הכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:הכל הבל האט געשריבן:ווי געמאלדן אין די סענאט אשכול זענען מענשין און קאלינס ארויסגעקומען מעלדן אז זיי וועלן שטימען אקעגן די טענדען נאמינאציע
די ביידען אדמיניסטראציע האט נאך פרייטאג ווידערהאלט אז זיי שטייען ווייטער אונטער די נאמינאציע אבער נישט געזאגט אויב זיי וואלטן אויסגענוצט איר אריינצושטופן אין א צייט ווען די סענאט איז אויף אורלויב וואס דאן פעלט נישט אויס קיין סענאט באשטעטיגונג אבער אזא אפציע איז מער קאמפליצירט און קען אויסשטיין שטרויכלונגען און איז אויך בלויז אויפן קורצערן טערמין
פון די אנדערע זייט הערט מען אז אין ווייסן הויז ווייסט מען אז טענדען קען מעגליך פאלן און האלטן די אויגן אפן אויף אנדערע קאנדידאטן איר צו ערזעצן מעגליכע נעמען זענע יודזשין ספערלינג וועלכע האט סערווירט אלץ דירעקטאר פון די אבאמא נאציאנעל עקאנאמישע קאונסיל און בעפאר אויך סערווירט אלץ קלינטאן עקאנאמישע ראטגעבער און ען א'לעירי וועלכע איז א געוועזענע שטאב הויפט צו קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם
אצינד הערט מען פון א פרישע נאמען און דאסמאל איז עס שאלאנדא יאנג, אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי וועלכע איז ערווארט צו דינען אלץ דעפיוטי אפיס אוו בודזשעט און מענעדזשמענט
איר נאמען ווערט אצינד אויפגעברענגט אלץ מעגליכע טענדען ערזאץ
אפדעיט איבער די ערזאץ ליסטע
צווי נעמען צוגעלייגט צו די קורצע ליסטע זענען מארטא קאווען און שרה ביאנטשי
אויפן מאמענט איז שאלאנדא יאנג פרענט ראנער ביים שפיץ פון די ליסטע
די קומענדיגע צוויי זענעם קאווען און ביאנטשי
ספערלינג און א'לעירי ערשיינען ווייטער אויף די ליסטע אבער שוואכער ווי די אנדרערע דריי
די ווייסע הויז ווערט פארפלייצט מיט רופן אין שטיצע פון פרוי יאנג
די טענדען נאמינאציע איז פון די ערשטע מינוט נישט געווען איבריג שטארק קאארדאנירט מיט קעפיטאל היל און בודזשעט קאמיטע פארזיצער סענדערס איז ניטאמאל אינפארמירט געווארן פון פאראויס
טענדען'ס רוקנביין אין אנהויב און ביז היינט איז ווייסע הויז שטאב הויפט ראן קלעין
יאנג איז ארגינעל געווען די אויסוואל און רעקאמענדאציע פון ספיקער פעלאסי, קאנגרעס מאיאירטעט פירער סטעני האיער און פון קאנגרעסמאן קלייבורן
די קאנגרעסיאנאלע אפריקאנע אמעריקאנע קאקוס פלאנט צו שיקן א בריוו אין שטיצע פון יאנג