן געצוויניגען אוועק צו גיין פון מארגארין און שארטנינג, אא"וו.


מסתמא מיינסטו צו זאגן טרענס פעט...

ניין כ'האב אויסגעמישט. מען רעדט פון סעטשורעטעס פעט, נישט טרענס פעט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג מארטש 18, 2014 7:04 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישטא צופיל פרטים.

מען קען נישט "אריין געבן" אקסיגען אין די בלוט סתם, ווייל זיי קענען זיך צוזאמנעמען און מאכן א "באבל" וואס דאס וועט פארשטאפען די אדערען. אויך ווערט עס "צו גרויס" אריין צו גיין אין די גאר קליינע אדערען, וויי זיי דארפן אויך אנקומען.

עס איז דא נאך א וועג, אויב מען שיקט אריין "ליקוואוד" אקסיגען, דאס הייסט אקסיגען וואס מען האט גאר שטארק שפגעקילט, אז עס ווער פון א געז א "ליקוואוד" (וואסער) אזוי ווי געז אין א סיגערעט לייטער. אבער די קעלט וואס מען דארף אנקומען צו, איז אויך א סכנה.

איז ער אויפגעקומען מיט א פאטענט. ער האט גענומען די נאכגעמאכטע "מיקראפישע מאלעקיולען" וואס זענען נאכגעמאכט פון די "קעלעסטעראל", און "טרייגליסערייט'ס" (צוויי באשטאנדטיילען וואס זענען דא אין די בלוט, חוץ די רויטע און ווייסע צעלן) וואס מען נוצט שוין צו דעליווערען געוויסע זאכן אריין אין די בלוט, ווי "קימא" ה"י. דאס איז ווי א סענדווישט, פון צוויי מאלעקיולען, און אינצווישען לייגט מען אריין די מעדעצין.

ער האט אנשטאט אריין געלייגט "אקסיגען". דאס איז אזא מאטריאל, וואס "גליטשט" זיך גרינג ארום אין די בלוט, און איז זייער א גוטע "דעליווערי מעטאד". און ארום גענומען די גאנצע סענדווישט מיט א "ליקוואוד". דאס האלט אפ, פון די אלע אקסיגען פון זיך צוזאם נעמען און מאכן א באבל.

און ער האט דאס אריין געשיקט אינעם בלוט שטראום.

די חכמה זיינע איז געווען בעיקר, אז ער האט געמאכט די צוויי מאלעקיולען אזעלעכע מאטריאל, וואס צוגייט זייער שנעל איינמאל עס קומט זיך צוזאם מיט די בלוט. די אנדערע סארט וואס מען נוצט פאר דעם וואס מען האט דערמאנט, געדורט לאנג ביז עס צוגייט. אבער דא וויל מען עס זאל גלייך צוגיין, כדי עס זאל זיך שנעל אויסמישען מיט די בלוט צעלען.

און דאס אז מען דארף עס ארום נעמען מיט די "ליקוואד" איז די סיבה פארוואס עס קען נאר דינען פאר 15 מינוט ביז א האלבע שעה, ווייל דאן איז עס שוין "צופיל וואסער" פאר די בלוט, און די בלוט ווערט פארוואסערט.

ער ארבייט יעצט, צו קענען אריין לייגן "מער אקסיגען" אין די סענדווישט, און אזוי וועט ער נישט דארפון אריין לייגען אזוי סאך, וועט נישט זיין צופיל וואסער, וועט מען עס קענען טאן פאר א לענגערע צייט.

אגב האבן געוויסע אויל קאמפאניס אויסגעדרוקט אינטערעסע, ווייל זיי טיען אסאך "אינטערוואסער" ארבייט, און אזוי וועט מען קענען ארבייטען אינטערען וואסער, און דארפן אטעמען!!



