אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועמן ערווארסטו אז ער גייט געווינען די 2020 וואלן אין דריי וואכן ארום?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג אוקטובער 20, 2020 8:21 pm

טראמפ
167
63%
ביידען
99
37%
 
סך הכול שטימען: 266

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 10:52 am

צייט לויפט אויס פאר טראמפ צו קענען ארומדרייען דעם זייגער. מען האלט 20 טאג צו די וואלן. שווערע מיליאנען מענטשן האבן שוין געשטימט, און לויט די פרעצעדענטלאזע סטאביליטעט פון די פארמעסט ביז אהער איז שווער צו זאגן אז מען 'ערווארט' אז די פארמעסט זאלן זיך טוישן אזוי דראסטיש.

עס איז זיכער אז טראמפ האט נאך א שאנס אבער די פראגע איז נישט אויב טראמפ האט נאך א שאנס, נאר וועם מען ערווארט צו געווינען. ווי זאכן האלטן יעצט איז ביידען דער ווארשיינליכע געווינער.

עס איז לע"ע נישט פארהאן קיין שום סיבה צו ערווארטן א טראמפ געווינס אויסער געפיל. איך האב אויך PTSD פון 2016, אבער דאס איז נישט קיין סיבה צו ערווארטן א טראמפ געווינס. מען דארף א נארמאלע סיבה צו ערווארטן א טראמפ געווינס און איך טרעף עס נישט. איך זעה עס נישט אין די מצב פונעם לאנד, נישט אין אנקעטעס, נישט אין פאנדרעיזינג און נישט אין עירלי וואוטינג.

אז מען גלייבט נישט די אנקעטעס איז נישט דא קיין סיבה צו זאגן אז טראמפ מאכט עס. אז דו גלייבסט נישט אין אנקעטעס דאן ווייסטו נישט וואס די מצב איז, דו טאפסט אין די טונקל, און דו גייסט ווידער צוריק צו די אירעלעוואנטע געפילן. געוויסע האבן טעאריעס אז די אנקעטע נעמער שפילן זיך בייזוויליג ארום מיט די ציפערן. ווידער, אויב דו גלייבסט דעם טעאריע דאן קענסטו אבער ווייטער נישט וויסן מיט וויפיל זיי שפילן זיך ארום... די זעלבע איז אויך נישט ריכטיג צו אויפווייזן פון פארגאנגענע פארמעסטן אז זאכן פארשמעלערן זיך אין די לעצטע סטרעטש... דאס איז ווידער גענוג צו קענען זאגן אז טראמפ האט א שאנס אבער קיין שום ראי' צו 'ערווארטן' א טראמפ געווינס אויסער אויב מען לייגט צו די וויכטיגסטע איגרידיענט: געפיל.

איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך איך הער נישט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:21 am

Joel האט געשריבן:טראמפ האט געוואנען און 2016 און וועט 2020 די זעלבע געווינען ער האט מזל ווי א גוי פון די ערשטע מינוט

מען הערט דאס אסאך זאגן
די פראגע איז ווי זעהט מען זיין מזל און די יעצטיגע עלעקשן סייקל מיר זעהט אויס ווי און די יעצטיגע סייקל גייט אים אלעס מיטן פיטום אראפ

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:26 am

50/50

מען קען נישט פרעדיקטן בעיסד אויף אפשר'דיגע טעאריעס. איין צד איז אז די אנקעטעס זענען ריכטיג ממילא געווינט ביידען, די אנדערע צד אז אז זיי זענען נישט ריכטיג, ממילא געווינט טראמפ. עס זענען דא ראיות לכאן ולכאן. איז ווי אזוי קען מען פעסטשטעלן איין צד מער ווי די צווייטע ווען עס זענען דא צוויי לעגיטימע צדדים?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:43 am

פארוואס על הצד אז די אנקעטעס זענען נישט ריכטיג געווינט טראמפ?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 11:57 am

צל עובר האט געשריבן:פארוואס על הצד אז די אנקעטעס זענען נישט ריכטיג געווינט טראמפ?

מיט א גלייכע סברה אז דאס איז די ברענעדיגע סיבה פארוואס די פאולינג פירמעס און די מידיע נעצן פארפירן דאס לאנד מיט פאלשע נומערן, בלויז צי אריינווארפן די קאנסערוויטיווע לאגער אין א ייאוש און געבן די ליבעראלן מאמענטום.

