געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך פאברואר 17, 2021 1:44 pm

שטארקע פרוסטראציע ביי די נעווער טראמפער'ס, נאך וואס טראמפ האט נאך מער ווייניגער קאנטראל אויף א גרויס חלק פון די רעפובליקאנער פארטיי

די סאמע נאנטסטע מענטשן צו פרעזידענט טראמפ, די דזשעינס וואס האבן ערמעגליכט די טראמפ געווינסן, ווערן געזעען אין פלארידע, ווי זיי קאנפערירן מיט טראמפ'ן אויף די ווייטערדיגע שריט

סענעטאר מיטש מעקאנאל וואס האט ארויסגעטרעטן קעגן טראמפ, איז געווארן אראפגעריסן דורך דעם מאכטפולן רעפבוליקאנער סענעטאר לינדזי גרעהם, ווייטער א אנדייטונג ווי די שאך שטיקלעך רוקן זיך

פרעזידענט טראמפ האט שארף אראפגעריסן מיטש מעקאנאל, נאך וואס דער לעצטער האט געטון דאס זעלבע צו טראמפ'ן.

טראמפ ווייזט אן אז ער האט ערעמעגליכט שטוינענדע געווינסן פאר רעפובליקאנער איבערן לאנד. אין די סטעיטס און פעדעראלע פארמעסטן

עס ווערט אנגעוויזן אז די מעקאנאל געשטיצטע קאנדידאטן האבן שוואך אנגעצויגן, און פארלוירן.

מאך אמעריקא נאכאמאל גרויס.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3751
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך abeg » מיטוואך פאברואר 17, 2021 4:02 pm

FOX News Sean Hannity to Interview Former President Donald Trump Tonight

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:11 pm

פרעזידענט טראמפ: צי פרי צו זאגן אויב איך וואלט נאכאמאל געלאפן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:12 pm

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וואלט זיך נישט געוואלט צוריקקערן צו טוויטער נאך וואס זיי האבן אים גע'רודפ'ט
ער זאגט אז עס איז איצט לאנגווייליג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:13 pm

ער היפט איבער א געלעגנהייט אריינצורייסן אין קאומא זאגנדיג אז ער איז זיך אסאך דורכגעקומען מיט אים און באמערקט אז דעמאקראטן קריטיקירן איצט זייער גאווערנאר

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 17, 2021 10:14 pm

פענס וועט אט ערשיינען אויף פאקס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:31 pm

באריכטן אז פרוי העילי האט נעכטן פרובירט צו ארנזשירן א זיצונג מיט מר. טראמפ.

קוועלער גיבן אן אז טראמפ האט זיך אנטזאגט דערפון צוליב אירע קאמענטארן איבער די קעפיטאל אומרוען.

אין די נאכפאלגענדע וואכן טוט העילי יא פרובירן צו פארטיידיגן דעם געוועזענעם פרעזידענט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 6:35 pm

קאנגרעסמאן סטיוו סקאליס געווען פריער אין וואך פלארידא צו אויפטרייבן געלטער.

צווישן אנדערע איז ער געווען אין מאר-א-לאגאו, וואו ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 20, 2021 4:36 pm

פרעזידענט טראמפ איז ערווארטערט צו רעדן ביי די קאנסערוואיווע סיפע"ק קאנפרענס שפעטער אין די מאנאט - זיין ערשטע עפענטליכע אויפטריט זינט ער האט פארלאזט דעם ווייסן הויז.

טראמפ וועט ארומרעדן איבער די צוקונפט פון די רעפובליקאנע פארטיי אין אלגעמיין -און ספעציפיש די קאנסערוואטיווע באוועגונג- אויך איז ערווארטערט אז ער וועט ארונטעררייסן די גרעניץ און אימיגראציע פאליסיס פון זיין נאכפאלגער.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:06 am

פרעזידענט טראמפ וועט גיבן א רעדע די וואך ביי די יערליכע קאנסערוואטיווע פעק קאנווענשאן
אויך וועט מען הערן פון א רייע געוועזענע טראמפ ווייסע הויז געהילפן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:07 am

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ וועט גיבן א רעדע די וואך ביי די יערליכע קאנסערוואטיווע פעק קאנווענשאן
אויך וועט מען הערן פון א רייע געוועזענע טראמפ ווייסע הויז געהילפן

די רעדע ליסטע נעמט נישט אריין א רעדע פון מייק פענס וועלכע האט סייווי אפגעזאגט אן איינלאדענונג אהין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 10:09 am

פרעזידענט טראמפ גרייט זיך אין קורצן אנצוהויבן צו טרעפן מיט א רייע רעפובליקאנע קאנדידאטן אין מאר-א-לאגא אדורכצוזיפן וועם ער וועט אינדארסירן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:14 am

סטיוו מענוטשין פלאנט אויפצושטעלן אן אינוועסטירונג פאנד און ערווארט צו באקומען שטיצע פון גרויסע אקאונטס אין די גאלף לענדער

גיי פארשטיי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג פאברואר 23, 2021 6:23 pm

גאפל האט געשריבן:צענדליגע רעפובליקאנער שישקעס - צווישן זיין הויכראנגיקע באאמטע אין די צייטן פון בוש - ווארענען אז זיי וועלן זיך אפלאזן פונעם רעפובליקאנער פארטיי, אויב וועט זיך די פארטיי נישט אפשאקלען פון געוועזענעם פרעדיזענט דאנעלד טראמפ.

▫️אידישער ווינקל▫️

רוב פון די סארט רעפובליקאנער וואוטערס האבן שיון לאנג אגעלאזט די פארטיי אבער די עליטע לאזן עס אפ צוביסלעך סא נאך אפאר הונדערעט וואוטערס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש פאברואר 27, 2021 5:38 pm

פרעזידענט טראמפ באשטימט קאורי לעוואנדאוסקי אלס אנפירער פון א פרישע אומבאגרינדעטע סופער פעק.

זשעיסאן מיללער -ווארטזאגער פאר'ן געווזענעם פרעזידענט- זאגט אז אן אפיציעלע מעלדונג מיט מער דעטאלן דערוועגן איז ערווארטעט אין די קומענדיגע וואכן.

צווישן אנדערע, זענען ביל סטעפיען -טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין מענעזשער- און זשאסטין קלארק -דעפיוטי קאמפיין מענעזשער- געווארן אויפגענומען אויף צו אדורכזיפן די קאנדידאטן וואס זוכן צו באקומען די הסכמה פונעם רבי'ן ביים לויפן פאר אפיס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג פאברואר 28, 2021 1:48 pm

פרעזידענט טראמפ אויסגעקליבן קארי לואנדאוסקי אנצופירן מיט זיין סופערפעק וועלכע גייט אט ווערן אוועקגעשטעלט

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: געוועזענע פרעזידענטן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג פאברואר 28, 2021 10:21 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ אויסגעקליבן קארי לואנדאוסקי אנצופירן מיט זיין סופערפעק וועלכע גייט אט ווערן אוועקגעשטעלט

איך האלט אז טראמפ דארף נעמען לואנדאוסקי פאר זיין ספעשעל ענוואוי פאר קאנגרעס ער פארשטייט זיך גוט מיט זיי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”