ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לבלר
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך לבלר » דינסטאג פאברואר 09, 2021 5:13 pm

בר דעת האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:מיינט דאס אז די היימישע עסקנים גייען עם אינדארסן?


מעגליך, אבער איך בין משער אז די עסקנים וועלן עס ענדערש נוצן אויף צו לייגן פרעשור אויף די אנדערע קאנדידאטן אז זיי זאלן אויך ארויסקומען מיט ענליכע סטעיטמענטס.

דער וואס אנדארסירט דע בלאזיא וועט לכאורה אים אויך אינדארסן
אבער דע ר וואס אינדארסירט ביל טאמפסאן וועט - לויט ווי איך קען - אינדארסן עריק עדעמס אדער זיין חבר.
ווילסטו איך זאל וויסן אז דו האסט מיך געענטפערט?
ציטיר מיך אין דיין תגובה, וועל איך באקומען א נאטעפיקאציע...

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך הערשקא » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 3:43 pm

NYC MAYORAL RACE TAKING OFF: Candidate Andrew Yang Names District Leader David Schwartz As Jewish Community Outreach Director - https://www.theyeshivaworld.com/news/fe ... ector.html
8ddbe6f0f06e457da64f4df195fb6e35.jpg
8ddbe6f0f06e457da64f4df195fb6e35.jpg (67.64 KiB) געזעהן 1637 מאל

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 7:04 pm

Screenshot_20210211-190132_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210211-190132_WhatsApp.jpg (349.76 KiB) געזעהן 1506 מאל
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך חסד השם » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 9:26 pm

לבלר האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:מיינט דאס אז די היימישע עסקנים גייען עם אינדארסן?


מעגליך, אבער איך בין משער אז די עסקנים וועלן עס ענדערש נוצן אויף צו לייגן פרעשור אויף די אנדערע קאנדידאטן אז זיי זאלן אויך ארויסקומען מיט ענליכע סטעיטמענטס.

דער וואס אנדארסירט דע בלאזיא וועט לכאורה אים אויך אינדארסן
אבער דע ר וואס אינדארסירט ביל טאמפסאן וועט - לויט ווי איך קען - אינדארסן עריק עדעמס אדער זיין חבר.

בין נייגעריג אויף וואס דעי מאדנע הנחה איז געבויעט....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
א דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 4:08 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך א דריטער » דאנארשטאג פאברואר 11, 2021 9:51 pm

לבלר האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:מיינט דאס אז די היימישע עסקנים גייען עם אינדארסן?


מעגליך, אבער איך בין משער אז די עסקנים וועלן עס ענדערש נוצן אויף צו לייגן פרעשור אויף די אנדערע קאנדידאטן אז זיי זאלן אויך ארויסקומען מיט ענליכע סטעיטמענטס.

דער וואס אנדארסירט דע בלאזיא וועט לכאורה אים אויך אינדארסן
אבער דע ר וואס אינדארסירט ביל טאמפסאן וועט - לויט ווי איך קען - אינדארסן עריק עדעמס אדער זיין חבר.

זיי מסביר
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.


אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פארפלאנטערט » פרייטאג פאברואר 12, 2021 10:43 am

חסד השם האט געשריבן:
לבלר האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:מיינט דאס אז די היימישע עסקנים גייען עם אינדארסן?


מעגליך, אבער איך בין משער אז די עסקנים וועלן עס ענדערש נוצן אויף צו לייגן פרעשור אויף די אנדערע קאנדידאטן אז זיי זאלן אויך ארויסקומען מיט ענליכע סטעיטמענטס.

דער וואס אנדארסירט דע בלאזיא וועט לכאורה אים אויך אינדארסן
אבער דע ר וואס אינדארסירט ביל טאמפסאן וועט - לויט ווי איך קען - אינדארסן עריק עדעמס אדער זיין חבר.

בין נייגעריג אויף וואס דעי מאדנע הנחה איז געבויעט....

