בלאט 41 פון 41

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: זונטאג פאברואר 21, 2021 8:25 pm
דורך גיי פארשטיי
מסתמא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:אין די פיסטריט פון פלארידע האט די גאווערנער פון טעקסעס האט געמאלדן זינטאג אז ער ארבעט מיט די טעקסעס לעזשיסלעיטרס אויף א בילל צו פריווענטן ביג טעק קאמפעניס צו צענזורירן פרי ספיעטש,

אין אנדערע ווערטער, צונעמען זײערע פרי ספיעטש רעכטן.

וואס וואלסטו געזאגט ווען גאווערנאר קארטעז וויל פארבאטן אייוועלט פון צענזורירן אפיקורסות?

זיי רעדן פון פאליטישע צענזור, נישט פון רעליגיעזע

יחי ההבדל

ביידע זענען נישט גוט. די גאווערמענט טאר נישט סאלוון די סארט פראבלעמען.

נאר ווער דען? און וויאזוי דען?

אמת מדארף מורא האבן פון די גאווענמענט, אבער יעצט זענען די אליגארכן פון סיליקאן-וועלי די גרעסטע סכנה, בסך הכל צווינגט מען זיי אראפצינעמען די צענזור
וואו קען עס גיין ווראנג?
-------
די פלארידע געזעץ זאגט אז דאס צענזורירן ווערט אנגעקוקט ווי א פאליטישע קאנטריביושן צום קעגענער

בנוגעה דעם שטראף פארן אויסשפארן א קאנדידאט/פאליטיקאנט דארף איך נאך געהעריג פארשטיין די הגדרה דערפון

האסטו שוין אמאל געהערט פון equal employment opportunity, equal housing opportunity, equal lending opportunity וכו' אין אמעריקע זענען דא צענדליגע געזעצן אז "פריוואטע פירמעס זאלן נישט קענען דיסקרימינירען אקענען מינאריטעטן וכו', אפי' בטעות, איך מיין עס איז שוין צייט פאר אזעלעכע געזעצן קעגן פאליטיקל אפאונענטס.

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:19 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פארלער האט פריער אין וואך געמאלדן פאר'ן געריכט אז זיי ציען צוריק זייער פעדעראלע קלאגע קעגן עמעזאן נאכ'ן ווערן אראפגעווארפן פון די עמעזאן וועב האוסטינג, און געבעטן אז די קעיס זאל ווערן ארויסגעווארפן.

אין די זעלבע צייט, האט די פירמע אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין וואשינגטאן סטעיט געריכט קעגן עמעזאן.

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:21 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אין אנדערע נייעס, זאגט היינט די סי.אי.או. פון יו.טוב אז טראמפ'ס אקאונט וועט ווערן צוריק געעפענט ווען "מיר וועלן איינזעהן אז די ריזיקע פאר ווייאלענס איז גענוג נידעריג".

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:30 pm
דורך כל טוב
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארלער האט פריער אין וואך געמאלדן פאר'ן געריכט אז זיי ציען צוריק זייער פעדעראלע קלאגע קעגן עמעזאן נאכ'ן ווערן אראפגעווארפן פון די עמעזאן וועב האוסטינג, און געבעטן אז די קעיס זאל ווערן ארויסגעווארפן.

אין די זעלבע צייט, האט די פירמע אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין וואשינגטאן סטעיט געריכט קעגן עמעזאן.

וואס איז פשט פון דעם?

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג מארטש 05, 2021 8:22 am
דורך ר' זעקל
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, זאגט היינט די סי.אי.או. פון יו.טוב אז טראמפ'ס אקאונט וועט ווערן צוריק געעפענט ווען "מיר וועלן איינזעהן אז די ריזיקע פאר ווייאלענס איז גענוג נידעריג".

אויב זיי וועלן זעהן אז ער לויפט שוין נישט נאכאמאל פאר פרעזידענט, וואס דעמאלטס איז ער מער נישט קיין סכנה פאר זיי (ליין דעמאקראטען).

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג מארטש 05, 2021 11:46 am
דורך כל טוב
איך פרעג פשט פון פארלער'ס ארויסגיין פון קארט און צוריק אריינגיין אין וואשינגטאן סטעיט.
אפשר האלטן זיי אז דארט האבן זיי מער טשענסעס צו געווינען?
קען מען אזוי טוהן געהעריג לעגאַל? ארויס דו און אריין דארט?

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: מוצ"ש מארטש 06, 2021 1:16 pm
דורך שטאפיק
כל טוב האט געשריבן:איך פרעג פשט פון פארלער'ס ארויסגיין פון קארט און צוריק אריינגיין אין וואשינגטאן סטעיט.
אפשר האלטן זיי אז דארט האבן זיי מער טשענסעס צו געווינען?
קען מען אזוי טוהן געהעריג לעגאַל? ארויס דו און אריין דארט?


פארוואס נישט? נאך א פסק איז אביסל שווערער, מ'דארף איינרעדען א העכערע געריכט צו הערען א אפיעל.

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: מוצ"ש מארטש 06, 2021 6:28 pm
דורך משה בן יעקב
סאיז העכסט צייט אז די רויטע סטעייטס זאלען אדארך פירען געזעצען צי באשיצען פרי ספיטש פין פאליטישע געגנער....

