רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 8:16 am

זעלנער באוואכן דער קעפיטעל סטעיט נעפיטאו, נאך וואס דער מאינמארישער מיליטער האט אראפגעווארפן אן סאנג סו טשי אין א מיליטערישער קאופ
20210201_081026.jpg
20210201_081026.jpg (69.86 KiB) געזעהן 815 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 8:24 am

פליגער טרעוול וועט מעגליך ווערן סוספענדירט ביז קומענדיגער מאי. דאס רעכנט אריין אויך דאמעסטישע פליגערס.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 8:28 am

בענק זענען געשלאסן צוליב די "אומסטאבילע סיסטעם און די שטייטע אינטערנעט קאנעקשען פון דער ערשטער אויף פאברואר ביז א קומענדיגער מעלדונג". דאס מיינט נישט קיין געלט = נישט קיין עסן לכאורה.
20210201_082510.jpg
20210201_082510.jpg (160.15 KiB) געזעהן 788 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 8:32 am

לאנגע שורות היינט אינדערפריה אין פארנט פון די בענק ארויסצונעמען געלט. זיי זענען אהיים מיט ליידיגע הענט.
20210201_082934~2.jpg
20210201_082934~2.jpg (109.07 KiB) געזעהן 777 מאל

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג פאברואר 01, 2021 9:26 am

נקדימון האט געשריבן:זעלנער באוואכן דער קעפיטעל סטעיט נעפיטאו, נאך וואס דער מאינמארישער מיליטער האט אראפגעווארפן אן סאנג סו טשי אין א מיליטערישער קאופ
20210201_081026.jpg

קוקט אויס אווי די מיליטער גלייכט ניש קיין "סו טשי" , זיי גלייכן נאר טעמפורא.........
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 10:43 am

געזונטהייט מיניסטער אין מאינמאר [געצוואונגען געווארן צו מעלדן אז ער] רעזיגנירט. ער שטיפט זיין אדמינעסטראציע צו ווייטער טון די ארבעט איבער קאוויד און די פראגרעס מיט די וואקסינען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג פאברואר 01, 2021 10:46 am

קען איינער אריינקומען מיט אביסל בעקגראונד אינפארמאציע איבער דאס לאנד און איר פאליטיק?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 01, 2021 10:59 am

ווער איז געלאפן קעגן דעם פרעזידענט? און אויב די מיליטערס שטעלונג איז אז ס'איז געגנב'ט געווארן פון אים נו פארוואזשע שטעלן זיי אים נישט אריין?

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:05 am

דער מיליטעריש געפירטער טיווי סטאנציע מייוואדי אנאנסירט 11 עפוינטעד יוניאן מיניסטארן;
1.Wanna Maung Lwin(Ministry of Foreign Affrs)
2.Deputy General Soe Htut(Ministry of Home Affrs)
3.General Myat Htun Oo(Ministry of Defence
4.Deputy General Htun Htun Naung (Ministry of Border Affrs)
5. U Win Shein (Mof Project, Finance & Industry)
6.U Aung Naing Oo (Mof Investment &Foreign Affrs)
7.U Ko Ko Naing (Mof Intl Cooperation)
8.U Chit Naing (Mof Information)
9 U Ko Ko (Mof Religion)
10.U Myint Kyine (M of Immigration)
11 Dr.Thant Khine Win (M of Health)
#myanmar

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:05 am

און די מדינה האט יאהרן לאנג שולט געווען דער מיליטער, פאר אפאר יאהר האבן זיי דאס איבערגעגעבן פאר 'דעמוקראטיש'ע' הענט צו פירן, זעהט זיך אויס אז זיי האבן חרטה געהאט, און זיי נעמען צוריק די שליטה אויף די מדינה אין זייער הענט.

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:08 am

פעיק ניוז האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט אביסל בעקגראונד אינפארמאציע איבער דאס לאנד און איר פאליטיק?

עס איז גאנץ סימפל עקטשולי...

עטליכע וואכן צוריק זענען פארגעקומען וואלן אין לאנד, די פירער וועלכע מען האט יעצט אומגעווארפן האט געווינען א מערהייט אינעם פארלימענט, און די פארטיי וועלכע איז געווען געשטיצט דורך די מיליטער האט שטארק פארלוירן (אפגעזען זייער פאפולערקייט; די מיליטער האט דארט א שטארקע מאכט, דאס לאנד איז געווען אונטער מיליטערישע הערשאפט פאר פופציג יאר, ביז 2015).

די מיליטער האט געשריגן אז עס איז געווען פראוד, און געזאגט אז זיי האבן געפינען מיליאנען פאלשע וואוטס און אויך אז אין געוויסע ערטער האבן מענטשן געוואוט צוויי מאל.