לויט מיין אינפא די לעצטערע יארן וואלט איך ענדערש געזאגט פארקערט

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מצליח » זונטאג פאברואר 14, 2021 1:00 am

יענג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אז ער איז שטארק קעגן די מיינונגען פון לינדע-סארסור, ספעציעל מיט איבער בי-די-עס און מדינת ישראל, יענג זאגט אז ער איז א שטארקער שטיצער פון די חרדי'שע געמיינדע און זיין ערשטער רייזע אלס מעיאר וועט זיין קיין ארץ ישראל.

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:33 am

מצליח האט געשריבן:יענג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אז ער איז שטארק קעגן די מיינונגען פון לינדע-סארסור, ספעציעל מיט איבער בי-די-עס און מדינת ישראל, יענג זאגט אז ער איז א שטארקער שטיצער פון די חרדי'שע געמיינדע און זיין ערשטער רייזע אלס מעיאר וועט זיין קיין ארץ ישראל.

א גליק

אוועטאר
בארג
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 4:01 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בארג » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:46 am

קאטטשקעלע האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:יענג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אז ער איז שטארק קעגן די מיינונגען פון לינדע-סארסור, ספעציעל מיט איבער בי-די-עס און מדינת ישראל, יענג זאגט אז ער איז א שטארקער שטיצער פון די חרדי'שע געמיינדע און זיין ערשטער רייזע אלס מעיאר וועט זיין קיין ארץ ישראל.

א גליק

דאכציך מען זאגט נאך פין רבין ז"ל אז א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל איז א אנטיסעמיט.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:49 am

ער טוט די זעלבע זאך מיט אנדערע קליינע קאמיוניטיס? אדער גלייבט ער געהעריג די קאנספיראציעס אז אונז קאנטראליר מיר ניו יארק סיטי?

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך בלינצע » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:52 am

ער מוז נישט גלייבן די קאנספיראציע אז מיר קאנטראלירן ניו יארק סיטי, ער ווייסט פשוט די מציאות אז חרדי'שע אידן האבן גאר א שטארקע בלאק וואוט.

אוועטאר
הענדימען
שר חמשת אלפים
תגובות: 5522
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך הענדימען » זונטאג פאברואר 14, 2021 9:55 am

בארג האט געשריבן:
קאטטשקעלע האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:יענג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אז ער איז שטארק קעגן די מיינונגען פון לינדע-סארסור, ספעציעל מיט איבער בי-די-עס און מדינת ישראל, יענג זאגט אז ער איז א שטארקער שטיצער פון די חרדי'שע געמיינדע און זיין ערשטער רייזע אלס מעיאר וועט זיין קיין ארץ ישראל.

א גליק

דאכציך מען זאגט נאך פין רבין ז"ל אז א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל איז א אנטיסעמיט.

אין מיינע אויגן איז נישט די פראבלעם וואס ער זאגט לגבי איזראעל לטב או למוטב

נאר די עצם פאקט אז ער האט געפינען פאר וויכטיג צו רעדן פון די נושא איז א פראבלעם. מאכט נישט אויס צי ס'איז געקומען ווייל א רעפארטער האט אים געפרעגט

יואל שרייבער האקט קלאר. בעיקר די ערשטע חלק
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 14, 2021 10:37 am

בלינצע האט געשריבן:ער מוז נישט גלייבן די קאנספיראציע אז מיר קאנטראלירן ניו יארק סיטי, ער ווייסט פשוט די מציאות אז חרדי'שע אידן האבן גאר א שטארקע בלאק וואוט.

און אז רוב היימישע אידן זענען ליידער משוגע לדבר אחד און האבן איין וויכטיגסטע אישו פאר פאליטיקאנטן.

-----------

זיין סטעיטמענט מאכט גרויס סענס אין שאטן פון דעם אויפברויז איבער דעם וואס זיין נייע קאמפיין מענעדזשער איז גוט מיט די פאלעסטינע אפשטאמיגע לינדע סארסור.

וויל ער בארואיגן דעם ציבור אז פארקערט, אז ער איז יא א שטארקער שטיצער פון זייער מדינה.