כיהודה ועוד ללכתחילה.
1) א באבל אין די אדערן פארשטאפט עס נישט, נאר ווען ס'הארץ האט נאר א סעקונדע נישט בלוט איז עס פארטיג. אויב כאפט זיך אריין א באבל און דעס באבל קומט אן צום הארץ איז אויפ'ן פלאץ פונעם באבל נישטא קיין בלוט, און ס'הארץ איז קאפוט. (וועגן דעם ווען מען געט א שאט, סאל נישט אויספעלן, פילן די דאקטוירים אן דעם נאדל מיט פליסיגקייט, און דערנאך דרוקן זיך אראפ דעם קוועטשער ביז ס'רינט ארויס פליסיגקייט, ערשט דערנאך שטעכט מען אריין אין קערפער. און צומאל קלאפט מען אויף האלטער, אויס סיהאט זיך געמאכט פיצינקע באבלס.
2) אקסיגען אין די בלוט איז נישט נאר א גוטע דעליווערי מעטאד, נאר עס איז "די" נאטורליכע דעליווערי מעטאד… די בלוט טוישט זיך כסדר קאלירן. (סיניש קיין דזשאוק). אקסיגאנירטע בלוט איז רויט, און בלוט אן אקסיגן איז בלוי. (וועגן דעם ווערן מען בלוי ווען מען שטיקט זיך ח"ו, ווייל די בלוט אין קאפ טוישט זיך ניש, און די אקסיגן איז אויסגענוצט געווארן.
די בלוט לויפט דורך דעם אינטערשטן טייל פונעם הארץ און אראפ ארום די לונגען וואו די בלוט ווערט אקסיגן-רייך, דערנאך לויפט עס צוריק צו הארץ פון וואו ס'ווערט ארום געשיקט איבער'ן גאנצן קערפער, און עס דערליווערט אקסיגן איבעראל. ווען עס ווערט פארטיג מיט די מיסיע, און ווערט בלוי, קומט עס צוריק צו נעמען פרישע. וועגן דעם האט מען בלוי אדערן, דהיינו אדערן זענען מאוסטלי דורכזיכטיג, די קאלער איז פון די בלוט, רויטע אדערן אז אקסיגן-רייכע בלוט צום קערפער, און בלויע אדערן פליסן אקסיגן-ארעמע בלוט צוריק צום מקור צו שעפן פרישע חיות.

יש"כ פאר "לכתחילה אריבער" פאר אלע שיינע הסברים, און אזויפיל קאמפליצירטע ענינים. (כ'מיר שוין געשפארט יארן ארבעט, נישט דארפנדיג מיטטיילן וואס איך ווייס (און וואס ניש…).
לעצט פאראכטן דורך זאל ער קומען אום דינסטאג מארטש 18, 2014 7:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג מארטש 18, 2014 7:06 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:א שטודיע פון קעמברידזש יונעווערסעטי האט היינט פאראורזאכט א שטורעם!!

לויט זיי איז נישטא קיין פארבינדונג אין אסאך סעטשערעטעד פעטענס, און הארץ קראנקהייט!! ביז יעצט איז אנגענומען אז סעטשערעטעד פעטענס איז די עיקר גורם פאר הויכע קעלעסטעראל און בכלל הארץ קראנקהייט, די בעקערייען אין ניו יארק זענען געווארן געצוויניגען אוועק צו גיין פון מארגארין און שארטנינג, אא"וו.


מסתמא מיינסטו צו זאגן טרענס פעט...

ניין כ'האב אויסגעמישט. מען רעדט פון סעטשורעטעס פעט, נישט טרענס פעט.


איז שוין לכאורה נישט קיין נייעס סאל פאראוזאכן א שטורעם, ווייל אויף סאטורעיטד פעט רעדט מען שוין אפאר יאר אז נישט נאר וואס סישאדט נישט, נאר עס זעטיגט בעסער און עס ספעציעל געזונט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג מארטש 18, 2014 7:07 pm

און דאס איז נאך פאר מ'לאזט זיך אריין אין הרב מייזעלס' שיטות...
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 20, 2014 1:52 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישטא צופיל פרטים.

מען קען נישט "אריין געבן" אקסיגען אין די בלוט סתם, ווייל זיי קענען זיך צוזאמנעמען און מאכן א "באבל" וואס דאס וועט פארשטאפען די אדערען. אויך ווערט עס "צו גרויס" אריין צו גיין אין די גאר קליינע אדערען, וויי זיי דארפן אויך אנקומען.

עס איז דא נאך א וועג, אויב מען שיקט אריין "ליקוואוד" אקסיגען, דאס הייסט אקסיגען וואס מען האט גאר שטארק שפגעקילט, אז עס ווער פון א געז א "ליקוואוד" (וואסער) אזוי ווי געז אין א סיגערעט לייטער. אבער די קעלט וואס מען דארף אנקומען צו, איז אויך א סכנה.