פאלשע נומערן מיינט נישט אז ס'איז אויסגעזויגן פון פינגער, נאר אז די סיסטעם וויאזוי די פאולס ווערן דורכגעפירט איז געשאפן צי אטאמאטיש פעיווארטן די דעמאקראטן, ווי אויך דאס דעקן נאר נעגעטיווע געשעענישן און נישט רעדן קיין ווארט פון די ענטוזיאזם וואס הערשט ביים רעכטן לאגער נאר פארקערט גאר, פראבירן צי אראפמאלן א מצב פון כאאס. עטס ליבעראלן גלייבטס די מידיע איבער די פאניק און פארלוירנקייט וואס הערשט ביי די רעכטע, אבער דער אמת איז לא דובים ולא מיער דער רעכטע לאגער איז הייפער און מינטער ווי קיינמאל בעפאר.

וואלטן די אנקעטעס געצייגט עטוואס א רעאליסטישע ציפער פון 4-5% ביידען עדש וואלט איך אביסל אריינגעקוקט אם יש דברים בגו, אבער אזוי יעצט מיט די דראסטישע 10-15 פראצענטיגע מארדשינס לאזט דאס נישט איבער קיין ספק איבער וואס ס'איז באמת די מצב...


האמת עד לעצמו.
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:01 pm

צל עובר האט געשריבן:פארוואס על הצד אז די אנקעטעס זענען נישט ריכטיג געווינט טראמפ?

איך רעד שטייטצעך פון די אנקעטעס וואס געבן פאר ביידען די ליעד. די טעאריע אז די אנקטעס זענען אומריכטונג איז געבויעט אויף די פארגאנגענע וואלן ווען זיי האבן אינטערגעשאצט טראמפ.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:03 pm

יש ברירה האט געשריבן:צייט לויפט אויס פאר טראמפ צו קענען ארומדרייען דעם זייגער. מען האלט 20 טאג צו די וואלן. שווערע מיליאנען מענטשן האבן שוין געשטימט, און לויט די פרעצעדענטלאזע סטאביליטעט פון די פארמעסט ביז אהער איז שווער צו זאגן אז מען 'ערווארט' אז די פארמעסט זאלן זיך טוישן אזוי דראסטיש.

עס איז זיכער אז טראמפ האט נאך א שאנס אבער די פראגע איז נישט אויב טראמפ האט נאך א שאנס, נאר וועם מען ערווארט צו געווינען. ווי זאכן האלטן יעצט איז ביידען דער ווארשיינליכע געווינער.

עס איז לע"ע נישט פארהאן קיין שום סיבה צו ערווארטן א טראמפ געווינס אויסער געפיל. איך האב אויך PTSD פון 2016, אבער דאס איז נישט קיין סיבה צו ערווארטן א טראמפ געווינס. מען דארף א נארמאלע סיבה צו ערווארטן א טראמפ געווינס און איך טרעף עס נישט. איך זעה עס נישט אין די מצב פונעם לאנד, נישט אין אנקעטעס, נישט אין פאנדרעיזינג און נישט אין עירלי וואוטינג.

אז מען גלייבט נישט די אנקעטעס איז נישט דא קיין סיבה צו זאגן אז טראמפ מאכט עס. אז דו גלייבסט נישט אין אנקעטעס דאן ווייסטו נישט וואס די מצב איז, דו טאפסט אין די טונקל, און דו גייסט ווידער צוריק צו די אירעלעוואנטע געפילן. געוויסע האבן טעאריעס אז די אנקעטע נעמער שפילן זיך בייזוויליג ארום מיט די ציפערן. ווידער, אויב דו גלייבסט דעם טעאריע דאן קענסטו אבער ווייטער נישט וויסן מיט וויפיל זיי שפילן זיך ארום... די זעלבע איז אויך נישט ריכטיג צו אויפווייזן פון פארגאנגענע פארמעסטן אז זאכן פארשמעלערן זיך אין די לעצטע סטרעטש... דאס איז ווידער גענוג צו קענען זאגן אז טראמפ האט א שאנס אבער קיין שום ראי' צו 'ערווארטן' א טראמפ געווינס אויסער אויב מען לייגט צו די וויכטיגסטע איגרידיענט: געפיל.

ריכטיג, מיט דיינע לעצטע צוויי פאראגראפן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:05 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פארוואס על הצד אז די אנקעטעס זענען נישט ריכטיג געווינט טראמפ?

