monroe10950 האט געשריבן:אטוירני דזשענעראל וויליאם באר יר''ה, האט געזאגט צוריק אפאר חדשים, אז א אומפארטייאישע קאמיסיע, האט שוין לאנג באשלאסן אז מעיל אין איז שווינדלעריש. דער AG האט געווארענט אז ס'איז א שפיל מיט פייער.
ס'איז יעדן באקאנט אז די פאסט ארבייטער זענען בכלל נישט אזוי ענערגיש און גוט ווילענדיג זיך איבערצוארבייטען, און כ'ווייס נישט וואס טוט זיך אויפן קוואליטי קאנטראל פראנט דארט.
ביי פאול'ס זענען פארהאן פאול וואטשערס פון ביידע צדדים, קען מען כאטש האבן עפעס אן אהנונג, אבער ווען דער ארבייטער עפענט אלעס אין א קעלער, וואס ווייסט מען?
מיט די אלע ווידיאוס וואס קומען אריין, האט מען גאר שטארקע ליגעל סטענדינג, איבערהויפט אין 'אונזער' סופרים קאורט.
ערווארט א מלחמה, דער בחור איז בכלל נישט פארשלאפן,.... און אפשר וועט דער סופרים קאורט קאמף זיין אן ענטפער אויפן זינלאזן אימפיטשמענט.
א פאטש פאר א פאטש.....
ערווארט יום טוב אין די גאסן!
אונז זעמיר גענוג אלט צו געדענקען ווי געוויסע ניקס דא האבן נישט געקענט פארשטיין פארוואס טראמפ פארפירט אזוי קעגן מעיל אין בעלאטס. מ'איז געוועהן ביזי שרייען אז אידער וועי וועט מען שוין האבן א געווינער עלעקשאן נייט. זיי האבן נעבעך נישט געקענט פארשטיין פארוואס טראמפ זאגט אז פלארידע איז יא גוט..
אבער צו טראמפ'ס מזל האט ער באצייטענס אנגעהויבן פארפירן דערוועגן אזוי האט ער יעצט צו וועם צו רעדן, ווען ער האקט ווען נישט דערויף די לעצטע חדשים וואלט אים קיינער נישט אויסגעהערט יעצט.
איך מיין מ'קען רוהיג זאגן אז די גאנצע מעיל אין אנשיקעניש איז די גרעסטע קלאפ פאר אמעריקאנע דעמאקראטיע אין יארן, קלאר אז פון היינט און ווייטער וועט די פאלק מער נישט האבן די צוטרוי אין די וואל סיסטעם ווי ביז היינט. און אין דעם איז נישט שילדיג די פרעזידענט פארן פארפירן דערוועגן נאר די קאמעניסטן וואס האבן פאר זייערע אגענדעס אריבערגעפירט די גאנצע עלעקשען סיסטעם פון א אוועקגעשטעלטע מהלך וואס ארבעט שוין יארן צו א רויע אומסטאבילע סיסטעם פון איר כל הישר בעיניו יעשה