די עלעקשין קאמיסיע האט עס אויסגעפארשט און געזאגט אז עס איז נישט דא קיין באווייזן, ענד דע רעסט איז היסטערי.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:14 am

וויצע פרעזידענט און געוועזענער מיליטערישער גענעראל מאינט סוועי איז געווארן עקטינג פרעזידענט אין לאנד. סוועי ווערט געשטיצט דורך די מיליטער.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:17 am

יש ברירה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:קען איינער אריינקומען מיט אביסל בעקגראונד אינפארמאציע איבער דאס לאנד און איר פאליטיק?

עס איז גאנץ סימפל עקטשולי...

עטליכע וואכן צוריק זענען פארגעקומען וואלן אין לאנד, די פירער וועלכע מען האט יעצט אומגעווארפן האט געווינען א מערהייט אינעם פארלימענט, און די פארטיי וועלכע איז געווען געשטיצט דורך די מיליטער האט שטארק פארלוירן (אפגעזען זייער פאפולערקייט; די מיליטער האט דארט א שטארקע מאכט, דאס לאנד איז געווען אונטער מיליטערישע הערשאפט פאר פופציג יאר, ביז 2015).

די מיליטער האט געשריגן אז עס איז געווען פראוד, און געזאגט אז זיי האבן געפינען מיליאנען פאלשע וואוטס און אויך אז אין געוויסע ערטער האבן מענטשן געוואוט צוויי מאל.

די עלעקשין קאמיסיע האט עס אויסגעפארשט און געזאגט אז עס איז נישט דא קיין באווייזן, ענד דע רעסט איז היסטערי.

דאס איז בעקגראונד פון די לעצטע וואכן. איך דארף א גרעסערע בילד:

פון וואס פאר א סטייל פירערשאפט איז באשטאנען דעם פירער'ס הנהגה?
איז דארט דא יושר'דיג וואלן היסטאריש גערעדט?
ווי פאפולער איז דער פירער געווען?


איך מיין אז דו האסט פארשטאנען אז דאס איז מיין פראגע...
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:17 am

נקדימון האט געשריבן:וויצע פרעזידענט און געוועזענער מיליטערישער גענעראל מאינט סוועי איז געווארן עקטינג פרעזידענט אין לאנד. סוועי ווערט געשטיצט דורך די מיליטער.

ווער איז געווען דער מיליטער געשטיצטער קאנדידאט?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:23 am

אלאמירענדע באריכטן איבער וואקסענדע מיליטערישע אנוועזענהייט אין רעזידענטשעל געגענטער אין (געוועזענער הויפט שטאט) יאנגאן בשעת א קורפיו גייט אריין אין קראפט.

42 אפישעלס און געזעצגעבער + 16 ציווילע אקטעוויסטן זענען געווארן ארעסטירט זינט צופריה.

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג פאברואר 01, 2021 11:57 am

Military chief Min Aung Hlaing is now in power
צוגעלייגטע
_116748161_hi065462994.jpg
_116748161_hi065462994.jpg (74.71 KiB) געזעהן 447 מאל
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:07 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
פון וואס פאר א סטייל פירערשאפט איז באשטאנען דעם פירער'ס הנהגה?
איז דארט דא יושר'דיג וואלן היסטאריש גערעדט?
ווי פאפולער איז דער פירער געווען?


איך מיין אז דו האסט פארשטאנען אז דאס איז מיין פראגע...

איך האב גראדע נישט...

עס איז שווער צו רעדן היסטאריש ווען דעמאקראטיע אין דעם לאנד איז אזוי יונג. די מיליטער האט פארכאפט די מאכט אומגעפער 1960. זיי האבן געהאלטן די ערשטע עלעקשאנס אין יאר 1990. אונג סאן סו-דזשי (טאכטער פון די אזויגערופענע ערפינדער פון מיאנמאר) האט געפירט א קאמפיין אין לאנד פאר דעמאקראטיע און האט געווינען א שטארקע מערהייט אין יענע עלעקשאנס, אבער די מיליטער האט זיך אנטזאגט פון איבערגעבן די מאכט נאר אנשטאט איר געלאזט אונטער הויז ארעסט וואו זי איז געשטעלט געווארן מיט א יאר פריער.

אונטער הויז ארעסט האט זי פארגעזעצט צו רופן פאר דעמאקראטיע, און געמוטיגט פרידליכע פראטעסטן קעגן די מיליטערישע פירער.

אין יאר 1995 איז זי געווארן ארויסגעלאזט פון הויז ארעסט, אבער די מיליטער האט ווייטער באגרעניצט און נישט געלאזט פארלאזן די הויפטשטאט. אין 2000 האט זי געמאלדן אז זי וועט פארלאזן די שטאט אין קעגנזאץ צו די מיליטערישע פארבאט, אבער זי איז ווידער געשטעלט געווארן אונטער הויז ארעסט ביים פרובירן אויספירן איר צוזאג.

אין 2002 איז די מצב געווארן בעסער, די הערשאפט האט אנגעהויבן געשפרעכן מיט איר און געלאזט ארומגיין אין לאנד. איין יאר שפעטער איז איר מאטארקאדע אטאקירט געווארן דורך רעגירונג שטיצער (דאס איז שוין געווען די צווייטע מאל, אין 1996 האט עס אויך פאסירט) און נאכפאלגנדיג דעם אינצידענט איז זי ווידער געשטעלט געווארן אונטער הויז ארעסט. זי איז פארבליבן אונטער הויז ארעסט ביז יאר 2010 ווען זי איז ענדליך באפרייט געווארן און אנטפאנגען געווארן דורך מאסן שטיצער.

אין יאר 2008 האט די מיליטער געמאכט א נייע קאנסטיטוציע אין וועלכע זיי האבן זיך פארזיכערט צו פארבלייבן א שטארקע מאכט אין לאנד... די קאנסטיטוציע זאגט אז די מיליטער באקומט אויטאמאטיש 25% פון די זיצן אין די פארלאמענט, און צו טוישן די קאנסטיטוציע דארף עס ווערן אפרואווד אין פארלאמענט מיט מער פון 75% פון די שטימען...

אין יאר 2012 זענען אפגעהאלטן געווארן פארלאמענטארע וואלן אין לאנד, און די פארטיי פון סו-דזשי, די NLD, האט געווינען גאר שטארק. זי איז דאן ערוועלט געווארן אלץ די פירער פון די אפאזיציע פארטיי.

אין יאר 2015 איז זי געלאפן פאר די ערשטע אלגעמיינע וואלן וועלכע זענען געווארן אפגעהאלטן אין לאנד זינט 1990. סו-דזשי האט געווינען מיט א שטארקע מערהייט, און געווארן די דע-פאקטא פירער אין לאנד. הגם טעכניש איז זי נישט געווען פרעזידענט ווייל די קאנסטיטוציע שרייבט אז איינער וואס האט א אויסלענדישע מאן/ווייב/קינד קען נישט ווערן פרעזידענט.

איינמאל אין אמט איז איר פאפולערקייט איבער די וועלט געפאלן צוליב וואס זי האט פארמאכט די אויגן קעגן די עטנישע גוואלדטאטן פון די מיליטער קעגן ראהינדזשא איינוואוינער, אבער אין לאנד איז זי פארבליבן אויסטערליש פאפולער.

יש ברירה האט געשריבן:
עטליכע וואכן צוריק זענען פארגעקומען וואלן אין לאנד, די פירער וועלכע מען האט יעצט אומגעווארפן האט געווינען א מערהייט אינעם פארלאמענט, און די פארטיי וועלכע איז געווען געשטיצט דורך די מיליטער האט שטארק פארלוירן (אפגעזען זייער פאפולערקייט; די מיליטער האט דארט א שטארקע מאכט, דאס לאנד איז געווען אונטער מיליטערישע הערשאפט פאר פופציג יאר, ביז 2015).

די מיליטער האט געשריגן אז עס איז געווען פראוד, און געזאגט אז זיי האבן געפינען מיליאנען פאלשע וואוטס און אויך אז אין געוויסע ערטער האבן מענטשן געוואוט צוויי מאל.

די עלעקשאן קאמיסיע האט עס אויסגעפארשט און געזאגט אז עס איז נישט דא קיין באווייזן, ענד דע רעסט איז היסטערי.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:14 pm

באמת א שכח יש. שטימט שוין.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:18 pm

סאן סו טשי איז געווען דער סטעיט קאנצלערין. זי איז געווען דער דע-פאקטא פירער אין לאנד, דאס איז ענליך צו דער פרעימיער מיניסטער פאזיציע.

דער פרעזידענט ווין מיינעט איז אויך געווארן ארעסטירט צוזאמען מיט סאן סו טשי.

סאן סו טשי איז דער ערשטער פירער אין מאינמאר צו פירן א דעמאקראטיש געשטימטער רעגירונג נאך לאנגע צענדליגע יארן פון געשלעגערייען און מיליטעריש געפירטע רעגירונגען. סו טשי איז אריינגעוועלט געווארן אין 2015 מיט א לענדסלייד.

אין נאוועמבער 8 איז פארגעקומען פרישע וואלן. די צווייטע מאל עס איז דא פרייע וואלן אין מאינמאר. עס האבן זיך פארמאסטן איבער 100 פאליטישע פארטייען צו באקומען די מערהייט זיצן אין די אויבערשטע און אינטערשטע פארלימענט הייזער. ווי ערווארטעט האט דער גאר פאפולערער פירער סו טשי געוואונען די וואלן. איר געוואונס איז אבער נישט געווען אזוי שטארק ווי פאריגער מאל אין 2015.

סאן סו טשי'ס גלאנץ איז היפש אפגעווייכט געווארן נאך וואס זי האט געשיצט אויף די ברוטאלער באהאנדלונגען פון די מיליטער אקעגן די מוסלעמענישע ראהינגא מינאריטעט גרופע. די ווילדע אטאקעס פון די מיליטער קעגן די מוסלעמענישע גרופע צוריק אין 2017 ווערט באצייכנט לויט פולע ווי א דזשענעסייד. דאס האט היפש פארשווארצט די פנים פון די געוועזענער נאבעל שלום פרייז און יומען ריייטס אקטעוויסטקע.

ווי עס קוקט אויס האט די מיליטער באשלאסן אז זייער מאכט אין די רעגירונג איז נישט גענוג (די מיליטער האט אן אלל-טיים מינימום 25 פראצענט מאכט אין די פארלימענט. גענוג צו קענען בלאקירן יעדער קאנסטיטוציאנאלער טויש) די מיליטער טענה'ט אז עס זענען פארגעקומען פעלשערייען אין די וואלן.

די רעשט האלט זיך נאך אינמיטן דעוועלאפן.

---
יש האקט מיט א שיינע תגובה. שכח!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:34 pm

א דאנק @יש און @נקדימון, ס'איז געשמאק מיטצוהאלטן אנטוויקלונגען אין א געשעהניש וואס אפעקטירט אונז נישט עכט מיטן אייבירשטנס הילף
פארשפרייט דעם מעסעדזש, עס קען ראטעווען לעבנ'ס פון אידישע מאמעס, ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:36 pm

ווי עס קוקט אויס וויל דער מיליטער שיקן א מעסעדזש פאר די בירגער אין מאינמאר אז זיי זענען נאכאלץ די פירער אין לאנד. עס איז נישט קלאר וויאזוי די מאינמאר בירגער וועלן רעאגירן צו די מיליטערישע מאכט פארכאפונג.

אין די פארגאנגענהייט פלעגן זיי רעאגירן א פאטש פאר א פאטש. עפעס וואס פלעגט פירן צו בלוטיגע געשלעגן, הונדערטע טויטע און טויזענטער פארוואונדעטע. עס זעהט אויס זיי זענען שוין מיד דערפון.

לויט די ביסל נייעס וואס קומט ארויס פון מאינמאר איז אדערווייל גאנץ רואיג אין יאנגאן און אין די אנדערע שטעט. דער עולם פרובירט צו זיין מער אינדערהיים ווי אויפן גאס. זיי האנדלען זיך איין וויכטיגע לעבנס פראדוקטן און פרובירן צו ארויסנעמען אביסל גרינס פון די בענק.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:41 pm

פריש: פרעזידענט ביידען זאגט זיי ריוויוען מעגליכע סאנקציעס אויף מאינמאר.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:44 pm

אמעריקא און איר אליאירטע וועלן האלטן אקאונטעבל די שולדיגע אין די מיליטערישע קאופ אין מאינמאר. זאגט פרעזידענט ביידען.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5793
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 12:57 pm

סטעיטמענט פון די מיליטער אין מאינמאר
20210201_125611.jpg
20210201_125611.jpg (110.74 KiB) געזעהן 1022 מאל

Jhon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך Jhon » מאנטאג פאברואר 01, 2021 1:07 pm

נקדימון האט געשריבן:דער מיליטעריש געפירטער טיווי סטאנציע מייוואדי אנאנסירט 11 עפוינטעד יוניאן מיניסטארן;
1.Wanna Maung Lwin(Ministry of Foreign Affrs)
2.Deputy General Soe Htut(Ministry of Home Affrs)
3.General Myat Htun Oo(Ministry of Defence
4.Deputy General Htun Htun Naung (Ministry of Border Affrs)
5. U Win Shein (Mof Project, Finance & Industry)
6.U Aung Naing Oo (Mof Investment &Foreign Affrs)
7.U Ko Ko Naing (Mof Intl Cooperation)
8.U Chit Naing (Mof Information)
9 U Ko Ko (Mof Religion)
10.U Myint Kyine (M of Immigration)
11 Dr.Thant Khine Win (M of Health)
#myanmar

זעה איך גוט
יו קו קו, פאר רעליגיע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, מרדכי ש און 36 געסט