איז ער אויפגעקומען מיט א פאטענט. ער האט גענומען די נאכגעמאכטע "מיקראפישע מאלעקיולען" וואס זענען נאכגעמאכט פון די "קעלעסטעראל", און "טרייגליסערייט'ס" (צוויי באשטאנדטיילען וואס זענען דא אין די בלוט, חוץ די רויטע און ווייסע צעלן) וואס מען נוצט שוין צו דעליווערען געוויסע זאכן אריין אין די בלוט, ווי "קימא" ה"י. דאס איז ווי א סענדווישט, פון צוויי מאלעקיולען, און אינצווישען לייגט מען אריין די מעדעצין.

ער האט אנשטאט אריין געלייגט "אקסיגען". דאס איז אזא מאטריאל, וואס "גליטשט" זיך גרינג ארום אין די בלוט, און איז זייער א גוטע "דעליווערי מעטאד". און ארום גענומען די גאנצע סענדווישט מיט א "ליקוואוד". דאס האלט אפ, פון די אלע אקסיגען פון זיך צוזאם נעמען און מאכן א באבל.
און ער האט דאס אריין געשיקט אינעם בלוט שטראום.

די חכמה זיינע איז געווען בעיקר, אז ער האט געמאכט די צוויי מאלעקיולען אזעלעכע מאטריאל, וואס צוגייט זייער שנעל איינמאל עס קומט זיך צוזאם מיט די בלוט. די אנדערע סארט וואס מען נוצט פאר דעם וואס מען האט דערמאנט, געדורט לאנג ביז עס צוגייט. אבער דא וויל מען עס זאל גלייך צוגיין, כדי עס זאל זיך שנעל אויסמישען מיט די בלוט צעלען.

און דאס אז מען דארף עס ארום נעמען מיט די "ליקוואד" איז די סיבה פארוואס עס קען נאר דינען פאר 15 מינוט ביז א האלבע שעה, ווייל דאן איז עס שוין "צופיל וואסער" פאר די בלוט, און די בלוט ווערט פארוואסערט.

ער ארבייט יעצט, צו קענען אריין לייגן "מער אקסיגען" אין די סענדווישט, און אזוי וועט ער נישט דארפון אריין לייגען אזוי סאך, וועט נישט זיין צופיל וואסער, וועט מען עס קענען טאן פאר א לענגערע צייט.

אגב האבן געוויסע אויל קאמפאניס אויסגעדרוקט אינטערעסע, ווייל זיי טיען אסאך "אינטערוואסער" ארבייט, און אזוי וועט מען קענען ארבייטען אינטערען וואסער, און דארפן אטעמען!!



כיהודה ועוד ללכתחילה.
1) א באבל אין די אדערן פארשטאפט עס נישט, נאר ווען ס'הארץ האט נאר א סעקונדע נישט בלוט איז עס פארטיג. אויב כאפט זיך אריין א באבל און דעס באבל קומט אן צום הארץ איז אויפ'ן פלאץ פונעם באבל נישטא קיין בלוט, און ס'הארץ איז קאפוט. (וועגן דעם ווען מען געט א שאט, סאל נישט אויספעלן, פילן די דאקטוירים אן דעם נאדל מיט פליסיגקייט, און דערנאך דרוקן זיך אראפ דעם קוועטשער ביז ס'רינט ארויס פליסיגקייט, ערשט דערנאך שטעכט מען אריין אין קערפער. און צומאל קלאפט מען אויף האלטער, אויס סיהאט זיך געמאכט פיצינקע באבלס.
2) אקסיגען אין די בלוט איז נישט נאר א גוטע דעליווערי מעטאד, נאר עס איז "די" נאטורליכע דעליווערי מעטאד… די בלוט טוישט זיך כסדר קאלירן. (סיניש קיין דזשאוק). אקסיגאנירטע בלוט איז רויט, און בלוט אן אקסיגן איז בלוי. (וועגן דעם ווערן מען בלוי ווען מען שטיקט זיך ח"ו, ווייל די בלוט אין קאפ טוישט זיך ניש, און די אקסיגן איז אויסגענוצט געווארן.
די בלוט לויפט דורך דעם אינטערשטן טייל פונעם הארץ און אראפ ארום די לונגען וואו די בלוט ווערט אקסיגן-רייך, דערנאך לויפט עס צוריק צו הארץ פון וואו ס'ווערט ארום געשיקט איבער'ן גאנצן קערפער, און עס דערליווערט אקסיגן איבעראל. ווען עס ווערט פארטיג מיט די מיסיע, און ווערט בלוי, קומט עס צוריק צו נעמען פרישע. וועגן דעם האט מען בלוי אדערן, דהיינו אדערן זענען מאוסטלי דורכזיכטיג, די קאלער איז פון די בלוט, רויטע אדערן אז אקסיגן-רייכע בלוט צום קערפער, און בלויע אדערן פליסן אקסיגן-ארעמע בלוט צוריק צום מקור צו שעפן פרישע חיות.

יש"כ פאר "לכתחילה אריבער" פאר אלע שיינע הסברים, און אזויפיל קאמפליצירטע ענינים. (כ'מיר שוין געשפארט יארן ארבעט, נישט דארפנדיג מיטטיילן וואס איך ווייס (און וואס ניש…).

שטארק הנאה געהאט פון דיינע ידיעות, לאז זיי נאר ווייטער קומען...
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 6:32 pm

לויט א שטודיע, איז אוטיזעם געשטיגען מיט א אסטראנאמישע 30 פראצענט אין די לעצטע צוויי יאר!!! לויט זיי האט איינס אין יעדע 68 קינדער האט א געוויסע פארום פון די פראבלעם.

אבער געוויסע סטעיסט זענען אנדערשט פון אנדערע. אין אלעבאמא איז עס איינס פון 175, בשעת אין ניו דזשורסי איינס פון 45!! און עס איז פינעף מאל ערגער אין ביי אינגלעך ווי ביי מיידלעך, איינס אין 42 אינגלעך און איינס אין 189 מיידלעך.

לויט אנדערע איז עס נישט א אויפשטייג אין קעיסעס, נאר א אויפשטייג אין דייעגנאוזען. וויבאלד אוטיזעם קען קומען אין זייער זייער לייכטע ווערסיעס, האט מען אמאל נישט געוויסט אז עס איז א פראבלעם, און מען פארשטייט היינט פיל בעסער. אויך זאגן די באמטע אז עס פאנגט זיך שוין אן נאך פארן ווערן געבוירן.

(אויך זענען דא וואס זאגן עס האט צוטאן מיט וואקסינס. דאס האבעך געשריבן לכבוד דעם קעניג, יעצט דארפסטו עס שוין נישט שרייבן עכ"פ אין דעם אשכול. אז איינער וויל דעבאטירן די פונקט, ביטע גיין אין איינע פון זיינע אשכולות, און נישט אנחזר'ן דא, ישר כח פאר די פארשטענדעניש)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 6:38 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט אנדערע איז עס נישט א אויפשטייג אין קעיסעס, נאר א אויפשטייג אין דייעגנאוזען. וויבאלד אוטיזעם קען קומען אין זייער זייער לייכטע ווערסיעס, האט מען אמאל נישט געוויסט אז עס איז א פראבלעם, און מען פארשטייט היינט פיל בעסער

דע ארגומענט קען מען אויף אלע שטאטיסטיקס מאכן, אין אלע פעלדן זעמער קלוגער און מען פארשטייט היינט פיל בעסער ווי אמאל, און די טעכנאלאגיע העלפט האבן אסאך מער דאטא אויך. ניין?

שוין דא אשכול וועגן וואקסין? אינטערעסאנט
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 6:41 pm

היפאקריט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט אנדערע איז עס נישט א אויפשטייג אין קעיסעס, נאר א אויפשטייג אין דייעגנאוזען. וויבאלד אוטיזעם קען קומען אין זייער זייער לייכטע ווערסיעס, האט מען אמאל נישט געוויסט אז עס איז א פראבלעם, און מען פארשטייט היינט פיל בעסער

דע ארגומענט קען מען אויף אלע שטאטיסטיקס מאכן, אין אלע פעלדן זעמער קלוגער און מען פארשטייט היינט פיל בעסער ווי אמאל, און די טעכנאלאגיע העלפט האבן אסאך מער דאטא אויך. ניין?

שוין דא אשכול וועגן וואקסין? אינטערעסאנט

אבער די פאקט אז יעדעס מאל מען מאכט א שטודיע וואקסט עס זייער שטארק, ווייזט אז עס איז פשוט "פארשטאנד". אנדערע סאטיסטיקס גייט אמאל ארויף און אמאל אראפ, עכ"פ עס איז נישט אזעלעכע גרויסע שפרינגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט