פקיעין ומערת הרשב"י

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

פקיעין ומערת הרשב"י

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:00 am

ל"ג בעומר א צייט וואס רבבות מענטשן גייען ארויף צום הייליגן ציון פון דעם הייליגן תנא רשב"י ובנו רבי אלעזר זיך אויסבעטן פאר'ן כלל און פאר'ן פרט, קען מען אוןיך נישט פארגעסן דעם הייליגן ארט וואו די צוויי צדיקים זענען געווען באהאלטן גאנצע 13 יאר. אין א הייל, וואס נעבן דער הייל איז געוואקסן א בוים וואס האט ארויס געגעבן באקסער, אין זוהר שטייט אז פאר שבת האט דער בוים ארויס געגעבן פייגן, און נעבן דעם א קוואל פון פרישע מים חיים.

באקאנט איז אז די מערה און באקסער בוים צוזאמען מיט דער קוואל וואסער געפונט זיך אין דער שטאט פקיעין. אין גמרא ווערט בכלל נישט געברענגט וואו די מערה איז געווען. אבער אין מדרש קהלת [י-יא] שטייט דארט: "רשב"י ור' אלעזר בריה הוון טמורין במערתא דפקא י"ג שני וכו". שטייט דארט אז די מערה איז געווען אין דער ארט פון "פקע". אינטרעסאנט אז אין פסיקתא דרב כהנא ווערט דער ארט אנגערופן נישט "פקע" נאר "בקע". אבער די ביידע נעמען פקע און בקע שטימט זייער גוט מיט דעם אראבישן נאמען "אל-ביקיע" אויף דער דארף פקיעין וואס איז באקאנט היינט. ווייל באוואוסט איז אז רוב אראבישע נעמען אויף די אלטע שטעט פון ארץ ישראל זענען די ארגיניעלע נעמען פון אמאל פון די צייט פון דעם חורבן הבית.

אלע רייזענדע פון יארן צוריק האבן דעם ארט אנגערופן "פקיעין" ווי ס'איז באקאנט פאר אונז היינט. אזוי אויך אין זוהר הקדוש ווערט דערמאנט דער ארט מיט דעם נאמען "פקיעין". ווי עס ווערט דארט געבראכט אז ר' יוסי דפקיעין איז נסתלק געווארן, און ר' אלעזר בן רשב"י איז געגאנגען מיט די חברים צו די לויה אין פקיעין. אין פקיעין ווייזט מען אן אויף א ארט דער ציון פון רבי יוסי דפקיעין. ר' יוסי האט געוואוינט אין גליל העליון, אוזי אויך איז רשב"י און רבי אלעזר זיין זוהן גועוען באהאלטען אין איינע פון די בערג פון גליל העליון, קומט אויס זייער גוט אז דער ארט פון די היינטיגע פקיעין פאסט זיך זייער גוט צו דער אלטע שטאט פון "פקע" אדער "בקע".

באמת איז געווען נאך א שטאט אין ארץ ישראל מיט דעם נאמען פקיעין, וואס איז געווען נישט ווייט פון יבנה, וואס געפונט זיך מער אין מרכז דרום פון ארץ ישראל אין דער געגענט פון לוד ווי עס שטייט אין מסכת סנהדרין אז רבי יהושע האט געוואוינט אין פקיעין, "הלך אחרי בית דין יפה... אחר רבי יהושע לפקיעין". אויך שטייט אין חז"ל אז ווען ר' יוחנן בן ברוקה און ר' אליעזר חסמא זענען געגאנגען פון יבנה קיין לוד, - וואס די ביידע שטעט געפונען זיך אין מרכז הארץ – זענען זיי אריין אין פקיעין מקבל פנים זיין ר' יהושע. אבער דער שטאט פקיעין פון מרכז הארץ האט גאר נישט קיין שייכות מיט דער שטאט פקיעין פון גליל העליון וואו רשב"י ובנו זענען געווען באהאלטען פאר 13 יאר.