מיט א גלייכע סברה אז דאס איז די ברענעדיגע סיבה פארוואס די פאולינג פירמעס און די מידיע נעצן פארפירן דאס לאנד מיט פאלשע נומערן, בלויז צי אריינווארפן די קאנסערוויטיווע לאגער אין א ייאוש און געבן די ליבעראלן מאמענטום.

פאלשע נומערן מיינט נישט אז ס'איז אויסגעזויגן פון פינגער, נאר אז די סיסטעם וויאזוי די פאולס ווערן דורכגעפירט איז געשאפן צי אטאמאטיש פעיווארטן די דעמאקראטן, ווי אויך דאס דעקן נאר נעגעטיווע געשעענישן און נישט רעדן קיין ווארט פון די ענטוזיאזם וואס הערשט ביים רעכטן לאגער נאר פארקערט גאר, פראבירן צי אראפמאלן א מצב פון כאאס. עטס ליבעראלן גלייבטס די מידיע איבער די פאניק און פארלוירנקייט וואס הערשט ביי די רעכטע, אבער דער אמת איז לא דובים ולא מיער דער רעכטע לאגער איז הייפער און מינטער ווי קיינמאל בעפאר.

וואלטן די אנקעטעס געצייגט עטוואס א רעאליסטישע ציפער פון 4-5% ביידען עדש וואלט איך אביסל אריינגעקוקט אם יש דברים בגו, אבער אזוי יעצט מיט די דראסטישע 10-15 פראצענטיגע מארדשינס לאזט דאס נישט איבער קיין ספק איבער וואס ס'איז באמת די מצב...


האמת עד לעצמו.

דו ענטפערסט נישט די שאלה.
אפילו לשיטתך אז די אנקעטעס זענען גארנישט ווערט, ווייסטו דאך אבער נישט וואס די מצב איז באמת, דו ווייסט דאך נישט וואס "עכטע" אנקעטעס וואלטן געוויזען.
אפילו לשיטתך אז די מידע זוכט צו אויפהייבן ביידן און אריינווארפן טראמפ שטיצערס אין א יאוש, מיינט דאס אבער נישט אז די עכטע מצב יעצט איז נישט גונסטיג פאר ביידן, ס'מיינט סה"כ אז די מידע זוכט 'שטערקער' צו מאכן די מצב פאר ביידן.
סא פארוואס אויב אנקעטעס זענען נישט ריכטיג האסטו אן אינדיקעיטער אז טראמפ געווינט?
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:06 pm

טראמפ (ליידער).

וועןרענטל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וועןרענטל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:08 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טראמפ (ליידער).

PTSD?

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:11 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טראמפ (ליידער).

הרב @פאליטקלי זייט מיר ביטע מסביר שכל'דיג פארוואס איר האלט אזוי, אן אריינמישן פילינגס און PTSD

אדרבה איך העל מיך פרייען אויב ס'שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט גערעכט

@וועןרענטל האקט
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:28 pm

וועןרענטל האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טראמפ (ליידער).

PTSD?


ס'האט אוודאי אויך צוטוען מיט 1) PTSD, אבער ס'איז בעיסט אויך אויף 2) נאמבערס, אויך האלט איך טראמפ, 3) טוט אונטער די קוליסן אוקריינא סטייל, איליגעל שטיק צו בלייבן אין אמט.

אויב וועל איך האבן צייט וועל איך לייגן די נומבערס.

וועןרענטל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וועןרענטל » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:35 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טראמפ (ליידער).

PTSD?


ס'האט אוודאי אויך צוטוען מיט 1) PTSD, אבער ס'איז בעיסט אויך אויף 2) נאמבערס, אויך האלט איך טראמפ, 3) טוט אונטער די קוליסן אוקריינא סטייל, איליגעל שטיק צו בלייבן אין אמט.

אויב וועל איך האבן צייט וועל איך לייגן די נומבערס.

זייער אינטערעסאנט וואס די זאגסט

וועלכע נומבערס? ווי ווייט איך זעע זענען די נומבערס אווערוועלמינגלי אויף ביידענס זייט

פון וועלכע אומלעגאלע זאכן רעדסטו? וואס קען ער שוין טיען אן געכאפט צו ווערן? אפשר געסטו א עקזעמפל?
לעצט פאראכטן דורך וועןרענטל אום מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:41 pm

וועןרענטל האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טראמפ (ליידער).

PTSD?


ס'האט אוודאי אויך צוטוען מיט 1) PTSD, אבער ס'איז בעיסט אויך אויף 2) נאמבערס, אויך האלט איך טראמפ, 3) טוט אונטער די קוליסן אוקריינא סטייל, איליגעל שטיק צו בלייבן אין אמט.

אויב וועל איך האבן צייט וועל איך לייגן די נומבערס.

זייער אינטערעסאנט וואס די זאגסט

וועלכע נומבערס? ווי ווייט איך זעע זענען די נומבערס אווערוועלמינגלי אויף ביידענס זייט

פון פון וועלכע אומלעגאלע זאכן רעדסטו? וואס קען ער שוין טיען אן געכאפט צו ווערן? אפשר געסטו א עקזעמפל?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

געשמאקע קוקיס
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך געשמאקע קוקיס » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:42 pm

יוסי געשטעטנער - אנאליז
https://www.yiddish24.com/analysis/44/26990
דריי וואכן צו די וואלן: א בליק אויף צוריק צו 2016

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:52 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פארוואס על הצד אז די אנקעטעס זענען נישט ריכטיג געווינט טראמפ?

מיט א גלייכע סברה אז דאס איז די ברענעדיגע סיבה פארוואס די פאולינג פירמעס און די מידיע נעצן פארפירן דאס לאנד מיט פאלשע נומערן, בלויז צי אריינווארפן די קאנסערוויטיווע לאגער אין א ייאוש און געבן די ליבעראלן מאמענטום.

פאלשע נומערן מיינט נישט אז ס'איז אויסגעזויגן פון פינגער, נאר אז די סיסטעם וויאזוי די פאולס ווערן דורכגעפירט איז געשאפן צי אטאמאטיש פעיווארטן די דעמאקראטן, ווי אויך דאס דעקן נאר נעגעטיווע געשעענישן און נישט רעדן קיין ווארט פון די ענטוזיאזם וואס הערשט ביים רעכטן לאגער נאר פארקערט גאר, פראבירן צי אראפמאלן א מצב פון כאאס. עטס ליבעראלן גלייבטס די מידיע איבער די פאניק און פארלוירנקייט וואס הערשט ביי די רעכטע, אבער דער אמת איז לא דובים ולא מיער דער רעכטע לאגער איז הייפער און מינטער ווי קיינמאל בעפאר.

וואלטן די אנקעטעס געצייגט עטוואס א רעאליסטישע ציפער פון 4-5% ביידען עדש וואלט איך אביסל אריינגעקוקט אם יש דברים בגו, אבער אזוי יעצט מיט די דראסטישע 10-15 פראצענטיגע מארדשינס לאזט דאס נישט איבער קיין ספק איבער וואס ס'איז באמת די מצב...


האמת עד לעצמו.

דו ענטפערסט נישט די שאלה.
אפילו לשיטתך אז די אנקעטעס זענען גארנישט ווערט, ווייסטו דאך אבער נישט וואס די מצב איז באמת, דו ווייסט דאך נישט וואס "עכטע" אנקעטעס וואלטן געוויזען.
אפילו לשיטתך אז די מידע זוכט צו אויפהייבן ביידן און אריינווארפן טראמפ שטיצערס אין א יאוש, מיינט דאס אבער נישט אז די עכטע מצב יעצט איז נישט גונסטיג פאר ביידן, ס'מיינט סה"כ אז די מידע זוכט 'שטערקער' צו מאכן די מצב פאר ביידן.
סא פארוואס אויב אנקעטעס זענען נישט ריכטיג האסטו אן אינדיקעיטער אז טראמפ געווינט?

כ׳האב הנאה האסט גענימען די מיה צי אפליינען מיין אינטערסאנטליכע תגובה, אבער אויב שוין יא זאלסטו ווען געדארפט ליינען וואס כ׳האב געשריבן...

קודם כל, פענסילוועניע איז נישט קיין מידוועסט סטעיט ניטאמאל בטעות, אוהייא און מישיגען וואס דו האסט - מיט רעכט - געפרעגט אז ס׳איז אויך נישט געאגראפיש אין די מיד וועסט איז אלנפאלס ביז נישט לאנג צוריק געווען אין א ראיאן גערופען די נורט-סענטרעל (היינט איז עס דאכצעך א דעוויזשען אין די מידוועסט) ס'איז טאקע א גרויסע פלא און ס'איז שוין אסאך דעבאטירט געווארן פארוואס ס'איז אזוי. עכ"פ פענסילוועניע וואס איז אין איין קאטיגאריע מיט ניו יארק און ניו דשערזי איז נישט אין די פראגע בכלל, און מיט דיין זעלבע טענה קענסטו שוין צילייגן ניו יארק אויכט וואס די רוב סאוט גרעניצט זיך מיט פענסילוועניע וואס גרעניצט זיך מיט אוהייא וואס גרעניצט זיך מיט אינדיאנע וכו' וכו' וכו'