---------

ר' יואל, ארטאדאקסישע אידן זענען זייער זייער ווייט פון צו זיין א "קליינע קאמיוניטי" אין ניו יארק סיטי.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:09 am

איך רעד נישט פון זיין סארסור סטעיטמענט, איך רעד בעיקר פון זיין חינוך סטעיטמענט, און נעמען דוד שווארץ, און נאך, עס זעהט מיר אויס ווי ער לייגט אבנארמאלע פאקוס אויף אונז, און נאך אויף א וועג וואס קען אביסל בעקפייערן מיט אנדערע, סאו אדער האט ער גענומען א מהלך פון טעילאר טארגעטן קאמיוניטיס אלל אווער, אדער רעדט ער זיך איין אז ער קען דזשאמפסטארטן זיין קאמפיין מיט אונז.

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:11 am

בארג האט געשריבן:
קאטטשקעלע האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:יענג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אז ער איז שטארק קעגן די מיינונגען פון לינדע-סארסור, ספעציעל מיט איבער בי-די-עס און מדינת ישראל, יענג זאגט אז ער איז א שטארקער שטיצער פון די חרדי'שע געמיינדע און זיין ערשטער רייזע אלס מעיאר וועט זיין קיין ארץ ישראל.

א גליק

דאכציך מען זאגט נאך פין רבין ז"ל אז א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל איז א אנטיסעמיט.

נישט אמת ער האט געזאגט אז פאר א גוי צו זאגן אז ער האט ליב די מדינה איז זיין וועג צו זאגען אז ער גלייכט אידן עיין בבוך של ר' חמ"ש

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך נו שוין » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:22 am

יענג האט מיר אביסל פארלוירן זיין גלאנץ, זיינע פרינציפטן לויפן נאך מער ווייניגער וואס די אודיענס וויל הערן, preaching to the choir קיינד אף גיי, נישט אז סאיז שלעכט זיינע סטעיטמענטס כלפי חינוך אדער סארסור, סגעט נאר עפעס א נישט א באקוועמע אימעידזש אויף דער מענטש אווער אלל.

ליבי ובשרי
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך ליבי ובשרי » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:28 am

יואל שרייבער האט געשריבן:ער טוט די זעלבע זאך מיט אנדערע קליינע קאמיוניטיס? אדער גלייבט ער געהעריג די קאנספיראציעס אז אונז קאנטראליר מיר ניו יארק סיטי?

וואס קומט אריין קאנטראל? איו א דעמעקראטיק פריימערי איז אזא צאמגענומענע קאמיוניטי נישט סתם 'נאך א קליינע',
און ער ווייסט מסתמה גוט וואס דיבלאזיא האט זיך אנגעחזרט ביי אונז.... (אויך נאר מיט רעדן.......)

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך חסד השם » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:38 am

יואל שרייבער האט געשריבן:איך רעד נישט פון זיין סארסור סטעיטמענט, איך רעד בעיקר פון זיין חינוך סטעיטמענט, און נעמען דוד שווארץ, און נאך, עס זעהט מיר אויס ווי ער לייגט אבנארמאלע פאקוס אויף אונז, און נאך אויף א וועג וואס קען אביסל בעקפייערן מיט אנדערע, סאו אדער האט ער גענומען א מהלך פון טעילאר טארגעטן קאמיוניטיס אלל אווער, אדער רעדט ער זיך איין אז ער קען דזשאמפסטארטן זיין קאמפיין מיט אונז.

פארוואס עפעס בעקפייערן? אדרבה אויב יעדער זעיט אז מיטן זיך ארויסשטעלן לטובת אונזער חינוך באקומט מען אונזער שטיצע וכ'ו. זאל יעדער וואס דארף אונזערע שטימען זיך צושטעלן אונזערע צרכים....
כגלייב אז יעדער קען ניצן די אידישע וואוטס ווען סקומט צו א מעיאר רעיס.....

איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס דיר באדערט... ווי כאילו אונז זעמיר עפעס א פיצי מינאריטי גרופע. בעבר האבן שוין אונזערע וואוטס שטארק אויסגעמאכט פאר מעיאר רעיס ופשוט הוא
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פוילער » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:42 am

נו שוין האט געשריבן:יענג האט מיר אביסל פארלוירן זיין גלאנץ, זיינע פרינציפטן לויפן נאך מער ווייניגער וואס די אודיענס וויל הערן, preaching to the choir קיינד אף גיי, נישט אז סאיז שלעכט זיינע סטעיטמענטס כלפי חינוך אדער סארסור, סגעט נאר עפעס א נישט א באקוועמע אימעידזש אויף דער מענטש אווער אלל.