נאך מער איז אינטרעסאנט אז מיר ווייסן אז דער שטאט לוד איז געווען נעבן יבנה אין מרכז דרום הארץ. אבער מיר האבן נאך א ארט מיט דעם נאמען לוד אין גליל העליון. ווייל אין זוהר שטייט אז רשב"י ובנו זענען אנטלאפן און זיך באהאלטן "במדברא דלוד" אין דער מדבר פון לוד. יעדער ארט וואס איז נישט געווען באואווינט, אפילו עס האט נישט אויסגעזעהן ממש ווי א מדבר איז געווען אנגערופן מיט דעם לשון "מדבר". און קען זיין אז דער ארט איז נישט געווען דעמאלט אזוי שטארק באוואוינט. ווייל אויב עס וואלט געווען באואווינט וואלט דאך רשב"י זיך נישט באהאלטען דארט. אין פסיקתא דרב כהנא שטייט בפירוש "אבל אין זה לוד אשר בדרום ארץ ישראל כי אם לוד בגליל סמוך למגדל צבעיא שאצל טבריא".

אין יאר תתק"ע האט א תלמיד פון רבנו יחיאל מפאריז געשריבן זיינע רייזעס אין ארץ ישראל שרייבט ער אויך דארט "מטבריא חזקנו והלכנו לכפר חנון... ומשם באנו לכפר לוד ומצאנו שם קבר ר' אליעזר בן יעקב כו' והוא על יד כפר ארמה ומשם נוסעים ישר לפקיעין". זעהן מיר אז מיר האבן א פקיעין אין מרכז הארץ נעבן לוד און יבנה, און פארקערט מיר האבן א לוד נעבן פקיעין אין גליל העליון.

אין פסיקתא רבתי שטייט אז די מערה פון רשב"י ובנו רבי אלעזר איז "והא ביער שבין תרשיחא לפקיעין".

היינטיגע צייטן קען מען אנקומען צו דער שטאט פקיעין דורך צוויי וועגן, אינמיטן פון דער שאסיי עכו-צפת בערך א 10 קלימיטער בעפאר מ'דרייט זיך איין ארויף צו פארן קיין מירון, מאכט מען א לינקס, מ'גייט אריבער עטליכע אראבישע דערפער, און דעם קבר פון ר' ישמעאל כהן גדול מיט נאך עטליכע קברים. אדער פון מירון פארט מען לינקס און ווען דער שאסיי צוטיילט זיך אויף צווי רעכטס קיין צפת, נעמט מען לינקס און מען פארט ווייטער פאר בערך 15-20 מינוט, אויפן וועג גייט מען אריבער די הייליגע קברים פון שמעיה ואבטליון און נאך אנדערע, דער נאך מאכט מען א לינקס ביז מ'קומט אן אין דער אלטער דארף פקיעין. די בעסטע איז צופארן נאר מיט איינער וואס קען שוין דעם וועג, אדער מיט דעם ספר "קדמונינו" וואס שרייבט קלאר ווי אזוי מ'קומט דארט אן.

דער דארף פקיעין איז גאר אן אלטע דארף און דארט וואוינען אראבער. ס'איז נישט קיין פחד דארט צו שפאצירן, ווייל די אלע אראבער וואס וואוינען אין דעם דארף געהערן צו דער שבט פון "דרוזים" וואס זענען צוקריגט מיט אלע אנדערע אראבער, און לעבן בשלום ושלוה אין ארץ ישראל צוזאמען מיט די אידן. פארקערט, ווען מיר זענען געווען אין פקיעין, איז אונזער אויטא געבליבן שטעקן, און מ'האט געדארפט דאס געבן א "בוסט" זענען געקומען עטליכע אראבער און אונז געהאלפען מיט תשואות חן.

מ'קען זעהן אז דער דארף איז גאר אן אלטע פון עטליכע טויזנט יאר. די שמאלע געסלעך און אלטע הייזער, מענטשן וואוינען דארט סיי אויפן אלטען שטייגער און סיי אויפן ניעעם שטייגער, ווייל היינט איז שוין דא אין דעם דארף עלעקטער און וואסער לייטונג. אבער א גרויס עולם פון דער דארף באנוצט זיך נאך מיט די וואסער פון דעם קוואל פון רשב"י וואס לויפט היינט אריין ביז אינמיטן שטאט.