צי דיין פראגע, מיין נקודה איז אז די איינציגסטע סברא פארוואס די מידיע זאל אראפמאלן אזא פאלשע מאפע איז נאר ווייל דער אמת איז אז די ליבעראלן שטייען בעפאר נאך א גאר מיאוסע נידערלאגע מיט א בעפארשטייענדע שטארקע טראמפ זיג שיהי' במהרה בימנו אמן
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 1:00 pm

איך גיי מיר נישט טענה'נען איבער אזא סטופיד זאך....
פונקט ווי אהייאו און מישיגען ווערן היינט פאררופן מידוועסט, ווערט אויך פענסילוועניע אזוי פאררופן.
ענד ווי קען עגרי טו דיסעגרי..



פארוואס איז דאס די "איינציגסטע סברא"? אפשר ווילן זיי סה"כ נאך מער באסטן ביידען, ס'מיינט אבער נישט אז יעצט שטייט ער אונטערשטעליג.
דאס אז זיי טוען עס ווייל עכט איז ביידן אונטערשטעליג, איז סה"כ דיין טעאריע, דאס קען אבער נישט זיין אן אינדיקעיטער אז ביידן פארלירט.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 2:34 pm

וועןרענטל האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
וועןרענטל האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:טראמפ (ליידער).

PTSD?


ס'האט אוודאי אויך צוטוען מיט 1) PTSD, אבער ס'איז בעיסט אויך אויף 2) נאמבערס, אויך האלט איך טראמפ, 3) טוט אונטער די קוליסן אוקריינא סטייל, איליגעל שטיק צו בלייבן אין אמט.

אויב וועל איך האבן צייט וועל איך לייגן די נומבערס.

זייער אינטערעסאנט וואס די זאגסט

וועלכע נומבערס? ווי ווייט איך זעע זענען די נומבערס אווערוועלמינגלי אויף ביידענס זייט

פון וועלכע אומלעגאלע זאכן רעדסטו? וואס קען ער שוין טיען אן געכאפט צו ווערן? אפשר געסטו א עקזעמפל?


ווען מ'קוקט אויף דעם היינטיגן טאג, וואס איז 20 טעג צו גיין ביז צו די פרעזידענטליכע וואהלן אין פארגלייך צו 16', צוואנציג טעג פאר די וואהלן זעהט מען א גרויסע שיפט לטובת טראמפ. אוודאי איז דעמאלס געווען די קאומי פרשה, אבער מיין פוינט איז, אז א קאומי פרשה, וכן כעין א קאומי פרשה אדער אן אנדערע אומפאראויסגעזעהנע זאך קען רואיג געשעהן. ווייניג אומפאראויסגעזעהנע זאכן זענען שוין געשעהן אין דעם סייקל?
ריכטערן גיזבערג איז געשטארבן, טראמפ האט באקומען קאוויד, א דיזעסטער פון א דיבעיט, נישט דא קיין צווייטע דיבעיט און מן הסתם נישט קיין דריטע וכו' וכו'

דא האט איר די נאמבערס:

פלארידא – 20 טעג פאר די וואהלן
ביידען פלאס 2.9%
פלארידא 16’ – 20 טעג פאר די וואהלן
קלינטאן פלאס 3.8%
ריזאלטס = טראמפ פלאס 1.2%, א שיפט פון 5%
אויב גייט עס אויפן זעלבן אופן היי יאר געווינט טראמפ מיט 2.1%

__
פענסילוועיניע - 20 טעג פאר די וואהלן
ביידען פלאס 7%
פענסילוועיניע אין 16’ – 20 טעג פאר די וואהלן
קלינטאן פלאס 6.2%
ריזאלטס = טראמפ .07%, א שיפט פון 6.9%
אויב גייט עס אויפן זעלבן אופן היי יאר געווינט ביידען מיט 0.1%

__
וויסקאנסין – 20 טעג פאר די וואהלן
ביידען פלאס 6.3%
וויסקאנסין 16’ – 20 טעג פאר די וואהלן
קלינטאן פלאס 7%
ריזאלטס = טראמפ 0.7%, א שיפט פון 7.7%
אויב גייט עס אויפן זעלבן אופן היי יאר געווינט טראמפ מיט 1.4%

