פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 9:54 am

אין די פאפולערע וואוט ציילונג איז ביידען אצינד פאראויס מיט 6,114,208 שטימען, אדער 3.9%

Programming
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך Programming » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:11 am

וויאזוי שאצט מען וועט זיין די ברעיקדאון פון די ניו יארק'ער פארבליבענע בעלאט'ס? וויפיל וועט זיין די נעט געין פאר ביידען? אויסער דעם איז נאך דא ערגעץ שטימען צו ציילן?

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 10:26 am

עס איז געשאצט צו גיין 70%+ פאר ביידען. דאס מיינט כאטש א מיליאן דערפון פאר ביידען צו טראמפ 350-400 טויזענט.

אין קאליפארניע איז נאך פארבליבן ארום 175-225 טויזענט שטימען צו ציילן.

חוץ דעם איז דא אפשר נאך 100 טויזענט שטימען אלל אווער.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 11:11 am

פענסילוועניע האט יעצט סערטיפייד די ארטיגע רעזולטאטן.

HARRISBURG, Pa. (AP) — Pennsylvania governor: Democrat Joe Biden certified as winner of presidential election in state.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

שפיצער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך שפיצער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 11:48 am

יעצט זאל מען ביטע פאוסטען דא די " אפישעל סערטיפיקעשאן בריוו פון די פא אפישעלס" .
אין פאל וואס דער טראמפ-טיעם פאלט אדורך מיט זייערע פילע, דערווייל אפענע, פארזוכן צו טוישן דעם אויסגאנג אין די סטעיט, וועט דאס "ראן קלעין "מעגליך קענען נוצן אלס א שיינע נוי סוכה צוזאמען מיט "די זשארזשיע סערטיפיקעשאן בריוו".

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 12:31 pm

ביידען האט דערגרייכט 80 מיליאן שטימען. טראמפ כמעט 74 מיליאן שטימען.

Biden 80,033,996 (51.0%)
Trump 73,878,907 (47.1%)

---
ביז היינט האט קיין איין פרעזידענטליכער קאנדידאט דערגרייכט 70 מיליאן שטימען.

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 12:36 pm

פריש: די נעוואדע סופרים קאורט האט אנגענומען און באשטעטיגט די עלעקשען קענוועס רעזולטאטן. יעצט גייט עס צום גאווערנער וואס וועט חתמ'נען דערויף און דערמיט באשטעטיגן נעוואדע פאר ביידען.

אידישליך פאליטיק
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 1:29 pm

איינער ווייסט וואס עס גייט פאר אין מישיגען?

IMG_20201124_132504_283.jpg
IMG_20201124_132504_283.jpg (50.61 KiB) געזעהן 1658 מאל


האבן זיי סערטעפייד אדער נישט? @נקדימון

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 3:10 pm

לעצטנס הערט מען א סך פון דער פרעזידענט און זיינע ארומיגע אז דזשארדשיע גייט זיכער פאר טראמפ טאמער מען וואלט געטשעקט סיגניטשערס.

ווי אויך האלט טראמפ אין איין באשולדיגן דער סעקרעטערי אוו סטעיט ברעד רעפענספערגער אז ער האט אומלעגאל דורכגעפירט א consent decree- קאנסענט דעקרי, וואס לאזט נישט טשעקן סיגניטשערס. טראמפ פארלאנגט אז דער גאווערנער מוז זיך אריינמישן צו בטל מאכן דער אומ'קאנסטיטוציאנאלע קאנסענט דעקרי אזוי וועט מען קענען טשעקן סיגניטשערס וואס וועט -לשיטתו- פירן צו זיין געווינס.

נאך ממש לעצטנס האט טראמפ'ס סיניער ליגעל עדווייזער דזשענע עליס געטוויט אז בלויז די מידיע דערקלערט דזשארדשיע פאר ביידען. און מען מוז טשעקן סיגניטשערס.

דער אמת איז, לויט די קאנסטיטוציאנאלע געזעץ אין דזשארדשיע טאר מען נישט צוריק טרעיסען דער ענוועלאפ מיט דער וויילער. דאס איז געמאכט צו היטן אויף די פרייוועסי פון די וויילער.

אין נישט ווייל אין דזשארדשיע טשעקט מען נישט קיין סיגניטשערס. אין דזשארדשיע מעטשט מען יא סיגניטשערס. נישט איינמאל נאר צוויי מאל.

אין דזשארדשיע אויב א וויילער ריקוועסט אן עבסענטי דארף ער קודם אויספילן אן אפליקאציע. אויף די אפליקאציע דארף ער חתמ'נען זיין סיגניטשער. די קלערק אפיס באאמטע מעטשן דיין סיגניטשער מיט וואס זיי האבן אויף דיין רעגעסטראציע פייל. אויב שטימט עס שיקן זיי דיר ארויס א עבסענטי בעלעט.