ווען מ'געפונט זיך אין דער דארף. איז נישט דא קיין שילדן וואס ווייזן ווי אזוי אנצוקומען צו די מערה, אבער וועמען מ'פרעגט נאר, וועט גלייך ווייזן ווי אזוי מ'קומט דארט אן. מ'דארף קודם גיין אין עטליכע גאר שמאלע געסלעך, ארויף א בארג, נאך דעם נעמט זיך קריכן ארויף א בארג אויף גאר אלטע אויסגעהאקטע טרעפ פון שטיין אין דער בארג, ביז מ'קומט אן צום שפיץ בארג, וועט מען די ערשטע זאך זעהן גאר אן אלטע גרויסע בוים וואס אויף דעם וואקסט באקסער. ווי אלט דער בוים איז ווייסן מיר נישט, אנדערע טענה'ן אז דאס איז גאר דער בוים וואס רשב"י האט געניסן פון דארט און געגעסן אירע פירות, אנדערע זאגן אז דער בוים איז איינגעפלאנצט אין די שפעטערע יארן, אנדערע זאגן אז דער בוים איז ארויס געוואקסן אויף דעם זעלבען ארט וואו דער ערשטער בוים איז געווען. אבער דער בוים אליין זעהט אויס גאר אלט פון הונדערטע יארן אלט. אויף דער בוים וואקסט טאקע באסער, נישט פון די בעסטע קוואליטעט.

אינטרעסאנט צו באמערקען אז אין זוהר שטייט אז די באקסער וואס האט געוואקסן אויף דער בוים איז געווען "חרובי גריע" נישט קיין גוטע באקסער. פארוואס האט דאס געדארפט זיין אזוי? מ'קען אפשר זאגן, ווייל אויב עס וואלט דארט געוואקסן גאר גוטע באקסער וואלטען דאך מענטשן זיך געדרייט דארט, און מ'וואלט געפונען די מערה פון רשב"י אבער ווי באלד די באקסער זענען נישט געווען אזעלכע גוטע האבן זיך מענטשן נישט געדרייט דארט נעבן די מערה פון רשב"י.

מ'גייט בערך א צען טריט נאך דער באקסער בוים איד דא אויף די רעכטע זייט די הייליגע מערה וואו רבי שמען בר יוחאי מיט זיין זוהן זענען געווען באהאלטען פאר 13 יאר. אין די עמרה קענען אריינגיין נישט מער ווי עטליכע מענטשן. אינטרעסאנט אז אין די מערה איז דא אזוי ווי א שפאלט אין א שטיין וואס פון דארט קומט אריין די ליכט פון דער זוהן, און אזוי אויך קען מען פון דארט ארויס קוקן און זעהן די גאנצע געגענט ארום, אבער אינדרויסן פון די מערה איז באוואקסען מיט ביימער, אזוי אז מ'קען נישט זעהן דער עפענונג פון די מערה פון דערווייטענס נאר ווען מ'איז גאר נאנט נעבן די מערה.

ווען מ'גייט ווייטער פון די מערה איז דא א צווייטע מערה, וואס פון דארט איז ארויס דער קוואל פון ואוסער און געלאפן ווייטער. היינט האט מען איבער געפירט דער קוואל מער נענטער אין דעם דארף ממש. מיר האבן גענומען אלץ א זכר א ביסל באקסער און אויך וואסער פון דער קוואל.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל ווען ער איז געווען תש"ל אין ארץ ישראל האט ער באזוכט דעם ארט, און ווען ער איז צוריק געקומען האט ער גערעדט מיט גרויס התפעלות און התלהבות וועגן די מערה און וועגן די באקסער וואס וואקסט דארט.

ווי מיר האבן דערמאנט געפונט זיך אויך ביים סוף פון דער דארף דער קבר פון ר' יוסי דפקיעין. אויף דעם קבר דארף מען אויך פרעגן וואו דאס איז און אפילו די אראבער האלטען דעם ארט פאר א מקום קדוש, און זיי רופן אן דעם ארט "קבר הצדיק".

אין ספר "מסעות ארץ ישראל" וואס איז געשריבן פון איינען אן א נאמען אין יאר רפ"ב שרייבט וועגן די מערה פון רשב"י אבער ער שרייבט אז דער "אילן החרובין " איז נישט דארט. קען זיין אז יענער איז פונקטליך געווען דארט אין דער צייט וואס דער בוים איז געווען ליידיג פון באקסער...

דער אור החיים הקדוש שרייבט אין א בריוו צו דער ועד "מדרש כנסת ישראל" אין איטאליע "תיכף רעשתי ועקרתי דירתי ממקום זה עכו, שהוא ספק ארץ ישראל, והלכנו כולנו לכפר פקיעין תוב"ב, שהוא ודאי ארץ ישראל כצפת וטבריה, ויש שם מערה שבה נטמן רשב"י ע"ה והחרוב שממנו היה מתפרנס וקדשנו עצמנו שם ולמדנו שם ב' חדשים סיון ותמוז בכל תנאי המדרש..." מי לנו גדול פון דער הייליגער אור החיים וואס שרייבט אליין אז דער בוים איז דער זעלבער בוים וואס רשב"י האט געניסן פון דעם.

אזוי אויך רבי יוסף סופר בעל "עדות ביהוסף" שרייבט אין שנת תקכ"ב "ושמו פקיעין, וכו' שם יש מערה נפלאה שהיה יושב שם רשב"י י"ג שנים ובנו ר' אלעזר כשברחו מפני הקיסר... ואצל המערה יש מעיין אחד של מים חיים וגם אילן של חרוב".

אויך אין ספר "אדמת קודש" שטייט "הר של כפר פקע, ושם עד היום הזה נמצא "מערתא דפקע" הנזכרת במדרש, שבה נחבאו רשב"י ובנו י"ג שנים, והיהודים יושבי הגליל, לכפר פקע קורין פקיעין".

אין יוסיפון [אין ספר מלחמות, ווערט אויך דערמאנט דער שטאט "כפר בקע" וואס איז די היינטיגע פקיעין.

מ'זאגט אז פון דעם חורבן בית שני האבן אידן כסדר געוואוינט אין פקיעין. ביז פאר נישט לאנג איז געשטארבען א פרוי וואס איז געווען איבער הונדערט יאר וואס זי איז געווען די לעצטע איד אין פקיעין וואס האבן געוואוינט צוישן די דארטיקע אראבער. היינט וואוינען שוין דארט עטליכע אידישע משפחות.

אין דער דארף איז דא אן אלטע שוהל וואס איז געבויט געווארן אין יאר תרל"ג, אבער ווען מ'האט איבער געבויט דעם שוהל פאר איבער 50 יאר צוריק, האט מען געטראפען אויף דעם ארט צוויי אלטע שטיינער, מיט בילדער אויסגעמאלען אויף זיי ווי מ'טרעפט אויף די אלטע שטיינער פון די אלטע שוהלן וואס זענען נאך געווען פון די צייט פון דעם חורבן. אויף איין שטיין אזי דא א צורה פון א מנורה און אויף די צווייטע איז דא א צורה פון א ארון הקודש. היינט ווען מ'באזוכט דעם אלטען שוהל קען מען זעהן די צוויי שטיינער וואס מ'האט צוריק אריינגעבויט אין דער וואנט פון דער שוהל. עס כאפט אן א ציטער ווען מ'זעהט די צוויי שטיינער, ווער ווייסט וועלכע הייליגע תנאים האבן פארגאסען טרערן ביים דאווענען אט ביי די צוויי אלטע שטיינער.