והיתם נקיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך והיתם נקיים » זונטאג פאברואר 14, 2021 11:43 am

בארג האט געשריבן:
קאטטשקעלע האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:יענג האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אז ער איז שטארק קעגן די מיינונגען פון לינדע-סארסור, ספעציעל מיט איבער בי-די-עס און מדינת ישראל, יענג זאגט אז ער איז א שטארקער שטיצער פון די חרדי'שע געמיינדע און זיין ערשטער רייזע אלס מעיאר וועט זיין קיין ארץ ישראל.

א גליק

דאכציך מען זאגט נאך פין רבין ז"ל אז א גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל איז א אנטיסעמיט.

און אויב וואלט זיין ערשטע רייזע נישט געווען קיין ארץ ישראל מיינט עס דען אז ער האט פיינט די מדינה און איז דערפאר אן אנטיסעמיט?

און די איידיע איז נישט צו ער האט ליב די מדינה צו נישט, נאר אז מיט אונזער ציוניזם האבן מיר זיך אנגעברענגט א דור פון פאליטיקאנטן וואס פארשטייען אז צו באקומען אונזערע שטימען דארף מען פאקוסירן אויף ציוני'סטישע אינטערעסן ווי איידער אויף "אונזערע" אינטערעסן.

איך מיין אז אונזער אפיציעל נישט-ציוניסטישע געמיינדע דארף זיך אויפוועקן צום מציאות אז מיר האבן שוין גענוג מקריב געווען אויף דעם מזבח הציונות (פשוט מיט'ן פארלירן טובות וואס זיי וואלטן אונז געמוזט געבן ווען זיי וואלטן געוואוסט אז הילף פאר איזראעל מיינט גארנישט פאר אונז), און ס'איז די העכסטע צייט פאר א טויש (וואס די עסקנים וואלטן געקענט טוהן גאר גרינג ווען דער עולם זאל ווען זיין גרייט מיטצוארבעטן - אבער מיר זענען ליידער נאכנישט).

מסתמא
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מסתמא » זונטאג פאברואר 14, 2021 12:09 pm

פוילער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:יענג האט מיר אביסל פארלוירן זיין גלאנץ, זיינע פרינציפטן לויפן נאך מער ווייניגער וואס די אודיענס וויל הערן, preaching to the choir קיינד אף גיי, נישט אז סאיז שלעכט זיינע סטעיטמענטס כלפי חינוך אדער סארסור, סגעט נאר עפעס א נישט א באקוועמע אימעידזש אויף דער מענטש אווער אלל.

ויותר מזה
דאס מיינט אויכעט אז ווען ער וועט ווערן אויפמערקזאם צום געדאנק אז בעצם ברענגען מיר אים גארנישט צום טיש וועט ער אונז דאמפן ווי א הונ'.. אזויווי גאווערנער קאומאו האט צו אונז געטון

די מעכטיגע יוניאנס זענען אסאך שטערקער ווי אונזער בלאק וואוט מחמת כמה טעמים
ערשטנס, בכמות זענען זיי אסאך מער שטימען
צווייטנס, זיי געבן ריזיגע געלט דאונעישאנס וואס מיר קענען ניטאמאל געבן

די טיטשערס יוניאנס זענען קעגן פריוואטע סקולס און לטובת גזירת החינוך
די נורסעס יוניאנס זענען קעגן אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער און בכלל זענען זיי קעגן פאציענט רעכטן

די גרויסע יוניאנס זענען אין דירעקטע קאנטראסט צו אונזערע אינטערעסן!!
וואס וועט ער טון ווען ער וועט ווערן געקארנערט צו מאכן זיין אויסוואל??
פארוואס וועט זיך עס ענדיגן אנדערש פון קאומאו?