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: מוצ"ש מארטש 06, 2021 8:46 pm
דורך דממה דקה
משה בן יעקב האט געשריבן:סאיז העכסט צייט אז די רויטע סטעייטס זאלען אדארך פירען געזעצען צי באשיצען פרי ספיטש פין פאליטישע געגנער....

די רויטע סטעיטס האבן א פראבלעם דערמיט, זיי ווילן נישט אראפשטעלן אז עס איז דא דיסקרימינאציע אויף פאליטישע נייגונגען, ווייל זיי טוהן דאס שטענדיג...

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: מוצ"ש מארטש 06, 2021 9:10 pm
דורך גיכער
דממה דקה האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:סאיז העכסט צייט אז די רויטע סטעייטס זאלען אדארך פירען געזעצען צי באשיצען פרי ספיטש פין פאליטישע געגנער....

די רויטע סטעיטס האבן א פראבלעם דערמיט, זיי ווילן נישט אראפשטעלן אז עס איז דא דיסקרימינאציע אויף פאליטישע נייגונגען, ווייל זיי טוהן דאס שטענדיג...


טעקסעס זעהט אויס גייט זיין דער ערשטער מיט א געזעץ דערקעגן

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2021 1:15 pm
דורך גיי פארשטיי
דממה דקה האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:סאיז העכסט צייט אז די רויטע סטעייטס זאלען אדארך פירען געזעצען צי באשיצען פרי ספיטש פין פאליטישע געגנער....

די רויטע סטעיטס האבן א פראבלעם דערמיט, זיי ווילן נישט אראפשטעלן אז עס איז דא דיסקרימינאציע אויף פאליטישע נייגונגען, ווייל זיי טוהן דאס שטענדיג...

דוגמאות, ביטע!

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: זונטאג מארטש 07, 2021 1:39 pm
דורך ר' זעקל
משה בן יעקב האט געשריבן:סאיז העכסט צייט אז די רויטע סטעייטס זאלען אדארך פירען געזעצען צי באשיצען פרי ספיטש פין פאליטישע געגנער....

ר' זעקל האט געשריבן:פלארידא גאווערנער ראן דיסענטעס לייגט פאר א געזעץ וואס וועט באשטראפן טעק קאמפאניס וואס דיפלעטפארמען פאליטיקעל קענדידעטס.
ראן דיסענטעס

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2021 12:45 pm
דורך Thank you
3871.png
3871.png (44.18 KiB) געזעהן 1113 מאל

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2021 1:18 pm
דורך שאשא
ווי אזוי וועט עס הייסן ?

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2021 7:17 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פּארלער סי.אי.או. זשאן מעיטץ זאגט אז ער איז געווארן אפגעזאגט פון פאזיציע דורכאויס א באורד אפשטימונג פארלאפענע פרייטאג.

מעיטץ אריינגעגעבן א לאוסוט קעגן פארלער פארן איהם אפזאגן פון אמט אומבארעכטיגטערהייט און צורויבן זיין 40% בעלות אין די פירמע.

מעיטץ פארלאנגט מיליאנען דאללער אין פארגיטיגונג געלטער.

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג אפריל 09, 2021 12:16 pm
דורך פעיק ניוז
די טוויטער קאמפּאני האט געזאגט אז זי וועט נישט ערלויבן די נאציאנאלע ארכיוון אגענטור צו שאפן א ספּעציעלע פּרעזערווירטע ווערסיע פון פּרעזידענט טראמפּ'ס פּערזענליכע טוויטער אקאונט וועלכע איז שוין עטליכע חדשים פארבאטן און בלאקירט.

די נאציאנאלע ארכיוון אגענטור וויל האבן צוטריט צו די אקאונט צו קענען אריינשטעלן טראמפּ'ס מעסעדזשעס אלס טייל פון דעם אפיציעלן ארכיוו.


דעילי איד

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג אפריל 09, 2021 1:16 pm
דורך יש בו
זאג זיי אז זיי קענען באקומען אלעס אויף GAB, אויך די פארמעקטע

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג אפריל 09, 2021 1:32 pm
דורך Gevald Geshrigen
עס איז א מחלוקת צווישן טוויטער און די נאציאנאלע ארכיוון אויב א טוויט פון טראמפ אונטער זיין פערזענליכע נאמען הייסט א עמטליכער חלק פונעם פרעזידענטליכער רעקארד
א יעדע אימעיל וואס איז געקומען פון דאנעלדטראמפ @ ווייטהאוז.גאוו ווערט אויך דארט אריינעשטעלט אויב עס איז נישט קלאסיפיצירט און אזוי אויך דעם אוקריינער פאון קאלל
אן אימעל פון דאנעלד @ טראמפ.ארג אדער דאנעלדטראמפייטער@דזשימעיל ווערט נישט דארט אריינגעשטעלט

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג אפריל 09, 2021 1:47 pm
דורך פעיק ניוז
פארשטייסטעמער? טוויטער איז מיר א זאך דא. א גאנצער מאן דאמר געווארן! סענייעס...

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

געשריבן: פרייטאג אפריל 09, 2021 3:51 pm
דורך זעהער
למעשה איז טוויטער לכאורה גערעכט ווייל טויס פון די פ4עזידענט איז אזוי ווי די קאמפיין אימעלס וואס מ’לייגט נישט אוועק אין די ארכיוון