די אידן וואס האבן געוואוינט אין פקיעין נאך פון דער צייט פון דעם חורבן האבן די "ספרדים" אנגערופן מיט דעם נאמען "מסתערבים" ווי מיר זעהן ווי דער "מבי"ט מאכט א חילוק צווישן די ספרדים וואס זענען אנגעקומען קיין פקיעין וואס זענען אנטלאפן פון די מגיפות און די וואס האבן שוין געוואוינט דארט פון פריער.

אין שו"ת רבי בצלאל אשכנזי ווערט דערמאנט איינער מיט דעם נאמען "רבי אלעזר הכהן בוקעי" פון פקיעין. אינטרעסאנט אז דער רבי אלעזר איז געווען א כהן, ווייל די לעצטע משפחות וואס האבן געוואוינט אין פקיעין האבן זיך געהאלטען פאר כהנים מיוחסים.

אין יאר שס"ב ווייסן מיר אז דארט האבן געוואוינט עטליכע אידישע משפחות וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט פעלד ארבייט. ווי עס ווערט דערמאנט אין תשובות מהרימ"ט א זוהן פון דער מבי"ט.

אין דער נאכט פון ט' חשון תק"ך ווען אין צפת איז געעשהן דער גרויסער רעש און ערד ציטערניש וואס טויזנטע מענטשן זענען גע'הרגעט געווארן צווישן זיי אויך 114 אידן, און שפעטער אין די נאכט פון ו' כסליו איז געשעהן נאך א רעש וואס דעמאלט איז איינגעפאלען 6 בתי מדרשים [דאס איז נישט דער באוואוסטער רעש פון יאר תקצ"ז וואס האט חרוב געמאכט כמעט די גאנצע ישוב פון צפת] זענען די אידן פון צפת אנטלאפן פון דארט, א חלק זענען אנטלאפען קיין עכו און אנדערע קיין פקיעין. פון פקיעין האבן די צפת'ער אידן געשיקט שליחים צו די נאנטע לענדער פאר הילף. דער שליח נאמן איז געווען רבי משה נחמד, אין דער בריוו שטייט דארט "הע"ק צפת תובב"א הפך עליה בלהות והיתה לגלים ובתי כנסיות ובתי מדרשיות לארץ הגיעו... כמה חכמים פעה"ק פקיעין ת"ו סמוך לעה"ק צפת ת"ו" און זיי חתמ'ענען "פעה"ק פקיעין ת"ו בס' וזרעו יהיה מלא הגויים".

אפילו שפעטער זענען רוב פון די צפת'ער אידן צוריק קיין צפת, אבער א קליין חלק איז געבליבן אין פקיעין און דארט געבליבן וואוינען.

אין ספר אהבת ציון פון ר' שמחה בן יהושע מזאלאזיץ וואס איז געווען פון די ערשטע עליה פון די חסידים טוט שטארק משבח זיין דער דארף פקיעין און ער שרייבט דארט אין יאר תקכ"ה: "ובפקיעין יש שם חמשים בעלי בתים עובדי שדות וכרמים, ונקראים פלחין... ופקיעין מלאה כל טוב, ארץ לא תחסר כל בה, עינות מים יוצאים בבקעה ובהר, ויש שם אילן חרובין של הרשב"י, הוא זקן ואינו עושה פירות, והנכרים נוהגים בו קדושה, ואם נפשח ענף מן האילן אין לוקחים אותו לשום תשמיש אף לתבערה יקוד אש אין נהנין ממנו". אז דער בוים גוט נישט ארויס קיין פירות און די גויים האלטען דעם בוים פאר הייליג, און באנוצען זיך נישט מיט די אראפ געפאלענע צווייגן צום הייצען".