מיך זעהט אויס אז זיין פריינטליכקייט צו אידן קומט פון טפשות, ער מיינט אז דא דארף מען זיך לעקן בכדי צו אפשניידן גוט.. הלואי!!
דער אויבערשטער זאל אפהיטן אויב ער וועט ארויסגיין פון זיין קעסטל

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך עולם ומלואו » זונטאג פאברואר 14, 2021 1:11 pm

מסתמא האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:יענג האט מיר אביסל פארלוירן זיין גלאנץ, זיינע פרינציפטן לויפן נאך מער ווייניגער וואס די אודיענס וויל הערן, preaching to the choir קיינד אף גיי, נישט אז סאיז שלעכט זיינע סטעיטמענטס כלפי חינוך אדער סארסור, סגעט נאר עפעס א נישט א באקוועמע אימעידזש אויף דער מענטש אווער אלל.

ויותר מזה
דאס מיינט אויכעט אז ווען ער וועט ווערן אויפמערקזאם צום געדאנק אז בעצם ברענגען מיר אים גארנישט צום טיש וועט ער אונז דאמפן ווי א הונ'.. אזויווי גאווערנער קאומאו האט צו אונז געטון

די מעכטיגע יוניאנס זענען אסאך שטערקער ווי אונזער בלאק וואוט מחמת כמה טעמים
ערשטנס, בכמות זענען זיי אסאך מער שטימען
צווייטנס, זיי געבן ריזיגע געלט דאונעישאנס וואס מיר קענען ניטאמאל געבן

די טיטשערס יוניאנס זענען קעגן פריוואטע סקולס און לטובת גזירת החינוך
די נורסעס יוניאנס זענען קעגן אריינלאזן משפחה אין שפיטעלער און בכלל זענען זיי קעגן פאציענט רעכטן

די גרויסע יוניאנס זענען אין דירעקטע קאנטראסט צו אונזערע אינטערעסן!!
וואס וועט ער טון ווען ער וועט ווערן געקארנערט צו מאכן זיין אויסוואל??
פארוואס וועט זיך עס ענדיגן אנדערש פון קאומאו?

מיך זעהט אויס אז זיין פריינטליכקייט צו אידן קומט פון טפשות, ער מיינט אז דא דארף מען זיך לעקן בכדי צו אפשניידן גוט.. הלואי!!
דער אויבערשטער זאל אפהיטן אויב ער וועט ארויסגיין פון זיין קעסטל

אויב אזוי קענסטו קיינעם נישט טראסטן. קיין שום גוי האט אונז ספעציעל ליב און אלע מאכן חשבונות וועם ס'לוינט צופרידנצושטעלן. אבער די חילוק צווישן אים און קאומא איז זייער אבוויעס, קאומא איז א ביטערער פארשוין א אויטאריטעריען וואס האט א ספעציעלע געשמאק אין ווייזן רוב כוחו וגדולתו און טשעפען די וואס בייגן נישט דעם קאפ, בשעת יענג איז א פארשטענדליכער קלוגער מענטש מיט וועם מ'קען האנדלען ווי נארמאלע מענטשן

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7880
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך מטעמים » זונטאג פאברואר 14, 2021 1:14 pm

ביטע טוישען דעם קעפל צו:

וויאזוי זאל איך אויפנעמען פאזיטיווע נייעס? נאר נעגאטיוו!
שרייב שוין עפעס

שאבעלע
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך שאבעלע » זונטאג פאברואר 14, 2021 1:20 pm

:lol:
תכלית הידיעה לידע שלא נדע
      ידיעות, איז א כלי.
      וויסען וואס מען ווייסט נישט, איז חכמה.
      מיינען אז מען ווייסט, איז טיפשות.
      טוישן א מיינונג, איז חכמה אין מידות
.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ענדרו יענג, ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט - 2021

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 14, 2021 1:23 pm

מטעמים האט געשריבן:ביטע טוישען דעם קעפל צו:

וויאזוי זאל איך אויפנעמען פאזיטיווע נייעס? נאר נעגאטיוו!

;l;p- ;l;p-
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: who cares, קנעטענע קיגעל און 13 געסט