פאר די וואס ריקוועסטן אנליין מוזן זיי צושטעלן זייער איידי אדער דרייווערס לייסענס צו קענען ריקוועסטן א בעלעט.

איינמאל דו שיקסט צוריק דיין עבסענטי בעלעט, וואס ליגט אין א פרייוועסי ענוועלאפ דארפסטו פריש חתמ'נען -אונטער א שבועה- דיין נאמען אויף די דרויסענדיגע ענוועלאפ.

די חתימה ווערט נאכאמאל איבערגעקוקט צו עס שטימט מיט וואס זיי האבן אויף דיין פייל. אנצומערקן, דער ארבעטער קען נישט וויסן בשעת באשטעטיגן אדער אוועק ווארפן א חתימה פארוועם דער וויילער האט אריינגעשריבן צו שטימען. טראמפ צו ביידען. עני חתימה וואס איז אין קוועסטשען ווערט געשטימט דורך איין רעפאבליקאנער איין דעמאקראט + א סופערווייזער. עס ווערט באשטימט 2 צו 1 אנצונעמען אדער רידזשעקטען.

איינמאל די חתימה אין די אנדערע אינפארמאציע אויפן דרויסענדיגע ענוועלאפ איז באשטעטיגט ווערט דער אינסייד פרייוועסי ענוועלאפ (מיט די בעלעט אינעווענדיג) אפגעטיילט פון די דרויסענדיגע ענוועלאפ.

צו באמערקן, די דרויסענדיגע ענוועלאפס ווערט יא אוועקגעלייגט. (אנדערש ווי געמיינט אז זיי גייען אין גארבידזש).
לויט דער קאנסטיטוציאנאלע געזעץ אין דזשארדשיע קען די צוויי שוין מער נישט ווערן צוריק צוזאמגעברענגט. דאס איז צו פראטעקטען די פרייוועסי פון די וויילער.

דאס אז מען מעטשט סיגניטשערס א צווייטער מאל האט די סעקרעטערי אוו סטעיט צוגעלייגט צו זיין שטרענגער און מער פארזיכערט מיט די עבסענטי בעלעטס.

דער קאנסענט דעקרי וואס דער סעקרעטערי אוו סטעיט ברעד רעפענספערגער האט געשלאסן מיט דעמאקראטן איז געווען וויאזוי און ווי שנעל מען דארף מודיע זיין וויילער איבער זייער פעלערהאפטיגע שטימע.

דעמאקראטישע גרופעס פירן שוין א לאנגער צייט א קאמפ מיט דער סעקרעטערי אוו סטעיט אז שווארצע און מינאריטעטן גרופעס ווערן סך מער אפעקטירט מיט גע'פסל'טע שטימען. די קאנסענט דעקרי וואס איז אדורעך 8 חדשים צוריק אין מערץ איז געווען אז די עלעקשען באאמטע זענען מסכים אז מען גייט שנעלער מודיע זיין א וויילער טאמער זיין בעלעט איז נישט גוט. צו זיין חתימה איז נישט גוט און אים געבן מער צייט עס צו קענען פארעכטן.

לויט א סטעיט געזעץ פון פאריגער יאר מוזן די עלעקשען באאמטע "צייטלעך נאטעפייען'" דער וויילער טאמער זיין חתימה איז נישט גוט. זיי דארפן אים מודיע זיין ביז 3 טאג נאך עלעקשען דעי.

די קאנסענט דעקרי איז א סעטעלמענט אגריעמענט וואס איז פארגעקומען אין פעדעראלער געריכט אז דער סעקרעטערי אוו סטעיט אפפיס וועט נאטעפייען די וויילער ביז 24 שעה (אנשטאט 3 טעג) דורך טעלעפאון אדער אימעיל אז זיין סיגניטשער איז נישט גוט. דאס איז געקומען צו שליסן די קלאגע פון דעמאקראטן אז אין 2018 זענען דעמאקראטן אויסגעשטאנען צו ווערן מער רידזשעקטעד פראצענטואל.

דער קאנסענט דעקרי האט גארנישט מיט נישט טשעקן קיין סיגניטשערס אין דזשארדשיע. די קלעים אז די קאנסענט דעקרי איז איבער נישט טשעקן סיגניטשערס איז פאלש דורכאויס. במכוון אדער בטעות קען יעדער בוחר זיין.

אדוואקאט לין וואד (וואס האט כאטש יא געליינט וואס דער קאנסענט דעקרי איז) האט געהאט געקלאגט ברעד רעפענספערגער פאריגער וואך אין א דריי שעה'יגע ווירטואלער הירינג אין פעדעראלער געריכט. וואד האט צווישן אנדערע געטענה'ט אז וויבאלד עס איז דא אזויפיל מער בעלעטס דאס יאר און די קאונטיס דארפן ארבעטן שווערער און זענען אזוי אווערוועלמד האבן זיי גאר מער פארקוקט אויף פראוד צו זיך גרינגער מאכן און דאס האט גורם געווען צו דראסטיש רעדוצירן די פראצענט גע'פסל'טע שטימען.

דער (טראמפ עפוינטעד) ריכטער סטיוו גרימבערג האט אין די ענדע ארויסגעשמיסן די קעיס. דער ריכטער האט אים געזאגט, טאמער האסטו באמת געהאט א פראבלעם מיט די קאנסענט דעקרי ווי ביסטו געווען די לעצטע 8 חדשים? זינט מערץ ווייסטו שוין דערפון. דאס אנקומען די לעצטע רגע אוו ווילן ארויסווארפן מיליאנען שטימען וויבאלד עס שטימט נישט מיט וויאזוי דו ווילסט די רעזולטאטן איז עפעס נישט אזוי איי איי.

אין א שטיקל האפענונוג פאר רעפאבליקאנער האט דער ריכטער געזאגט אז טאמער וואלט די קלאגע געקומען דורך די טראמפ טיעם וואלט ער מעגליך באטראכט די קעיס עטוואס אנדערשער.

וואד האט די לעצטע מינוט שנעל געוואלט צוזאם פארן די טראמפ קאמפיין אין די קלאגע אבער דער ריכטער האט עס אפגעווארפן.


יעצט וויפיל בעלעטס זענען טאקע געווארן רידזשעקטעד צוליב א ווראנג סיגניטשער אין דזשארדשיע?

2,011 פון 1,322,529 עבסענטי בעלעטס זענען געווארן רידזשעקטעד אין די יעצטיגע עלעקשען צוליב א פעלענדע אדער נישט ריכטיגע חתימה. דאס איז א 350% שפרינג פון די 454 גע'פסל'טע שטימען אין 2018 עלעקשען. אן עלעקשען ווי עס איז געווען פיל ווייניגער עבסענטי בעלעטס.

פראצענטואל איז די רידזשעקשען ראטע פאר נישט ריכטיגע סיגניטשערס געווען
0.16% אין 2018
0.15% אין 2020

ביידע זענען עטוואס נידריגער פון די 0.24% אין 2016 (580 פון 246 טויזענט שטימען)

סא די רידזשעקשען ראטע פאר פעלענדע אדער נישט ריכטיגע סיגניטשערס איז מער ווייניגער קאנסיסטענט. דאס אז עס איז דראסטיש נידריגער און עס צוזאם מישן מיט אלע אנדערע רידזשעקשען סיבות איז ווראנג.

די אוועראלל רידזשעקשען ראטע אין דזשארדשיע איז היפש ווייניגער דאס יאר ווי אין די פארגאנגענע עטליכע עלעקשענס

לויט וויאזוי גבריאל סטערלינג פון דער סעקרעטערי אוו סטעיטס אפיס ערקלערט, איז די מאיאריטעט פון די רידזשעקטעד שטימען אין 2016 אדער 2018 געווען פון בעלעטס וואס זענען צוריקגעקומען נאך די דעדליין 7:00PM אויף עלעקשען דעי. עפעס וואס וויילער זענען געווען סך מער אויפמערקזאם דאס מאל צו שפעט אנקומענדע בעלעטס.

נאך א סיבה (איך וואלט נישט געזאגט רוב אבער עטליכע טויזענט שטימען) וואס איז נישט געווען דאס מאל. די דזשארדשיע לעגיסלאטור האט נאך די 2018 עלעקשען געהאט עלימינירט עטליכע ריקווייערמענטס פאר עבסענטי בעלעטס. אריינגערעכנט אז דער וויילער מוז מער נישט שרייבן זיין "דאטום פון געבורט" אויפן דרויסענדיגע ענוועלאפ. א סך פלעגן דאס פארזעהן אדער לאזן ליידיג צוליב פרייוועסי ריעזענס. דאס אליינס האט גע'פסל'ט עטליכע טויזענט שטימען אין די פארגאנגענהייט.


איך האב נישט אריינגעקוקט אין יעדער שטאט אבער דאס איז אביסל קאנטעקסט איבער די דזשארדשיע סיגניטשער סאמאטוכע.

אוועטאר
Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 3:42 pm

Wow!!!!
שויתי ה' לנגדי תמיד

monroe10950
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך monroe10950 » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 4:26 pm

עלען דערשאוויץ:
"די פענסטער פון מעגליכקייטן מאכט זיך שנעל צו פאר די טראמפ טיעם".
דערשאוויץ איז ביי די מיינונג אז ס'איז דא גוטע לעגאלע וועג צו געווינען, און טראמפ זאל ווייטער אנגיין, אבער די שאנסן זענען זייער זייער שוואך.
א סערטיפייד אידיאט הייסט אין אונזער שפראך 'אינטערסאנטער מענטש'. טאקע אינטערסאנט. (יצחק קלאהר)

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10655
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 4:48 pm

מינעסאטע האט סערטיפייד די עלעקשינס. געזען איינעם אנמערקן אז די ארטיגע טורנאוט איז געווען 79.95%!

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 4:53 pm

נקדימון האט געשריבן:עס איז געשאצט צו גיין 70%+ פאר ביידען. דאס מיינט כאטש א מיליאן דערפון פאר ביידען צו טראמפ 350-400 טויזענט.

אין קאליפארניע איז נאך פארבליבן ארום 175-225 טויזענט שטימען צו ציילן.

חוץ דעם איז דא אפשר נאך 100 טויזענט שטימען אלל אווער.

דא מיינט אז ניו יארק איז די מערסט פארשלעפטע סטעיט צו ענדיגן ציילן, נאך מער פון קאליפארניע?..

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 4:57 pm

נקדימון ;l;p- ;l;p- פאר דיין סופער קלארע באריכט איבער דזשארזשיע

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 5:03 pm

monroe10950 האט געשריבן:עלען דערשאוויץ:
"די פענסטער פון מעגליכקייטן מאכט זיך שנעל צו פאר די טראמפ טיעם".
דערשאוויץ איז ביי די מיינונג אז ס'איז דא גוטע לעגאלע וועג צו געווינען, און טראמפ זאל ווייטער אנגיין, אבער די שאנסן זענען זייער זייער שוואך.


מיין אפיניאן איז דער זעלבער און מען דארף נישט זיין א דערשאוויץ פאר דעם

עמרם
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך עמרם » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 5:32 pm

monroe10950 האט געשריבן:עלען דערשאוויץ:
"די פענסטער פון מעגליכקייטן מאכט זיך שנעל צו פאר די טראמפ טיעם".
דערשאוויץ איז ביי די מיינונג אז ס'איז דא גוטע לעגאלע וועג צו געווינען, און טראמפ זאל ווייטער אנגיין, אבער די שאנסן זענען זייער זייער שוואך.

צו זיין קלאר, די שוואכע שאנסן וואס דערשאוויץ גיבט איז צוליב ווייניג צייט, נישט צוליב אינהאלט

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 6:02 pm

אז סאיז דא אינהאלט וואס גייט אן צייט
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אלעס איבער לענדער

Programming
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך Programming » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 6:41 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:עלען דערשאוויץ:
"די פענסטער פון מעגליכקייטן מאכט זיך שנעל צו פאר די טראמפ טיעם".
דערשאוויץ איז ביי די מיינונג אז ס'איז דא גוטע לעגאלע וועג צו געווינען, און טראמפ זאל ווייטער אנגיין, אבער די שאנסן זענען זייער זייער שוואך.


מיין אפיניאן איז דער זעלבער און מען דארף נישט זיין א דערשאוויץ פאר דעם


וואסערע פעטה איז דא צו געווינען 270 עלעקטארעלס? דערשאוויץ רעדט סיי ווי נאר פון פענסילוועניע

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2020 וואל רעזולטאטן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 8:00 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:עלען דערשאוויץ:
"די פענסטער פון מעגליכקייטן מאכט זיך שנעל צו פאר די טראמפ טיעם".
דערשאוויץ איז ביי די מיינונג אז ס'איז דא גוטע לעגאלע וועג צו געווינען, און טראמפ זאל ווייטער אנגיין, אבער די שאנסן זענען זייער זייער שוואך.


מיין אפיניאן איז דער זעלבער און מען דארף נישט זיין א דערשאוויץ פאר דעם

ווען @געוואלד געשריגן פון אייוועלט זאגט עפעס וועט מען זיך נישט רעכענען מיט אים היות ער איז א פארשלייערטע ניק און מען ווייסט נישט צו ער פארשטייט א משהוא געזעץ, אבער ווען דערשאוויץ זאגט עפעס הערט מען אים אויס, און מען פראבירט ארויסצונעמען וואס ער מיינט מער ערענסט, איז עס אז טראמפ לויפט אויס פון שאנסן, אדער איז עס אז ער האט נאך למעשה א שאנס.
זקן מלא רחמים.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מנלן און 12 געסט