אין שנת תקל"ז ווען ס'איז געווען די עליה פון די חסידים בראשית הרה"ק רבי מנחם מענדל מוויטעבסק זי"ע און רבי אברהם הכהן מקאליסק זי"ע, האבן זיי געוואוינט אין צפת, און א חלק פון זיי אין פקיעין. רבי מענדיל האט געוואלט אז מ'זאל זיך באזעצען אין פקיעין, אבער נאר עטליכע יאר זענען די חסידים געווען דארט. רבי מענדיל האט געזאגט אז דער שטן האט זיך אויסגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט אז די חסידים זאלן נישט בלייבן אין פקיעין. קודם איז רבי מענדיל'ס זוהן געווען אין פקיעין וועגן געזונט, שפעטער איז רבי מענדיל אליין געקומען דארט, און איז אנטלאפען מיט די גאנצע עולם פלוצלונג ווייל דער שטן האט איהם געסטראשעט אז אויב ער וועט דארט בלייבן וועט ער אפ לאזען די גאנצע וועלט און וועט זיך נעמען נאר צו איהם. אין פרייטאג אינדערפריא האט ער זיך אויפגעהויבן מיט די גאנצע עולם פון חסידים און זענען אנטלאפען קיין טבריה. נאר איינער איז געבליבן איבער שבת, און ער איז תיכף נסתלק געווארן נאך שבת.

שפעטער אין יאר תקמ"ט האבן עטליכע אשכנזים פראבירט צו מאכען א ישוב אין פקיעין. אין שנת תקפ"ד איז געווען אין פקיעין ר' דוד דבית הלל איש ווילנא, און ער איז זייער שטארק משבח דעם ארט און שרייבט: "פקיעין שוכנת בעמק, יש בה שפי לימונים ותפוחי זהב מתוקים, וגם חלב חמאה, גבינה ודבש, הנשלחים לכל א"י וחוף הים התיכון... הלשון המדוברת היא ערבית... במקום זה נובעים מעינות הרבה, ובהם מים טובים, יושבות בה כעשרים משפחות יהודי ילידי הארץ, רוב בעלי צאן ועזים ולהם בית כנסת קטן". אז אין יאר תקמ"א האבן דארט געוואוינט נישט מער ווי 20 אידישע משפחות.

נאך דעם גרויסן רעש פון צפת אין יאר תקצ"ז האבן עטליכע אשכנזישע משפחות פראבירט זיך צו באזעצען אין פקיעין אבער קיין לאנגע צייט זענען זיי דארט נישט געבליבן. געוויסע מחלות איז דארט ארומגעגאנגען אויך א געוויסע חיה וואס האט מזיק געווען, האבן זיי געזעהן אז עס איז נישט דער רצון השם זיי זאלן דארט וואוינען זענען זיי אוועק פון דארט, און דארט זענען נאר געבליבן די ספרדישע משפחות בערך 60 מענטשן.

אין יאר תקע"ה איז געווען אין פקיעין א חשבון פון 300 אידן. אין דער יאר פון תקצ"ב איז געווען דארט 50 משפחות אידישע וואס האבן געארבעט אין די פעלדער. צוזאמען מיט זייער שכנים די אראבער און די דרוזים.

אין יאר תקצ"ח האט דער סיר משה מאנטיפיורי מיט זיין ווייב תומך געווען די מענטשן פון פקיעין וואס זענען געקומען לערנען קיין צפת. אין יאר תר"א האבן די מענטשן פון פקיעין געהאט פיהל חובות, האבן פיהל פון זיי פארקויפט זייערע פעלדער און ארויס פון דארט. אזוי איז גועוארן דער ישוב אין פקיעין אלץ ווייניגער און ווייניגער ביז נאר איין משפחה די "זינאטי" משפחה וואס זענען געווען כהנים ווי מיר האבן פריער דערמאנט איז געבליבן דארט ביז לעצטענס ווען די לעצטע פרוי פון די משפחה איז געשטארבען. היינט וועלן מיר טרעפען עטליכע אידישע משפחות וואס וואוינען דארט און לעבען זייער גוט מיט זייערע שכנים די אראבישע דרוזים.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:02 pm

דער באקסער בוים
צוגעלייגטע
b-3000-DSC00021 (Custom).JPG

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:07 pm

פתח מערת הרשב"י, עומדים - משמאל-אברהם נקיבלי, מימין-יהודי ממשפחת דהן.
צוגעלייגטע
scan0025 (Custom) (Custom).jpg
scan0025 (Custom) (Custom).jpg (28.11 KiB) געזעהן 3575 מאל

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:08 pm

בילד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג אפריל 24, 2009 12:10 pm

דער מערה בזמנינו
צוגעלייגטע
1_86689334 (Custom).jpg

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג מאי 20, 2011 11:36 am

דא איז די מקור פון די שמועס איבער די מערת פקיעין שבדרום אין דא איז א שמועס איבער דעם דא איז מער איבער די פלאץ
בילד
בילד

דאס קומט אויס נעבן מושב גםזו, אפשר איינע פון די היימישע אידן קענען ארויסהעלפען מער

בילד
דא אינטען ביי די מערת קבורה

אין א קלארע פי די עף

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג מאי 23, 2011 2:39 pm

זיידעניו האט געשריבן:ווען מ'געפונט זיך אין דער דארף. איז נישט דא קיין שילדן וואס ווייזן ווי אזוי אנצוקומען צו די מערה, אבער וועמען מ'פרעגט נאר, וועט גלייך ווייזן ווי אזוי מ'קומט דארט אן. מ'דארף קודם גיין אין עטליכע גאר שמאלע געסלעך, ארויף א בארג, נאך דעם נעמט זיך קריכן ארויף א בארג אויף גאר אלטע אויסגעהאקטע טרעפ פון שטיין אין דער בארג, ביז מ'קומט אן צום שפיץ בארג, וועט מען די ערשטע זאך זעהן גאר אן אלטע גרויסע בוים וואס אויף דעם וואקסט באקסער.

מען קען אויך אנקומען צו די מערה פון אויבן.
דאס הייסט אנשטאט ארויפקריכען דעם בארג פון די דארף ביז די מערה, קען מען אנקומען צו די מערה פון א כביש אויבן אויף די בארג, און מ'גייט אראפ בערך 20 פיס צו די מערה. (אבער צו די קוואל ברויך מען יא גיין פון אונטען).
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מיטוואך ינואר 25, 2012 5:45 pm

אויך פאר דעם קוואל קען מען גיין פון אויבען
אגב איינער האט אןגעפרעגט צו מקען עסען פון דעם בוים און טרינקען פון דעם קוואל אסור להנות ממעשה ניסים
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג ינואר 30, 2012 11:43 am

משה'עלע האט געשריבן:אויך פאר דעם קוואל קען מען גיין פון אויבען
אגב איינער האט אןגעפרעגט צו מקען עסען פון דעם בוים און טרינקען פון דעם קוואל אסור להנות ממעשה ניסים

מספרים על צדיקים שביקרו שם, ולקחו משם חרובים
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » מאנטאג ינואר 30, 2012 1:27 pm

נו וואס זאל איך טוען אבער א ביאור האט איר
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג ינואר 30, 2012 2:02 pm

ש'כח זיידי, א הערליכע ארטיקל, אזויפיל אינטרעסאנטע אינפארמאציע, א דאנק פארן ארויף ברענגען.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מאי 09, 2012 4:00 am

שויתי'ניק האט געשריבן:ש'כח זיידי, א הערליכע ארטיקל, אזויפיל אינטרעסאנטע אינפארמאציע.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך מאי 09, 2012 11:38 am

איך האב שוין געגעסן פון די באקסער בוים ס'זייער גוט געווען
yield the right of way

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מאי 20, 2019 7:19 am

Thanks

אביש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 02, 2018 12:26 am

תגובהדורך אביש » מאנטאג מאי 20, 2019 5:56 pm

דער נוסע פון שנת רפ"ב ווייסט מען שוין אז דאס געווען ר' משה בסולא ז"ל, אן איטאליענער מקובל
גראדע שרייבט ער אז די חרובים זענען שוין נישט דארט נאר די מעיין

אביש
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 02, 2018 12:26 am

תגובהדורך אביש » מאנטאג מאי 20, 2019 6:07 pm

נאדיר
http://beta.hebrewbooks.org/reader/read ... hlts=&ocr=%u05D7%u05E8%u05D5%u05D1%u05D9%u05DD


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט