נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

תגובהדורך גיי פארשטיי » זונטאג פאברואר 21, 2021 8:25 pm

מסתמא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:אין די פיסטריט פון פלארידע האט די גאווערנער פון טעקסעס האט געמאלדן זינטאג אז ער ארבעט מיט די טעקסעס לעזשיסלעיטרס אויף א בילל צו פריווענטן ביג טעק קאמפעניס צו צענזורירן פרי ספיעטש,

אין אנדערע ווערטער, צונעמען זײערע פרי ספיעטש רעכטן.

וואס וואלסטו געזאגט ווען גאווערנאר קארטעז וויל פארבאטן אייוועלט פון צענזורירן אפיקורסות?

זיי רעדן פון פאליטישע צענזור, נישט פון רעליגיעזע

יחי ההבדל

ביידע זענען נישט גוט. די גאווערמענט טאר נישט סאלוון די סארט פראבלעמען.

נאר ווער דען? און וויאזוי דען?

אמת מדארף מורא האבן פון די גאווענמענט, אבער יעצט זענען די אליגארכן פון סיליקאן-וועלי די גרעסטע סכנה, בסך הכל צווינגט מען זיי אראפצינעמען די צענזור
וואו קען עס גיין ווראנג?
-------
די פלארידע געזעץ זאגט אז דאס צענזורירן ווערט אנגעקוקט ווי א פאליטישע קאנטריביושן צום קעגענער

בנוגעה דעם שטראף פארן אויסשפארן א קאנדידאט/פאליטיקאנט דארף איך נאך געהעריג פארשטיין די הגדרה דערפון

האסטו שוין אמאל געהערט פון equal employment opportunity, equal housing opportunity, equal lending opportunity וכו' אין אמעריקע זענען דא צענדליגע געזעצן אז "פריוואטע פירמעס זאלן נישט קענען דיסקרימינירען אקענען מינאריטעטן וכו', אפי' בטעות, איך מיין עס איז שוין צייט פאר אזעלעכע געזעצן קעגן פאליטיקל אפאונענטס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:19 pm

פארלער האט פריער אין וואך געמאלדן פאר'ן געריכט אז זיי ציען צוריק זייער פעדעראלע קלאגע קעגן עמעזאן נאכ'ן ווערן אראפגעווארפן פון די עמעזאן וועב האוסטינג, און געבעטן אז די קעיס זאל ווערן ארויסגעווארפן.

אין די זעלבע צייט, האט די פירמע אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין וואשינגטאן סטעיט געריכט קעגן עמעזאן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:21 pm

אין אנדערע נייעס, זאגט היינט די סי.אי.או. פון יו.טוב אז טראמפ'ס אקאונט וועט ווערן צוריק געעפענט ווען "מיר וועלן איינזעהן אז די ריזיקע פאר ווייאלענס איז גענוג נידעריג".

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג מארטש 04, 2021 3:30 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פארלער האט פריער אין וואך געמאלדן פאר'ן געריכט אז זיי ציען צוריק זייער פעדעראלע קלאגע קעגן עמעזאן נאכ'ן ווערן אראפגעווארפן פון די עמעזאן וועב האוסטינג, און געבעטן אז די קעיס זאל ווערן ארויסגעווארפן.

אין די זעלבע צייט, האט די פירמע אריינגעגעבן א פרישע קלאגע אין וואשינגטאן סטעיט געריכט קעגן עמעזאן.

וואס איז פשט פון דעם?

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג מארטש 05, 2021 8:22 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, זאגט היינט די סי.אי.או. פון יו.טוב אז טראמפ'ס אקאונט וועט ווערן צוריק געעפענט ווען "מיר וועלן איינזעהן אז די ריזיקע פאר ווייאלענס איז גענוג נידעריג".

אויב זיי וועלן זעהן אז ער לויפט שוין נישט נאכאמאל פאר פרעזידענט, וואס דעמאלטס איז ער מער נישט קיין סכנה פאר זיי (ליין דעמאקראטען).
לעצט פאראכטן דורך ר' זעקל אום פרייטאג מארטש 05, 2021 12:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג מארטש 05, 2021 11:46 am

איך פרעג פשט פון פארלער'ס ארויסגיין פון קארט און צוריק אריינגיין אין וואשינגטאן סטעיט.
אפשר האלטן זיי אז דארט האבן זיי מער טשענסעס צו געווינען?
קען מען אזוי טוהן געהעריג לעגאַל? ארויס דו און אריין דארט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 2 געסט