__
מישיגען – 20 טעג פאר די וואהלן
ביידען פלאס 7.2%
מישיגען 16’ – 20 טעג פאר די וואהלן
קלינטאן פלאס 11.6%
ריזאלטס = טראמפ 0.3%, א שיפט פון 11.9%
אויב גייט עס אויפן זעלבן אופן היי יאר געווינט טראמפ מיט 4.7%

__
נארט קארעליינא – 20 טעג פאר די וואהלן
ביידען פלאס 3.3%
נארט קארעליינא 16’ – 20 טעג פאר די וואהלן
קלינטאן פלאס 2.5%
ריזאלטס = טראמפ 3.7%, א שיפט פון 6.5%
אויב גייט עס אויפן זעלבן אופן היי יאר געווינט טראמפ מיט 3.2%

__
אריזאונא – 20 טעג פאר די וואהלן
ביידען פלאס 2.7%
אריזאונא אין 16’ – 20 טעג פאר די וואהלן
קלינטאן פלאס 0.2%
ריזאלטס = טראמפ 3.5%, א שיפט פון 3.7%
אויב גייט עס אויפן זעלבן אופן היי יאר געווינט טראמפ מיט 1%

קיינער האלט נישט אז וואהלן זענען ווי א באן אויף שינעס, אבער עס גיט א שטיקל נקודה למחשבה.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 2:44 pm

זייער שיין, אבער ס'איז א גרויסע חילוק פון זאגן אז טראמפ האט נאך אן ערענסטע שאנס ביז זאגן אז דו ערווארטס אז דאס זאל געשעהן
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 2:48 pm

בעסער אזוי האט געשריבן:זייער שיין, אבער ס'איז א גרויסע חילוק פון זאגן אז טראמפ האט נאך אן ערענסטע שאנס ביז זאגן אז דו ערווארטס אז דאס זאל געשעהן


קוק, די רעפובליקאנער האבן דאך היינט אנגעהויבן זייער מעכטיגע סקאנדאל מיט האנטער ביידן... ווער ווייסט וואו דאס וועט פירן??

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 2:49 pm

זיכער איז עס א נקודה למחשבה, אבער עס איז נישט שייך צו פרעדיקטען בלויז בעיסד אויף דאס אז די לעצטיגע שיפט לטובת טראמפ באדייט אז עס וועט זיך איבערשפילן א 16 רעזאלטס. ס"ה וואס דו קענסט זאגן איז אז דו האסט א לעגיטימע טעאריע אז דאס קען געשען.



האקט..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:32 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פארוואס על הצד אז די אנקעטעס זענען נישט ריכטיג געווינט טראמפ?

איך רעד שטייטצעך פון די אנקעטעס וואס געבן פאר ביידען די ליעד. די טעאריע אז די אנקטעס זענען אומריכטונג איז געבויעט אויף די פארגאנגענע וואלן ווען זיי האבן אינטערגעשאצט טראמפ.

דאס הייסט אז דו בויעסט אויף די אנקעטעס אז טראמפ איז גאר העכער?

סארי, אפילו מיט א 2016 מיס געווינט ביידן, וועלכער איז דער שטערקסטער טשעלענדזשער אין די היסטאריע לויט די אנקעטעס.

איך פרעג פארוואס אן אנקעטעס בכלל, האלטסטו אז טראמפ מאכט עס?

וכן לסטאוו.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:41 pm

איך בוי עפעס? האסט געזען מיין תגובה? איך האב געשריבן אז איך געב עס 50/50.

די טעאריע אז טראמפ גייט אפשר געווינען איז נישט געבויעט "אויף אנקעטעס" נאר אויף דאס וואס אנקעטעס שאצן אים אונטער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:06 pm

איך פרעג פון וואנעט קומט די 50% צד אז טראמפ וועט געווינען, בעיסד אויף וואס?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
cookies
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

Re: אנקעטע דריי וואכן צו די וואלן: וועמן "ערווארסטו" זאל געווינען די 2020 וואלן?

תגובהדורך cookies » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 6:18 pm

in a serious note, i am looking for hope for trump , I just cant find it, can anyone point out any hope for him to win?

Biden is at solid 50s which Hillary never had it, it was 46 to 41 for trump

also the wing states is so bad


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט